CBT - אן אנגעהנומענע טערעפי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

CBT

תגובהדורך תורת הנפש » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 9:18 pm

עס איז אמת אז ליינען אליין מאכט קאליע, די וועלט זאגט אז וויסען אביסעל איז ערגער ווי וויסען גארנישט.

איין הערה, טעראפי איז נישט פאר תיקון המידות, ווען איינער האט emotional issues, איז דאס נישט קיין מידות פראבלעם, די רמב"ם אין אלע ראשונים האלטען, אז אזוי ווי עס איז דא בריאות '' הגוף'' אין חולי הגוף, איז דא בריאות הנפש אין חולי הנפש.

איך מיין אז דאס פארלאנגט אן עקסטערע שמועס, אויף צי קלערען דעם טעות וואס מענטשען מיינען אז נפשיות שוועריקייטען דארף תיקון המידות.

פונקט ווי יעדער פארשטייט אז אן אבל וואס די טאטע איז פלוצלינג אוועק, ײ קען ײ ער נישט גיין דעם נעקסטען אינדערפרי 9:00 פאר א job interview, אפילו ווען ער וויל, די זעלבע איז מיט מענטשען וואס האבען נפשיות פראבלעמען אויף אזא שטאפעל אז זיי קענען נישט אנגיין מיטען סדר היום, ײ קענען ײ אויך נישט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 9:23 pm

אבער אזויפיל דארף ער יא קענען: זיך לאזן העלפן.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

סי. בי טי. מהלך

תגובהדורך verveist » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 9:59 pm

לויט װי א היימישער לייסענסד סי. בי. טי. טעראפיסט האט מיר מסביר געװען די מהלך איז עס געבויט אויף האדם נפעל כפי פעולתיו, דהיינו צו טהון און טהון אפילו מען האלט נישט דערביי, מען פֿילט נישט דערביי, אפילו עס רייסט וסוף הכבוד לבוא, ומתוך שלא לשמה בא לשמה שפעטער צום סוף װעט ער שוין פילען אויך.

לויט װי איך האב געװיסט איז דאס א טעריפּיע װאס איז מער פארשפרייט געװארען אין די לעצטערע יארען און איז געװען א אפנויגונג פונעם אמאליגע שיטה אז מען דארף גריבלען צום שורש הפראבלעם.

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

CBT

תגובהדורך תורת הנפש » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 5:28 pm

עס איז אמת אז האדם נפעל כפי פעילותו, אין עגנליש הייסט עס Motion creates Emotion

CBT קען אויס לערנען א מענטש ווי אזוי צי קענען ארבעטען ווי א robot, אפילו מען פילט נישט קיין שום טעם, איך מיין אבער צי זאגען אז דאס איז CBT איז נישט ממש קיין ריכטיגע הגדרה.

אויב דער עולם וואלט מיר געקענט זאגען אויף וועלעכע נושא פון emotional אדער psychological issues, וואלט מען געוואלט אויסשמוסען, אין איך וועל פראבירען מסביר צי זיין די נושא אין ציטיילען אויף קליין געלט אז עס זאל זיין שווה לכל נפש.

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

CBT

תגובהדורך תורת הנפש » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 5:31 pm

דער עולם קען מן הסתם באמערקען אז איך טייפ נישט קיין סאך מיט די Hebrew keyboard
די ווערטער אין די ספעלינגעס זענען מעיד.

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

CBT

תגובהדורך תורת הנפש » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 5:48 pm

דרך אגב

די טאטע פון psychology איז געווען
Zigmond Freud, א פרייער יוד, אין זיין ספרים שטוב, האט ער געהאט אלע ספרי רמח"ל אין ספרי מהר"ל און פון זיי געלקחנט אלע זיינע חידושים.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 12:51 am

שוטה שבעולם וואס ער איז געווען, בנוסף פון זיין נידריגקייט און אפיקורסות, ביטע ארויסלאזן דעם הייליגן מהר"ל פון דעם גרויליגן בריה.

