CBT - אן אנגעהנומענע טערעפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען
evernote
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

אוקעי, שטעלט זיך ארויס אז איינער האט פשוט געדרייט א קאפ, נישטא קיין או סי די, ס׳איז אביסל ענקזייעטי וואס איז געקומן ציליב א געוויסע טויש אינעם קינד׳ס לעבן.

מומחים, זייט שטארק פארזיכטיג ווען ׳מ׳דייעגנאוזט׳.
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

evernote,

חוץ וואס איר האט זיך געלערנט אז די מומחים דארפען זיין פארזיכטיג. וואס האט איר זיך געלערנט וואו אזוי בעסער צוצוגיין אין די עתיד אויב איר וועט ח''ו דארפען זיכען הילף (פאר אנדערע). איך מיין עס וואלט געווען א גרויסע תועלת אויב איר קענט דאס מיטטיילען מיט די ציבור, עס איז פארהאן א גרויסע חסרון ידיעה ביי אונזער קרייז וואו אזוי זיך אומגיין מיט זיכען א מומחה פאר נפשיות'דיגע פראבלעמען. אדרבא, טיילט מיט מיט'ן ציבור וואס איר האט געלערנט פין אייער עקספיריענס וואספארא קוואליפיקאציעס איז וויכטיג א טערעפיסט זאל האבען. (מיט וואס איז די צווייטע מומחה אנדערש פין די ערשטע?)
תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורת הנפש »

שלוה האט געשריבן:evernote,

אמת ויציב, עס איז דא א חסרון ידיעה ווי אזוי צי זוכען א מומחה,וואספארא סארט מומחה וכדומה.

עס איז נישט דא קיין בוני עולם אדער RCCS ווען עס קומט צי נפשיות,עס איז אבער דא Relief Resources,וואס באמת זענען זיי א Referring ארגענעזאציע,אבער די וואס ענטפערן די פאנס זענען גענוג knowledgeable אז מען קען זיי מסביר זיין דעים פראבלעים און זיי וועלען קענען געבען guidance .
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

תורת הנפש האט געשריבן:
תורת הנפש האט געשריבן:
evernote האט געשריבן:10

איך מיין אז CBT וואלט נישט געווען די בעסטע מהלך,
איך וועל דיר געבען מער פרטים אין אישי.

ocd מיט ענקזייעטי זענען צוויי באזונדערע זאכען,און מחמת חוסר ידיעה מישט מען אויס די צוויי.

אויב איך מעג מחולק זיין אויף כבוד הרב תורת הנפש, או.סי.די. פאביעס, אדער גענערלייזד ענגזייעטי דיסארדער זענען בשורש די זעלבע מחלה די חילוק איז וויאזוי עס האט אויסגעקלאפט

און דאס איז נישט נאר מיין מיינונג כך קבלתי פון דר גרעיסאן בעמח״ס freedom of OCD און בין נישט זיכער אבער איך מיין אז ער שרייבט אויך אזוי אין זיין ביכל

בנוגע וואס מען האט דא גערעדט וועגן DSM מהדורא 5... איז אזוי אין די פיפטע מהדורא האבן טאקע די DSM חברה דיסיידעט צו לייגן או.סי.די. אונטער אן אנדער קאטעגאריע און נישט אונטער ענגזייעטי דיסארדערס, גיי ווייס פארוואס...

און פארוואס זיי האבן געלייגט עספערגערס אלס חלק פון ASD פארשטייט מען יא? סאו עס מאכט נישט אלעמאל אויס צו קעסטלען יעדע פראבלעם מיט א פונקטלעכע DSM קאוד, די עיקר איז מען זאל ליכטיג מאכן יודישע הערצער און ארויסהאבן די ווייטאגן אויף וויפיל עס פעהלט אויס כדי צו קענען העלפן, מען קען סייווי נישט אריינלייגן מענטשן אין קאודס
חביבי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

שלוה האט געשריבן:איך פארשטיי אז די הויפט נקודה וואס די ווילסט קלארשטעלן איז אז ענקזייעטי האט א שורש. ריכטיג! (ס'מיז אבער נישט זיין פחד. ובזה יצאתי).

