"בי.פי.די." ליידנדע (באשריבן אין המספיק גאזעט)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:17 pm

Millionaire האט געשריבן:
ספיידער האט געשריבן: איך האב א בריוו אויף ענגליש וואס א געוועזענע בי.פי.די. האט געשריבן, אויב דר׳עולם איז נייגעריג קען איך עס דארפבאקסן און ארויף לייגן

יא, איך וויל עס זען.
Thanks.

over night kugel
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

תגובהדורך over night kugel » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:36 pm

און אז מען רעדט שוין פון bpd, וואס זאגט דער עולם וועגן npd קען מען עס היילן איז בכלל דא א היילונג , איז דא אסאך וויקטימס פון npd דא ביי אונדז און די היימישע קאמיוניטי?

פאר דער וואס ווייסט נישט npd מיינט: narsasisitic parsanality disorder

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:41 pm

over night kugel האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון bpd, וואס זאגט דער עולם וועגן npd קען מען עס היילן איז בכלל דא א היילונג , איז דא אסאך וויקטימס פון npd דא ביי אונדז און די היימישע קאמיוניטי?

פאר דער וואס ווייסט נישט npd מיינט: narsasisitic parsanality disorder


איך קען אפאר דערפון, זיסע מענטשן אבער אזוי ביטער
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

Williamsburg
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

הילף/חיזוק פאר קינדער פון עלטערן "BPD" און אלעס ארום

תגובהדורך Williamsburg » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:00 pm

איך אנטשולדיג מיר אויב סאיז שוין דא אזא אשכול.
אבער כהאב היפש געזוכט און נישט געפונען.
אויב האט איר שוין אמאל געהערט וועגן BPD ווייסט
איר דאך אז די אלע ארומיגע ליידן די מערסטע. און כש"כ אויב איז עס עלטערן. וואס קענען קינדער טוען און אזא מצב ?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:12 pm

ליגט מיר נישט אין קאפ אזא אשכול, אבער עס איז אינוואלד פיל מער. צ.ב.ש. ווען דער באטראפענער ווייסט אז ער ליידט דערפונען, VS ווען ער האלט אז דער צווייטער ליידט גאר דערפונען...
מ'קעמיר עס צונעמען אויף קליין געלט אין א קומענדע געלעגענהייט, פארשטייט זיך נאך עס אדורכשמועסן מיט א CSW
בוי זיך זעלבסט

Williamsburg
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:25 pm

איך רעד און א מצב ווען די מאמע ליידט דערויף
און זי האלט אז זי איז די פירפעקסטע מענטש און די וועלט
און דערנידערט און פארשעמט די קינדער

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 05, 2017 9:55 pm

מ'וועל מיר נישט אריינגיין אין די פעלד צו מען זאל זאגען פאר דעם ליידענדען אז ער/זי ברויך טעראפי. נאר מיר וועלן מער רעדן וויאזוי די ארומיקע זאלען זיך באגיין און באשיצן.

1. נוץ נישט א שפראך וואס זאל מער אויברויזן דעם באטרעפנדן. צ.ב.ש. זאג נישט "דיין אויפפירונג איז עפעס נישט צו די זאך". נאר ליבערשט זאג אז איך בין באזארגט איבער קלייניגקייטן אין דיין אויפפירונג.
2. דו מוזט נישט צושטימען צו זייערע משוגעת'ן אבער נוץ ווערטער וואס מאכט זיי שפירן אז דו פארשטייסט זיי. צ.ב.ש. עס קוקט אויס אז דו האסט איצט א שווערע מינוט, און איך קאן פארשטיין פארוואס דו ביזט אזוי אויפגעברויזט.
3. זיי פעסט ביי דיר און גאר-גלייך ביים האנדלען מיט א ליידענדען. צ.ב.ש. אויב האסט עפעס געזאגט (איך גיי דיר אהיימברענגען א דעיניש) דאן מוז דאס פאסירן. ווי אויך, אויב איז דאס דיין מאן/ווייב און דו האסט געזאגט אז דו גייסט ארויסגיין פונדערהיים אויב מען עקספלאדירט, דאן מוזטו ארויסגיין אויב פאסירט דאס, און נישט דאן טראכטן אויב איז עס ריכטיג צו טוהן.
4. ווען די אויפפירונג איז געהעריג, דאן איז גאר וויכטיג צו צייגן אנערקענונג, ווייל דאס קאן פארבעסערן די אויפפירונג מער פון אסאך טעראפי.