#בקהלם אל תחד כבודי
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 12:55 am

דער אויפרייס איז בכלל נישט אין פלאץ
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 4:15 am

תורת הנפש האט געשריבן:דרך אגב

די טאטע פון psychology איז געווען
Zigmond Freud, א פרייער יוד, אין זיין ספרים שטוב, האט ער געהאט אלע ספרי רמח"ל אין ספרי מהר"ל און פון זיי געלקחנט אלע זיינע חידושים.


גראדע האלט מען היינט רוב זאכען נישט װי עם, און איך גלייב אויך נישט אז סי בי טי האט עפעס שייכות מיט אהים

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

CBT

תגובהדורך תורת הנפש » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 5:13 am

CBT איז איין סארט psychotherapy, אין דער ממציא איז נישט געווען זיגמאנד פרויד,

אבער psychotherapy בעצמו וואס ווערט שטארק באניצט ביים חרדישען יודענטום,איז פארשפרייט געווען דורך זיגמאנד פרויד

און קיין איין דעת תורה איז נישט ארויסגעקומען אקעגען דעים, נאר אדרבה זיי שיקען גאר פאר העלפ צי professionals וואס באניצען זיך מיט דעים.

און מיט דעים וואס איך האב געזאגט אז פרויד האט געגאנבעט פון תורהדיגע מקורות

ווייזט דעס אז אלעס ליגט און קומט פון די תורה, און פרויד אליין האט דאס אויך געוויסט טיף אינעווייניג ביי זיך, הא ראיה אז ער האט געהאט די ספרים ביי זיך,

איז לפי קט שכלי,מאכט דאס גרויס אין הייליג די תורה,אין מאכט צישפאט זיגמאנד פרויד (איך ווייס אויך אז מדארף נישט זיין הסכמה, אשר על כן, ביטע נישט ניצן סתם זיך צי טענהן) אין איז גאר די היפך פון תיחד כבודי.

ווען איך זאג דעת תורה מיין איך אנגענומענע פוסקים.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 1:18 pm

@תורת הנפש, במחילת כבודכם דיינע ווערטער ווייזן אויף א שטארקע מאנגעל אין וויסענשאפט אין די פרשה.

סייקאטערעפי האט גארנישט מיט דעם מנובל, ער האט מחדש געווען א שיטה וואס ווערט גערופן סייקא-ענעלעסיס, וואס איז בימיו געווארן זייער פאפולער, צוליב די מאדערנקייט און ליבעראזים דערפון.

אבער היינט איז דאס שוין נישט בכלל די מעין סטריעם, מ'נוצט נאר אסאך טערמינען וואס ער האט קורא שם, זאכן וואס זענען קאמען סענס.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

CBT

תגובהדורך תורת הנפש » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 4:02 pm

Definition of psychoanalysis, is analysing the psycho mind, doing the act of analyzing someone's psycho mind in order to help, is called psychotherapy.

כשמו כן הוא giving Therapy to the psycho mind.

היות אז עס איז דא לכל הפחות 22 מהלכים וואס זענען נכלל אין דעים נאמען psychoanalysis, אין עס קומען כסדר ארויס נייע studies מיט נייע חידושים אין נייע מהלכים, קען מען זיצען אין חקרנן בלי סוף וואס פונקטלעך יעדעס ווארט מיינט.

בנוסף לזה, היות די נושא איז אראפ פון די רעלסען אין ווערט א פרזענליכע, וועל איך זיך אפשטעלען דא, כדי נישט אריינגעשלעפט צי ווערען אין א hostile dialogue.

We can agree to disagree, as long as there's mutual respect.

evernote
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

תגובהדורך evernote » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:10 am

ווער איז א היימישע אידיש רעדענדע טעראפיסט פאר קינדער וואס טריעט ענקזייעטי- OCD דורך cbt?

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

תגובהדורך תורת הנפש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:17 am

evernote האט געשריבן:ווער איז א היימישע אידיש רעדענדע טעראפיסט פאר קינדער וואס טריעט ענקזייעטי- OCD דורך cbt?


ווי אלט איז דאס קינד בערך ?

evernote
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

תגובהדורך evernote » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:18 am

10

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

תגובהדורך תורת הנפש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:27 am

evernote האט געשריבן:10


איך מיין אז CBT וואלט נישט געווען די בעסטע מהלך,
איך וועל דיר געבען מער פרטים אין אישי.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:46 am

איינער האט אן אננוג וועגן א בוק 'מפחידים את הפחד', איז דאס געבויט אויף CBT.?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:48 am

evernote האט געשריבן:ווער איז א היימישע אידיש רעדענדע טעראפיסט פאר קינדער וואס טריעט ענקזייעטי- OCD דורך cbt?

בנימין הלוי האט געשריבן:ס'איז דא א ארגאנעזאציע ריליעף ריסארסעס וואס העלפט מיט ראט
זייער נומבער איז 718-431-9501
https://www.reliefhelp.org

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

טעראפי

תגובהדורך תורת הנפש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 11:56 am

תורת הנפש האט געשריבן:
evernote האט געשריבן:10


איך מיין אז CBT וואלט נישט געווען די בעסטע מהלך,
איך וועל דיר געבען מער פרטים אין אישי.



ocd מיט ענקזייעטי זענען צוויי באזונדערע זאכען,און מחמת חוסר ידיעה מישט מען אויס די צוויי.

ווען איינער פרעגט איבער א דיין א שאלה 3 מאל מיז עס נישט זיין ocd עס קען פונקט אזוי זיין א ענקזייעטי וואס איז א תוצאה פון א fear.

איך וועל געבען אפאר עקסטרעמע דוגמאות כדי גוט צי פארשטיין.


אז איינער הערט תקיעת שופר 3 מאל, רוב מאל איז עס פשוט אן ענקזייעטי אז היות אז עס איז דא אזויפיל הלכות און תקיעת שופר,און ער ווייסט אז עס איז א דאורייתא, און דער רב זאגט נאך א דרשה וואס דער מצב און שול ווערט זייער אנגעצויגען מאכט דאס אן ענקזייעטי אז דאס איז מוראדיג שווער צי מקיים זיין בשלימות,הערט ער איז איבער 3 מאל

די זעלבע זאך קען זיין אויך ביי קריאת המגילה אין ביי זכור.

רוב מאל זאכען וואס מענטשען מיינען אז עס איז ocd איז באמת נישט מער ווי א שטארקע ענקזייעטי וואס קומט פון פחד.

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 3:37 pm

און וואס איז יא OCD?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 3:43 pm

או סי די איז נישט געבויעט אויף א פחד? זיי דיך מסביר ביטע @תורת הנפש
סוף מעשה במחשבה תחילה.

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

ocd

תגובהדורך תורת הנפש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 4:09 pm

איך וועל אי"ה שרייבען שפעטער בל"נ

שלוה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 5:41 pm

תורת הנפש, איר זאגט ריכטיג. די דערמאנטע ביישפילן זעען ענדערש אויב וואו ענקזייעטי און נישט או סי די.

חושב, די עיקר אינגרידיענט פון ענקזייעטי (GAD) איז אויך נישט פחד, נאר זארג (worry). פחד איז די נאטירלוכע פיזישע/עמאצינאלע ריספאנס צו א ריכטיגע סכנה.

וואס איז דאס או סי די? און וואס איז דאס אנדערש פון ענקזייעטי?

די ווערטער פאר די ראשי תיבות או סי די איז אבסעסיוו קאמפאלסיוו דיסארדער. או סי די איז א קאמבינאציע פון די צוויי: אבסעשיאן'ס און קאמפאלשי'ס. לאמיר נעמען א או סי די ביישפיל און מסביר זיין די ""או'' און די ''סי''. איינער וואס האט מורא פון ווערן אנגעשטעקט (contaminated). די ''אבסעשין'' וועט זיין מחשבות אז איך גיי ווערן אנגעשטעקט, די מחשבות לאזען נישט נאך אין שטארקייט און קומען כסדר צוריק, און די מחשבות קומען אן אומאיינגעלאדענט, די מענטש וויל עס נישט, און די מחשבות באדערן שטארק די רואיגקייט פון די מענטש. אזוי וואו די מחשבות זענען זייער אומבאקוועם פאר די מענטש וועט ער פרובירן צו קאנטראלירן די ''אבסעשין" מיט א ''קאמפאלשין". א ''קאמפאלשין'' איז אן אקט (אדיר מענטאלע אקט- ציילן, וכדו') וואס די מענטש טוט אויף א געוויסע וועג צוליב וואס ער האט געהאט די ''קאמפאלשין''. די ''קאמפאלשין'' וועט זיין צו רייניגען זייער אסאך, ארויסווארפען זאכען (עסן, קליידער) וואס זענען אביסל אלט, נישט צורירן געוויסע זאכען, נישט גיין געוויסע פלעצער- למשל דאקטורים, שפיטעלער רעסטוראנטען, פובליק ביהכ''ס, און וואשען אסאך די הענט.