א טערעפיסט וואס טריעט ענקזייעטי מיט CBT וועט נישט טוהן נאר עקספאושער נאר אויך 'ןreframe די מענטש'ס cognitive distortions. איך זאג נישט אז דאס איז די ריכטיגע מהלך צו טריעטען סאציאלע ענקזייעטי. מ'באקומט אבער נישט קיין פאניק אטאק פון טוהן דאס וואס מהאט מורא פין, וויפיל איך ווייס. אדרבא אויב ווייסט איר יא פון אזא פאל זיי מודיע, ס'וועט מיר זיין א הנאה צו הערן.

איך האב שוין געהערט כאטשיק נישט אליינס בייגעוואוינט אז אן ענגזייעטי ליידנדער האט באקומען א פאניק אטאקע בשעתן מאכן עקספאוזשער טעראפי, אבער לשיטת סי.בי.טי. איז עס נישט קיין שום פראבלעם, (געדענק... א פאניק אטאקע איז נישט באמת א הארץ אטאקע... עס נישט קיין שום סכנה פאר די מענטש)

די איינציגסטע פראבלעם און גאר א גרויסע פראבלעם וואס קען געשען איז; אויב א קליענט כאפט א פאניק אטאקע באמצע הטעראפי אויב די טעראפיסט וועט זיך אויך דעשרעקן און צוריקבעקן... דעמאלטס וועט די ענגזייעטי (די קליענטס) ארויפגיין אסאך העכער, דעריבער טאר א מענטש מיט שוואכע געפיהלן נישט זיין קיין טעראפיסט

דר דעיוויד בורנס בספרו when panic attacks שרייבט אז ער ברענגט דירעקט אריין א פאניק ליידענדער אונטער א פול פלעדזשד פאניק אטאק אלס א חלק פון די טעראפי
חביבי
תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:08 pm

Psychology

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורת הנפש »

חביבי האט געשריבן:
תורת הנפש האט געשריבן:
תורת הנפש האט געשריבן:
evernote האט געשריבן:10

איך מיין אז CBT וואלט נישט געווען די בעסטע מהלך,
איך וועל דיר געבען מער פרטים אין אישי.

ocd מיט ענקזייעטי זענען צוויי באזונדערע זאכען,און מחמת חוסר ידיעה מישט מען אויס די צוויי.

אויב איך מעג מחולק זיין אויף כבוד הרב תורת הנפש, או.סי.די. פאביעס, אדער גענערלייזד ענגזייעטי דיסארדער זענען בשורש די זעלבע מחלה די חילוק איז וויאזוי עס האט אויסגעקלאפט

און דאס איז נישט נאר מיין מיינונג כך קבלתי פון דר גרעיסאן בעמח״ס freedom of OCD און בין נישט זיכער אבער איך מיין אז ער שרייבט אויך אזוי אין זיין ביכל

בנוגע וואס מען האט דא גערעדט וועגן DSM מהדורא 5... איז אזוי אין די פיפטע מהדורא האבן טאקע די DSM חברה דיסיידעט צו לייגן או.סי.די. אונטער אן אנדער קאטעגאריע און נישט אונטער ענגזייעטי דיסארדערס, גיי ווייס פארוואס...

און פארוואס זיי האבן געלייגט עספערגערס אלס חלק פון ASD פארשטייט מען יא? סאו עס מאכט נישט אלעמאל אויס צו קעסטלען יעדע פראבלעם מיט א פונקטלעכע DSM קאוד, די עיקר איז מען זאל ליכטיג מאכן יודישע הערצער און ארויסהאבן די ווייטאגן אויף וויפיל עס פעהלט אויס כדי צו קענען העלפן, מען קען סייווי נישט אריינלייגן מענטשן אין קאודס

אין הכי נמי, ocd איז א פארם פון ענקזייעטי, אין קומט פונעם זעלבן שורש,אבער די severety איז נישט די זעלבע אין די וועיג פון טריטען איז אויך נישט אלעמאל די זעלבע.

למשל:

eczema ,dermatitis ,אין אסאך אנדערע rashes איז א תוצאה פון א fungal אינפעקשאן, די הויט פון א מענטש איז דער צווייטער לעבער,דאס הייסט אז דער קערפער ווארפט אוועק די toxins אויף די הויט, אבער נישט אלעמאל טריעט מען עס די זעלבע.

עספערגערס איז אינטער( ASD (autism spectrum ווייל עס איז א דיוועלאפמענטאל דיסארדער אין נישט קיין מענטאל דיסארדער,

Autism איז זייער שווער צי מאכען standards אדער levels ווייל יעדעס קינד איז א וועלט פאר זיך, עס איז נישט אזוי ווי דאון סינדראם וכדומה.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

רב תורת הנפש איי אגרי, יישר כח פארן קלאר מאכן

בד״וו, אז מען רעדט שוין פון עספערגערס איז דא א געוואלטיג בוך פון טאני עטוואד the complete guide to aspergers syndrom עס איז א מועט המחזיק את המרובה, און עס לערנט אויך אויס וויאזוי צו ארויסהאבן מיט א קלארקייט און קענען מיטפיהלן מיט די עספערגערס סינדראם ליידנדע, און וויאזוי צו העלפן ווען ער ווערט סטאק, איך האב עס אויף pdf אויב איינער וויל עס האבן קען מיר שיקן אן אימעיל
חביבי
תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:08 pm

Aspergers

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורת הנפש »

aspergers איז א מיילד form פון Autism.

aspergers איינגארטיקייט איז אז די מענטשען מיט דעים מחלה ווערען stock אויף איין נושא, אין די נושא קענען זיי ישר והפוך אויף א genius level אין מיט דעים זענען זיי פארנומען 24 שעה א טאג.

דעיס איז א חלק פון Autism אז דער מענטש לעבט אין זיין וועלט אין איז במידה מסוימת מנותק פונעם מציאות,די עספערגערס ליידענדע כאפען נישט אז פאר אנדערע אינטערעסירט נישט זייער נושא א גאנצען טאג.

עס איז מיר אויסגעקומען צי דילען מיט א קינד וואס האט עספערגערס,ער איז געווען פארנומען מיט presidents, ער האט געוויסט יעדער פרעזידענט ווען ער איז געבוירען און ווען ער האט חתונה געהאט און אלע פרטים ממש נבהל ונשתומם, אין ער האט גערעדעט דערפון ווי ער איז נאר געגאנגען אין מיט וועמען ער איז געקומען אין קאנטאקט.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

תורת הנפש האט געשריבן:
עס איז מיר אויסגעקומען צי דילען מיט א קינד וואס האט עספערגערס,ער איז געווען פארנומען מיט presidents, ער האט געוויסט יעדער פרעזידענט ווען ער איז געבוירען און ווען ער האט חתונה געהאט און אלע פרטים ממש נבהל ונשתומם, אין ער האט גערעדעט דערפון ווי ער איז נאר געגאנגען אין מיט וועמען ער איז געקומען אין קאנטאקט.

יאפ זייער גוט אראפגעלייגט, יעדע עספערגערס האט א געוויסע נושא וואס ער איז כמעט ווי סטאק דערין און ער קען רעדן דערפון פאר לאנגע שעות,

איינע פון די שאלות וואס איך פרעג עלטערן פון בחורים וואס איך ארבייט מיט, ווען עס איז דא א חשש עספערגערס איז; וויאזוי האט זיך די קינד געשפילט אין קינדערישע יאהרן,

אויב די עלטערן ענטפערן אז די קינד פלעגט זיך אלעמאל שפילן די זעלבע וועג, לדוגמא; מיט די זעלבע לעגאוס יעדן טאג און אויסשטעלן די מענטשעלעך די זעלבע וועג וכו׳ וכו׳ איז עס א שטארקע אינדיקעיטער אז עס קען זיין אז די בחור ליידט אויף עספערגערס

און בדרך אגב איז דא א גוטע עצה, עס איז א חלק פון די סאן רייז פראגרעם וויאזוי צו גרעסער מאכן די וועלטעלע פון א קינד וואס האט עספערגערס דורך אויסברייטערן די איין נושא,

די מהלך איז אז ווען די קינד הייבט אן צו רעדן פון זיין נושא, אנשטאט אים שטיל צו מאכן זאל מען דירעקט מיט שמועסן מיט אים די נושא, און עס צוביסלעך אויסברייטערן

לדוגמא ביי די קינד וואס האט גערעדט פון אלע פרעזידענטן קען מען שמועסן מיט אים וועגן די פרעזידענטן און עס אויסברייטערן צו נאך נושאים, און עס טראגן ביז די נושא וואס מען וויל אים אויסלערנען

לדוגמא, מען הייבט אן רעדן פון די וואלן,

נאכדעם רעדט מען פון די פארטייען פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן,

און נאכדעם קען מען אנהייבן רעדן פון די געדאנק אז יעדע מענטש האט זיך זיין געדאנקען גאנג דעריבער זענען דא מיינונגס פארשידנהייט ווען מען גייט שטימען פאר א פרעזידענט

אויב מען האט אריינגעלייגט די קאנצעפט אז יעדע מענטש האט זיין וועג פון טראכטן איז דאס דאך א געוואלטיגע דעגרייכונג, און די קינד כאפט עס אויף מיטן גאנצן געשמאק און אינטערעסע ווייל עס איז א חלק פון זיין נושא

די עצה האב איך שוין גענוצט כמ״פ און ב״ה די אויבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער, עס האט געברענגט געוואלטיגע רעזולטאטן ובפרט ווען די מחלה איז נישט געווען אויף אזא שטארקע פארנעם
חביבי
תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:08 pm

Aspergers

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורת הנפש »

הרב חביבי

ווען איר זאגט "ווען עס איז דא א חשש עספערגערס"

וואס רופט איר אן א חשש עספערגערס ?

לויט מיין עקספעריענס איז עספערגערס נישט אזא אפטע ערשיינונג צי קענען אנטייטלען אז אפשר איז עס אספערגערס,

ביטע זייטס מסביר פון אייער עקספיריענס ווי אפט עס טרעפט זיך אן עספערגערס קינד

ישר כוח
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

ידידי היקר תורת הנפש

דו פרעגסט זייער א גוטע שאלה

לאמיר מער ארויסברענגען דיין שאלה, עספערגערס איז נישט קיין קלארע געשניטענע דייעגנאוסעס, אויב איז שווער צו דייאגנאוזן סיי וועלכע פסיכאלאגישע פראבלעם איז עספערגערס אסאך שווערע, ווייל עס קען זיין צוויי עספערגערס ליידנדע וואס די פראבלעם זאל אויסקלאפן אויף גאר אן אנדערע וועג משא״כ לדוגמא או.סי.די. איז קלארער און די פראבלעמען זענען ענלעך פון איינער צום צווייטן

ועוד אז עס זענען דא אנדערע דייעגנאוסעס וואס זעהען אויס זייער ענלעך און צו מאכן די ספליט וואס די שורש הפראבלעם איז

איך יאג מיך יעצט איך האף שפעטער צו נעמען די צייט און שרייבן ווען א זאך ווערט א חשש עספערגערס

און בד״וו אויב די חשש איז שוין דא און מען וויל וויסן אויף זיכער איז דאס עספערגערס אדער עפעס אנדערש איז דא א דאקטער וואס ספעציעלעזירט זיך אין דעם זיין נאמען איז דר. קארטרייד, איך האב נישט זיין אינפארמעישן
חביבי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”