א באהאלטענע מתנה - ADHD

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

א באהאלטענע מתנה - ADHD

תגובהדורך א שטולער בחור » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 1:44 pm

א באהאלטענע מתנה
אריינפיר

מיט עטליכע יאר צוריק האב איך זיך אפגעגעבן מיט א בחור'ל וואס האט געהאט פראבלעמען מיט'ן לערנען. אין איינעם פון די טעג האב איך באזוכט מיט'ן תלמיד מיינעם ביי א חשוב'ן ראש ישיבה, א מומחה אין די ענינים. ווען מיר האבן געענדיגט באהאנדלען די שוועריקייטן פון דעם בחור, האט דער ראש ישיבה אים געבעטן צו ווארטן אינדרויסן ווייל ער וויל רעדן מיט מיר פריוואט א פאר מינוט. איך בין געווען זיכער אז ער וויל מיר זאגן עפעס איבער'ן בחור וואס ער וויל נישט אז דער מדובר זאל הערן, אבער צו מיין שטוינונג האט ער אנגעהויבן רעדן איבער גאנץ אן אנדער נושא. א נושא איבער וועלכן איך האב קוים געהערט ביז דאן, און אודאי נישט גע'חלומ'ט אז עס האט מיט מיר א שייכות. דער שמועס האט געטוישט מיין לעבן אויף אייביג.

"איך וויל דיר עפעס זאגן," האט דער ראש ישיבה ליבליך אנגעהויבן. "פארהאן מענטשן וואס זענען מער אימפולסיוו ווי געווענליך. זיי האבן א נאטורליכער, אינערליכער שטופ צו זאגן אדער טון זאכן נישט איבערגעטראכט, נאר לויט וואס קומט זיי אויפ'ן געדאנק אויף דער רגע. די מענטשן זענען געווענליך פול מיט ענערגיע און חיות, נאר זיי ווייסן נישט ווי אזוי עס צו באלאנסירן מיט ישוב הדעת. ווען ס'פאלט זיי איין צו טון אדער זאגן עפעס, שפירן זיי אז ס'מוז 'שוין' אויסגעפירט ווערן.

"אזעלכע מענטשן פאר'חלום'ען זיך אפט און ווערן פארזונקען אין א קייט פון מחשבות איבער אלץ און איבער גארנישט. זיי האבן שוועריקייטן זיך צו קאנצענטרירן אויף איין ענין, טראכטן רואיג איבער א נושא און צולייגן קאפ. אויב זיי שטרענגען זיך נישט ספעציעל אן, וואנדערט דער מח אוועק פון דער נושא. ווער רעדט נאך אויב עס זענען דא דרויסנדיגע שטערונגען, דאן איז זיי ממש אוממעגליך זיך צו קאנצענטרירן.

"די מענטשן קענען זיין זייער קלוג," האט דער ראש ישיבה פארגעזעצט. "אפטמאל זענען זיי פיל מער טאלאנטפול ווי דורכשניטליך, ווייל די סארט אייגנשאפטן, אן ענערגישער מח און א מעגליכקייט צו גיין פון איין זאך צו דער צווייטער אן א שטער, קומען האנט אין האנט מיט נוצליכע כשרונות און אריגינעלער שעפערישקייט. דער פראבלעם איז נאר אז ווען עס קומט צו סיטואציעס וואו עס פארלאנגט זיך א נאכאנאנדיגע קאנצענטראציע, אדער א רואיגע, געלאסענע קאפ, ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן.

"די גוטע נייעס איז," האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, "אז היינט הערשט א ברייטער פארשטאנד דערוועגן ביי עקספערטן. אין דער פראפעסיאנעלע וועלט ווערט עס אנגערופן 'אטענטשאן דעפיציט דיסארדער' (מאנגל אנצוהאלטן קאנצענטראציע), אין ראשי תיבות ADD (אדער ADHD), און ס'איז דא הילף פאר די מענטשן זיך צו ספראווען מיט זייערע שוועריקייטן און ארויסברענגען דעם מאקסימום דורך זייערע אייגנארטיגע כשרונות."

בשעת דער ראש ישיבה האט אויסגע'משל'ט די אייגנשאפטן בין איך ממש אונטערגעשפרונגען פון מיין בענקל. אהא! הייסט עס אז ס'איז דא א נאמען פאר די פראבלעמען מיט וועלכע איך מוטשע זיך שוין איבער דרייסיג יאר!

דער ערפארענער מחנך האט קענטיג דערשמעקט אויף מיר אז איך בין מעגליך נאך איינער פון די טויזנטער א.ד.ד. ליידנדע. מען האט נישט געדארפט זיין קיין גרויסער עקספערט צו זען אז איך האב אומגעהויערע שוועריקייטן זיך צו האלטן רואיג און קאנצענטרירן מיין מח אויף וואס מען רעדט. בשעת ער אדער דער בחור האט גערעדט, האב איך זיי כסדר איבערגעהאקט, און רוב מאל איז עס געווען לאו דוקא מענין לענין באותו ענין... ווען ער האט מיר יעצט געפרעגט צווישן פיר אויגן פשט דערפון, האב איך זיך אויסגערעדט צו אים איבער מיין שטענדיגער אומגעדולד אויסצוהערן א צווייטן און לאזן יענעם אויסרעדן. און אויף דעם איז געקומען די לענגערע ערקלערונג, וואס איז שפעטער באשטעטיגט געווארן דורך דאקטוירים.

