'טיקס'. ער איז פיצל, אבער א גרויסער מאנסטער. אידן, טוט עפעס!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג ינואר 18, 2016 10:45 am

יאנקל האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:די ערשטע זאך פאלג דעם דאקטאר. נאכדעם קענסטו פרובירן אלע אנדערע עצות. אויב די אנדערע עצות העלפן, קענסטו ׳מיטן דאקטארס רשות׳ אראפגיין פון מעדעצין.

מען האט נאכנישט אנגעהויבן מעדעצין, נאר דער דאקטאר זאגט אז עס איז מעגליך ליים פון יארן ציריק אבער איך ווייס בכלל נישט צו איך זאל גיין מיט די מהלך ווייל אסאך האלטן נישט פון דעם

און מען דארף נעמען אין באטראכט אז דאס איז נישט סתם 'דאקטער', נאר א ספעציפישער דאקטאר וואס האלט פון א געוויסע טעאריע און איז פארבינדן מיט א געוויסע אסאסיאציע. סאו עס איז נישט דער געהעריגער 'מען דארף קודם פאלגן דער דאקטער'.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מאנטאג ינואר 18, 2016 10:47 am

בן נון האט געשריבן:עס איז מעגליך ליים? וואס זאגט דיין דאקטאר דו זאלסט טוען?

אויב דו קענסט דיך אויס אביסל און דעם נושא רוב דאקטורים וואס גייען בדרך כלל מיט די CDC וועל בכלל נישט גיין מיט די מהלך, אלע אנדערע שרייען אז מען מוז גיין מיט די ILADS מהלך

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג ינואר 18, 2016 12:00 pm

בן נון האט געשריבן:אין די פאל מיט וואס איך בין באקאנט איז נישט געווען קיין סטרעס וואס זאל עס טריגערען.

וואס יא? עס איז געווען אלטע טראומע, וואס איך האב אנגעלייגט אלע סימפטאמען אויף דעם. אבער דאן שטימט עס נישט מיט אייער ווערטער.


ס'איז היינו הך. ווען איינער האט אלטע טראמע וואס ער האט נישט דורכגערעד און איבערגעקומן, לעבט ער 'יעצט' און יעדן טאג אינטער א שטענדיגע פחד אונטערן באוויסטזיין אז שלעכטע זאכן קענע פאסירן צו אים און איז אונטער שטענדיגע דריק זיך צו היטן פון סכנות וכדו'. ס'איז כמעט אזוי ווי, אז יעדע זאך וואס ער מוטעשעט זיך ווערט א קליינע טראמע פאר זיך. ס'איז טאקע דא שטארקע מענטשן וואס א טראמע שאד זיי נישט, ווייל זיי זענען שוין גענוג געבויט עס צו קענען איבערקומען פון זיך אליין. אבער פאר מענטשן וואס זענען שוואכער און האבן נישט געהאט די כוחות עס איבערצוקומען בשעת מעשה, בפרט ווען מען גייט עס דורך אין א גאר יונגע עלטער, דעמאלטס בלייבט א וואונד אויפן לעבן, ביז מען ארבעט עס דורך, און ביז דעמאלטס בלייבן זיי זייער סענסעטיוו צו יעדע זאך וואס גייט נישט זייער וועג. דערפאר, וועט זיך אויפוועקן די נאטירליכע ריספאנס צו וועלן אנטלויפן פון די אומאיינגענעמע געפילן, און אויב עס קיצעלט אביסל א אינפעקשען, גייט עס ווערן אויפגעבלאזן ביז גאר, אבער דאס איז די מהלך פון די מוח וויאזוי מ'האנדעלט מיט סטרעס, און דיעלן מיט די סטרעס, און איבערקומען זיין אלטע טראומע, וועט אים געבן מער כוח און ישוב הדעת וויאזוי צו האנדלען מיט די נייע טשעלענזעס און נסיונות וואס קומען כסדר אונטער אין לעבן.
אין קורצן, רוב קראנישע ווייטאג ליידענדע, זענען אריבער עפעס טראמע אין זייער יוגענט, און נישט געווען געהעריג באהאנדעלט.
לעצט פאראכטן דורך מתבונן אום מאנטאג ינואר 18, 2016 1:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג ינואר 18, 2016 12:10 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:מתבונן דאס איז ממש די טעאריע פון הרב כ"ץ ווי דערמאנט אין די סארנאו אשכול
בון נון טו עס דורך זע זיין נאמבער וועסט הנאה האבן צו עס הערן פון אים אליין אזוי זאגן די וואס זענען שוין געווען ביי אים

ריכטיג.

