בלאט 1 פון 1
עצות קעגן ריח הפה
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 3:05 pm
דורך לורם איפסום
א גוטן טאג
איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא א שמיעס וועגן די נושא. איז דא עפעס עצות וואס מען טאן דערצו? פארשטייט זיך נאכן בראשן די ציין און אדער שווענקן מיט מויל וואש.
קען עס זיין כראניש? (איך ווייס נישט פונקטלעך וואס סמיינט.. אבער עס ברענגט בעסער ארויס די שאלה

)
אויב דער אשכול שמעקט דיר נישט רוק דיך אביסל אפ
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 3:23 pm
דורך your friend
לורם איפסום האט געשריבן:א גוטן טאג
איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא א שמיעס וועגן די נושא. איז דא עפעס עצות וואס מען טאן דערצו? פארשטייט זיך נאכן בראשן די ציין און אדער שווענקן מיט מויל וואש.
קען עס זיין כראניש? (איך ווייס נישט פונקטלעך וואס סמיינט.. אבער עס ברענגט בעסער ארויס די שאלה

)
אויב דער אשכול שמעקט דיר נישט רוק דיך אביסל אפ
ווען מען האט א באנטש א באנטש לעכער אין די ציינער, קענעס שמעקן אפילו נאכן בראשן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 4:08 pm
דורך דהו
טרונקען מער בפרט וואסער בדוק ומנוסה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 5:37 pm
דורך לכאורה
אנעים זמירות בראשט זיין צונג אויך מיטן ציין בערשטל, צו פארמיידן דעם פראבלעם. אנדערע נוצן א געוויסע סקרעיפער פאר די צונג.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 9:46 pm
דורך עקבי הצאן
פרוביר אויס
דר. קאטץ'ס מאוטוואש, עטליכע יאהר צוריק איז געווען א לענגערע באשרייבונג אין "המספיק גאזעט" איבער זיין מהלך פון וואס ס'קומט, און די וועג עס צו באקעמפן, זייט דעמאלץ נוצט מען דאס ביי מיר מיט אויסערגעווענליכע רעזולטאטן, ס'איז צו באקומען אין אלע היימישע פארמאסיס, קענסט
דארטן ליינען א געוואלד איבער דעם ענין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 10:08 pm
דורך גיי_ווייס
לויט מיין עקספריענס קומט נישט די ריח פונעם מויל נאר עס קומט ארויף פון אינטען. א פיינע הכנות וועט העלפן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 10:58 pm
דורך וואסערפאל
יש"כ עקבי פארן לינק, ס'איז זייער אינפארמאטיוו, מ'עלמיר דאס איבערליינען מער בעיון ביי א געלעגנהייט.
@גיי ווייס, קאנסטיפעישאן קען טאקע אויך גורם זיין א ריח הפה, אויב כ'האב קיין טעות איז דאס א גמרא.
אין מיין אייגענע פראקטיק, ס'איז זייער וויכטיג צו פוצן די ציין בעפארן גיין שלאפן, אויב לייגט מען זיך אן בראשן, כ'על שוין בראשן מארגן צופרי..., דאן עסן זיך די באקטעריס איין א גאנצע נאכט, און סי שוין א שווערע מייסע דאס ארויסצוזעען.
גארגלן זיך מיט ספרינג וואסער נאכן בראשן איז זייער ווירקזאם, ד.ה. מען גארגעלט זיך אריין מיט רום-טעמפעראטור ספרינג וואסער ביזן גארגעל אריין smoothly, עטליכע מאל.
ס'זעלבע צופרי ווען מ'שטייט אויף, תיכף אנגיסן אביסל ספרינג וואסער און זיך גארגלען, ארויס-צו-שווענקן די האלז ווי אויך די מויל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 10:33 am
דורך אליעזר גרינפעלד
דהו האט געשריבן:טרונקען מער בפרט וואסער בדוק ומנוסה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 12:48 pm
דורך לורם איפסום
גיי_ווייס האט געשריבן:לויט מיין עקספריענס קומט נישט די ריח פונעם מויל נאר עס קומט ארויף פון אינטען. א פיינע הכנות וועט העלפן

אמת, מויל גערוך קומט נישט "נאר" פון מויל נאר אויך און בעיקר פון אינסייד, אבער איך ווייס נישט פונקטליך פון וואו און וואס אינסייד
א רעגולירטע ארויסגיין העלפט אסאך, עס וועט העלפן די חלק וואס עצירות האט גורם געווען, אבער לויט מיין עקספריענס זענען דא נאך גורמים.
צ"ב, סטרעסס ארבעט אינסטענט צו פארשווערן און אומבאטעמט מאכן די אטעם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 1:00 pm
דורך משנה מקום
לורם איפסום האט געשריבן:
צ"ב, סטרעסס ארבעט אינסטענט צו פארשווערן און אומבאטעמט מאכן די אטעם
לכאורה ווייל סטרוקענט אויס די מויל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 1:29 pm
דורך אנעים זמירות
נעכטען האב איך אינזינעןם געהאט ווען איך וועל היינט האבען צייט וועל איך מגיב זיין, אבער איך זעה אז לכאורה האט מיר שוין בכח אריינגעשלעפט...
הגם ריח הפה קען שטאמען פון פארשידענע ערליי גורמים, פאסירט עס אבער רוב מאל צוליב די באקטעריעס אין די מויל. פאלגענד זענען פארשידענע עצות צו העלפען לייזען דעם פראבלעם:
פוצען די ציין בוקר וערב, ווי אויך דער גאנצע צונג
'פלאסען' לכה"פ יעדע נאכט, כדי זיכער צו מאכען עס פארבלייבען נישט קליינע שטיקער עסען, אויף וועלכע באקטעריעס מערען זיך
האלטען דער מויל נאס, ווייל שפייעכץ איז דער בעסטע מיטעל קעגען די באקטעריעס. דאס אליין טיילט זיך אין עטליכע סעיפים:
טרונקען גענוג מען זאל נישט שפירען דורשטיג, ובעיקר איינפאכע וואסער ענדערש פון קאווע און געצוקערטע טרונקען. (קאווע איז אליין גורם ריח הפה, און צוקער פיטערט די באקטעריעס)
אטעמען דורכען נאז נישט דער מויל.
טאמער דארף מען רעדען פאר א שטיק צייט, האלטען נעבען זיך א גלאז וואסער און כסדר נעמען קליינע זיפען דערפון.
קייען צוקערלאזע 'טשואינג גאם'
פאר א קורצ-טערמינע סאלוזיע (צ.ב.ש. איידער א מיטינג וכדומה), איז דא צו באקומען Listerine strips מיטען שטערעןK השגחה. אין ווארהייט איז ראטזאם פאר יעדען צו האלטען אזא פעקעל אין טאש, בכדי צו נוצען נאך מען טרונקט א קאווע אדער מען כאפט אן אלט-מאדישע ציגארעטעל א.ד.ג.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 11, 2013 1:32 pm
דורך לורם איפסום
א דאנק אנעים פאר די לאנגע און דעטאלירטע תשובה, און פאר אלע ענטפערערס
איך וויל מוסיף זיין צו די שאלה
עס איז דא אמאל וואס די ריח הפה איז פשוט שווערער ווי נארמאל און שפירט זיך אין די מרחקים.
דער נישט גוטע גערוך איז איין זאך, אבער דער העווי אטעם, קען זיין געפערלעך.
וואס ווייסט איר איבער אזא זאך?