דאס איז שוין אן אלטע מעשה. פון ווען איך בין געווען א יונג קינד האב איך גענאסן פון א גוטער שטאנד אין כתה, זייענדיג פון די מצוינים ביים לערנען. איך בין אויך געווען באוואוסט מיט מיינע ווילדע שטיקעס, וועלכע האבן מיר קונה געווען אלע סארטן שאנד טיטלען ביי מיינע מחנכים און באקאנטע. איך האב שוין דאן געשפירט אז מיין מח ארבעט צו האסטיג און ווערט אויך שנעלער געשטערט. איך האב ליב געהאט צו ארבעטן פלייסיג און אויפטון אויפ'ן מאמענט, אבער איך האב זיך שווער געקענט האלטן רואיג אין אן אנגעשטרענגטע צייט. איך פלעג ווערן גאר שנעל לאנגווייליג. ווארטן אין א רייע אדער זיך האלטן רואיג ווען א צווייטער האט שוועריקייטן צוצוקומען צום ווארט איז מיר געווען אן אפקומעניש. איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון זאגן וואס איך טראכט אויף דער סעקונדע.

מער ווי אלעס האט מיר געשטערט אין טאג טעגליכן לעבן דער איבערפלוס פון ענערגיע. איך האב געפילט ווי דאס לעבן לויפט אן קאנטראל, ווי א פערד אין ווילדן גאלאפ. איך האב זיך געשפירט ווי געטריבן פון אן אינערליכער כח וואס האט מיר נישט געלאזט אויספירן מיינע אויפגאבן רואיג און שטיל. איך האב געהאט אן אומגעהויערער חשק צו נייע זאכן, א התלהבות צו געניאלע איינפאלן, א דראנג פאר אוואנטורעס, און איבערוועלטיגנדע געפילן ביי איבערראשנדע אדער שווערע פאסירונגען אין לעבן.

מיינע נאטורן זענען מיר געווען א טאג טעגליכער שטער. איך האב זיך כסדר פארפלאנטערט אין אומאיבערגעטראכטע באמערקונגען וואס האבן מיר נישט געשאפן קיין כבוד. זיצנדיג מיט משפחה, האב איך געקענט אריינהאקן מיט עפעס וואס האט נישט קיין שום שייכות צום שמועס. ענדיגן אן אויפגאבע ביז'ן סוף, אדער מסדר זיין די צעפלויגענע ווירטשאפט אינדערהיים אדער ביי דער ארבעט, איז מיר געווען ביטער שווער. איך האב זיך אזוי אפט געפילט שלימזל'דיג, נאריש, אומגעלונגען אדער נאך ערגער, נישט וויסנדיג פארוואס.

דער גאנצער פאזל האט זיך יעצט צאמגעשטעלט. ווען איך האב דערהערט אז מיין פארגעסליכקייט און פארשפעטיגונגען זענען נישט צוליב אומ'אחריות'דיגקייט און אז מיינע איבערגעאיילטע שריט און אומבאלומפערטע באמערקונגען קומען נישט פון גאוה אדער טפשות, און פארשטאנען פון וואו דער פראבלעם נעמט זיך און אז מען קען עס באהאנדלען, האב איך ענדליך געקענט ארויסשלעפן מיין זעקל שולד געפילן וואס איך האב געהאלטן פארשטופט אין הארץ זינט מיין יוגנט און כסדר אנגעפילט, און איך האב אנגעפאנגען זיך אליין מוחל צו זיין מיינע 'עבירות', זיך פארגעבן אויף זאכן אויף וואס איך האב כסדר פארגאסן מיין אייגן בלוט ביז איך האב פארלוירן יעדעס ביסל זעלבסטשאץ און זעלבסטווירדע. ווי מער איך האב געלערנט איבער דער נושא, אלץ מער האב איך געשפירט ווי מיין לעבן ווערט צוריקגעשטעלט אויף די ריכטיגע רעלסן.


ADHD מה זה?
א.ד.ד. ווערט דיאגנאזירט דורך דריי הויפט סימפטאמען:
1. אימפולסיווקייט – טון זאכן ספאָנטאַן, אן אריינטראכטן. איידער מען קען איבערקלערן אויב עס לוינט זיך אדער נישט, איז שוין לאחר המעשה. דער רויטער לאמפ וואס יעדער מענטש האט אין מח זיך אפצושטעלן א וויילע פאר'ן טון עפעס איז ביי זיי האלב אויסגעלאשן. זיי זענען דעריבער מער עלול צו באגיין טעותים, זאגן אומריכטיגע ווערטער, און טון זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון נאכ'ן טראכטן א רגע.
2. קאנצענטראציע. א.ד.ד. ליידנדע האבן פון איין זייט א קורצער כח הריכוז, וואס מאכט זיי שווער זיך צו קאנצענטרירן אויף זייער ארבעט במשך א לענגערע צייט. זייער מח וואנדערט כסדר מענין לענין שלא באותו ענין. זיי כאפן אויף אלעס וואס טוט זיך ארום זיי, און זייער קאנצענטראציע ווערט שנעלער געשטערט פון דרויסנדיגע זאכן. דאס ברענגט אפטמאל א פארטראכטקייט און פארשלאפנקייט.
פון די צווייטער זייט, ווען עס געלונגט זיי יא זיך צו קאנצענטרירן, איז זיי שווער צו טוישן פון איין זאך צום צווייטן. ווען עפעס אינטערעסירט זיי זייער שטארק, ווי א בוך אדער באליבטער פראיעקט, פארטיפן זיי זיך דערין מיט א גאר שטארקע קאנצענטראציע און הערן בכלל נישט וואס עס טוט זיך ארום זיי.
3. אומרואיגקייט – שוועריקייטן איינצוזיצן און זיך שפירן רואיג אן דעם וואס דער מח זאל ארבעטן ווי אויף שרויפן. ביי פרויען איז די אומרואיגקייט געווענליך נאר אין מח, אבער מענער קענען פאקטיש זיין הייפער-אקטיוו און איבערגעפילט מיט ענערגיע. דאס שטופט זיי צו טון עפעס, ווי באטאפן אלעס וואס זיי זעען, שאקלען מיט די פיס אדער פויקן אויפ'ן טיש, און קען אויך ברענגען שלאפלאזיגקייט.
א.ד.ד. איז ווי פירן א שנעלע קאר וואס מען קען נישט אפשטעלן. צומאל ווערט די קאר איבערגעהיצט פון פארן אזוי שנעל, עס נעמט זיך דרייען און דעם דרייווער שווינדלט אין מח, אבער אן קאנטראל אויפ'ן ברעיק איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן אן עקסידענט.

א.ד.ד. ליידנדע פארמאגן געווענליך טייל אדער אלע פון די פאלגנדע שטריכן:
מעלות:
* אסאך טאלאנטן (געווענליך באהאלטן, אדער נישט אויסגענוצט, ביז'ן געוואויר ווערן וועגן א.ד.ד. און עס אדרעסירן).
* אריגינעלקייט, אייגנארטיגע חידושים און בליציגע איינפאלן.
* א חוש פאר הומאר.
* א שפע פון ענערגיע – גרייט אריינצולייגן מער כוחות צו עררייכן עפעס וואס זיי ווילן שטארק.
* גוטהארציגקייט און ווארעמקייט - זייער צוגעבונדן צו זייערע נאנטע.
* עמפינדליכקייט (סענסיטיוו).
* געטריישאפט.
* ענטוזיאזם - התלהבות אין זאכן וואס אינטערעסירן זיי שטארק.
* הויכע שאיפות.
* געוואגטקייט.
* צוטרוי.
* נוח לרצות - גרינג מוחל אויף עוולות.
* א טיפערער בליק אויפ'ן לעבן בכלליות.
* כאפן זיך שנעל צוריק נאך א דורכפאל.

(---)

די שטאפלען פון באהאנדלונג
ווען מען ווערט דיאגנאזירט מיט א.ד.ד., דארף מען נעמען אין באטראכט אלע מעגליכע באהאנדלונגען. מעדיצין אדער אן אנדער איינצלנער שריט איז געווענליך נישט גענוג. וויבאלד א.ד.ד. ווערט נישט אויסגעהיילט און פארשוואונדן, נאר דארף כסדר באגלייט ווערן מיט'ן ריכטיגן פארשטאנד, איז כדאי איינצוטיילן דעם באהאנדלונג פלאן אין באזונדערע שטאפלען, ווי פאלגנד:

1. דיאגנאזע. דאס ערשטע און וויכטיגסטע איז א גרינטליכע דיאגנאזע וואס באצייכנט גענוי די שוואכקייטן און נאטורן פון דעם באטרעפנדן. דער ליידנדער האט שוין מעגליך לאנג פארגעסן אז ער האט עפעס גוטס אין זיך, און צומאל פארלוירן האפנונג מצליח צו זיין אין לעבן. ער איז שוין זאט פון דורכגעפאלענע הייל-מיטלען און אונטערנעמונגען. די בשורה אז זיינע שוועריקייטן האבן א טיפערער גורם בלאזט אריין א פרישע חיות און האפנונג אין דעם צובראכענעם נפש. מען דארף זיכער מאכן ביי פראפעסיאנעלן אז די דיאגנאזע איז ריכטיג און פולקאם, דהיינו, עס נעמט אריין אויך אנדערע מעגליכע פראבלעמען אינעם בילד. די דיאגנאזע דארף אויך באטראכטן די באגראבענע טאלאנטן און פאטענציעלע שטארקייטן, וואס איז פון די וויכטיגסטע תנאים צו אן ערפאלגרייכע באהאנדלונג.

וויבאלד איר ווייסט אז דאס איז א.ד.ד., זייט משלים דערמיט און נעמט זיך ארבעטן למעשה. זיך באשולדיגן און קריטיקירן איז סם המות. הקב"ה האט אייך געגעבן דעם נסיון און די כוחות זיך צו שטארקן דערויף, און מיט אפטימיזם און די ריכטיגע הילף וועט איר עס בעז"ה צום סוף אויסנוצן צום גוטן.

2. וקנה לך חבר. עס איז וויכטיג צו האבן א נאנטער קשר מיט א פארשטענדליכער חבר אדער מורה דרך אויסצוהערן, ווייזן מיטגעפיל און פארשטענדעניש, און מחזק זיין דורכאויס דעם פראצעדור. אויב יענער קען נאך ארויסהעלפן בארואיגן און אויסקלארן די ברויזנדע געפילן און מחשבות, שפירט מען זיך נישט אזוי אליין און פארלוירן. עס איז וויכטיג צו האבן א מענטש וואס וועט אייך מוטיגן צו פרובירן נייע זאכן און זוכן לימודים און באשעפטיגונגען צו וועלכע איר האט א געפיל, כדי איר זאלט קענען אויסנוצן די טאלאנטן. א פראפעסיאנעלער טעראפיסט איז צומאל דער בעסטער קאנדידאט פאר אן ערוואקסענעם. און אודאי זאל מען נישט פארגעסן פון דעם טאטן אין הימל צו וועמען מען קען זיך שטענדיג אויסגיסן דאס הארץ.

פאר קינדער דארף מען אפטמאל דינגען א פריוואטער מלמד וואס זאל זיין ווארעם און צוגעלאזן, צו וועמען דאס קינד זאל זיך קענען פריי אויסדריקן. אבער דאס וויכטיגסטע פאר'ן קינד איז געטרייע, ליבליכע עלטערן. קינדער מיט א.ד.ד., ווי קלוג זיי זאלן נאר זיין, כאפן נישט אויף די אנגענומענע געזעלשאפטליכע כללים. די אויפגאבע ליגט אויף די עלטערן דאס אויסצולערנען מיט געדולד און פעסטקייט.
4. לערנען. צו באהאנדלען א.ד.ד. דארף מען זיך אויסלערנען ווי אזוי צוצופאסן די אייגענע נאטורן צום טאג טעגליכן לעבן. וואס מער מען לערנט און מען ליינט איבער א.ד.ד. און ווי אזוי עס ווירקט אויפ'ן לעבן, אלץ מער קען מען באזייטיגן די שטערונגען צו א נארמאל לעבן.
5. מהלך החיים. זעט אויסצושטעלן אייער לעבן אזוי אז די א.ד.ד. זאל האבן די קלענסטע ווירקונג אויפ'ן סדר היום, אין חדר, אין כולל, אדער ביי דער ארבעט. נוצט די פאלגנדע געדאנקען און עצות, און זוכט אייגענע מהלכים אויסצושטעלן דעם טאג לויט אייערע כשרונות.
6. מעדיצין. ווען מעדיצין איז נויטיג - און נאר דאן - קען עס ברענגען בעז"ה וואונדערליכע רעזולטאטן. שוינט נישט קיין צייט צו זוכן א גוטער דאקטאר צו דיאגנאזירן און צופאסן די ריכטיגע מעדיצין.

עצות און הדרכה פאר ערוואקסענע
עס זענען פארהאן גאר וויכטיגע שינויים וואס א.ד.ד. באטרעפנדע מוזן מאכן אין זייער לעבן נאכדעם וואס זיי ווערן דיאגנאזירט:
* שלאפן. א.ד.ד. ליידנדע מוזן זיין גוט אויסגערוט צו פארמינערן די סימפטאמען, אבער רוב באקומען נישט גענוג שלאף. זיי בלייבן אויף צו שפעט צו ענדיגן דאס אומגעענדיגטע. אפילו געווענליכע מענטשן קענען ליידן פון א.ד.ד. סימפטאמען אויב זיי שלאפן זיך נישט גוט אויס. אפטמאל האבן א.ד.ד. ליידנדע שלאף פראבלעמען און מען דארף זיך ווענדן צו שלאף ספעציאליסטן.
* דיעטע. א באלאנסירטע דיעטע מיט ווייניג צוקער און סטארטש און מער פראטעין קען שטארק העלפן צו שטעלן דעם לעבן אויף די ריכטיגע רעלסן. צומאל איז דאס וויכטיגער ווי מעדיצין. פראטעין איז א וויכטיגער קוואל פון שפייז פאר'ן מח, און ווען מען עסט נישט געהעריג ווערט מען פון דעם אליין אומרואיג און אומפולסיוו. אמעגא 3 פיש אויל איז אויך בדוק ומנוסה פאר א.ד.ד., בעת שפייז פארב, עםעסדזשי, און אנדערע כעמיקאלן זענען סם פאר דעם.
* איבונגען. טעגליכע עקסערסייז איז א נאטורליכע מעדיצין פאר א.ד.ד. עס באלאנסירט די פראדוקציע פון די גינסטיגע כעמיקאלן אין מח. אפילו א פופצן מינוטיגער שפאציר א טאג קען אסאך ארויסהעלפן.
* סדר היום. א טעגליכער רוטין מיט'ן זעלבן סדר יעדן טאג פארמיידט צופלויגנקייט און צומישעניש. גיבט אכטונג נישט איבערצופילן דעם סדר היום, און זיך רעכענען מיט די שוואכקייטן פון א.ד.ד., ווי פארשלעפטקייט און לאנגווייליגקייט.
* חברותא. רוב א.ד.ד. ליידנדע – ריכטיגער, רוב מענטשן היינט –האבן נישט גענוג פאזיטיווע באציאונגען מיט מענטשן, א גוט ווארט, א שמייכל, א שטיקל חיזוק. דאס איז ספעציעל וויכטיג פאר א.ד.ד. ליידנדע וואס דארפן זיך ספראווען יעדן טאג מיט אזויפיל קריטיק און דערמאנונגען פון אנדערע. צו באקומען פאזיטיווע באמערקונגען, גיבט עס פאר יענעם. כמים הפנים לפנים כן לב האדם. ווען מען זוכט מעלות חברינו ולא חסרונם, קומט די געוואונטשענע רעאקציע אויף צוריק.
* טאגבוך. שרייבן קען ברענגען וואונדערבארע רעזולטאטן, אבער נישט יעדער קען עס טון, און אודאי נישט אן א שטארקער רצון אדער חיזוק פון אנדערע. דאס פאדערט צו גיין קעגן די נאטורן פון אומגעדולד און פארלוירנקייט, אבער נאך א צייט זעט מען בחוש ווי עס קלארט אויס די קאפ. זעצט זיך אראפ איינמאל א טאג, פארמיידט אלע שטערונגען, און שרייבט אפ אלעס וואס קומט אויפ'ן געדאנק במשך א שעה אין א צי: וואס איר האט געטון דעם טאג, די דורכפאלן און הצלחות, וואס איר האט געטון ריכטיג און וואס איר וואלט געטון אנדערש, און ווי אזוי איר ווילט זיך פארבעסערן אויף להבא. דאס צאמנעמען די מחשבות און אראפשרייבן ערפילט אסאך אויפגאבעס אין מח וואס פעלן פאר'ן א.ד.ד. ליידנדן.
לעצט פאראכטן דורך א שטולער בחור אום מאנטאג אוקטובער 06, 2014 1:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א *שטילער בחור כצ"ל

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 1:46 pm

ADHD ביי דער ארבעט

די קללה פון בזיעת אפיך תאכל לחם איז טיילווייז פארגרינגערט געווארן היינטיגע צייטן, אבער פאר'ן א.ד.ד. ליידנדן איז צו זיצן אין אפיס אריינגעטון אין דער ארבעט שעות ארוכות אין א צי שווערער ווי עבודת פרך. פאלגנד זענען עטליכע עצות וואס קענען ארויסהעלפן:

* קאנצענטראציע. שטעלט אויס דעם סדר היום לויט אייערע געברויכן. מאכט די נויטיגע הפסקות, ווי עסן, דאווענען מנחה אד"ג אינמיטן דער ארבעט, נישט פאר אדער נאך דער ארבעט. בכלל איז גוט בערך יעדע שעה צו נעמען א גלעזל וואסער אדער כאפן א קורצער שפאציר. בכלל איז גוט, ברוחניות ובגשמיות, צו פארמינערן די צייט אויף עלעקטראנישע כלים ווי ווייט מעגליך. בארואיגונגס מיטלען, ווי איינאטעמען טיף, קענען אויך צוהעלפן צו דער קאנצענטראציע.

* סדר. געוואוינט זיך צו מאכן יעדן צופרי א ליסטע פון אויפגאבעס און דערנאך אויספירן. אבער זייט רעאליסטיש. אלעס נעמט צייט! פארגרינגערט זיך מיט פראקטישע עצות און פראדוקטן, ווי פאלדערס, האלטערס אד"ג. געוואוינט זיך צו לייגן חפצים אויפ'ן זעלבן פלאץ יעדן טאג, צ"ב אויפהענגען דעם מאנטל יעדן טאג אין ביהמ"ד אויף איין באשטימטן הענגער. פארצייכנט אלע אפוינטמענטס אין א לוח, שטעלט אן א זייגער צו דערמאנען, אא"וו.

* רואיגקייט. זוכט צו פארמינערן אלע שטערונגען, ווי ארומיגע מענטשן אדער גערודער פון מאשינען, וואס קענען אייך גענצליך אויסשאלטערן פון דער ארבעט אזוי אז איר פארגעסט וואס איר האט צו טון. איידער איר הייבט אן ארבעטן, פארמאכט די טיר, לעשט אויס מוזיק (ספעציעל מיט ווערטער), פארלעשט דעם סעלפאן, און באשטימט א צייט ווען איר וועט צוריקרופן די וואס האבן אייך געקאלט. אין אזא "שטער-פרייע זאנע” קען מען אויפטוען טאפלט ווי געווענליך. טוט עס אפילו נאר איין שעה אין טאג.

* צילן. א.ד.ד. ליידנדע פירן אויס זייער ארבעט אמבעסטן ווען זיי שטעלן פאר זיך א ציל און דעדליין. זעט צו מאכן רעאליסטישע, קורץ-טערמיניגע צילן און שטרענגט זיך אן עס צו דערגרייכן. דאס וועט אייך מוטיגן צו שטייגן ווייטער. צוטיילט א גרויסער פלאן אין קלענערע טיילן כדי נישט צו פארלירן די קאנצענטראציע און געדולד אינמיטן. פלאנט נישט אויף דער ווייטער צוקונפט, נאר מאכט א ציל וואס איר ווילט אויספירן די וואך. ביים דערגרייכן, שטעלט א נייער ציל אויף דער קומענדיגער וואך. צ"ב, אנשטאט א גרויסארטיגער פלאן אוועקצולייגן 10,000$ א יאר, מאכט א ציל אוועקצולייגן 200$ יעדע וואך און לייגט עס אויף דער ליסטע פון וועכנטליכע פראיעקטן. אפילו פאר יעדן טאג באזונדער איז וויכטיג צו צוטיילן די אויפגאבעס אויף באשטימטע צייטן און טון נאר איין זאך אויפאמאל. נוצט א וועקזייגער צו דערמאנען ווען מען דארף גיין ווייטער.

* דעלעגירט קלייניקייטן. אויב מעגליך, נעמט אויף א מענטש וואס זאל טון די לאנגווייליגע ארבעט, ווי באהאנדלען בילס, חשבונות, מסדר זיין דעם אפיס, אד"ג. א שאד צו ווידמען אייער קאנצענטראציע פאר די קלייניקייטן ווען איר דארפט עס פאר וויכטיגערע געשעפטן.

* באשטימט צייט פאר פאסט און אי-מעילס. מען קען זיך אריינטון אין איין בריוו און אינגאנצן פארגעסן וואס מען האט צו טון. באשטימט א צייט צו באהאנדלען פאסט, מעסעדשעס אדער אי-מעילס וואס קענען ווארטן. איר קענט באשטימען א צייט וואס ענדיגט זיך אויטאמאטיש, צב"ש מען פארשפארט דעם בנין, אדער די באס קומט אן.

* עשה לך רב וקנה לך חבר. אויב שייך, זאל מען ארבעטן מיט א מסודר'דיגן און פונקטליכן פארוואלטער אדער מיטארבעטער וואס זאל אייך באגלייטן דורכאויס א פראיעקט פון אנהייב ביז'ן סוף.

* אנערקענט אייערע כשרונות. דער בעסטער וועג צו הצלחה איז צו ארבעטן מיט די אייגענע ג-ט-געבענטשטע טאלאנטן, און נישט זוכן אנצוקומען וואו מען קען נישט. דערגייט און אנטוויקלט אייערע פעאיגקייטן און טוט דאס וואס איז דאס בעסטע פאר אייער תכונת הנפש. א.ד.ד. ליידנדע האבן גענוג שוועריקייטן זיך צו האלטן ביי וואס זיי טוען ביז'ן סוף; צו טון עפעס וואס רעדט נישט צו זייער נפש, איז פאר זיי אומדערטרעגליך. וויבאלד זיי טרעפן אבער עפעס וואס זיי האבן יא א געפיל דערצו, ווערן זיי ענטוזיאסטיש און לעבהאפטיג און קענען ווייזן וואונדער מיט זייערע געוואלדיגע כוחות.

טובים השנים

ווי דערמאנט, איז א.ד.ד. א גרויסע מעלה און א גרויסער חסרון ביים גרינדן ביזנעסער און מוסדות. זייער ענערגיע, קוראזש, און מעגליכקייט צו טראכטן אויסער די גרעניצן ברענגט זיי א שטארקע הצלחה ביים עפענען א נייע ביזנעס, אבער גאנץ אפט טרעפן זיי זיך אין פראבלעמען. די קייט ציט זיך בערך אזוי:

1. דער באטרעפנדער קומט אויף מיט א גלענצנדער איינפאל, און ווארפט זיך אריין דערין עס אויסצופירן. די ביזנעס הייבט אן וואקסן.

2. נאך א יאר-צוויי דערגרייכט די ביזנעס א שטאפל וואו דער גרינדער דארף טוישן זיינע פליכטן. אנשטאט צו נוצן זיינע שעפערישע טאלאנטן צו שפרינגען, בויען, און אויפקומען מיט נייע געדאנקען, דארף מען יעצט א פעסטע און פארזיכטיגע האנט צו פירן די ביזנעס על מי מנוחות - כאראקטער שטריכן וואס דער גרינדער פארמאגט נישט.

3. די ביזנעס הייבט אן גליטשן. ארבעטערס ווערן פרוסטרירט ווייל זיי האבן נישט קיין גוטער פארוואלטער און באקומען נישט וואס זיי דארפן, און די פירמע פארט אויף רעדער אנשטאט צו שלאגן ווארצלען.
4. דא גייען רוב קליינע ביזנעסער באנקראט, ווייל דער געניאלער גרינדער קען געווענליך נישט פירן קיין ביזנעס.

עס איז טראגי-קאמיש אז אזויפיל מענטשן מיט די זעלבע נאטורן מאכן דעם זעלבן טעות. זיי זענען צוגעבונדן צו דער ביזנעס וואס זיי האבן אויפגעשטעלט מיט בלוט און שווייס, אבער יעצט דארף מען אויפנעמען א רואיגן, מסודר'דיגן מענטש אנצופירן די טעגליכע ארבעט איידער דער מצב גייט אריין אין כאאס. ווען דער גרינדער מאכט פלאץ פאר א פארוואלטער, בלייבט ער פריי אויסצופירן די אויפגאבעס וואס זענען פאסיג פאר אים: דינען אלס ראטגעבער, שאפן נייע קונדן און פראיעקטן, און פירן די ביזנעס צום נעקסטן שטאפל.

אסאך ביזנעסער זענען מצליח ווען זיי ווערן געגרינדערט און געפירט דורך צוויי שותפים, איינער אן ענערגישער א.ד.ד. טיפ, און דער צווייטער א געלאסענער, פארזיכטיגער טיפ. סדר און חשבון זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי טאלאנטן און שעפערישקייט.

ביי א נייעם פראיעקט מוז מען געדענקען אז כדי צו קענען בעז”ה מצליח זיין לאורך ימים טאר מען זיך נישט אליין געטרויען, נאר מען זאל אויפנעמען מענטשן מיט פארקערטע נאטורן און זיי איבערגעבן טייל פון די אויפגאבעס און אויטאריטעט, אפילו מען איז קלוגער, שנעלער, און געלונגענער ווי יענעם. עס איז אפטמאל שווער צו טון, אבער דאס איז למעשה די שליסל צו הצלחה. דאס איז נישט נאר נוגע ביי ביזנעס, נאר ביי יעדער גרויסער אונטערנעמונג איז וויכטיג צו נעמען א שותף וואס זאל האבן א חלק אין פאסן קריטישע באשלוסן.

צו פארמיידן דורכפאלן, ווארט א פולער מעת לעת פאר'ן אויספירן א וויכטיגער באשלוס. אזוי לאנג נעמט געווענליך איינצושטילן דעם אימפולסיוון דראנג. עס איז אפטמאל זייער שווער זיך צוריקצוהאלטן פון צוענדיגן דעם געשעפט, און דער שעפערישער א.ד.ד. מח קומט אויף מיט גאנצע חשבונות פארוואס ס'מוז שוין יעצט ערלעדיגט ווערן און מארגן וועט זיין צו שפעט. לאזט זיך אבער נישט פון אים! שלאפט זיך איבער איידער איר שיקט ארויס דעם בריוו, אדער מאכט דעם קריטישן טעלעפאן רוף, און די רעאליטעט וועט זיך זען פיל קלארער אין דער מארגנדיגער זונשיין. אבער ביים רואיג איבערטראכטן דעם פלאן איבער'ן גלאז קאווע, כאפט מען זיך אפטמאל אז די נעכטיגע החלטה איז נישט געווען צו דער זאך.

אויסצוגן פון די אויסגאבע 'חזק!' דורך 'מעלות'. פאר די פולע ארטיקל, זעהט חזק! אדר א' תשע"ד (אויב קאפיעט איר פון די סחורה, איז עס ערלויבט נאר אויב שרייבט אויבן "גענומען מיט רשות פון 'חזק!' דורך די חודש'ליכע אויסגאבע 'מעלות'.")
א *שטילער בחור כצ"ל

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 3:24 pm

צו וועמען קען מען היינט גיין מברר זיין אויב איינער ליידט פון ADHD ?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 3:39 pm

ליסקא האט געשריבן:צו וועמען קען מען היינט גיין מברר זיין אויב איינער ליידט פון ADHD ?


א דאקטאר. אדער א מומחה בתורת הנפש. זיי באשטומען עס אויב ס'שטומט מיט א קרייטאריע אבער צו מ'ליידט פון אטענשאן דעפיציט און דיסטרעקשאן און צופלויגענקייט וכו' וכו' דאס קענען דיינע נאנטע מעיד זיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 4:01 pm

די האסט עס געשריבן דארט?

זייער א שיינער ארטיקל. גוט צונומען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 5:48 pm

איז וואר אז איינער מיט ADHD האט געשריבן דעים ארטיקל?

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:30 pm

יא ס'איז וואהר.

פארשטייט זיך ס'איז נישט זיינע חידושים. ס'דא צעהן טויזענט ביכער פון דאקטוירעם אויף דעם.
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 7:26 pm

צעהן טויזענט?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 10:24 pm

איז שייך צו היילן ADHD?

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 10:26 pm

fiena nieas האט געשריבן:איז שייך צו היילן ADHD?

נאר מיט א פיל וואס מאכט צו עהרענסט די סיסטעם

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 10:34 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איז שייך צו היילן ADHD?

נאר מיט א פיל וואס מאכט צו עהרענסט די סיסטעם

ווענצעך וואספארא פיל ס׳דא א גאנצע אויסוואל פון אלע מינים און קאלירן יעדער קען זיך אויסוועהלן לויט זיין געשמאק, אויך דארף מען אנמערקן אז נישט יעדער וואס קען נישט קאנצעטרירן אדער איז הייפער אדער גלייכט זייער צו קלאצן אדער איז נישט מצליח צו קאנצעטרירן ביים לערנען מוז זיין אז עס איז adhd ס׳דא נאך אסאך סיבות וואס קענען ברענגען די סימפטאמען
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 10:38 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איז שייך צו היילן ADHD?

נאר מיט א פיל וואס מאכט צו עהרענסט די סיסטעם
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 10:53 pm

ווי האב איך געהערט פון ר' הערשל פריעד ביי א שיעור, עלטערן זענען זייער באזארגט איבער די סייד עפעקטס פון נעמען ריטאלין, אבער פון די סייד עפעקטס פון נישט נעמען קלערן זיי נישט.

מרים אדהאן, שרייבט אז זי פלעגט זיין זייער קעגן סטימעלענט מעדיקעישאן פאר הייפער קינדער, אבער נאכן איינזעהן וואסערע אפוירטונעטי (מעגליכקייטן בלע"ז) די קינדער פארפאסן אין די וויכטיגע יאהרען איז זי שוין אויך איבערצייגט יא צו זיין דערפאר.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 12:14 am

עקבי הצאן האט געשריבן:ווי האב איך געהערט פון ר' הערשל פריעד ביי א שיעור, עלטערן זענען זייער באזארגט איבער די סייד עפעקטס פון נעמען ריטאלין, אבער פון די סייד עפעקטס פון נישט נעמען קלערן זיי נישט.

מרים אדהאן, שרייבט אז זי פלעגט זיין זייער קעגן סטימעלענט מעדיקעישאן פאר הייפער קינדער, אבער נאכן איינזעהן וואסערע אפוירטונעטי (מעגליכקייטן בלע"ז) די קינדער פארפאסן אין די וויכטיגע יאהרען איז זי שוין אויך איבערצייגט יא צו זיין דערפאר.

ס׳איז זייער א אמת׳דיגע נקודה אבער עס זענען דא אסאך קינדער וואס מאכן מיט די גיהנם ביז מ׳סעטלט זיך אויף א דאוז אדער ברענד, די סייד עפעקטס קענען זיין זייער נישט גוט און ס׳איז זייער שווער פאר עלטערן צו זעהן זייערע קינדער ליידן,
מ׳קען עס מסביר זיין מיט א משל: למשל סרעדט זיך פון מיין קינד, דעמאלטס טראכט מען שוין אנדערש,
אויך זענען דא די נאן סטימולענט מעדיקעישןס אינטוניוו און סטרעטערא וואס איז צומאל לייכטער פארן מענטש אבער עס קען אויך צומאל האבן שווערערע סייד עפעקטס ווי סטימולענט
בקיצור מ׳דארף גיין צו א גוטע דאקטער, און נישט צו א דאקטער וואס וועט טוהן פינקטלעך וואס די עלטערן אדער די עסקן/טעראפיסט איז בייגעפאהלן, נאר א אחריות׳דיגע דאקטער וואס קען גוט די נושא פון adhd
און אויך פעהלט אויס ער זאל קענען בכלליות מענטל העלט צו זעהן אויב די סימפטאמס קומען נישט פון אנדערע פסיכאלאגישע פראבלעמען, adhd קען מען נאר דייעגנאוזן אויב מ׳האט אויסגעשלאסן סיי וועלכע אנדערע זאך וואס קען גורם זיין די סימפטאמס
לדוגמא א קינד וואס איז ציווילדעוועט און קען נישט קאנצעטרירן אבער אין זיין היים איז נישט רואיג צו מחמת שלום בית אישוס אדער עביוז אדער איינער אין שטוב איז ל״ע נישט געזונט איז נישט מוכרח אז די קינד האט adhd און אין אזא פאל קענען סטימיולענטס זיין זייער שווער פארן קינד אדער זאל עס בכלל נישט ארבייטן
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג מארטש 17, 2016 2:33 pm

אין מאמענט האבן זיי א פרישער קאלום מיט פראגעס פונעם מחנך, די וואך רעדט ער איבער ADHD און ער שרייבט אז דאס איז א חסרון און געוויסע קעמיקאלן און מוח. איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט ערגעץ (מעגליך אויפן וועלטל) ווי מ'רייסט אראפ די טעאריע, וואס איז די אמת? נשמה! מתבונן! קומט אריין מיט א קלארקייט!

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » פרייטאג מארטש 18, 2016 11:00 am

א גרויסען שכוח שטילער
איך וויל צי לייגען מיינע צוויי סענס
אויב מען האט די סימטעמס פין ADHD ווען אין אמת איז נאר א שווערע ערציאונג קען מעדיקשען מאכען לייפטיים סייקיג דעמעטש. דארט איז ווי מען דארף זייער וואטשען וואס מען טיט

ונוער ס׳פארשטיין וואס איך זאג וועט געבעטן עס בעסער צי מסבערען
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » פרייטאג מארטש 18, 2016 2:28 pm

fiena nieas האט געשריבן:איז שייך צו היילן ADHD?


שטארקע דיסיפלין פון א שטרענגער גוטהארציגער ווארעמע פריינט, מחנך, רבי, וואס די גלייבסט אז ער מיינט דיין טובה!!

איך שרייב פון אסאך אסאך עקספיריענס און פון אפן געזעהנע טוישינגען צו די איבעראשנדע אויגן פון די גרעסטע דאקטורים אין דעם פעלד!!

(און דאס איז דער סיבה פארוואס אמאל איז נישט געווען די אלע שטותים וד"ל.. אבער דאס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך..)
לעצט פאראכטן דורך וואס א חילוק אום פרייטאג מארטש 18, 2016 2:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » פרייטאג מארטש 18, 2016 2:42 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:אין מאמענט האבן זיי א פרישער קאלום מיט פראגעס פונעם מחנך, די וואך רעדט ער איבער ADHD און ער שרייבט אז דאס איז א חסרון און געוויסע קעמיקאלן און מוח. איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט ערגעץ (מעגליך אויפן וועלטל) ווי מ'רייסט אראפ די טעאריע, וואס איז די אמת? נשמה! מתבונן! קומט אריין מיט א קלארקייט!

איז דען מעגליך אז אלע אינעם יעצטיגן דור (אונטער דרייסיג יאר.. נו, פינף אין צוואנציג..) זענען געבוירן אן די קעמיקאלן אינעם מוח????

זאג נאר, די קענסט א אינגע אינגערמאן וואס האט נישט די אלע אויסגערעכנטע "סימטאמ'ס" פון די אזויגערופענע ADHA??

ס'איז אלעס הוילע שטותים און האט זיכער גארנישט מיטן מוח.. נאר מיט וואס יא? איז א שמועס פאר זיך..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג מארטש 18, 2016 6:04 pm

אמאל איז נישט געווען די שטותים? וועלכע שטותים?
איך קען דיר אנצייגן גענוג מידל עיזש אידן מיט סיריעס adhd, די איינציגסטע חילוק איז אנשטאט פארשטיין אז זיי האבן א פראבלעם האט מען זיי אנגעריסן די זייטן אין די יוגנט.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מוצ"ש מארטש 19, 2016 11:22 pm

רבי מייליך בידערמאן זאגט אייביג אז נאך א מזל פאר 200 יאר צוריק איז נישט געוועהן קיין פיל'ס פאר אלע עי בי סי'ס.... ווייל ווען יא וואלט נישט געוועהן די גאנצע לעלבע משפחה.....
איזי

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מוצ"ש מארטש 19, 2016 11:32 pm

טראבל מעיקער האט געשריבן:רבי מייליך בידערמאן זאגט אייביג אז נאך א מזל פאר 200 יאר צוריק איז נישט געוועהן קיין פיל'ס פאר אלע עי בי סי'ס.... ווייל ווען יא וואלט נישט געוועהן די גאנצע לעלבע משפחה.....

עמוק עמוק!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » זונטאג מארטש 20, 2016 6:23 am

להודיע האט געשריבן:אמאל איז נישט געווען די שטותים? וועלכע שטותים?
איך קען דיר אנצייגן גענוג מידל עיזש אידן מיט סיריעס adhd, די איינציגסטע חילוק איז אנשטאט פארשטיין אז זיי האבן א פראבלעם האט מען זיי אנגעריסן די זייטן אין די יוגנט.

והיינו דאהני להו

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג מארטש 21, 2016 5:14 pm

להודיע האט געשריבן:אמאל איז נישט געווען די שטותים? וועלכע שטותים?
איך קען דיר אנצייגן גענוג מידל עיזש אידן מיט סיריעס adhd, די איינציגסטע חילוק איז אנשטאט פארשטיין אז זיי האבן א פראבלעם האט מען זיי אנגעריסן די זייטן אין די יוגנט.

מיט "אמאל" האב איך נישט געמיינט די פאריגן דור!! וד"ל
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דינסטאג מארטש 22, 2016 1:23 am

שטילער, דו האסט א פיינע שריפט און דו ברענגסט ארויס א פאוינט זייער קלאר, יישר כח.

חידושים וואס איך האב געזעהן דא:

איך האב אייביג געמיינט אז דער דראנג צו זאגן עפעס אן טראכטן צי ס'קומט טאקע אריין, קומט פון זוכן אטענשן אדער וואלידעשן.

דאס וואס מענטשן קענען נישט אויסהערן א צווייטן נאר מוזן אייביג רעדן האב איך אייביג צאמגעשטעלט מיט א שוועריקייט זיך צו מכניע זיין, אדער עספערגערס.

אז מ'רעדט שוין, אסאך טענה'ן אז מעדיטעישן קען העלפן פאר ADD אדער ADHD, קוק דא.

http://www.omharmonics.com/blog/using-m ... t-for-add/
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מארטש 22, 2016 9:13 am

וואס א חילוק האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:אין מאמענט האבן זיי א פרישער קאלום מיט פראגעס פונעם מחנך, די וואך רעדט ער איבער ADHD און ער שרייבט אז דאס איז א חסרון און געוויסע קעמיקאלן און מוח. איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט ערגעץ (מעגליך אויפן וועלטל) ווי מ'רייסט אראפ די טעאריע, וואס איז די אמת? נשמה! מתבונן! קומט אריין מיט א קלארקייט!

איז דען מעגליך אז אלע אינעם יעצטיגן דור (אונטער דרייסיג יאר.. נו, פינף אין צוואנציג..) זענען געבוירן אן די קעמיקאלן אינעם מוח????

זאג נאר, די קענסט א אינגע אינגערמאן וואס האט נישט די אלע אויסגערעכנטע "סימטאמ'ס" פון די אזויגערופענע ADHA??

ס'איז אלעס הוילע שטותים און האט זיכער גארנישט מיטן מוח.. נאר מיט וואס יא? איז א שמועס פאר זיך..

איך קען א איד א גרויסע משפיע קרוב צו די אכציג וואס איז דיאגנאזט אויף ADHD, ער פירט א גרויסע ארגענאזאציע און ער טענה'ט אז היינו דאהני לי' צו קענען אזויפיל אויפטון, ADHD איז א מתנה, ס'האט נאר סייד עפעקטס וואס קען אויסקלאפן בעיקר אין די בחור'ישע יארן, אבער דער אמת'ער לעזונג דערצו איז ווי אויבן געשריבן
שטארקע דיסיפלין פון א שטרענגער גוטהארציגער ווארעמע פריינט, מחנך, רבי, וואס די גלייבסט אז ער מיינט דיין טובה!!

נאר אזוי ווי היינט איז א דור פון איסטענט, און קיינער האט נישט געדולד, דארף מען נוצן די אלטערנעטיווע וועג פון מעדיקעישאן.
ר' מיילעך בידערמאן'ס ווארט בוקמארק איך, אוי איז דאס קעש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט