עצות צו איינשלעפן גרינג די קליינווארג

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

נאר א וויץ... :grin:

געהערט פון רב יעקובסון:
רבות מחשבות בלב איש די מאן האט א גיטע מחשבה אויפצושטיין פון בעט ווען די בעיבי וויינט. אבער ועצת ה' די א-ר וויל, היא תקום זי זאל אויפשטיין.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

אויב דאס געשעהט 12 בערך איז מעגליך אז ער הערט ווי ס׳ווערט שטיל אין הויז, און ער מיינט אז מ׳האט אים איבערגעלאזט אליין.... איי, ווי קען ער הערן, ער שלאפט דאך? א גיטע קשיא; אבער מיין איין יעריגס וועט זיך תיכף אויפכאפן און וויינען ווי נאר מ׳מאכט צו דעם טיר פון איר רום (ס׳מאכט נישט קיין ספעציעלע נויז ווען מ׳מאכט עס צו), אפילו זי שלאפט שוין פאר א פאר שעה...

אויב אזוי, פראביר אנציצונדן א נויז מאשין, הצלחה מרובה!
שריפטלער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שריפטלער »

געהאט די זעלבע זאך, שוין געווען זיכער עפעס איז ראנג געטראכט פון פינוואם און וואס נישט ביז אלס לעצטע מיטל ארויסגעלייגט פון די צימער, נאך 2 טעג האבן די רואיגע נעכט זיך צוריקגעקערט
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

פרוביר האט געשריבן:
מיין שאלה איז צוויי פאכיג
1) זאל מען וויגן א גאר קליין קינד אים אייצושלעפן? וועט עס אים אויסלערנמען אז מען מיז אים וויגן?
2) יעצט אז ער איז שוין צוגעוווינט, זאל איך אים טאקע לאזן וויינען אן אויפהער? זאל אים די מאמע נעמען אין בעט ? וכו' ?

דעפענעטלי לאזן וויינען, שטייצעך נאכן זיכער מאגן אז ס'פעלט אים גארנישט. אבער נאר אויב דו (און די אידענע...) האבן אויסהאלטונגס קראפט, אויב נישט וועט עס נאר מאכן ערגער.

אויב געבסטו אויף נאך א שעה, האסטו אים קלאר געמאכט אז ער וועט אויס פירן, ער דארף נאר גענוג לאנג וויינען. משא''כ אויב וועט ער זיך לייגן שלאפן נאך צוויי שעה וויינען וועט ער זעהן אז דאס העלפט נישט, וועט ער צוביסלעך שניידן די וויינען צייט בס''ד.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
פרוביר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 16, 2018 8:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר »

א גרויסן ישר כח, איך זעה אז דער עולם האלט אז מען דארף לאזן וויינען!
די שאלה איז וואס טוט זיך פון ווען א קינד ווערט געבוירן ביז די יאר, צו ביז ער ווערט עלטער? זאל מען אויך לאזן וויינען ווילאנג ער געווינט זיך צו, אדער ווען מען איז קלענער זאל מען יא וויגן?
וויגן האט א מעלה, עס ברענגט ווארעמקייט צווישן קינד אין מאמע, עס העלף דאס קינד איינשלאפן. אין עס נעמט אים אוועק צער..
נישט וויגן האט א מעלה, אז דאס קינד ווערט געוואר פונם ערשטן מינוט אז וועןו מען גיין שלאפן וויגט מען נישטץ
וואס איז די בעסטע פאר,ן וואוילזיין פונעם קינד אין פאר די וואוילזיין פון די עלטערן ?
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ח״ו ׳לאזן וויינען׳ איז דאס לעצטע מיטל! (ס׳איז בכלל נישט קיין מיטל, מטוט עס נאר ווען מ׳ווייסט נישט וואס נאך צו טון - אזא קליין קינד איז דאך נאכנישט שייך לחינוך...)

איך וואלט דיר געראטן פראביר צו ׳האלטן׳ און וויגן דיין קינד אין די ׳הענט׳, מאך זיכער גארנישט גייט נישט שטערן (טעלפאון..) קענסט אויך רעדן/זינגען ׳רואיג׳ צום קינד... ווי אויך גלעטן דעם קינד אויף א רואיגן און ליבליכן וועג אפילו ווען דאס קינד איז אין קריב ברענגט געוואונטשענע רעזולטאטן - און ווי אויך במשך דעם טאג קען האלטן און לאזן דעם קינד וויסן אז מ׳האט אים ליב העלפן פאר ביינאכט...!
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”