פארזעצונג קומט אי"ה
בוי זיך זעלבסט

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מיטוואך ינואר 17, 2018 9:38 pm

over night kugel האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון bpd, וואס זאגט דער עולם וועגן npd קען מען עס היילן איז בכלל דא א היילונג , איז דא אסאך וויקטימס פון npd דא ביי אונדז און די היימישע קאמיוניטי?

פאר דער וואס ווייסט נישט npd מיינט: narsasisitic parsanality disorder

שוין איינמאל דא ליידער!
דער איז גאר א נאנטער קאזין מיטן bpd, און עס איז דא פאר דעם א היילונג פונקט ווי עס איז דא פאר bpd, פי' עס איז נישט עכט דא, דאס הייסט עס איז דא זייער ווייניג פון זיי וואס זענען גרייט זיך צו העלפן! און ווען ער וויל זיך שוין יא העלפן איז נישט יעדע טערעפיסט גרייט אנצונעמען אזעלעכע סארט פאציענטן, ביקאוס קיין איין טערעפיסט איז נישט גרייט צו ווערן... אין אלע גאסן כדרכן של הpd, ואין להאריך..., און אזוי אויך א טערעפיסט וואס נעמט יא אן די סארט פעישאנס דארף לויט די לאו אליינס גיין אויף טערעפי כדי נישט אליינס צו ווערן קאקא און אריינגעדרייעט און זייער געוועיבאכץ! וויפל מאל איז שוין געווען מעשיות וואס טערעפיסטן האבן אנגענומען pd פאציענטן און דער פאציענט האט סוקסעספול באוויזן איבערצודרייען דעם טאפ אויפן קאפ פונעם שיתוף זייערע אז יענער איז גאר דער קראנקער און ער/זי איז דער וויקטאם, און מיט דעם חרוב געלייגט דאס לעבן פונעם געזונטן ספאוס:
לעצט פאראכטן דורך מקבל ומשפיע אום מיטוואך ינואר 17, 2018 9:48 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

תנו רבנן
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 5:43 pm

תגובהדורך תנו רבנן » מיטוואך ינואר 17, 2018 9:44 pm

איך בין נייגעריג אויב עס פארהאן דא איינער וואס האט מיטגעהאלטן די work shap פון מ"וו איבער פערסענאלעטי דיסארדערס
נקוט האי כללא בידך: אז יענער איז קליין מיינט נישט אז דו ביסט גרויס! און אז יענער איז גרויס מיינט נישט אז דו ביסט קליין!!!

שלוה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:16 am

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
over night kugel האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון bpd, וואס זאגט דער עולם וועגן npd קען מען עס היילן איז בכלל דא א היילונג , איז דא אסאך וויקטימס פון npd דא ביי אונדז און די היימישע קאמיוניטי?

פאר דער וואס ווייסט נישט npd מיינט: narsasisitic parsanality disorder

שוין איינמאל דא ליידער!
דער איז גאר א נאנטער קאזין מיטן bpd, און עס איז דא פאר דעם א היילונג פונקט ווי עס איז דא פאר bpd, פי' עס איז נישט עכט דא, דאס הייסט עס איז דא זייער ווייניג פון זיי וואס זענען גרייט זיך צו העלפן! און ווען ער וויל זיך שוין יא העלפן איז נישט יעדע טערעפיסט גרייט אנצונעמען אזעלעכע סארט פאציענטן, ביקאוס קיין איין טערעפיסט איז נישט גרייט צו ווערן... אין אלע גאסן כדרכן של הpd, ואין להאריך..., און אזוי אויך א טערעפיסט וואס נעמט יא אן די סארט פעישאנס דארף לויט די לאו אליינס גיין אויף טערעפי כדי נישט אליינס צו ווערן קאקא און אריינגעדרייעט און זייער געוועיבאכץ! וויפל מאל איז שוין געווען מעשיות וואס טערעפיסטן האבן אנגענומען pd פאציענטן און דער פאציענט האט סוקסעספול באוויזן איבערצודרייען דעם טאפ אויפן קאפ פונעם שיתוף זייערע אז יענער איז גאר דער קראנקער און ער/זי איז דער וויקטאם, און מיט דעם חרוב געלייגט דאס לעבן פונעם געזונטן ספאוס:


איך בין נישט באקאנט מיט קיין שום געזעץ אדער עטישע קאוד וואס איז מחייב טעראפיסטען צי אליין גיין אויף טעראפי ווען זיי האנדלכן מיט א געוויסע סארט קליענט. אז איינער איז יא באקאנט, ביטע צייכענט אן די מקור.

צי מטפל זיין מיט מענטשען וואס ליידען פין פערסאנאלטי דיסארדערס פעלט אויס ספעציעלע טרעינינג, הדרכה, און נסיון. (דאס איז די עיקר סיבה זיי וועלן נישט אננעמען אזעלכע קעיסעס). א געווענליכע לייסענסד טעראפיסט קען נישט גוט באהאנדלען אזעלכע קעיסעס, אבער ער וועט פארמאגען געניג אינפארמאציע צי קענען מבחין זיין א ליידענדע, און וועט נישט פארטוישען די ליידענדע פאר די נישט ליידענדע.

כדי א טעראפיסט זאל נישט ווערן איבערגענימען פין אזעלכע קעיסעס, אריינגעגרייט, וכדו' פעלט אויס גיטע סופערווישען. דאס איז הדרכה פין א טעראפיסט וואס האט מער נסיון אין די געביט און קען אויפכאפען שנעל אויב מ'טוט עפעס נישט ריכטיג, ועוד. דאס איז אנדערש ווי טעראפי, וואס איז אויך א גוטע זאך פאר איעדע טעראפיסט, צוליב כמה סיבות.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:24 pm

שלוה האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט קיין שום געזעץ אדער עטישע קאוד וואס איז מחייב טעראפיסטען צי אליין גיין אויף טעראפי ווען זיי האנדלכן מיט א געוויסע סארט קליענט. אז איינער איז יא באקאנט, ביטע צייכענט אן די מקור.

איך געמיינט דאס וואס די שרייבסט צו סוף, סארי פארן זיך נישט גוט אוסדריקן!
שלוה האט געשריבן:א געווענליכע לייסענסד טעראפיסט קען נישט גוט באהאנדלען אזעלכע קעיסעס, אבער ער וועט פארמאגען געניג אינפארמאציע צי קענען מבחין זיין א ליידענדע, און וועט נישט פארטוישען די ליידענדע פאר די נישט ליידענדע.

איך ווייס פון א מעשה שהי', ואין כאן מקומו:
שלוה האט געשריבן:כדי א טעראפיסט זאל נישט ווערן איבערגענימען פין אזעלכע קעיסעס, אריינגעגרייט, וכדו' פעלט אויס גיטע סופערווישען. דאס איז הדרכה פין א טעראפיסט וואס האט מער נסיון אין די געביט און קען אויפכאפען שנעל אויב מ'טוט עפעס נישט ריכטיג, ועוד. דאס איז אנדערש ווי טעראפי, וואס איז אויך א גוטע זאך פאר איעדע טעראפיסט, צוליב כמה סיבות

עס איז גוט פשוט ווייל די ספיקות וכדו' זענען זייער קעטשי כידוע!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

Horizontal
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

לכבוד חודש אדר

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:08 am

המן האט געהאט BPD
זיין spouse האט געדארפט אנעמען זיינע מנהגים ומדבר כלשון עמו.
יעדער האט זיך געמיזט ביקן פאר איהם.
איינער האט זיך נישט געוואלט בייגן פאר זיינע משוגעת'ן האט ער געטוישט זיין mood אין א רגע פון פריילעך וטוב לב צו מלא כעס.
אהיימגעקומען שעלטן אויף זיין גאנצע משפחה אנשטאט אויף דער וואס האט איהם אויפגערעגט.
געסטראשעט אז ער גייט הרג'נען מרדכי
אפילו דעם קעניג איז איהם געלונגען איינצורעדן אז ער איז א נערמאלע מענטש.
זיין טאכטער האט זיך טאקע גענומען דאס לעבן רח''ל...
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

Horizontal
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:10 am

זאגט מיר איינער אז לבן האט דעפענעטלי געהאט בי פי די,

קודם האט ער געפאפט יעקב מיט די ווייבער, און געקומען מיט א תירוץ לא יעשה כן במקומינו...

דערנאך האט ער געפאניגט און באגנבעט יעקב אלע יארן,

דערנאך ווען יעקב אנטלויפט, זאגט ער פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז דו ביזט נישט געווען צופרידן איך וואלט דיך געשיקט מיט תופים ומחולות

זאגט אים יעקב צוריק איך האב מורא געהאט אז דו וועסט צונעמען מיינע קינדער

זאגט לבן הבנים בניי והצאן צאני וכל אשר אתה רואה שלי הם. אקס וואס ער איז.
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך מארטש 07, 2018 12:51 pm

Millionaire האט געשריבן:
ספיידער האט געשריבן: איך האב א בריוו אויף ענגליש וואס א געוועזענע בי.פי.די. האט געשריבן, אויב דר׳עולם איז נייגעריג קען איך עס דארפבאקסן און ארויף לייגן

יא, איך וויל עס זען.
Thanks.

תנו רבנן
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 5:43 pm

תגובהדורך תנו רבנן » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 3:53 pm

צו געזונט האט געשריבן:מ'וועל מיר נישט אריינגיין אין די פעלד צו מען זאל זאגען פאר דעם ליידענדען אז ער/זי ברויך טעראפי. נאר מיר וועלן מער רעדן וויאזוי די ארומיקע זאלען זיך באגיין און באשיצן.

1. נוץ נישט א שפראך וואס זאל מער אויברויזן דעם באטרעפנדן. צ.ב.ש. זאג נישט "דיין אויפפירונג איז עפעס נישט צו די זאך". נאר ליבערשט זאג אז איך בין באזארגט איבער קלייניגקייטן אין דיין אויפפירונג.
2. דו מוזט נישט צושטימען צו זייערע משוגעת'ן אבער נוץ ווערטער וואס מאכט זיי שפירן אז דו פארשטייסט זיי. צ.ב.ש. עס קוקט אויס אז דו האסט איצט א שווערע מינוט, און איך קאן פארשטיין פארוואס דו ביזט אזוי אויפגעברויזט.
3. זיי פעסט ביי דיר און גאר-גלייך ביים האנדלען מיט א ליידענדען. צ.ב.ש. אויב האסט עפעס געזאגט (איך גיי דיר אהיימברענגען א דעיניש) דאן מוז דאס פאסירן. ווי אויך, אויב איז דאס דיין מאן/ווייב און דו האסט געזאגט אז דו גייסט ארויסגיין פונדערהיים אויב מען עקספלאדירט, דאן מוזטו ארויסגיין אויב פאסירט דאס, און נישט דאן טראכטן אויב איז עס ריכטיג צו טוהן.
4. ווען די אויפפירונג איז געהעריג, דאן איז גאר וויכטיג צו צייגן אנערקענונג, ווייל דאס קאן פארבעסערן די אויפפירונג מער פון אסאך טעראפי.

פארזעצונג קומט אי"ה

;l;p-
די 3טע איז דאס וויכטיגסטע און די שווערסטע...
נקוט האי כללא בידך: אז יענער איז קליין מיינט נישט אז דו ביסט גרויס! און אז יענער איז גרויס מיינט נישט אז דו ביסט קליין!!!


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט