בלאט 1 פון 1
טשילס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 2:24 am
דורך 3x0
וואס איז דאס טשילס?
איך ווייס פינקטליך וואס דאס איז, איך האב עס יעצט געהאט, פארוואס באקומט מען די מאדנע פילינג ווען מען טוט די געוויסע זאכן וואס ברענגן עס? קען מען זיך אפגעוויינען דערפון?
(ביטע נישט פארדרייען די אשכול, יישר כח.)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 6:25 am
דורך קרעזי
פארשער האבן שוין דורכגעטון די טעמע, און ביזדערווייל איז נישט דא קיין קלארער ענטפער.
אט נאדיר א לינק, און לייען:
http://www.sound101.org/horriblesound.p ... ingernails
לויט ווי זיי זאגן זענען די פארשער צוגעקומען צו א דוחק תירוץ, אי תיקו און חצי אוקימתא. די פראגע בלייבט צו ווערן פארענטפערט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:46 pm
דורך קרעמער
בלויז בליקנדיג אויפן קעפל פונעם אשכול האבן זיך מיר די פינגער נעגל אינסטינקטיוו איינגעקורטשעט צו זייערע גרונטן אינמיטן האנט-פלאך אנטלויפנדיג פון אן אנקומענדיגן טשילס-צונאמי פון וואס איך לייד לעצטנס אויף אן אומגעהויערן פארנעם. איך וועל שטארק דאנקבאר זיין די וואס קענען געבן עצות דערקעגן.
יא, איך בין דער וואס שערט זיך די נעגל בלויז איינמאל אין צוויי וואכן, כדי איבערצוהיפן כאטש איין שבת'דיגע גע'טשיל'עכץ, און ווען איך שנייד זיי שוין יא אפ, שטיי איך פון לכה דודי ביז ויתן לך מיט א פויסט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:11 pm
דורך שוועמל
אוי קרעמער קרעמער לעבן... ווי זיס דו בריינגסט דאס ארויס בצחות לשונך "יא, איך בין דער וואס שערט זיך די נעגל בלויז איינמאל אין צוויי וואכן, כדי איבערצוהיפן כאטש איין שבת'דיגע גע'טשיל'עכץ, און ווען איך שנייד זיי שוין יא אפ, שטיי איך פון לכה דודי ביז ויתן לך מיט א פויסט."
איך לייד דעם זעלבן פראבלעם נאר נישט דוקא פון נעגל נאר פון די זייף און שאוער [זעהט אויס צו פיל וואסער] פרייטיג נאכמיטאג אזש איך האב אנגעהויבן גיי אין שאוער פרייטיג צופרי כדי נישט צו ליידן פון דעם 'פארמאכטן פויסט' סינדראם אום שבת קודש.
איך פלעג עס האבן ווען מיין טיטשער האט געשריבן מיט טשאולק אויפן בלעקבארד... .... יויייפזסזזזזזסזס ס'טטטטטשילטטטטטטט.
לגבי עצם הטשילס, איז דאס א פיהלינג איינס פון די חושים פונקט ווי עקלדיג וועא"מ ווען דו עסט יענץ פארשטיין וועט דיר דאס אויך לייכטער ווערן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:20 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער, און וואס איז פשט אז א גאנצע וואך שטייסטו מיט די הענט ארויף נעבן די תפלין? די נעגל שניידט מען דאך פרייטאג, אניין? (אל מעלת כבוד האייניקל הנכבד: איך רעד נישט צו דיר)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:44 pm
דורך לחיים ולברכה
יוי שוועמל, דערמאן מיך נישט פון די טשאולק אויפ'ן בל......... הההההההער אויף דארט........... יוי.........
אבער ווייסן ווייסעך אויך נישט וואס דאס איז, און אויב סיפארהאן אנייצע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:17 pm
דורך הרוצה בעילום שמו
ווייסט איינער אויב איז מעגליך צו באקומען טשילס ווען די הענט אדער די פיס שלאפט? (איך קען מיר נישט דערמאנען אויב אין חדר ווען מיין פוס פלעגט שלאפן און די טיטשער פלעקט שרייבען מיט די גראבע ווייסע טשאק אויב עס האט גע'טשיל'ט, אויב איינער דערמאנט זיך ביטע פארציילען)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:42 pm
דורך קרעמער
דאס איז די קוריאזסטע חקירה פון תשס"ח!
האסט מיר געמאכט לאכן ביז טשילס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 12:13 pm
דורך יעקב אלי בראך
און אנדערע האבן די טשילס, ווען מ'קייעט זילבער-פאפיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 3:01 pm
דורך נאטורליך
און אנדערע ווען מען שניידט אריין אין די ווייסע הארטע פאום. ווען איינער ווייסט דעם תירוץ לאמיר דערנאך הערען פארוואס מען געניצט ווען מען איז שלעפעריג אדער ווען מען זעהט א צווייטען געניצען.
איך האב אמאל געזעהן ווי א רבי זיצט אויבען אן און טוט א געניץ, תיכף האט דער גאנצער ציבור ארום זיך גענומען געניצען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 3:15 pm
דורך פאטאקי08
פאטאקי, ער האט גארנישט געזאגט, ביטע נישט אריינרעדן סתם אזוי.
בתקוה להבנה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 4:52 pm
דורך אלעקסיי
טשילס ביי זילבער פאפיר איז נאר ווען האט פילינג'ס אין די ציינער כמבואר למבינים
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 12:14 am
דורך מעסטערמיינד
מיינע חברה פלעגן הנאה האבן צו קראצן מיט א דזשילעט אויפן גרויסן אייזערנעם פאסט קעסטל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:04 am
דורך cano
נאטורליך האט געשריבן: ווען איינער ווייסט דעם תירוץ לאמיר דערנאך הערען פארוואס מען געניצט ווען מען איז שלעפעריג אדער ווען מען זעהט א צווייטען געניצען
ווען מען איז שלעפעריג, אטעמ'ט מען שווערער, 'מילא עפענט זיך דער מויל אויף אינגאנצען, דאס איז איינע פון די אום קאנטראלבארע מוסקעל'ס, (כידיע ליודעי פרק יומען באדי)
און דאס וואס מען זעהט, מאנכע גענעצען ווען אנדערע ווערען געזעהן און א געהנעצינג פאזישען, דאס איז געוואנדען לויט די מאס רחמנית געפילען וואס דער צוקיקער פארמאגט, דוק ותשק"ך, קיק עס נאך, אבער טאמער שטימט עס נישט, פארגעס וואס איך האב דיר געזאגט.
און אנדערע ווערטער: איך געדענק נישט וואו איך האב עס געליינט, צו אויף טראסטברע פאפיר. אדער גאר און די מעלות והדומה לו.
יא איך האב פארגעסען, און פאר איך הער: פרעגט, וואס פארא לו, וועל איך ענטפערען לו מיט א למ"ד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:25 am
דורך cano
אוי ויי פאר איך פארגעס, לאמיר צוריקדרייען דעם אשכול צו געהההההנעעעעעעעעעצעעעעעען, ובחדי מחתה, און די זעלבע צייט וויל איך עצה'ן די מנהלים, אוועקצושארען די צוויי תגובות, מיינס, מיט נאטורליך, צו א נייע נושא, ווייל סכ"ס איז דאך עס א אנדערע נושא.
און ואחר קח, און דערנאך נעם אראף די תגובה, ווייל עס איז שוין נישט נוגע.