סארנא מעטאד

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Sarno Method
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:44 pm

סארנא מעטאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sarno Method »

איך האב א קלער ארויסצוגעבן א ביכל איבער די סארנא מעטאד, איך טראכט אפשר עס קודם צו שרייבן דא (פארשטייט זיך אין פארזעצונגען), פארוואס שרייב איך דאס יעצט, קודם ווייל איך דארף האבן חיזוק און א שטופ דערצו, אויב עס איז דא אן אינטערעס וועט זיך שנעלער און גרינגער שרייבן, און אויך ווייל ביז איך נעם זיך שרייבן, קען איך באשטיין צו הערן וואס דער עולם ווייסט און וויל וויסן איבער דעם מעטאד, און איך בין גרייט צו ענטפערן סיי וועלכע פראגעס איבער דעם.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

עס וועט זיין אינטרעסאנט צו הערן. אויך אויב מען קען ארויסברענגן צו עס איז דא חולקים, ווער זענען זיי? וואס איז די עווידענס לכאן ולכאן? איז דר. סארנא אפשר ביסל צו מגזם מיט זיין מיטל? פארוואסערע זאכן איז עס יא אדער נישט גוט וכולי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

Sarno Method האט געשריבן:איך האב א קלער ארויסצוגעבן א ביכל איבער די סארנא מעטאד, איך טראכט אפשר עס קודם צו שרייבן דא (פארשטייט זיך אין פארזעצונגען), פארוואס שרייב איך דאס יעצט, קודם ווייל איך דארף האבן חיזוק און א שטופ דערצו, אויב עס איז דא אן אינטערעס וועט זיך שנעלער און גרינגער שרייבן, און אויך ווייל ביז איך נעם זיך שרייבן, קען איך באשטיין צו הערן וואס דער עולם ווייסט און וויל וויסן איבער דעם מעטאד, און איך בין גרייט צו ענטפערן סיי וועלכע פראגעס איבער דעם.

קוקט אביסל ארום, מען האט שוין אסאך געשמועסט פון דעם דא אין וועלטל. מיר קוקט אויס ווי יש דברים בגו.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

איך וואלט זייער הנאה געהאט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אדרבה. ואדרבה נאך דערצו ארויסגעבן א בוך, איך מיין סעטעך גוט גיין דע בוך, הייב אן דא אין פארזעצונגען. בינד דיך צו און נעם דיך שרייבן אבער פאר דו הייבסט אן שרייבן, שרייב דיר אראפ וואס ס'האט דיך מאוטיוועטעד עס צו שרייבן אין די פירסט פלעיס, אזוי במשך די נסיעה וועסטו זיין מאוטיווירט
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

home האט געשריבן:איך וואלט זייער הנאה געהאט

איך אויך
הער נאר
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער נאר »

מענין לענין,
איך פלעג האבן געפערליכע lower back pain, און געפערליכע פוס ווייטאג, אלעס פרובירט (ביז אפערירן) איינער האט מיר רעפעררט צו מרס. פיליפף פון סיגעיט, זי איז זייער באהאווענט מיט סארנא מעטאד, און זי איז ב"ה געווען די ריכטיגע שליח.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

הער נאר האט געשריבן:מענין לענין,

אפשר קענסטו פארציילן בקיצור נמרץ איבער דיין עקספיריענס. וויפיל סעסיעס? ווי לאנג האט עס גענומען?
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

חלה האט געשריבן:
home האט געשריבן:איך וואלט זייער הנאה געהאט

איך אויך
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

אונזער מומחה מתבונן האלט פון דעם מעטאד דאכט זיך אבער טענה'ט אז זיי האבן פארזעהן געוויסע זאכן און צומאל קען עס האבן לעכער.

מתבונן? אמת צו נישט?
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

עס איז דא א יוד אין בארא פארק הרב כ"ץ ער איז עפעס א כלי קודש ערגעץ ווי איך געדענק נישט פינקטלעק אבער גאנץ א ערענסטע יוד ער מאכט קרוסעס וועגן ווי אזוי זיך צו העלפן מיט פראבלעמען בערך די זעלבע מעטאד ווי סארנאו ער האט אויפן פלאץ מענטשן וואס קענען פארציילן ממש ווינדערלעכע זאכן וואס זיי זענען געהאלפן געווארן און זיך ארויסגעדרייט פון די ערגסטע ווי מאנאו...
פאריקטע ריקן ביינער...
עלעדזשיז..
אראפ פון פארשידענע דייעטס..
מענטשן דרייען זיך שוין ארום אפאר יאר מיט צוריסענע ליגעמענטס אן קיין ווייטאג...
פארוואס עס איז ווערט אים צו טראסטן אז עס איז אמת איז ווייל ער בעט נישט קיין געלט...
נאכאמאל ער העט נישט קיין געלט... ער טוט דאס לשם מצווה צו העלפן יודן און ווען מען וויל אים געבן וויל ער נישט נעמעןן ער זאגט אז ער האט ב"ה א דזשאב און ער דארף נישט מער ווי די זכות פון העלפן יודן
איך ווייס עטליכע יודן וואס זענען געהאלפן געווארן ביי אים איך האף אי"ה צו נאך ברענגען זיין נאמבער איך האב עס נישט ביי מיר
Sarno Method
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sarno Method »

לכתחילה: שוין געקוקט.

נשמה: זייער א גוטע געדאנק, האף מיר דאס צו טון.

היימישער: דערמאנט זייער גוטע נקודות, עס העלפט פארעמען דעם געשטעל פון אזא סארט ביכל.

פשוט'ער אידל: עס איז דא אסאך צו רעדן איבער מעגליכע לעכער (וואס קומט מער פון חסרון ידיעה לכאורה), מען וועט נאך בעז"ה אנקומען דערצו.

ייש"כ אלע פאר די דברי חיזוק, האף מיר בקרוב בעז"ה זיך צו נעמען דערצו.

אינדערצווישן קען איך פרובירן ענטפערן קורצע פראגן.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שלום עליכעם רב סארנא.
אדרבה ואדרבה, קומטס אריין און לאזט אייך הערן.
פשוט'ער אידל האט געשריבן:אונזער מומחה מתבונן האלט פון דעם מעטאד דאכט זיך אבער טענה'ט אז זיי האבן פארזעהן געוויסע זאכן און צומאל קען עס האבן לעכער.

מתבונן? אמת צו נישט?

ריכטיג אז דר. סארנא אליין האט פארזען פארשידענע נקודות און שפעטערע דאקטורים ווי אויך טערעפיסטן האבן דאס מער מאדיפייד אז עס זאל מאכן מער סענס.

Sarno Method האט געשריבן:פשוט'ער אידל: עס איז דא אסאך צו רעדן איבער מעגליכע לעכער (וואס קומט מער פון חסרון ידיעה לכאורה), מען וועט נאך בעז"ה אנקומען דערצו.

מיר וועלן אבער איבערלאזן די מייקראפאן ביים פותח האשכול רב סארנא מעטאד, און זען וואס מיר האבן צוצולייגן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטס און ווארעמס »

איך האב ב"ה געהאט א געוואלדיגע הצלחה מיט די סארנא מעטהאד, פלעג ליידן געפערליכע רוקן ווייטאג פאר די לעצטע 10 יאהר לכה"פ, (איך האב ס"ה אויסגעהערט זיין ביכל אויף audible)

הרב סארנא: עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו שרייבן ווייאזוי צו באהאנדלען די אלע געפילן וואס קומען ארויס ווען מען טוט די מעטהאד... דר סארנא רעדט נישט צופיל דערפון אין זיין ביכל...
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

קאלטס און ווארעמס האט געשריבן:הרב סארנא: עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו שרייבן ווייאזוי צו באהאנדלען די אלע געפילן וואס קומען ארויס ווען מען טוט די מעטהאד... דר סארנא רעדט נישט צופיל דערפון אין זיין ביכל...

קאלטס, דאס איז טאקע איינע פון די זאכן וואס פעלן אין סארנאס מהלך, און איך בין נייגעריג פון דיין עקספיריענס אויף ווי שטארק האט דיך די מעטאד געהאלפן אויב דו האסט נישט געוויסט וואס צו טון מיט די געפילן וואס קומען ארויף? האט עס אסאך געשטערט, אדער נאר אביסל, אדער אינגאנצן פטור געווארן, נאר געלגעבט מיט די געפילן?
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

ס'איז נישט קיין ספק אז אזא בוך וועט זיין א בעסט-סעלער.

עס זענען היינט דא עטליכע אידן ביים היימישן ציבור, וועלכע געבן קאנפרענצן און פריוואטע סעסיעס, און זענען ליידער נישט ארבעטסלאז. ס'איז דא זייער א גרויסע פארלאנג דערפאר.

אויב דו ווילסט ארויסגעבן א בוך איבער "סארנא מעטאד", דארפסטו זיך נישט אפגעבן מיט'ן דן זיין צו דר. סארנא איז יא 100% גערעכט צו נישט. דארפסט בלויז איבערטייטשן איינע פון זיינע ביכער. לכ' דארפסטו זיך איינהאדלען די לעגאלע רעכטן עס צו מעגן איבערטייטשן. עס וועלן זיין גענוג בעלנים דערויף.

גאו עהעד!
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

גלייכגילטיג האט געשריבן:ס'איז נישט קיין ספק אז אזא בוך וועט זיין א בעסט-סעלער.

עס זענען היינט דא עטליכע אידן ביים היימישן ציבור, וועלכע געבן קאנפרענצן און פריוואטע סעסיעס, און זענען ליידער נישט ארבעטסלאז. ס'איז דא זייער א גרויסע פארלאנג דערפאר.

אויב דו ווילסט ארויסגעבן א בוך איבער "סארנא מעטאד", דארפסטו זיך נישט אפגעבן מיט'ן דן זיין צו דר. סארנא איז יא 100% גערעכט צו נישט. דארפסט בלויז איבערטייטשן איינע פון זיינע ביכער. לכ' דארפסטו זיך איינהאדלען די לעגאלע רעכטן עס צו מעגן איבערטייטשן. עס וועלן זיין גענוג בעלנים דערויף.

גאו עהעד!

עס איז דא צוויי מיני ביכער, עס איז דא א בוך וואס קאפיט סך הכל סארנא פון ענגליש צו אידיש... זייער א חשובע זאך.

דערנאך איז דא א בוך וואס דער שרייבער שרייבט זיינע אייגענע עקספיריענס, מלקט מיינונגען וכולי.

צוויי אנדערע סארט זאכן. די שאלה איז וואסערע סארט בוך אונזער שרייבער וויל שרייבן.
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

אויסגערעכנט האט געשריבן:עס איז דא א יוד אין בארא פארק הרב כ"ץ ער איז עפעס א כלי קודש ערגעץ ווי איך געדענק נישט פינקטלעק אבער גאנץ א ערענסטע יוד ער מאכט קרוסעס וועגן ווי אזוי זיך צו העלפן מיט פראבלעמען בערך די זעלבע מעטאד ווי סארנאו ער האט אויפן פלאץ מענטשן וואס קענען פארציילן ממש ווינדערלעכע זאכן וואס זיי זענען געהאלפן געווארן און זיך ארויסגעדרייט פון די ערגסטע ווי מאנאו...
פאריקטע ריקן ביינער...
עלעדזשיז..
אראפ פון פארשידענע דייעטס..
מענטשן דרייען זיך שוין ארום אפאר יאר מיט צוריסענע ליגעמענטס אן קיין ווייטאג...
פארוואס עס איז ווערט אים צו טראסטן אז עס איז אמת איז ווייל ער בעט נישט קיין געלט...
נאכאמאל ער העט נישט קיין געלט... ער טוט דאס לשם מצווה צו העלפן יודן און ווען מען וויל אים געבן וויל ער נישט נעמעןן ער זאגט אז ער האט ב"ה א דזשאב און ער דארף נישט מער ווי די זכות פון העלפן יודן
איך ווייס עטליכע יודן וואס זענען געהאלפן געווארן ביי אים איך האף אי"ה צו נאך ברענגען זיין נאמבער איך האב עס נישט ביי מיר

זיין נאמבער
718-232-2741
הער נאר
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער נאר »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
הער נאר האט געשריבן:מענין לענין,
איך פלעג האבן געפערליכע lower back pain, און געפערליכע פוס ווייטאג, אלעס פרובירט (ביז אפערירן) איינער האט מיר רעפעררט צו מרס. פיליפף פון סיגעיט, זי איז זייער באהאווענט מיט סארנא מעטאד, און זי איז ב"ה געווען די ריכטיגע שליח.

אפשר קענסטו פארציילן בקיצור נמרץ איבער דיין עקספיריענס. וויפיל סעסיעס? ווי לאנג האט עס גענומען?

זי גיט איין מעין סעסיע, בערך 2 שעה אויפן טעלעפאון, זי רעדט נישט דירעקט צום מאן, זי רעדט צום ווייב און די מאן איז אויף מ'יוט. נאכדעם טוט זי אפאר פאלאו אפ'ס. כ'דערמאן מיר אז אפאר חדשים נאך איר סעסיע, האט זיך מיין ריקן געפערליך צושפילט, כ'האב ממש נישט געקענט אראפטרעטן פון בעט. זי האט מיר געגעבן נאך א קליינע דרשה, און ב"ה גראד געגאנגן צו בעסערונג.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

הער נאר האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
הער נאר האט געשריבן:מענין לענין,
איך פלעג האבן געפערליכע lower back pain, און געפערליכע פוס ווייטאג, אלעס פרובירט (ביז אפערירן) איינער האט מיר רעפעררט צו מרס. פיליפף פון סיגעיט, זי איז זייער באהאווענט מיט סארנא מעטאד, און זי איז ב"ה געווען די ריכטיגע שליח.

אפשר קענסטו פארציילן בקיצור נמרץ איבער דיין עקספיריענס. וויפיל סעסיעס? ווי לאנג האט עס גענומען?

זי גיט איין מעין סעסיע, בערך 2 שעה אויפן טעלעפאון, זי רעדט נישט דירעקט צום מאן, זי רעדט צום ווייב און די מאן איז אויף מ'יוט. נאכדעם טוט זי אפאר פאלאו אפ'ס. כ'דערמאן מיר אז אפאר חדשים נאך איר סעסיע, האט זיך מיין ריקן געפערליך צושפילט, כ'האב ממש נישט געקענט אראפטרעטן פון בעט. זי האט מיר געגעבן נאך א קליינע דרשה, און ב"ה גראד געגאנגן צו בעסערונג.

זייער שטארק. ווי עס זעט מיר אויס אז פאר די וואס ליידן פון lower back pain, ארבעט עס גאר פיין. וואס טועט זיך מיט אנדערע זאכן?

זי זאגט אז זי האט שוין געהאלפן מענטשן מיט, מאנאו, מאגן ברענעריי, מייגרעין העדעיקס, סטיף נעק, ועוד.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך זוך נישט אריינצורעדן אין זאכן וואס איך פארשטיי נישט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די "סארנא" מעטאד א וועג ארויסצונעמען סטרעסס - ענקזייעטי וכד'... און רוב מאל האבן לאוער בעק פעין און פארשידענע מאגן פראבלעמען שייכות מיט סטרעסס... שטומט?

לויט דעם איז די מעטאד בעיקר גוט פאר די סארט זאכן, נישט פאר צובראכענע ביינער, אדער עני אנדערע מחלה וואס האט נישט קיין שייכות מיט סטרעסס... רייט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הרב כ"ץ זאגט אז ווען די מוח האט סטרעס וויל ער אז דער מענטש זאל טראכן פון אנדערע זאכן וואס נעמט אוועק די סטרעס פון מוח

למשל ווען איינער האט קאפ ווייטאג טוט עס אים און פאקט וויי
יעצט ווען ער זאל זיך צוברעכן די פיס וועט ער פארגעסן פון די קאפ ווייטאג און זיין פארנומען מיט זיין פיס איי די קאפ טוט וויי..?
יא יא אבער יעצט האט ער א גרעסערע דאגה וואס האלט אים די קאפ ביזי ממילא אפילו די קאפ איז נישט אקעי פילט ער עס נישט ווייל ער טראכט נישט דערפון
דאס איז וואס ער זאגט "די קענסט לעבן יארן אן פילן די פעין אויב די בוסט בעל הבית אויף דיין קאפ"

איין מאל דיין מוח זעט אז עס העלפט נישט אלע ווייטאגן וואס ער מאכט דיר אן כדי די מוח זאל נישט האבן קיין סטרעס הערט ער אויף צו מיטשענען און אזוי ווערט מען פטור פון רוב מחלת

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי אים אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ער מסביר אז די זאלסט רעדן צום מוח אז ער איז נישט בעל הבית
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

קומט אויס אז איינמאל די זייטיגע ווייען גייען אוועק קומט צוריק די עיקר זאך וואס האט אנגעפאנגען די שפיל.

אמאל קען עס זיין סטרעס, אבער עס קען אויך זיין טראמא און אנדערע זאכן. טוען זיי העלפן אויך אויף דעם?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א קורצע בוך איז א גוטע זאך אבער נישט קיין לאנגע ווייל מען פארלירט פאקוס.

אגב שוין דערמאנט דא כמה פעמים דער מעטאד (אינאיינעם מיט ראביי כ"ץ) אולי קענסטו נאשן דערפון עפעס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”