'טיקס'. ער איז פיצל, אבער א גרויסער מאנסטער. אידן, טוט עפעס!

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

'טיקס'. ער איז פיצל, אבער א גרויסער מאנסטער. אידן, טוט עפעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

ס'איז דאס יאר אין קאנטרי געווען א שרעקליכע אנשיקעניש פון טיקס. און אויסער מיין אייגן קינד, א 2 יעריגס, האלט איך מיט אינגעלייט וואס זענען שווער אפעקטירט געווארן פון זיי.
און איך ווייס פון א פאל (ווער ווייסט נישט?) ווי א מאמע, א באוואוסטע בעל בית'טע, מוטשעט זיך שוין ארום איבער א יאר קראנק און שוואך, ווערנדיג פארגיפטעט שוין אין יאר תשע"ד. זי איז דעמאלס נאך זוממער - פילענדיג א אומגעווענליכע שוואכקייט- געגאנגען צום בארימטן דר. שעקאווי פון או די עי, - ער האט עס אוועקגעמאכט און עס אנגעלייגט אויף די ערב יום טוב ווערטשאפט.

למעשה נאכן זיך שרעקליך מוטשען באלד א יאר, האט זי געכאפט אז אפשר איז דאס ליים. וכך הוה האבן די טעסטס געוויזן. צוריקגייענדיג צו דר. שאקאווי איז ער געווען שאקירט. ס'שוין אבער געווען זייער שפעט.

דער טיק האט אסאך קא-אינפעקשנס וואס ער קען אנברענגן, און די שטאטישע דאקטוירעם זענען זייער אומבאהאוונט מיט דעם גאנצן נושא. מ'רעדט דא פון דעזיסעס וואס איז ביז יעצט געווען גאר זעלטן. א גרויסער דאקטער אין וומס"ב האט מיר געזאגט אז ער לערנט זיך נאך די נושא יעצט.

וואס איך וויל דא זאגן איז צוויי זאכן.

איינס- אויב האט אייער קאנטרי געהאט א אנשיקעניש פון טיקס, וכ"ש אויב איר/אייער קינד האט געהאט א טיק, דאן האלט אן אויג און פאסט גוט אויף, אויב איר זעהט -זינט זוממער- אין אייער קינד אן אנדער אויפפירונג, פארשלאפן, אדער אנדערע פראבלעמען ווי היסן/ אויסשלאגן/ וכדומה וואס גייט נישט אוועק, דאן טשעקט עס אויס!

און די צייט איז יעצט. ווי שפעטער אלס שווערער צו טעסטן און צו באהאנדלן. די אינפעקשנס קענען ח"ו ברענגן שאדנס פארן גאנצן לעבן.

צוויי- טיקס ברענגן אָן אנדערע דיעזיסעס אויך. און צומאל גאר שעדליכע. מיין קינד איז געווען "נעגעטיוו" צו ליים דיעזיס, אבער בחסדי השם (און אגב, הכרת הטוב צו זיינע שליחים - יש תקוה) האב איך אויך גענומען נאך טעסטס, און "דריי" קא-אינפעקשנס זענען צוריקגעקומען פאזעטיוו. בעיקר האט פארן דאקטער אפגעשראקן א גאר זעלטענע דעזיס מיטן נאמען "מייקראפלעזמע" וואס קען ח"ו מאכן לאנג טערמיניגע שאדנס. (אדער איז עס געווען די צווייטע אינפעקשן "בייביזיע". כ'געדענק נישט אויף זיכער.)

מ'דארף מאכן זיכער צו טעסטן פאר אלע קא-אינפעקשנס. אויב איך געדענק גוט, זאגט יש-תקוה צו בעטן דעם דאקטער צו נוצן די צוויי לעבס: Stony brook. און Bio referrence.
מ'דארף נעמען א גוטע 4 5 באטלעך בלוט צו קענען טעסטן די אלע קא-אינפעקשנס וואס דער קליינער מאנסטער קען אלס אנברענגן.

זייט מיר אלע געזונט,


------------
ווער נאך ס'האט עקספיריענס זאל ביטע זיך אנרופן.
לעצט פארראכטן דורך בנציון יאזעפאוויטש אום פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:10 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

אגב, געזעהן דאס אין מעלות דעם חודש.

ס'האט מיר געגעבן דעם שטופ ענדליך אפצושרייבן די פריערדיגע שורות.
אטעטשמענטס
20151022_152645.jpg
תמיד בשמחה
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמיד בשמחה »

.I know someone who was diagnosed recently after 12 years! they checked for lime after reading material from yesh tikva
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

עס איז דא לעצטענסזייער אסאך. עס פעהלט זיך אויס נאך אסאך כח און עסקנים אין די מעדיצינישע פעלד וואס זאלן מאכן א מהפיכה סיי ביי אונז און סי ביי די דאקטורים. יש תקוה טוט טאקע זייער אסאך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נאך א סיבה נישט צו גיין אין קאנטרי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיקער »

איך ווייס נישט פארוואס. ווען דו גייסט צו א דאקטער און דו בעטסט צו טשעקען פאר טיקס וויל זיי דאס נישט טוהן. עס האט זיכער א סיבה
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א דאקטאר וועט נאר טשעקן נאכן זעהן סימפעטאמען, ווייל אז נישט אין לדבר סוף, און זיי וועלן פריער ארום שלעפן מיט פשוטע בלוט טעסטן אויס צו ראָאָלען געווענטליכע קראנקהייטן. דערצו זענען נישט אלע דאקטוירים פראפעסיאנעלן אין דיאגנאזן. דעריבער אויב א קינד מוטשעט זיך ארום פאר א צייט און די דאקטאר שלעפט מיט נאכאנדאנדע בלוט טעסטן און מ'זעהט נישט א וועג ארויס פונעם שוואכקייט, זאל מען נעמען א 'סעקאנס אפיניען' ד.ה. זעהן אנאנדער דאקטאר.

#רעד פון עקספיריענס
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:עס איז דא לעצטענס זייער אסאך. עס פעהלט זיך אויס נאך אסאך כח און עסקנים אין די מעדיצינישע פעלד וואס זאלן מאכן א מהפיכה סיי ביי אונז און סי ביי די דאקטורים. יש תקוה טוט טאקע זייער אסאך.


יש תקווה באשטייט אבער פון אפאר געציילטע עסקניות מיט באגרעניצטע צייט. דער עולם דארף זיך אויפוועקן און פאדערן פון אונזערע לאקאלע דאקטוירעם זיך צו לערנען דערוועגן.

געהערט פון יש תקוה אז ס'איז געווען א גרויסע צוזאמקום אין א אנדערע סטעיט צו לערנען מער איבער דעם נושא, און פון אונזערע דאקטוירעם האט נאר PARCARE געשיקט א דאקטער.

ביי מיין דאקטער, --- א טאפ דאקטער דא אין וומס"ב האב איך געוואלט מאכן א גרינטליכע טעסט, האט ער נאר געוואוסט פון ליים און נישט פון אנדערע קא-אינפעקשנס. דער דאקטער האט מיר געזאגט אויף איין קא-אינפעקשן וואס יש תקווה האט מיר געזאגט צו טעסטן, אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם דיעזיס.

ספיקער האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס. ווען דו גייסט צו א דאקטער און דו בעטסט צו טשעקען פאר טיקס וויל זיי דאס נישט טוהן. עס האט זיכער א סיבה


איך געדענק למשל ווען זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט טשעקן פאר ווייטעמין די, היינט ווייסן זיי שוין די וויכטיקייט דערפון. ס'נעמט צייט פאר די מעין-סטריעם חכמים וואס (מיינען אז זיי) ווייסן אלעס זיך צו לערנען איבער נייע זאכן וואס קומען ארויף.
לעצט פארראכטן דורך פשוט'ער אידל אום פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:56 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

שאינו יודע האט געשריבן:נאך א סיבה נישט צו גיין אין קאנטרי


מ'וועט סייווי עפעס מוזן טאן. זיי זאגן אז ס'פארשפרייט זיך לעצנס געפערליך, און מ'האט עס שוין געטראפן אין פארקס דא אין שטאט. מ'קען לכאורה באשפריצן. מ'דארף נאר וועלן, און צו דעם דארף קודם זיין א שטארקע אויפוואכונג.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער א וויכטיגע שמועס. יעדער דארף דאס ליינען און וויסען!!

אפשר זאלל מען צוריק טוישן די קעפל עס שאל שטיין "טיק" ווייל דער עולם מיינט מן הסתם אז מען רעדט פון סמארטפאויס......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'קען אויך מעיד זיין אז ס'דא לעצטענס אסאך וואס פלאגן דיך דערמיט, אינג און אלט, ס'דא גרויסע חילוקי דעות ביי די דאקטורים וויאזוי עס צו טריטען. כ'מיין אז ביי פארא-קעיר איז דא א דאקטער א גרויסע מומחה אויף דעם, און ער האט שוין געהאלפן אסאך אידן זיך ארויסזען דערפון שנעלערהייט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:...געגאנגען צום בארימטן דר. שעקאווי פון או די עי, - ער האט עס אוועקגעמאכט און עס אנגעלייגט אויף די ערב יום טוב ווערטשאפט.

...און די שטאטישע דאקטוירעם זענען זייער אומבאהאוונט מיט דעם גאנצן נושא. מ'רעדט דא פון דעזיסעס וואס איז ביז יעצט געווען גאר זעלטן. א גרויסער דאקטער אין וומס"ב האט מיר געזאגט אז ער לערנט זיך נאך די נושא יעצט.

ווער נאך ס'האט עקספיריענס זאל ביטע זיך אנרופן.

איך שרייב עס נישט לייכטיזיניג נאר שפיר אז על הכלל כולו יצא אז מען פארלאזט זיך אויף א "בארימטען דאקטער" ווען ער פארשטייט אפשר א קרענק, אבער עס פעלט אים אין דיאגנאזיע און סייד עפעקטס; אבער דאס ערגסטע איז אז דער פאציענט פראטעסטירט אז עס איז דא שווערע סייד עפעקטס מאכט ער עס אוועק, און איז עס תולה אויף עפעס אנדערש.

מיינס א נאנטען (נישט לגבי ליים דעזיעז, נאר לגבי א סאך מער שכיח'דיגע זאך) איז געגאנגען צו א "בארימטען" דאקטער. האט דער דאקטער פארשריבען מעדעצין וואס האט נישט געטויגט פאר דער פאציענט, עס האט אן געמאכט אנדערע קאמפליקעישאן'ס. מען האט געקאלט דער דאקטער, אבער ער האט זיך געהאלטען ביי זיינס. בדלית ברירה איז דער פאציענט געגאנגען צו א אנדערע "בארימטע" דאקטער; וואס האט "זיך אן גענומען" פאר דער ערשטע דאקטער, און פארלאנגט (נישט מער און נישט ווייניגער) אז דער פאציענט זאל "אויף ווייזען" אז די קאמפליקעישאן'ס זענען א רעזאלטאט פון די ספעציפישע מעדעצין. פארשטייט זיך אז אראפ גיין פון די מעדעצין איז געווען ריזיקאליש, איז וויאזוי דען ווייזט מען אויף אז עס טויג נישט (פאר דעם פאציענט).

צום סוף האט דער פאציענט באשלאסען צו שלאגען כפרות מיט די דאקטוירים און מיט די מעדעצין אינאיינעם, און סיי די ארגינעלע פראבעלעם איז אוועק געגאנגען, אבער נאך פריער איז דער צווייטער (דער דאקטער געשאפענע פראבלעם) אוועק געגאנגען.

די דאקטוירים מיינען אז זיי זענען קלוגער ווי יעדען, און דערווייגען זאל זיך א פאציענט זיך קעגען שטעלען.

(ווער עס האט ענליכע ערפארונג, זאל זיך ביטע אנרופען אבער נישט זאגען דער נאמען פון דאקטער)
-------
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:אגב, געזעהן דאס אין מעלות דעם חודש.

ס'האט מיר געגעבן דעם שטופ ענדליך אפצושרייבן די פריערדיגע שורות.

די עיקר די שורות:
...אויב דער דאקטער טרעפט נישט קיין אנדער דיאגנאז חוץ " ס'איז אלעס דמיונות, דארפסט גיין צו א פסיכיאטאר", אין אזא פאל דארף מען זיך פארבינדען מיט "יש תקוה"...

הוא אשר דברתי; זיי ווילען פון גארנישט הערען, נאר ער מוז בלייבען גערעכט.
----------
ענדע צדיק! האט געשריבן:...עס פעהלט זיך אויס נאך אסאך כח און עסקנים אין די מעדיצינישע פעלד וואס זאלן מאכן א מהפיכה סיי ביי אונז און סי ביי די דאקטורים...

וויאזוי מאכט מען א מהפיכה? ליים דעזיעז איז דאך נישט דער איינציגסטע פראבלעם.
בן בוזי האט געשריבן:א דאקטאר וועט נאר טשעקן נאכן זעהן סימפעטאמען, ווייל אז נישט אין לדבר סוף, און זיי וועלן פריער ארום שלעפן מיט פשוטע בלוט טעסטן אויס צו ראָאָלען געווענטליכע קראנקהייטן. דערצו זענען נישט אלע דאקטוירים פראפעסיאנעלן אין דיאגנאזן. דעריבער אויב א קינד מוטשעט זיך ארום פאר א צייט און די דאקטאר שלעפט מיט נאכאנדאנדע בלוט טעסטן און מ'זעהט נישט א וועג ארויס פונעם שוואכקייט, זאל מען נעמען א 'סעקאנס אפיניען' ד.ה. זעהן אנאנדער דאקטאר.

#רעד פון עקספיריענס

on the dot
-------------
פשוט'ער אידל האט געשריבן:...דער עולם דארף זיך אויפוועקן און פאדערן פון אונזערע לאקאלע דאקטוירעם זיך צו לערנען דערוועגן...

...ס'נעמט צייט פאר די מעין-סטריעם חכמים וואס (מיינען אז זיי) ווייסן אלעס זיך צו לערנען איבער נייע זאכן וואס קומען ארויף.

ווערטס נישט נתפעל פון קיין דאקטוירים, גייט פאר א סעקענד אפיניאן און אפילו פאר א דריטע (און זאגטס נישט פאר דער דאקטער ווער דער ערטשע דאקטער איז, ווייל ער קען זיין, זיין פרענד); און דער עיקר, טראסטס ענקערע אייגענע אינסטינקטס (די פאציענטס אינסטינקטס) אויב עס איז אנדערש ווי דער דאקטערס.

איך רעד פון עקספיריענס.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

וואס האט ליים מיט ווייטאמין די?
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

מצלמה האט געשריבן:וואס האט ליים מיט ווייטאמין די?


ס'איז דא א באגריף וואס הייסט 'א משל'. :roll:
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

אין מאנרא מאנסי וכדומה איז אויך דא די טיק דעזיסעס
?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

SPUSMN האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש
[quote="ענדע צדיק! האט געשריבן:
...עס פעהלט זיך אויס נאך אסאך כח און עסקנים אין די מעדיצינישע פעלד וואס זאלן מאכן א מהפיכה סיי ביי אונז און סי ביי די דאקטורים...

וויאזוי מאכט מען א מהפיכה? ליים דעזיעז איז דאך נישט דער איינציגסטע פראבלעם.

איך רעד א מהפיכה אין וויסענשאפט און ריסערטש אויף די פראבלעם פון ליים דעזיז
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

יא, דאס איז זייער א ערנסטע און נישט צו באוואוסטע נושא, ביודעי ובמקירי, נאך ערגער, אז כמעט קיינע דאקטורים קען נישט דייאגנאזן ליים (מיט אדער אן זייטיגע זאכן), דעריבער, אויב עמיצער איז חושש אז ער ליידט דערפין, דארף מען פאר אלע קאסטן פראבירן צו קריגן אן אפוינטמענט ביי א דאקטער וואס פארשטייט דערצו.

ענדע, פליז קאנסולט יור לאקעל עסקן... ערנסט גערעדט, א עסקן איז דער וואס פראבירט צו טון פאר אנדערע, און אין דעם פאל קען (כמעט) יעדער זיין אן עסקן טו עי סערטעין עקסטענט, רעדט צו אייערע ארומיגע דערוועגן, פראבירטס רעדן צו אייער דאקטער דערוועגן, וכדו', ווי גרעסער די רודעריי און נאכפראגע וועט זיין, אלס שנעלער וועלן אונזערע דאקטורים זיך אריינטון דערין.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פון מיין זייט טוה איך דאס. נאך וואס א משפחה מיטגליד האט צוויי אהאלב יאר שרעקליך געליטן דערפון.

און שרייבן אין די אשכול איז א פארט דערפון.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

אַבּערוואַס האט געשריבן:

אין דעם פאל קען (כמעט) יעדער זיין אן עסקן טו עי סערטעין עקסטענט, רעדט צו אייערע ארומיגע דערוועגן, פראבירטס רעדן צו אייער דאקטער דערוועגן, וכדו', ווי גרעסער די רודעריי און נאכפראגע וועט זיין, אלס שנעלער וועלן אונזערע דאקטורים זיך אריינטון דערין.


RT

--

ODA, QUALITY, וכו' דארפן זיך אויפשארן די ארבל, זייערע דאקויטרעם זאלן זיך גיין לערנען, און מיטארבעטן מיט 'יש תקוה'. חוץ אויב זיי ווילן שטארק שטיצן PARECARE.
written using the Meshimer web filter
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

דער דאקטער פון PARCARE אין וומס"ב האט אנגעשריבן אנטיביאטיקס פאר מיין אינגעלע אויף לאנגע חדשים. איך וואלט זייער געוואלט א דאקטער א מומחה אין דעם פעלד פאר א סעקאנד אפיניען.

ווער ס'ווייסט פון א גוטן עקספיריענסד "טיק דאקטער", בפרט אידן פון אפסטעיט וואס זענען מער אויסגעשטעלט ,זאל ביטע מיטטיילן. (לכתחילה - וואס נעמט אן מעדיקעיד, פארשטייט זיך)

תזכו למצות.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

ס'מאכט סענס,וועגן די שטארקייט פינעם באקטעריע איז דאס נארמאל. למעשה שאדט נישט צו פרעגן, די ארגאנעזאציע יש תקוה איז ביי פאר די בעסטע אפציע אויף סיי וואס אין דער נושא, אפשר קומט טאקע דא צוריק אונז לאזן וויסן וואס זיי זאגן, און וואו איר זענט אנגעקומען, זאלן אנדערע אויך נהנה זיין.

א רפואה שלימה במהרה!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

עס איז מיר אויסגעקומען צו ארבייטן האנט ביי האנט מיט יש תקוה, ליידער איז די פאקט אז רוב דאקטוירים ווייסן ניטאמאל וואס צו טשעקן איבער "ליים דעזיס" ס'איז ממש א ווייטאג וויפיל מענטשן עס זענען דיאגנאזד געווארן נאכן גיין צו א געהעריגע אינפעקשאן דעזיס דאקטער.

די שטאב פון 'יש תקוה' איז איינס אין די וועלט, רעביצין קלוגהאפט האט מער קענטעניסן אין דעם פעלד ווי סייוואספארא דזשענעראל דאקטער וואס דינט דעם היימישן ציבור
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'הער זאגן אז יש תקוה האט אריינגעברענגט דעם דאקטער ביי פאראקעיר.

זייער זייטל www.yeshtickva.com/
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
דער דאקטער פון PARCARE אין וומס"ב האט אנגעשריבן אנטיביאטיקס פאר מיין אינגעלע אויף לאנגע חדשים. איך וואלט זייער געוואלט א דאקטער א מומחה אין דעם פעלד פאר א סעקאנד אפיניען.

ווער ס'ווייסט פון א גוטן עקספיריענסד "טיק דאקטער", בפרט אידן פון אפסטעיט וואס זענען מער אויסגעשטעלט ,זאל ביטע מיטטיילן. (לכתחילה - וואס נעמט אן מעדיקעיד, פארשטייט זיך)

תזכו למצות.


פון 'פריוואטע הודעה'.

איך דערמאן זיך יעצט אז ווען איך בין געגאנגען לערנען אין אר"י(שוין איבער 10 יאר צוריק) האט מיר דארט אנגעכאפט א שרעקליכע שוואכקייט פאר א לענגערע תקופה, איך בין געגאנגען צו א גרויסע ספעשעליסט דארט און ער האט עס דייעגנויזד אלס Csv למעשה ווען איך בין אהיים געקומען בין הזמנים בין איך געגאנגען צו דר' אדלער (אפיסעס אין ב"פ און וומסב"ג אויף יוס) האט ער עס אוועקגמאכט און געזאגט אז די בלאד טעסט ווייזט נאר אנטי באדיס נישט עקטיוו csv, און גענומען פרישע טעסטס און עס דייעגנויזד אלס מייקרא-פלעזמע איך געדענק נישט צו ער האט מיר געגעבן מעדיצין דעראויף,
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

גם אני מצטרף, ווייסט איינער וועגן א דאקטער (לכתחילה- איינער וואס נעמט מעדיקעיד) מיט מומחיות אין טיק מחלות?

אידן פון מאנרא מאנסי וואלטן געדארפט האבן דארט איינעם. נישט אזוי?
written using the Meshimer web filter
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”