יאנקל האט געשריבן:מיין רעדע איז, איך האב קיין טיק קיינמאל נישט געזעהן, נאר וואס דען, מען האט אזויפיל סימפטאמס אז מען טאפט א וואנט וואס צו טוען, למשל מאגן פראבלעמען , שרעקליכע קאפ ווייטאג, שוואך, ווייטאגן און אלע ביינער, ווערטיגא, בלוי קאלטע הענט, נישט ארויסגעקומען פונקלעך וואס די שורש איז און מען לייד שוין יארן, מען האט געליינט די ארטיקלען און אסאך פלעצער און די ILADS דאקטאר האט אויך געזאגט אז לכאורה איז עס ליים און פון די קא אינפעקשאנסט, (גלייב מיר פון איין זייט האב איך מיר געפרייט אז איך געטראפן דעם פראבלעם וואס מען לייד שוין יארן וואס עס איז געפערליך, פון די אנדערע זייט הער איך אז אפילו די וואס טוען יא וועגן ליים איז בשעת מען נעמט מעדיקעשן איז מען נאכמער קראנק ) פון אנדערע הער איך און דא זע איך אויך אז עס איז דא וואס האלטן אז עס הייבט זיך נישט אן עס איז נישט דא אזא זאך איך האב נאך נישט ארויס קלאר וואס מען קען יא טון, זאל איך נישט טון גארנישט וועגן ליים ? סארנא ? (איך האב פראבירט אביסל סארנא אבער אויך אן ערפאלג) ביטע מיר העלפן מיט א געהעריגע עצה


יאנקל, דאס איז א קלאסישע דוגמא פון איינער וואס טאפט א וואנט און איז דעספרעט אנצולייגן זיינע סימפטומען אויף כאטש עפעס. ביז היינט האבן אזאנע סימפטומען ווי דאס געהייסן, אדער chronic fatigue syndrome, אדער fibromyalgia, אדער עפעס אנדערש. ווען א דאקטער גיבט אזא דייעגנאויז פאר זיין פאציענט, מיינט דאס צו זאגן, איך האב נישט קיין רפואה פאר דיר, און די סיבה פארוואס דאס פאסירט איז נישט באקאנט. אויב מען קען דאס אנלייגן אויף ליים, איז צום האפען אז מען קען האבן א רפואה פאר דעם, און די סיבה פארוואס עס קומט האט א סיבה. אבער דו זאגסט דאך אליין אז דער דאקטער זאגט נאר 'לכאורה' און איז נישט זיכער אין דעם, איז וויאזוי קענסטו שוין אננעמען אז דאס איז דער אמת? פון אלע סימנים וואס דו לייגסט אראפ ליידסטו זיכער פון אומאויסגעארבעטע געפילן וואס רידערן ארום אין דיין נפש אן קיין מנוחה. די איינציגסטע עצה וואס איך ווייס דערפאר איז די סארנא מעטאד, אבער ס'זעט אויס אז פאר דיר גייט נישט סתם א דרשה העלפן, דו אדער יענער, דארף האבן א פראפעשענעל טערעפיסט וואס ווייסט דער מהלך, און קען דיר געבן אינדיאוודיאלע עטענשען ארויסצוברענגן די געפילן וואס לאזן נישט קיין מנוחה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג ינואר 18, 2016 12:34 pm

פשוט'ער אידל האט געשריבן:מתבונן, וואסי טאקע פשט? איז דאס א פארשטענדליכע זאך מיט שכל? אדער מער אזא עבסטרעקט העכערע זאך?

דאס איז זייער א פארשטענדליכע זאך און בכלל נישט עבסטראקט. די פראבלעם מיט דר. סארנא אליין איז, אז פון די וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ פילט זיך עס אביסל עבסטראקט און דערפאר האבן מענטשן א געוויסע שוועריגקייט עס צו פארשטיין. אבער דער אמת איז, אז עס איז א דבר פשוט מאד, די מינוט וואס מען כאפט עס. איך קען שרייבן דערויף א גאנצע ארטיקל מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט, וואס איך האלט אגב אינמיטן שרייבן פארן פובליק. אולי ווען עס וועט זיין פארטיג, וועל איך ארויפלייגן אפאר ציטאטן דערפון (די גאנצע וועל איך נישט קענען ארויפלייגן דא). און בכלל וועט דאס אריינפירן דעם אשכול אין א נייע טעמע פון מסביר זיין די סארנא מעטאד וויאזוי איך האב מיך איבערגעצייגט איבער די צייט.

אבער צו געבן אביסל חומר למחשבה, וועל איך דיר געבן א שטיקל באגריף וואס דאס איז.

ס'איז נישט מעגליך צו פילן סייוועלעכע געפיל אן דעם וואס וואס מען זאל עס פילן אינעם גוף. דו ווערטס פארשמעט, פילסטו עס אין דיין פנים, דו ביזט נערוועז, פילסטו ווי דיין בויך דרייט זיך. דאס איז א זאך וואס יעדער ווייסט און יעדער לעבט דאס מיט. קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם.

איז דא שאלה פארוואס טאקע? וואס פעלט אויס אז די בויך זאל זיך דרייען ווען מען האט מורא פון עפעס?

די תירוץ איז. שטעל דיך פאר פשוטער יודל, אז איך הייס דיך אריבער גיין די גאס בשעת עס קומען צו פליען קארס. די עצם געדאנק פון אפילו טראכטן אריבערצוגיין די גאס בשעת א קאר קומט, האט דיך שוין געמאכט די בויך זיך צאמצוען.

יעצט שטעל דיך פאר, איך הייס דיך אריבערגיין די גאס, אבער דיין בויך ציט זיך נישט צאם? וויאוזי פילסטו מיט דעם? פראביר נישט צו ענפערן דער תירוץ, ביז דו ביזט דיך מדמיין ווי דו שטייסט ביים גאס גרייט אריבערצוגיין גראד אינעם קומענדיגן קאר, אבער דיין בויך בלייבט רוהיג? ליין נישט ווייטער ביז דו האסט א תירוץ, און די תירוץ דארף זיין עפעס נישט באקוועם.

איך וועל ווארטן ביז דו ענדיגסט דיין עקסערסייז.
***************
אקעי, ביזט צירוק? פיין.

איך גלייב אז אוודאי האסטו נישט געוואלט אריבערגיין די גאס אפילו די בויך איז נישט צאמגעצויגן, אבער עפעס עפעס פילט זיך נישט אזוי סעיף און זיכער אז ס'איז נישטא עפעס אין דיר וואס שרייט הויך, גיי נישט!!! און האלט דיך צירוק, ווייל אפשר אפשר, וועל איך מיך נישט כאפן און יא אריבערגיין? ווען די בויך ציט זיך צאם, שיקט דאס א מעסעדזש צום מוח, מ'זאל וויסן די חומר הענין נישט אריבערצוגיין די גאס.

וואס איז אויב דו הערסט נישט צו ואוס די בויך וויל דיר זאגן? גייט זיך עס אנהויבן מער צו דרייען, ביז דו וועסט פילן אז דו גייסט ממש אויסגיין, ווייל דו הערסט דיך נישט צו וואס דער קוועטש וויל דיר זאגן.

יעדע מאל ס'איז דא א געפיל ווייזט זיך עס אן אינעם גוף אין א געוויסע וועג מיט די האפענונג אז עס וועט אויפוועקן דעם מענטש צו כאפן אז עס עפעס איז נישט בסדר, וויל ס'גלייבט אז אויס ס'גיייט נישט שרייען גייט מען אים נישט אויסהערן. אויב מען הערט זיך נישט צו, דעמאלטס צופייפט ער זיך מער, און אויב מען הערט זיך נישט צו פאר צען יאר, שטעל דיך פאר וויפל עגמת נפש ער וועט דיר אנמאכן? ס'איז אזוי ווי א קינד וואס בעט זיך ביי זיין טאטע ער זאל אים אויסהערן, און די טאטע איז ביזי מיט זיין סמארטפאון, וועט די קינד אנהייבן מער צו מוטשענען. די זעלבע איז אויך דא.

און פון דעם וועסטו פארשטיין די לאגיק פון אלע אומפארשטענדליכע ווייטאגן וואס מען פילט, אז דאס איז פון געפילן וואס האבן נישט געטראפן די וועג ארויס, און מוטשענען אז מ'זאל זיי אויסהערן, ווייל זיי גלייבן אז די לעבן לויפט נישט גוט. ווען מ'דרייט זיך אויס צו זיי און מ'הערט זיי אויס, און מזעט וואס מ'דארף טוישן און וואס די געפילן דארף אנדערש פארשטיין, דעמאלטס הערן זיי אויף צו מוטשענען, ולא נודע כי באו אל קרבנה. אויב אבער בלייבט מען פארעקשנט אז עס איז עפעס פיזיש, דעמאלטס האט מען פארזען די מטרה, און די געפילן זען אן דא זייער בעה"ב ווי ער איז ביזי מיט נארישקייטן וואס איז נישט אמת, וואס פאסירט? די זעלבע וואס א קינד טוט ווען ער קען נישט רעדן מיט זיין טאטע ווייל זיין טאטע איז נאר ביזי מיטן סמארטפאון - ער פאנגט אן צו גלייבן אז לעבן איז נאר מיט א סמארטפאון, און ער טרעפט א וועג זיך צו איינהאנדלען א סמארטפאון און האפט אז מיט דעם וועט ער זיך קענען ענזשויען.

כאטש דאס.

דאס זעלבע טוט די געפילן. אויב דער דאקטער און דער מענטש גלייבן אז מען האט א פיזישע פראבלעם, גייט ער אויך אנהייבן גלייבן אז ער האט א פיזישע פראבלעם, און גייט מיינען אז דאס איז עכט וואס באדערט אים, און וועט מיינען פאר א קורצע צייט אז ער איז א געהאלפענער. ביז ער כאפט זיך אז נישט דאס איז עכט וואס ער וויל, און וועט אנהייבן ווייטער צו פארפירן. פונקט אזוי ווי דער קינד מיט סמארטפאון גייט איין טאג כאפן אז נישט דאס איז עכט וואס ער וויל, און וועט אויספלאצן און נישט קיין ריכטיגע וועג.

איז דאס גענוג לאגיק?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג ינואר 18, 2016 12:41 pm

מתבונן ;l;p- ;l;p-

איין פראגע, וואס איז דער גדר, ווען ציעט מען א פאראלעל פון פיזישע ווייטאג אז עס איז בלויז געפילן און ווען איז עס באמת פיזיש אן האבן שייכות צו גייסטיגע ווייטאג? און קורצן, צו איז דער פאקט אז יעדע ווייטאג וואס מען ווייסט נישט פון וואס עס קומט איז אוטאמאטיש א גייסטיגע געפיל?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג ינואר 18, 2016 12:47 pm

פלטיאל,
דר. האווערד שובינער גיט פיר שאלות וואס א מענטש זאל זיך פרעגן צו קענען זיין זיכער אז ער האט א סטרעס פראבלעם ענדערשער ווי א פיזישע פראבלעם. אנשטאטס איבערצושרייבן דעם גאנצן ארטיקל, קענסטו עס ליינען דא.
https://www.psychologytoday.com/blog/un ... ronic-pain
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » מאנטאג ינואר 18, 2016 1:10 pm

מתבונן
מיין פילטער לאזט עס נישט דורך, א קאפי ביטע,

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » מאנטאג ינואר 18, 2016 1:14 pm

איז די סארנא מעטאד אויך פאר וואונדען dermatology פראבלעמען?

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג ינואר 18, 2016 1:31 pm

1. Is there a clearly defined medical disorder that explains the symptom?
As mentioned above, this is always the first step. Most patients I’ve seen have chronic symptoms and have had extensive medical testing, which has
not found a significant medical problem. My colleague, Dr. David Clarke, titled his book, “They Can’t Find Anything Wrong” for these situations.
When this is the case, as often occurs with headaches, abdominal or pelvic pain, and many other conditions, you are be assured that there is nothing
structurally amiss. When doctors make diagnoses that have no structural cause attached to them, you can assume the same thing. This occurs with
IBS (irritable bowel syndrome), IC (interstitial cystitis), chronic fatigue syndrome, insomnia, anxiety, depression, fibromyalgia, myofascial pain
syndrome, AMPS (amplified musculoskeletal pain syndrome), tinnitus, POTS (postural orthostatic tachycardia syndrome), burning mouth syndrome
and many others. Sometimes doctors will make diagnoses that give you the erroneous belief that there is a structural cause. The most common
situation in this category is non-specific neck or back pain. As I described in an earlier blog post, MRI’s typically show non-specific abnormalities,
such as degenerated discs, bulging discs, scoliosis and other “abnormalities” that are commonly seen in people who have no pain and should be
interpreted as signs of “normal aging.” Patients with temporomandibular joint (TMJ) syndrome are often told that they have abnormalities in their bite,
joint, or jaw, but again, these are common in people without pain. People who seek care from alternative doctors are often diagnosed with
conditions such as adrenal fatigue, yeast overgrowth syndrome, food allergies, chronic Lyme disease and other conditions that may not actually be
tissue damage conditions.
2. Is there a history of other psychophysiological disorders?
Most adult patients I see have had several of these during the course of their lifetime. They may have had a “nervous stomach” as a child, headaches
as a teenager, TMJ symptoms and anxiety in their 20’s, IBS or pelvic pain, depression, neck or back pain at other times. It can be very helpful to
make a list of all of the potential PPD symptoms and note at what points in your life they began or recurred. The more of these that have been
present, the higher the likelihood that the current symptoms are also PPD.
3. Is there a history of significant stressful events, particularly early in life?
The reason that the brain creates physical symptoms is to alert us to some kind of danger. The brain is designed to do this in order to protect us.
When we touch a hot stove, the pain that ensues creates a painful memory so we don't repeat that mistake. Injuries create memorized neural
pathways that can be activated by stressful events. A woman fell off a horse and injured her back as a teenager. The back pain from that fall lasted
about two weeks, then resolved. Twelve years later, on the day before her wedding, her fiancé called it off and the exact same back pain recurred.
Stressful life events, such as physical, - or emotional abuse, abandonment and loss, parental arguing, bullying and many other similar events,
create a sensitized “danger” pathway in the brain. The brain treats these exactly as it does physical injuries as shown in research on the effect of
emotions on the brain . Stressful events later in life are much more likely to trigger physical pain or other PPD symptoms in someone with a
sensitized “danger” signal. In other words, physical pain causes emotional pain and emotional pain causes physical pain. Not all people with PPD
have had major trauma in their lives. The normal stresses of life can create an exaggerated danger signal in people who are highly sensitive, i.e.,
people who are people-pleasers, have high expectations of themselves, are self-critical, tend to be overly responsible and feel guilty for minor issues.
4. Were there significant life events occurring at the onset of the symptom(s)?
I always take the time necessary to review each patient’s life trajectory. This is the only way to identify the early life “priming” events and later life
“triggering” ones. Often the triggering events are similar in emotional content to the priming ones. For example, Irecently saw a patient who was
abandoned by her mother early in life. She developed significant abdominal pain when she returned to work after her children were born, as her
subconscious brain interpreted this act as if she were abandoning them. A woman grew up with a strong, reliable father, and later developed neck
pain when her husband had an affair. A man, whose mother frequently criticized him as not being smart enough, developed arm pain when he got a
new boss who was micro managing and overly critical.

ווי איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער איז די הויפט אינדעקעיטאר אז אויב מען טרעפט נישט קיין פיזישע הסבר צו די ווייטאג דאן מיינט עס אז עס איז גייסטיש, בין איך גערעכט?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » מאנטאג ינואר 18, 2016 1:57 pm

שכח פלטי,

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » מאנטאג ינואר 18, 2016 2:22 pm

דאס האב איך געקאפיט פון וויקיפידיע, מערקט אז דארט שטייט dermatological
disorders
מתבונן איז דאס ריכטיג? אויב יא א הסבר ביטע,

Main article: Tension myositis syndrome
Sarno's most notable achievement is the development, diagnosis, and treatment of tension myoneural syndrome (TMS), which is currently not accepted by mainstream medicine.[3][4] According to Sarno, TMS is a psychosomatic illness causing chronic back, neck, and limb pain which is not relieved by standard medical treatments. He includes other ailments, such as gastrointestinal problems, "dermatological disorders" and repetitive-strain injuries as TMS related.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 18, 2016 2:27 pm

מתבונן האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:אין די פאל מיט וואס איך בין באקאנט איז נישט געווען קיין סטרעס וואס זאל עס טריגערען.

וואס יא? עס איז געווען אלטע טראומע, וואס איך האב אנגעלייגט אלע סימפטאמען אויף דעם. אבער דאן שטימט עס נישט מיט אייער ווערטער.


ס'איז היינו הך. ווען איינער האט אלטע טראמע וואס ער האט נישט דורכגערעד און איבערגעקומן, לעבט ער 'יעצט' און יעדן טאג אינטער א שטענדיגע פחד אונטערן באוויסטזיין אז שלעכטע זאכן קענע פאסירן צו אים און איז אונטער שטענדיגע דריק זיך צו היטן פון סכנות וכדו'. ס'איז כמעט אזוי ווי, אז יעדע זאך וואס ער מוטעשעט זיך ווערט א קליינע טראמע פאר זיך. ס'איז טאקע דא שטארקע מענטשן וואס א טראמע שאד זיי נישט, ווייל זיי זענען שוין גענוג געבויט עס צו קענען איבערקומען פון זיך אליין. אבער פאר מענטשן וואס זענען שוואכער און האבן נישט געהאט די כוחות עס איבערצוקומען בשעת מעשה, בפרט ווען מען גייט עס דורך אין א גאר יונגע עלטער, דעמאלטס בלייבט א וואונד אויפן לעבן, ביז מען ארבעט עס דורך, און ביז דעמאלטס בלייבן זיי זייער סענסעטיוו צו יעדע זאך וואס גייט נישט זייער וועג. דערפאר, וועט זיך אויפוועקן די נאטירליכע ריספאנס צו וועלן אנטלויפן פון די אומאיינגענעמע געפילן, און אויב עס קיצעלט אביסל א אינפעקשען, גייט עס ווערן אויפגעבלאזן ביז גאר, אבער דאס איז די מהלך פון די מוח וויאזוי מ'האנדעלט מיט סטרעס, און דיעלן מיט די סטרעס, און איבערקומען זיין אלטע טראומע, וועט אים געבן מער כוח און ישוב הדעת וויאזוי צו האנדלען מיט די נייע טשעלענזעס און נסיונות וואס קומען כסדר אונטער אין לעבן.
אין קורצן, רוב קראנישע ווייטאג ליידענדע, זענען אריבער עפעס טראמע אין זייער יוגענט, און נישט געווען געהעריג באהאנדעלט.

דאן פארוואס קען אלעס זיין שטיל און רואיג פאר וואכן, און פלוצלינג - אויט אף די בלו - צושפילט זיך עס?

נישטא קיין פיזישע שוואכקייט דאן, און נישט קיין סטרעס.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 18, 2016 2:28 pm

מתבונן האט געשריבן:פלטיאל,
דר. האווערד שובינער גיט פיר שאלות וואס א מענטש זאל זיך פרעגן צו קענען זיין זיכער אז ער האט א סטרעס פראבלעם ענדערשער ווי א פיזישע פראבלעם. אנשטאטס איבערצושרייבן דעם גאנצן ארטיקל, קענסטו עס ליינען דא.
https://www.psychologytoday.com/blog/un ... ronic-pain

אהההה.. מאכט שוין מער סענס!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מאנטאג ינואר 18, 2016 3:51 pm

קודם זע איך די אנדערע צד איז שטיל וואס גייט פאר, נו יש תקוה אדער אנדערע זאלן שרייבן עפעס

יעצט לאמיר גיין מיט די צווייטע צד אז עס איז פון סטרעס פון די סאבקאנטשעס פון אמאל יעצט ווי אזוי נעמט מען קער פון דעם עס זאל נישט מאכן קיין פיזעשע ווייטאגן ( רבותי איך רעד פון א פאל ווי די ווייטאגען קענען זיין געפערליך מאגן פראבלעמן קאפ ווייטאג דיזיניס אז מען קען נישט האלטן די באלאנס שוואך, און נאך און נאך) איז דא ערגעץ א ביכל, א CD אדער עפעס אנדערש ?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג ינואר 18, 2016 9:20 pm

מחצית האט געשריבן:דאס האב איך געקאפיט פון וויקיפידיע, מערקט אז דארט שטייט dermatological
disorders
מתבונן איז דאס ריכטיג? אויב יא א הסבר ביטע,


יא סטרעס קען ארויסקומען אין סקין דיסארדערס ווי דר. סארנא ווייזט קלאר אן, א שטייגער ווי עקזעמא (יא איר הערט גוט). ווי מיר האבן שוין ארויסגעברענגט איז כמעט יעדע מחלה ואוס איז נישטא קיין געהעריגע רפואה, א סימן אז עס איז א נפשיות'דיגע פראבלעם, און עקזעמע איז גארנישט אנדערש פון דעם. א אלטערנעטיווע דאקטער וועט טרעפן על מיני toxins וואז זענען אנגעהויפנט אינעם גוף, אבער במחילת כבודם אזוי ווי אלע אלטערנעטיווע דייעגאנויזעכצער זענען ווייטער מיטן בליק אז דא האנדעלט זיך פון עפעס פיזיש, און זיי פראבירן צו טרעפן דאס וואס דער אלעמיינע דאקטער טרעפט מכלומרשט נישט, (ווי מקען זען ווי דר. שובינער שייבט אין זיין ארטיקל ביי נקודה 1 וואס פלטי האט מעתיק געווען פריער). די ריכטיגע סיבה דערפון איז די סטרעס וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן און עס שטיפט זיך ארויס אויף די הויט.

בהמשך פון מיין הסבר אין מיין פריערדיגע תגובה דא, וועל איך צולייגן אביסל הסבר וויאזוי דאס פאסירט ביי הויט (איך האב דערווייל נישט געזען דעם הסבר ערגעץ וואס איך גיי יעצט שרייבן, אבער איך האב דאס געזען פון עקספיריענס).

יעדער ווייסט וויאזוי מען שפילט מיט clay (סדא אסאך משלים פאר דעם, איך טראכט נאר יעצט פון קלעי). מ'האט כל מיני טולס וויאזוי מ'שפילט מיט די קלעי. לדוגמא מ'נעמט אזא קוועטשער וואס פון איין זייט איז דא א לאך מיט א געוויסע פארעם, און פון די אנדערע זייט שטיפט מען, און עס קומט ארויס פון די אנדערע זייט. וואס וועט זיין אויב משטאפט צו די לאך און משטיפט ווייטער די קלעי? דעאלטס וועט די קלעי זיכען ערגעץ ווי ארויסצוגיין פון די פרעשער פונעם שטופן. עס וועט זיך 'ארויסגנב'ענען' פון עפעס א לעכעל וואס עס וועט טרעפן ביי די האנט, אדער וועט זיך עס ארויכאפן פון צווישן די שפאלטענעס פון די קוועטשער און ארויסקומען פון די ערשטע זייט. די סיבה פאר דעם איז, ווייל די קלעי קען נישט פארנעמן אזוי פיל פרעשער, און עס וועט זיכן ערגעץ ווי ארויסצוגיין.

ווי מיר האבן אויבן אויסגגעשמועסט, זענען געפילן און די גוף אומדערטיילבאר, עס גייט צוזאמען, און די געפיל לויפט פיזיש דורך דעם גאנצן גוף און די ערווען סיסטעם. וואס פאסירט ווען די געפילןן טרעפן נישט די וועג ארויס, אבער עס איז דא שטארקע פרעשער ארויסצוקומען ווי די טבע פון געפילן איז. ווייניג מאל קענען זיך מענטשן פילן ווי א 'פרעשער קוקער' אונטער גרויס סטרעס? ממילא וועלן די גופניות'דיגע חלקים וואס ענהאלטן די געפילן אין זיך, זוכן זיך ארויסצוקוועטשן ערגעץ ווי, און אזוי ווי עס זענען דא אסאך לעכער אינעם גוף, וועט די געפיל ארויסקומען אין די פארעם פון עפעס 'שמוץ' (ווי דער אלטערנעטיווע דאקטער וועט עס אנרופן). קען זיין אז פיזיש איז דער חלק אין די גוף שוואכער, אבער הוא אשר דברתי, עס איז ארויסגעקומען אין דעם שוואכן פלאץ, ווייל דא האט די פרעשר געטראפן די ערשטע גרינגסטע געלעגענהייט ארויסצוקומען.

איך געדענק ווען איך בין אמאל געווען אונטער שטארקע לחץ און איך האב געשפירט שטארקע מוסקעל דריקענישן אויף איין פלאץ, עס האט מיך נישט קיין סאך געבאדערט, וויל איך האב געוויסט וואס דאס איז. אבער אינטרעסאנט איז געווען אז די נעקסטע טאג, האט ארויסגעשפראצט א גראבן פימפעל אויף יענעם פלאץ. איך האב שטארק געפילט ווי דער פרעשער דארט האט זיך ווי ארויסעגעגנבעט. נאך א טאג צוויי, איז אלעס אוועקגעגאנגן כלא היה.

מעגליך אז דער הסבר הערט זיך עפעס אינטרעסאנט און מאדנע, אבער איך האב עס נאר געשריבן, אז מזאל פארשטיין די מושג וויאזוי די גוף און די נפש ארבעטן צוזאמען.

צו דעם קומען צו נאך אסאך הויט פראבלעמן, ווי רעשעס, הייווס, עקני, וכדו'.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג ינואר 18, 2016 9:21 pm

יאנקל האט געשריבן:יעצט לאמיר גיין מיט די צווייטע צד אז עס איז פון סטרעס פון די סאבקאנטשעס פון אמאל יעצט ווי אזוי נעמט מען קער פון דעם עס זאל נישט מאכן קיין פיזעשע ווייטאגן ( רבותי איך רעד פון א פאל ווי די ווייטאגען קענען זיין געפערליך מאגן פראבלעמן קאפ ווייטאג דיזיניס אז מען קען נישט האלטן די באלאנס שוואך, און נאך און נאך) איז דא ערגעץ א ביכל, א CD אדער עפעס אנדערש ?


עס זענען דא ביכער אויף די סארנא מעטאד, ווי אויך סי. דיס. צו הערן, אבער ווי ס'זעט אויס האסטו שוין פראבירט עפעס אין דעם גאנג, און נישט געהאלפן, מיין עצה פאר דיר זאלסט דיך זעצן מיט א טערעפיסט וואס פארשטייט צו דעם.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג ינואר 18, 2016 9:22 pm

פלטיאל האט געשריבן:ווי איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער איז די הויפט אינדעקעיטאר אז אויב מען טרעפט נישט קיין פיזישע הסבר צו די ווייטאג דאן מיינט עס אז עס איז גייסטיש, בין איך גערעכט?

יא.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:01 am

מתבונן האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:יעצט לאמיר גיין מיט די צווייטע צד אז עס איז פון סטרעס פון די סאבקאנטשעס פון אמאל יעצט ווי אזוי נעמט מען קער פון דעם עס זאל נישט מאכן קיין פיזעשע ווייטאגן ( רבותי איך רעד פון א פאל ווי די ווייטאגען קענען זיין געפערליך מאגן פראבלעמן קאפ ווייטאג דיזיניס אז מען קען נישט האלטן די באלאנס שוואך, און נאך און נאך) איז דא ערגעץ א ביכל, א CD אדער עפעס אנדערש ?


עס זענען דא ביכער אויף די סארנא מעטאד, ווי אויך סי. דיס. צו הערן, אבער ווי ס'זעט אויס האסטו שוין פראבירט עפעס אין דעם גאנג, און נישט געהאלפן, מיין עצה פאר דיר זאלסט דיך זעצן מיט א טערעפיסט וואס פארשטייט צו דעם.

וואס האלטסטו וועם קען מען נוצען ?
(לכאורה דארף מען איינעם וואס פארשטייט גוט צו סארנא ניטש סתם עפעס א טעריפיסט וואס האנדעלט מיט חולי נפש)

ווי אויך קענסט אפשר לינקן עפעס ביכלעך מיט סי דיס ?

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:16 am

מתבונן האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:ווי איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער איז די הויפט אינדעקעיטאר אז אויב מען טרעפט נישט קיין פיזישע הסבר צו די ווייטאג דאן מיינט עס אז עס איז גייסטיש, בין איך גערעכט?

יא.

אויב איז עס אזוי, דאן איז עס אביסל מיסליעדינג. נאר וויבאלד מען טרעפט נישט קיין פיזישע סיבה פאר די ווייטאג מיינט דאס אוטאמאטיש אז עס איז גייסטיש? איז דען נישט פארהאן אזא זאך אז מען קען נישט דיאגנאזירן א מענטש? און אויב טרעפט מען נישט קיין גייסטישע הסבר מיינט דאס אז עס איז פיזיש?

ווען איינער האט שטיינער אין די נירן וועט קיינער נישט זאגן אז עס האט מיט געפיל, פארוואס איז מוסקל-ווייטאג וכדו' אנדערש? צו האט יענע מעשה ל"ע אויך מיט געפיל וויבאלד מען ווייסט נישט פון וואס דאס קומט?

איך פרוביר נישט צו אפפרעגן, איך וויל בלויז פרעגן.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:24 am

מתבונן וועט זיכער האבן וואס צו ענפערן... אבער לאמיר שרייבן וואס קוקט מיר אויס. ווען איינער 'האט' א פראבלעם ווייסטו וואס דער פראבלעם איז, ווען עס א עס דא שטיינער אין די נירן זעט מען עס און מען ווייסט וואס עס איז. ווידעראום עפעס ווי מוסקלען ווייטאג, פארוואס זעט מען נישט עפעס 'פיזיש' נישט גוט מיט די מוסקלען, במילא איז עס ווארשיינליך נישט פיזיש. פשוט פיזיש מוז קענען געזען ווערן געזען, עס איז דאך פיזיש.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:55 am

קנאפער ידען האט געשריבן:מתבונן וועט זיכער האבן וואס צו ענפערן... אבער לאמיר שרייבן וואס קוקט מיר אויס. ווען איינער 'האט' א פראבלעם ווייסטו וואס דער פראבלעם איז, ווען עס א עס דא שטיינער אין די נירן זעט מען עס און מען ווייסט וואס עס איז. ווידעראום עפעס ווי מוסקלען ווייטאג, פארוואס זעט מען נישט עפעס 'פיזיש' נישט גוט מיט די מוסקלען, במילא איז עס ווארשיינליך נישט פיזיש. פשוט פיזיש מוז קענען געזען ווערן געזען, עס איז דאך פיזיש.


נישט אלע דיסארדערס און דיזיז קען מען דיאגניזירן פיזיש, און אפילו יעצט ווייסט מען נישט וואס די סיבה איז ווערט מען געוואר טאג טעגליך איבער פרישע חידושים אין די קערפער פון א מענטש. צו זאגן אז וויבאלד מען זעט נישט קיין פיזישע ערקלערונג איז עס מוכרח אז עס איז גייסטיש איז אביסל פארפירעריש.

קען די סארנא מעטאד אויך היילן OCD, ADD ?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג ינואר 19, 2016 11:00 am

און וואס איז מיט עלערדשיס?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג ינואר 19, 2016 8:06 pm

פלטיאל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:מתבונן וועט זיכער האבן וואס צו ענפערן... אבער לאמיר שרייבן וואס קוקט מיר אויס. ווען איינער 'האט' א פראבלעם ווייסטו וואס דער פראבלעם איז, ווען עס א עס דא שטיינער אין די נירן זעט מען עס און מען ווייסט וואס עס איז. ווידעראום עפעס ווי מוסקלען ווייטאג, פארוואס זעט מען נישט עפעס 'פיזיש' נישט גוט מיט די מוסקלען, במילא איז עס ווארשיינליך נישט פיזיש. פשוט פיזיש מוז קענען געזען ווערן געזען, עס איז דאך פיזיש.


נישט אלע דיסארדערס און דיזיז קען מען דיאגניזירן פיזיש, און אפילו יעצט ווייסט מען נישט וואס די סיבה איז ווערט מען געוואר טאג טעגליך איבער פרישע חידושים אין די קערפער פון א מענטש. צו זאגן אז וויבאלד מען זעט נישט קיין פיזישע ערקלערונג איז עס מוכרח אז עס איז גייסטיש איז אביסל פארפירעריש.

קען די סארנא מעטאד אויך היילן OCD, ADD ?


כקנאפער.

ועוד, דערפאר איז דא נאך 3 פאקטארן, א היסטערי פון עמאציאנאלע דורכגענג אין לעבן, א יעצטיגע סטרעספאל עווענט בשעת דער פראבלעם האט זיך אנגעפאנגן, ווי אויך אויב האט יענער געליטן פון אנדערע פראבלעמען, ווי קאפ ווייטאגן, טי עם זשעי, מאגן פראבלעמען, וואס דאס אלעס ווייזט אז עפעס גייט פאר אינעוויינג, און דערפאר איז זייער מסתבר אז דאס איז נפשיות'דיג.

און בכלל אויף וואס דו פרעגסט, "איז דען נישט פארהאן אזא זאך אז מען קען נשיט דייעגנאוזן א מענטש?" דער ענפער אויף דעם איז לכאורה, אז עס "כמעט" נישט דא היינט - אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט - קיין מחלות וואס מען קען נישט דייענגנויזן. די אלע מחלות וואס מען שטודירט צו דערגיין די אורזאך דערפון, זענען ע"פ רוב מחלות וואס... האבן טאקע נישט קיין דייעגנויז און וועט קיינמאל נישט האבן קיין דייעגנויז, ווייל זיי זענען נפשיות'דיג און מ'וועט קיינמאל נישט טרעפן קיין געהעריגע פיזישע הסבר. ס'איז שוין אזא פארגעשריטענע וועלט אז אפילו נפשיות'דיגע מחלות האבן שוין אויך א דייעגנויז, ווי קראניק פאטיג סינדרום וכדו'. די נאמען פונעם דייעגנויז טוט בסה"כ אנדיידטן אויפן פאקט, אז דער קלאסטער פון סימפטומען האבן נישט קיין הסבר.

סארנא מעטאד קען אויך העלפן פאר add און ocd, אבער בדרך כלל נישט פון סתם ליינען דעם ביך און פארשטיין דעם קאנצעפט אזווי ווי עס קען אמאל העלפן פאר פאר סתם פיזישע ווייטאגן, דאס דארף גרינטליכע טערעפי צו דערגיין וואס דער ocd וויל דא אויפטון, און אזוי צוביסלעך פטור ווערן. ביודעי ומכירי.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג ינואר 19, 2016 8:21 pm

בן נון האט געשריבן:און וואס איז מיט עלערדשיס?


אויכעט. די אלע וואס ליידן פון העי פיבער, איז נישט ווייל עס איז דא פאולען אין די לופט, נאר ווייל די אימיון סיסטעם איז אפגעשוואכט פון סטרעס צו קענען פייטן די פאולען, דערפאר קלאפט עס אויס ביי זיי. כך שמעתי פון א דרשה פון דר. סארנא. און איך האב מיך דאס איבערצייגט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט