עצות פאר א פארשטאפטע אויער

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

עצות פאר א פארשטאפטע אויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

האט איינער עצות אדער עפעס אן עקספיריענס מיט א פארשטאפטע אויער?
עס האלט שוין אן פאר אפאר טעג אין א צי, און שוין געווען ביים דאקטאר ער האט געמאכט א קלין אפ און געזאגט אז עס דארף אוועקגיין ביז א קורצע צייט. וואס מיינט א קורצע צייט?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

די שאלה וואספארא קלין אפ ער מאכט

ס'איז דא דאקטוירים וואס קלינען אויס און אויף די מינוט העלפט עס [לדוגמא גאלדשטיין(?) פון אשל], משא"כ אנדערע דאקטוירים וואס קלינען אבער נישט אינגאנצן

וואס הייסט ס'גייט אליינס אוועקגיין? ס'גייט נישט פון זיך אליינס

עצות?
פארשידענס, מ'האלט אן די נאז און מ'בלאזט אריין לופט (פארשטאנען? עפעס אזוי)

מ'גיסט אריין פארעקסייד און מ'לאזט עס באבלען א מינוט צוויי, 1-2 מאל א טאג, און ס'נעמט בערך אפאר טעג ביז ס'גייט אוועק אינגאנצן

ס'איז דא עפעס א וואקס אנגעשמירט אויף פאפיר וואס מ'לייגט עס אריין אין די אויער, מ'צינדט עס אן אויף די אנדערע זייט, און (מכלומרשט?) קלינט עס אויס די אויער [געהערט פון מענטשן אז ס'ארבעט וואונדערבאר און פון אנדערע אז ס'העלפט אינגאנצן נישט]

בשורות טובות!
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

געהאט די זעלבע כבין געגאנגען צו דר יאא פון קוואליט אין ער האט עס געזויבערט אויפן פלאץ
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

קבל את האמת האט געשריבן:געהאט די זעלבע כבין געגאנגען צו דר יאא פון קוואליט אין ער האט עס געזויבערט אויפן פלאץ

געגאנגען מיט איינעם, געקלינט אבער ס'איז נישט געווארן אויפגעשטאפט, אפשר ביז היינט מאכט ער עס שוין אויף אן אנדערן אופן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געווען פאראיאר בין כסא לעשור ביי א דאקטער אויף 101 בראודוועי אין וויליאמסבורג, ער האט געמאכט גאר א פיינעם דזשאב מיט א ספעציעלן אינסטרומענט, ב"ה א גאנץ יאר געווען פיין. יעצט הייב איך אן שפירן א שטיקל פארשטאפונג (מיר דאכט זיך אז עס קומט צוליב די באנגעלוי אטמאספערע, ווייל יעדן זוממער קומט עס צוריק) און מיר פלאנען א וויזיט ביים אויבנדערמאנטן דאקטער.
יונגע דור
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:49 am
לאקאציע: אין די היינטיגע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגע דור »

איך פלעג אויך ליידן פון אזא ענליכע פראבלעם ספעציעל נאכן אראפקומען פון א פליגער און עס פלעגט קענען אנהאלטן איטליכע טעג.

יוראפ האט געשריבן:
עצות?
פארשידענס, מ'האלט אן די נאז און מ'בלאזט אריין לופט (פארשטאנען? עפעס אזוי)


אויספראבירט און עס ארבעט

יוראפ האט געשריבן:ס'איז דא עפעס א וואקס אנגעשמירט אויף פאפיר וואס מ'לייגט עס אריין אין די אויער, מ'צינדט עס אן אויף די אנדערע זייט, און (מכלומרשט?) קלינט עס אויס די אויער [געהערט פון מענטשן אז ס'ארבעט וואונדערבאר און פון אנדערע אז ס'העלפט אינגאנצן נישט]

בשורות טובות!


עס איז היינט איליגעל צו פארקויפן אין אמעריקע און טאקע ווייל מען האט אויסגעטראפן אז עס איז געווען א פלעינע שווינדל. און די אלע וועם עס האט "געהאלפן" זענען נעבעך געבליבן מיט די צינג אינדרויסן.
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

בויבעריקער האט געשריבן:האט איינער עצות אדער עפעס אן עקספיריענס מיט א פארשטאפטע אויער?
עס האלט שוין אן פאר אפאר טעג אין א צי, און שוין געווען ביים דאקטאר ער האט געמאכט א קלין אפ און געזאגט אז עס דארף אוועקגיין ביז א קורצע צייט. וואס מיינט א קורצע צייט?

למעשה בין איך צוריק געגאנגען צום דאקטאר זאגט ער אז ער זעהט א אויסערליכע אויער אינפעקשאן, געגעבן טראפן און ביז צוויי טאג איז עס טאקע ב״ה אוועק.
Efroiach
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

לעצטענס לייד איך יעדע שטיקל תקופה אז מיין אויער ווערט פארשטאפט דורך די וואקס, איך בין שוין געווען ביים לאקאל דאקטאר ער קליענט עס אויס איינס צוויי, אמאל אמאל מאכטס זיך אז איך האב אן אינפעקציע אויך אבער נישט פון דעם וויל איך רעדן, מיין שאלה דא צום עולם פארוואס געשעהט עס אזוי אפט? איז דא עפעס וואס איך ווירטשאפט אן עפעס נישט גוט? לויט די אנווייזונגען פון דאקטאר שטעק איך קיינמאל אריין צו טיף א קיו-טיפ וואס זאל דאס קענען צוברענגן. איך גלייך נישט צו גיין צום דאקטאר אזוי אפט.....
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

דיין אויער קראצט דיר לעצטענס? דאס קען מיינען עקזימע אין די אויער, און די הויט שיילט זיך צוליב דעם.

ווען עס פארשטאפט זיך יא קענסטו עס אליינס קלינען, נעם א סירינדז וואס מען ניצט צו געבן מעדיצין פאר קינדער, בעסער איז אז די קויפסט א גרעסערע, נעם אריין דערין ווארעם וואסער און שיס עס אריין מיט קראפט אין אויער, האלט בשעת דעם די אויער געבויגען אויף אראפ אז עס זאל גלייך ארויסרינען.
Efroiach
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

לכבוד ר׳ הבוחר בטוב

ב״ה ס׳האט גארנישט מיט הויט צו טוהן, פארדעם האבעך געשריבן וואקס...

די עצה וואס דו גיבסט האסטו שוין פרובירט? אדער דו ווייסט איינער וואס האט עס געטוהן (חוץ די דאקטאר)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ביטע שפריץ נישט אריין קיין וואסער אין די אויער! איך קום שוין פון דארט! עס האט מיר געקאסט אסאך שעה אין שפיטאל און א וואך-צוויי מיט אויערן ווייטאג

איך לייד ליידער אויך אויף אן איבערפלוס פון אויערן-וואקס, איך גיי צוויי מאל א יאר צו א פראפעסיאנאלע דאקטער (אויף 101 בראודוועי אין וויליאמסבורג) וואס רייניגט עס בחנם (אויפן פעטערס חשבון), עס טוהט ב"ה גארנישט וויי און ער מאכט א גוטן דזשאב.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

הבוחר בטוב האט געשריבן:דיין אויער קראצט דיר לעצטענס? דאס קען מיינען עקזימע אין די אויער, און די הויט שיילט זיך צוליב דעם.

איז שייך עפעס צו טון דערוועגן? מיין אויער קראצט אגאנצען טאג וואס קען זיין די עצה(חוץ Q-TIPS וואס מאכט עס נאר ערגער)?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
Efroiach
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

הרב לכאורה

דאס איז די איינציגסטע עצה וועגן איבערפלוס פון אויער-וואקס? און אויב ווילעך נישט באזוכן דעם דאקטאר יעדע האלבע יאר?
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

לכאורה האט געשריבן:ביטע שפריץ נישט אריין קיין וואסער אין די אויער! איך קום שוין פון דארט! עס האט מיר געקאסט אסאך שעה אין שפיטאל און א וואך-צוויי מיט אויערן ווייטאג

איך לייד ליידער אויך אויף אן איבערפלוס פון אויערן-וואקס, איך גיי צוויי מאל א יאר צו א פראפעסיאנאלע דאקטער (אויף 101 בראודוועי אין וויליאמסבורג) וואס רייניגט עס בחנם (אויפן פעטערס חשבון), עס טוהט ב"ה גארנישט וויי און ער מאכט א גוטן דזשאב.

איך לייד אויך דערפון, און אייביג קראצט די אויער שטארק,
איך גיי צי Dr Shakoohi און ער קלינט עס אויס מיט א שפריצער און פראקסייד,
וואס טוט דע דאקטער אויף בראדוועי בעסער?
געווענטליך א חודש נאכן קלינען איז עס שוין צירוק ווי פארדעים, וואס קען מען טוהן עס זאל נישט צירוק קומען?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין שוין געווען ביי דר. שאקוהי אויך, איך בין אמאל דיזי געווארן ווען זיי (כ'מיין א נורס) האבן מיר אריינגעשפריצט אין אויער. יענער דאקטער (לעוויטאן) מאכן עס עפעס אויסטערליש דעליקאט, מען שפירט ממש גארנישט.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

איך גיס אריין אין די אויערן יעדע שטיק צייט א דעקל peroxide כ'לאז עס אזוי (מיט די קאפ אויף די זייט/ליגענדיג אויף די זייט) פאר בערך 3-4 מנוט, ופלאות עושה!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכתב »

נגיד האט געשריבן:איך גיס אריין אין די אויערן יעדע שטיק צייט א דעקל peroxide כ'לאז עס אזוי (מיט די קאפ אויף די זייט/ליגענדיג אויף די זייט) פאר בערך 3-4 מנוט, ופלאות עושה!



ווי אפט קומט עס צוריק? איז דא אן עצה צו פטור ווערן אינגאנצן דערפון? איינער פון מיינע קינדער ליידן שטארק דערויף, און איך זיך שוין לאנג א לעזונג.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: עצות פאר א פארשטאפטע אויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

ס'איז מיר היינט אריין זייף ביים שאווער אינעם אויער. ס'פילט זיך אביסל פארשטאפט. לוינט זיך אריינצוגיסן פראקסייד? לויט WebMD טאר מען נישט לאזן קיין וואסער ליגן אינעם אויער ווייל ס'ברענגט אינפעקציעס.

די זייף איז שוין ווארשיינלעך פארטריקענט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”