כדי די אבסעשין'ס און קאמפאלשין'ס זאלען זיין א דיסארדער דארפען זיי פארנעמען א שטיקל צייט פון די מענטש'ס טאג (דאכט זיך כאטש א שעה), און מ'דארף מאכען זיכער אז די מענטש ליידט נישט פון א רייע אנדערע דיסארדערס, ובראשם ענקזייעטי.

איך האב דווקא גענומען א או סי די ביישפיל וואס איז גאנץ ווייט פון ענקזייעטי אז מ'זאל ערשט גוט פארשטיין וואס או סי די פאר זיך איז. אנדערע או סי די ביישפילן זענען אסאך נענטער צו ענקזייעטי, למשל א מענטש וואס האט מורא אז ער אדער אנדערע וועלן ווערן געשעדיגט.

די ענדליכקייט וואס או סי די און ענקזייעטי פארמאגען איז אז ביידע קען די מענטש האבען אומאנגענעמע איבערחזר'דיגע מחשבות, און די מענטש וועט פארמיידען געוויסע פלעצער, מענטשען, אדער זאכען. די וועג צו מחלק זיין איז אזוי: ביי או סי די זענען די מחשבות נישט פון ריכטיג לעבן'ס דאגות, און קען זיין זייער מאדנע און אומראציאנעל. משא''כ ביי ענקזייעטי זענען די זארג'עדיגע מחשבות וועגן ריכטיג לעב'ן דאגות. געווענליך ביי קינדער וועגן זייער כשרון אין קלאס און מיט חבירים. און ביי עלטערע איז עס וועגן ארבעט, פיינענסעס, און געזונט.

ספעציפישע פאביעס און פאניק דיסארדער זענען אין די קאטעגאריע פון ענקזייעטי די חילוק פון זיי און או סי די איז א שמועס פאר זיך.
ליסטע מענטעל העלט ביכער | shalvaandserenity@gmail.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying
purchases.

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

ocd

תגובהדורך תורת הנפש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 6:05 pm

שלוה יפה דיברת !

ענקזייעטי איז א תוצאה פון עפעס, אזוי ווי ווען א קאר ווערט over heated, עס קען זיין אסאך סיבות פארוואס עס איז over heated, אבער יעדער פארשטייט אז דאס וואס עס ווערט over heated איז נישט דער שורש פונעם פראבלעים נאר א תוצאה פון עפעס under the hood וואס טויג נישט.

ווען א קאר ווערט over heated אין ער איז אויף א highway, ציט ער זיך אריין אין shoulder ,און אויב וועט ער שפריצען וואסער וועט די engine זיך אפקילען.
אבער שיין וועט ער אויסזען אז ער טראגט א באטעל וואסער אין טראנק אין דאס ניצען אלץ solution אנשטאט גיין צים מעקעניק.

clonopin,ativan,xanax וכו זענען גוט יעצט אויף די מינוט צי בארואיגען,אבער דעיס איז פונקט ווי א באטעל וואסער אין טראנק אלץ solution אויף over heating.

איך האף אז דער עולם פארשטייט מיין שיעור אין mechanics .

תורת הנפש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 8:08 pm

ocd

תגובהדורך תורת הנפש » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 6:18 pm

אן ענקזייעטי קען קומען פון ocd אדער פון א פחד אדער זארג וכדומה.

ענקזייעטי איז אזוי ווי די רויעך וואס קומט פון אונטער די hood, עס איז א תוצאה פון אדער די engine,אדער די פען אדער צענדליגע אנדערע סיבות.

פרעגען וואס איז די חילוק פון ocd אין ענקזייעטי, איז אזוי ווי פרעגען וואס איז די חילוק פון engine problems אין overheating
engine problems מאכט עס overheaten.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט