"בי.פי.די." ליידנדע (באשריבן אין המספיק גאזעט)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

"בי.פי.די." ליידנדע (באשריבן אין המספיק גאזעט)

תגובהדורך join us » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:14 pm

קען איינער אהער ברענגען די באשרייבונגען פון המספיק גאזעט איבער די נושא פון בי.פי.די. (בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער) פון די לעצטע פאר חדשים

בקיצור: האט איינער א גוטע לעזונג דערצו ?


בי.פי.די. המספיק גאזעט. 1.JPG

בי.פי.די. המספיק גאזעט. 2.JPG

בי.פי.די. המספיק גאזעט. 3.JPG

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:16 pm

די חודש גאזעט

בי.פי.די. המספיק גאזעט. 4.JPG

בי.פי.די. המספיק גאזעט. 5.JPG

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:26 pm

ניסן ע"ג המספיק
http://www.nyshainc.org/documents/Y107.pdf
לינק צי אלע
http://www.hamaspik.org/
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:31 pm

האלץ האקער האט געשריבן:ניסן ע"ג המספיק
http://www.nyshainc.org/documents/Y107.pdf
לינק צי אלע
http://www.hamaspik.org/


יישר כח פאר די לינקס
איז די איינער וואס קען עס אהער ברענגען געהעריג אנע לינקס אדער PDF ?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:39 pm

לויט ווי איך הער האט די ארטיקל געמאכט א שטורעם אין די שפאלטענעס פון די אויסגאבע. ברייוון פארן רעכטס און לינקס

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:22 am

join us האט געשריבן:....
בקיצור: האט איינער א גוטע לעזונג דערצו ?

איך האב אסאך געטוהן אין די נושא לעצטענס, נאכן מיטהאלטען א בי פי די קעיס פון די נאנט. ס'איז דא איין עצה; דער בי פי די ליידענדער זאל אויפהערן שפילן וויקטים. אין זיך נעמען ארבייטן אויף די מידות.

די דעת תורה אויף די נושא, נעמט נישט אזוי שטארק אן די היינטיגע מיינונג פון די וועלעכע ווילן דאס אנרופען א קרענק. אמאל פאר עס האט באקומען די פענסי נאמען, האט עס געהייסן מידות. א מענטעל דייעגנאויז ווערט ליידער אויסגעניצט דורך די בי פי די ליידענדע זיך ארויסצודרייען. (וואס ווילסטו פון מיר? איך בין דאך קראנק!...)
מיט די צייט קען עס ליידער ברענגען עכטע מענטעל פראבלעמען. ( וויאזוי האט ער געזאגט? מאך דיר נישט, וועסט נאך ווערן... א אמת ווארט ליידער)

ס'איז דא א גוטע בוק אויף די נושא stop walking on eggshells.

די טשענסעס ארויסצוקריכען דערפון איז ליידער נאנט צו נול. זיי מעניפעלעטן יעדן וויפל עס גייט, אפילו פראפעשענעלס. זיי קענען מאכן דעם נארמאלסטען מענטש טון משונה'דיגע זאכן. און וועט נאכאלץ פילן אז ער האט נישט געניג געטון...

מען דארף נאר אכטונג געבען, נישט אליינס אפמאכן אז עס איז בארדערליין. דאס דארף ווערן דייעגנאזט ביי א פראפעשענעל.

די איינציגע עצה איז, די ארימיגע זאלן גיין צי טערעפי נישט מעשיגע צי ווערן, אין זיך לערנען נישט זיך לאזן מעניפעלעטען.
DBT therapy האט שוואכע רעזאלטאטען, אין בעסטען פאל. ערגער מאכן אין ערגסטען פאל.

געווען באשריבן און עטליכע אויסגאבעס. הרב לייב שטערנליכט האט א לענגערע שמועס דערוועגן אויף קול מבשר 5-6 פון 91# ביז ערגעץ 115#.

דיסקלעימער:
איך ווייס אסאך וועלן מחולק זיין מיט מיר. איך האב באגלייט א בי פי די פרשה פון די נאנט. געווען אינוואלווד מיט אסאך פראפעשענעלס און ערליכע אנגענומענע רבנים און עסקנים.

מיינע ווערטער זענען חל נאר אויף די וועלעכע זענען דייעגנאויזט געווארן דורך א דאקטאר אלס בי פי די. נישט אליינס אפגעמאכט אזוי. זייט געווארענט נישט אליינס דייעגנאויזען און מצער זיין צובראכענע נפשות. ( אפילו אין דיינע אויגן קען נישט זיין אנדערש.)
צוגעלייגטע
8Screenshot_2013-09-30-00-56-58-1_20130930011638140.jpg
לעצט פאראכטן דורך Alien אום דינסטאג אוקטובער 08, 2013 11:58 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Alien
פה לבנה יצ"ו

כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

תגובהדורך כרמי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:47 am

אין 'מעלות' איז עס געווען באשריבן במשך עטליכע חדשים, עטליכע יאר צוריק.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 12:58 pm

זייער ביטער איז פאר די וואס פאלן אריין מיט אזא משפחה מיטגעליד, נאר איין זאך איינע פון די שרייבער אין המספיק זאגט אז ער איז באקאנט מיט עטליכע קעסעס, און ער לייגט אראפ כאילו ווען א מאן האט א פרוי מיט בי פי די איז נישט אזוי געפערליך פארן מאן ווי ווען א פרוי האט א מאן וואס איז בי פי די, און בכלל זענען אלע דגמאות וואס ער ברענגט נאר פון פרויען וואס ליידן פון מענער מיט די דייעגנאז, וויל איך יענעם זאגן אז איך בון בהאווענט מיט פארקערטע פעלער, רחמנה ליצלן וואס דעס האט שוין געטוהן פאר אינגעלייט וואס זענען מיט דעם פעקל אריין געפאלן, דער חילוק איז נאר איינס, ווען די פרוי איז א בי פי די, האט זי נאך א זאך מיט וואס זי קען יענעם מיניפילעטן וואס דאס איז, ניצן די טאקטיק וואס איז אין אמעריקע זייער אנגענומען וד"ל און גזירה על.... שתתקבל על הלב, יעדער גלייבט און דער באטרעפענדער גייט מיט דעם אין קבר אריין רח"ל, מען קען אויף דעם זאגן דעם פסוק און קהלת ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 2:30 pm

רבותי, די זאך איז נישט אזוי פשוט. בארדערליין פערסענעלעטי דיסארדער איז זייער א שווערע קאמפלעצירטע נושא, סיי פארן באטרעפענעם, און סיי פאר די ארומעגע. מען דארף אבער וויסן, אז א אמת'ע בארדערליין מוטשעט זיך מיט זיינע אונערליכע געפילן און ווייסט זיך נישט וויאהין צו טון. ווי איינער האט שוין דערמאנט דא, אפילו די מערסטע אנגענומענסטע שיטה צו היילן בי פי די, איז DBT טערעפי, און אפילו דאס העלפט נישט פאר יעדעם איינעם.
די ריכטיגסטע וועג ווי אזוי דאס 'באמת' צו היילען, איז ווען דער באטרעפענער זאל מסכים זיין אריינצוקוקען אין זיך וואס ער וויל 'באמת'. עס איז געווען אן ארטיקל אינעם מאגאזין Psychotherapy Networker פאר אפאר חדשים צירוק, פון דר. ריטשארד שווארץ, וואס איז מסביר וואס איז 'באמת' בי פי די. דר. שווארץ איז דער מייסד פון א שיטה אין טערעפי וואס הייסט IFS, דער שיטה גייט אריין אונעם נפש פונעם מענטש און מסדר זיין אלע חלקים וואס דער נפש מוטשעט זיך מוט. ער ווייזט אויף קלאר, אז דער בארדער ליין וויל פשוט זיך היטן פון אלטע טראומעת וואס ער האט נישט געקענט זיך באגיין אליינס און זיין יוגענט. מען דארף האבן מיטגעפיל מיט די חלקים, עס ארויסברענגן, און עס אויסהיילען.
די ארטיקעל איז אין ענגליש, ווער עס וויל קען עס ליינען אויף דעם לינק
www.psychotherapynetworker.org/magazine/recentissues/2013-mayjune/item/2130-depathologizing-the-borderline-client

עס זענען דא נאך שיטות וואס ארבעטן ענדליך צו IFS, איך האב עס אבער מייחס געווען צו דעם שיטה, היות דער מייסד דר. שווארץ ברענגט עס שטארק ארויס ע"פ דרכו.

זייטס געזונט, און זאל יעדער האבן א ריכטיגע תיקון הנפש.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 6:45 pm

פאקט איז: עס פיל מער שכיח ביי פרויען ווי ביי מענער, דא יור ריסירטש

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 6:56 pm

הערליך האט געשריבן:פאקט איז: עס פיל מער שכיח ביי פרויען ווי ביי מענער, דא יור ריסירטש

פרויען וועלן ענדערשער און שנעלער מודה זיין אז זיי זענען דיפענדענט אויף א צווייטן, א פאקטאר וואס איז גאר קריטיש ביי בי פי די (דאס מאכט די רושיגע געפילן ביי די ליידענדע, די גרויסע מלחמה פון וועלן טראסטן און זיך אנליינען אויף א צוייטען, און אין די צווייטע זייט אוועקשטופען יעדעם איינעם און קיינעם נישט טראסטן), מענער וועלן דאס פראבירן איינצוהאלטן. אבער פאקט ווייזט, אז פיל מער מענער ליידן פון דעם נישט וויסענדיג, און זיי זענען זייער דיפענדענט פונקט ווי די פרויען. עס קען זיין אז ביי מענער וועט דוירען לענגער ביז די גאנצע פאזעל וועט זיך ארויסווייזען. וד"ל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 8:34 pm

הערליך האט געשריבן:פאקט איז: עס פיל מער שכיח ביי פרויען ווי ביי מענער, דא יור ריסירטש


איך ווייס גראדע פון א מאנ'ס פערזאון אקרוב מיינע (וואס מען איז געקומען צומיר נאך הילף וואס איך ווייס באמת נישט ווי אזוי עס צו הענדלן..) וואס עס איז דא צייטן וואס איז ממש נישט צום אויס האלטן. און אינדערצייט וואס אינדרויסן איז ער באמת א געטרייע עסקן און א בעל חסד און חשובע איד


איך בין גראדע אביסעלע צומישט און די ווערטער בי פי די וואס עס טייטש און אידיש
לויט די אויבנדעמאנטע לינקס קוקט אויס ווי מען רעדט פון צוויי מינע פראבלעמען
איינע פון די בריוון אין די גאזעט רייסט ער אראפ די היינטיגע נעמען וואס מען גיט פאר די סארטן זאכן ווי למשל אויב א טאטע שרייט אויף א קינד אין שלאגט אים האט ער פון די קרענק בי פי די.
עס קוקט מיר אויס אז דער עולם טייטשט אויס עפעס אנדערש

למעשה וואס טייטשט בי פי די און מאמע לשון

לבנה קריכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובהדורך לבנה קריכער » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 9:11 pm

אזוי ווי פריער געשמיסט די וויקטעם מוז איבּערנעמן קאנטראל אויף שטארקן "קליינעם" פארנעם רואיג מיט דיצפּלין און הדרכה ,לא קם ולא זע,.איז דא עפּעס האפענונג
http://www.borderlinepersonalitydisorder.com/

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » מיטוואך אוקטובער 02, 2013 12:15 am

בארדערליין איז טייטש די גרעניץ ליין. די ליין וואס ציטיילט די גרעניץ.
פערסאנאליטי איז טייטש די פערזענליכקייט פונעם מענטש. איך בין א ערנסטע מענטש, איך בין א פרייליכע מענטש, א ציטראגענע מענטש, א מענטש מיט עדעטאָד, א איידעלע מענטש אדג...
דיסארדער מיינט אומסדר, נישט מסודר, ציוואָרפען.

אין איין ווארט; די פערזענליכקייט, די סטעֶטאָס, פונעם מענטש שטייט ביים גרעניץ. ווי א מענטש זאל שטיין ביין גרעניץ פון אמעריקע און קענעדא און זאגן איךבין א אמעריקענער. א מינוט דערויף טוישן זיין מיינונג, ניין, איך באלאנג נישט אין אמעריקע, איך בין א קענאדער. א מינוט דערנאך טוישן,איך באלאנג נישט אין קענעדע, און דערנאך צוריק טוישן.
דער מענטש באלאנגט נישט אין ערגעץ.

סאיז איז דא א מענטעל טערים פערסאנאליטי דיסארדער. וואס מיינט א מענטש איז איין טאג א גלח איין טאג א מלאך. וואס מאכט אומבאקוועם דעם מענטש, ער מיטשעט זיך, ער קען נישט אפמאכען וואס ער איז. ער קען נישט אפמאכען וועלעכע אפשען צי נעמען. אבער "בארדערליין" פערסאנאליטי דיסארדער באלאנגט נישט אין ערגעץ, ער האט נישט קיין אפשענס.

א יעדע מענטש האט סיפוק לויט זיין פערזענליכקייט, א איידעלע מענטש, א מענטש מיט הארץ שעפט סיפוק ווען ער האט מצליח געווען צי העלפען יענעם. א צולאזטער שעפט סיפוק פון צופיקסען יענעם.
יעצט, לויט די סייקעֶיאַטריק שיטה פירט זיך די מענטש אזוי אויף, ער מאניפעלעט, ער טיילט אויס צרות פאר זיינע ארימיגע וויבאלד ער באלאנגט נישט אין ערגעץ, האט ער נישט קיין סיפוק, נאר ווען ער קאנטראלירט א צווייטען. סיי איך קען עפעס, איך האב א חוש יענעם פירען ביי די נאז. סיי ווען ער זעט אז יענער האט אויך נישט קיין סיפוק.
דאס איז אויפן שפיץ גאפעל די שיטה פון די חוקרים.

די דעת תורה (נישט מיינס) לויט מיין עקפעריענס, גענומען פון חשובע אַנגענימענע רבנים און עסקנים - וואס ווייסען וועגן די סייקעיאטריק שיטה - איז, יעדער מענטש האט א בחירה, און מחויב צו ארבייטען אויף זיינע מידות. וויבאלד ער איז אויפגעוואקסען אין שווערע אומשטענדען, אדער געבוירן מיט שווערע מידות, האט ער א גרעסערע נסיון צו ארבייטען אויף די מידות. וועט ער ארבייטען אויף זיינע מידות וועט ער באלאנגען ציווישען די ארענטליכע מענטשען. אז נישט וועט ער באלאנגען צו די מטורפים.
די פראבלעם פון דייעֶגנאָזען איינעם מיט בי פי די איז, מען נעמט אוועק די אחריות פונעם מענטש צו ארבייטען אויף זיך. ער ווערט א וויקטים אנשטאָט א רודף.

פאר די ארימיגע מענטשען וואס נעמען אן די דעת תורה, האבן זיי א פראבלעם מיט זייער דייעגנאז. זיי ווילן זיין א רחמנות, נישט איינעם וואס מען ערווארט זיך צו טוישען.
פאר די ארימיגע וואס נעמען אן די סייקעֶיאַטריק שיטה פאר זיי באלעקען זיי זיך די פינגער מיט דעם דייעֶגנאָז. יעצט בין פטור פון אלעם, זאל די גאנצע וועלט זיין מיין שלאק, איך קען טון וואס איך וויל און זיין א וויקטים..
(וואס??? ווילסט מיר זאגן ער פרייד זיך מיט דעם דייעגנאז??? קען נישט זיין. ער וויינט געפערליך, עס באדערט אים שרעקליך, עס עסט אים געפערליך ציקוקענדיג ווי זיינע נאנטע ליידן פון אים..
יא יא! דו ווערסט געפירט ביי נאז. ווי לאנג דו גלייבסט אים, איז ער בעל הבית. ער האט דיר גוט איינגעשלעפט פארן ציטשעפענען די האָק מיטען בענדעל צו דיין נאז, דו פילסט נישט ווי ער טראגט דיר ארום ווי א הונט. זיי קענען דאס זייער גוט. מאסיווע עקטערס.)
לעצט פאראכטן דורך Alien אום דינסטאג אוקטובער 08, 2013 12:01 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוקטובער 02, 2013 10:15 am

זייער שיין מסביר געווען רב עלייען. עס איז באמת א פחד. מ'זאל קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מיטוואך אוקטובער 02, 2013 11:51 am

איך האב אמאהל געהערט א גוטן געדאנק אויף דעם.
מיר ווייסן דאך אז און סדום איז געווען א געזעץ אז אויב איינער האט באקומען פון א שלעגער האט מען אים באצאלט מיט נאך שלעק, מיינט איר אוואדא אז זיי זענען געווען סתם שלעכטע מענטשן אן א טעם און ראם, ניין, זיי האבן געהאט אזא שיטה, אויב האט יענער דיר געשלאגן מיז זיין א סאב קאנטשעסלי האסטו אים קודם געטשעפעט, מילא אויב רעדט מען פון באצאלן ביסטו געווען דער ערשטער טשעפנאק.

איך מאך נישט אוועק אינגאנצען דעס ענין פון געבן א דייעגנויז מיט א צונאמען, אבער מען דארף געדענקן אז דאס צונאמען האט א ציהל, דער ציהל איז צוברענגן די קעס צו א שליכטונג, אז מען וועט וויסן פון וואס מען ליידט וועט מען עס קענען היילן, און דארט כאפט טאקע דער חילוק פון איינעם וואס מען קען אנריפען דיסארדער און דעם צווייטן א פאלנער רודף, אויב ער נעמט זיך און די האנט אריין און וויל ארויס קריכן (דאס מיינט נישט די הילף וואס א בי פי די ליידענטע וועט צומאהל נעמען אויך נאר מיטן ציהל פון מיניפאלעטן) אזא מענטש האט א דיסארדער און מען קען רעדן פון רחמנות וכדומה, אבער איינער וואס האלט נישט דערביי באקומט דעם טיטול מושחת במידות, רודף, וכדומה.

אפילו ער ליידט פון זיך אליין, נאך דאס אויך נישט, די חרבנות פון די ארומגע ביז דורות ווייטער איז ווייניגער ווי כטיפה מן היום פון וואס זי ליידט.

מיינט איר אז מען האט נישט געקענט קאטעגרעזערירן רודפים און רוצחים וכדומה און אלע פריעדיגע דורות אזא זענען פשוט קראנק, דער תורה זאגט אז מען דארף יענעם באשטראפן למען ישמיעו ויראו ווייל דער קראנקער פארשטייט אויך ביז ווי צו גיין, ווען ער זעהט דעם סויף פון די וואס פירן זיך אויף ווי אים וועט זיין קרענק אויך זיך דערשרעקן.

מילא אזוי ווי עס איז כמעט נישט דא אזא זאך אז א בי פי די זאבל זוכן הילף איז געבן א נעמען בלויז מחפה אויף מעשה רשע.

דער וואס טענט אז מען דארף גיין שארף און שטארק מיט א אויסגערעכנטע מהלך דאס אלעס איז הילף פאר די ארימעגע זיך צו האלטן נארמאל.

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » מיטוואך אוקטובער 02, 2013 1:32 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט א גוטן געדאנק אויף דעם.
מיר ווייסן דאך אז און סדום איז געווען א געזעץ אז אויב איינער האט באקומען פון א שלעגער האט מען אים באצאלט מיט נאך שלעק, מיינט איר אוואדא אז זיי זענען געווען סתם שלעכטע מענטשן אן א טעם און ראם, ניין, זיי האבן געהאט אזא שיטה, אויב האט יענער דיר געשלאגן מיז זיין א סאב קאנטשעסלי האסטו אים קודם געטשעפעט, מילא אויב רעדט מען פון באצאלן ביסטו געווען דער ערשטער טשעפנאק.

איך מאך נישט אוועק אינגאנצען דעס ענין פון געבן א דייעגנויז מיט א צונאמען, אבער מען דארף געדענקן אז דאס צונאמען האט א ציהל, דער ציהל איז צוברענגן די קעס צו א שליכטונג, אז מען וועט וויסן פון וואס מען ליידט וועט מען עס קענען היילן, און דארט כאפט טאקע דער חילוק פון איינעם וואס מען קען אנריפען דיסארדער און דעם צווייטן א פאלנער רודף, אויב ער נעמט זיך און די האנט אריין און וויל ארויס קריכן (דאס מיינט נישט די הילף וואס א בי פי די ליידענטע וועט צומאהל נעמען אויך נאר מיטן ציהל פון מיניפאלעטן) אזא מענטש האט א דיסארדער און מען קען רעדן פון רחמנות וכדומה, אבער איינער וואס האלט נישט דערביי באקומט דעם טיטול מושחת במידות, רודף, וכדומה.

אפילו ער ליידט פון זיך אליין, נאך דאס אויך נישט, די חרבנות פון די ארומגע ביז דורות ווייטער איז ווייניגער ווי כטיפה מן היום פון וואס זי ליידט.

מיינט איר אז מען האט נישט געקענט קאטעגרעזערירן רודפים און רוצחים וכדומה און אלע פריעדיגע דורות אזא זענען פשוט קראנק, דער תורה זאגט אז מען דארף יענעם באשטראפן למען ישמיעו ויראו ווייל דער קראנקער פארשטייט אויך ביז ווי צו גיין, ווען ער זעהט דעם סויף פון די וואס פירן זיך אויף ווי אים וועט זיין קרענק אויך זיך דערשרעקן.

מילא אזוי ווי עס איז כמעט נישט דא אזא זאך אז א בי פי די זאבל זוכן הילף איז געבן א נעמען בלויז מחפה אויף מעשה רשע.

דער וואס טענט אז מען דארף גיין שארף און שטארק מיט א אויסגערעכנטע מהלך דאס אלעס איז הילף פאר די ארימעגע זיך צו האלטן נארמאל.

;l;p-
געהערט ענליכס. א מזל די דייעגנאז איז א לעצטיגע זאך, ווען נישט וואלטען מיר נישט געהאט קיין חנוכה און קיין פורים...
לעצט פאראכטן דורך Alien אום זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך אוקטובער 02, 2013 1:41 pm

אוסאמה בין לאדין איז דייעגנאוזד מיט ocdp

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 7:08 pm

לאמיר אויסשמיסען אביסל מער וואס דאס איז, פון וואס דאס קומט, וויאזוי דאס געשעט.

ווי פריער געשמוסט אז דאס איז שווערע מידות, מיינט אבער נישט אז די חברה לעקען האניג. אינגאנצן נישט. א מענטש מיט שלעכטע מידות האט נישט קיין גרינג לעבן. וואס א שווערערע מענטש, אלס שווערער איז זיין פריוואטע לעבן.

בי פי די'ס זענען מענטשען געבוירען מיט שווערע מידות, אָן עלטערען אדער מחנכים מיט די ריכטיגע הדרכה, זיי צו באגלייטען צו טוישען די מידות. (נישט חלולה צו באשילדיגען די עלטערען אדער מחנכים. אונז זענען נישט און הימעל דאס צו מעגען טון. מען טאר זיי נישט צולייגען זאלץ, די עלטערען קומט זיך אסאך חיזוק.) אדער אויפגעוואקסען אינטער שווערע אומשטענדען. זיי קענען האבן אויפגעוואקסען ארום א בי פי די, אדער זיי זענען אויפגעוואקסען אן וואס איינער זאל זיך קומערען מיט זיי, אדער געפייניגט. אדער גאר שטארק געספוילט.

יעצט די מענטש וויל דערגרייכען א ספעסיפישע זאך, אבער ער באקומט עס נישט. צו ווייל ער וויל עפעס וואס קומט אים נישט, און מען וויל עס אים נישט נאכגעבען. אדער ער פארלאנגט זייער א שווערע זאך. און וויבאלד זיינע מידות דיקטירט אים צו פארלאנגען מיט גוטען אדער בייזען. אדער א קינד, וואס קיינער איז אים נישט מסביר על פי דרכו פארוואס עס איז נישט פאר אים, ער ווערט איגנארירט אדער אוועקגעמאכט. אדער ער איז געספוילט, ער איז געוואוינט אז וואס ער וויל באקומט ער, און די פאר זאכען וואס נישט, מוז ער אויך האבען ווייל ער איז נישט געוואוינט צו הערן ניין. אבער למעשה וויל ער עס דערגרייכען. אז די גראדע וועג ארבייט נישט, טרייט מען א אנדערע וועג.

מאמי איך וויל דעי שיך.
שעפעלע דעי שיך איז בעסער פאר דיר. טריי עס אן
(אינגערע קינד) מאכט זיך הינקענען. (קען זיך מאכן ביי נארמאלע קינדער, מען רעדט אין די אויבענדערמאנטע אומשטענדען)
(עלטערע קינד) די מאמע זעט נישט, ווייזט מיטען פינגער אויף א טייערע פאָר שטיוועל פרעגענדיג, וויפיל קאסט דאס? די מאמע הערט די פרייז און טוישט שנעל איר מיינד. אויסגעפירט! (הלוואי נאר אזוי געפערליך ווי די משל וד"ל)

דאס איז ביי קינדער. ווען דאס קינד לערנט זיך אויס אז דאס איז די שפראך וואס ארבייט, וואקסט זיין מאניפילעשען מיט, מיט זיין עידזש. אזוי הייבט זיך אן א פאלשע לעבען פון פירען יעדן ביי די נאז. און נאכמער, ער באקומט אזא סיפוק פון די סוקסעספולע מאניפאלעשען, מיטן עסען וואקסט די אפעטיט. ער מעניפאלעט און פארדרייט א קאפ אפילו ער פארדינט גארנישט דערפון (חוץ סיפוק). און די נקמה אויף די ארימיגע פון וועם זיי ערווארטען און נישט באקומען וואס זיי ווילן איז אין לשער. און זיי זענען נאך די רחמנות, און זייערע נאנטע פארמשפט'ן זיי אלס שעיר לעזאזל, נאכען זיך צורייסען פארן בי פי די.

זיי מעניפאלעטען אזוי גוט, זיי קענען מאכען יענעם טון זאכן וואס יענער וואלט קיינמאל נישט געטון אין ווילדסטען חלום, אנדעם וואס זייער קרבן זאל כאפן. און נאך מאכען יענעם פילען שילדיג אז מען האט נישט געניג געטון.

אזוי ציט זיך זייער לעבן ווייטער אויף דעם שטייגער, זיי שטעלען זיך נישט אפ פאר קיין שום זאך אויסצופירען. זיי קענען זיך קראנק מאכען און אפילו נעמען מעדיקעשענס.זיי קענען טון סכנות'דיגע זאכן פאר זיך און פאר אנדערע. זיי קענען עובר זיין הארבע איסורים, אויב פעלט זיך עס אויס פאר זייער שפיל. עס גייט אזוי ווייט אז זיי הייבען באמת אן צו ליידן גייסטישע פראבלעמען. (וויבאלד זייער אסאך גייסטישע פראבלעמען קומען פון געוואוינהייטען.) דעמאלטס איז שוין די מצב שרעקליכער פון שרעקליך.

למשל, טאמער פירט ער אויס ווען ער פארקויפט זיך אלס פערפעקשעניסט, קען ער גיין זייער עקסטריעם ווייט, און צוביסליך ווערן דייעֵגנאָזט מיט או סי די. טאמער פירט ער אויס ווען ער עקט דיפרעסט אויב גיט מען אים נישט נאך א געוויסע זאך, און עס גייט אן א שטיק צייט, ווערט ער דיפרעסט, אדער ווערט ער דייעֵגנאַָזט מיט בייפאלער. דאס האט נישט קיין שיעור ווי עס שטעלט זיך אפ. אזוי ווערט א בפד אריינגעשלעפט אין א פלאנטער, וואס ער ניצט אויס צו מאניפאלעטען נאכמער ווי פריער (וואס וויסטו פון מיר איך בין דאך קראנק...). און זיינע ארימיגע דארפען גרויס רחמי שמים צו בלייבען נארמאל.

ביי פרעמדע מענטשען וואס די בפד דארף נישט גארנישט פון זיי, מאכן זיי זייער א גוטע איינדרוק. וויבאלד זיי זענען עקספעריענס עקטערס ווייסן זיי זיך וויאזוי אהער צו שטעלן זייער געלאנגען און באטעמט ווען זיי ווילן, און ערוועקן רחמנות ווען עס שמעקט זיי.

און ווען זיי ווערען דייעֵגנאָזט אלס בי פי די געשעט ווי ערווענט, נעמט מען אוועק די אחריות פונעם מענטש צו ארבייטען אויף זיך. ער ווערט א וויקטים אנשטאָט א רודף.
פאר די ארימיגע מענטשען וואס נעמען אן די דעת תורה, אז די א מענטש האט א בחירה, האבן זיי א פראבלעם מיט זייער דייעגנאז. זיי ווילן זיין א רחמנות, נישט איינעם וואס מען ערווארט זיך צו טוישען.
פאר די ארימיגע וואס נעמען אן די סייקעֶיאַטריק שיטה זיי זענען קראנק, פאר זיי באלעקען זיי זיך די פינגער מיט דעם דייעֶגנאָז. יעצט בין פטור פון אלעם, זאל די גאנצע וועלט זיין מיין שלאק, איך קען טון וואס איך וויל און זיין א וויקטים.

וויבאלד זיי שפילן אזוי גוט דעם שפיל פאלן מענטשען אריין אין זייער זאק. מען דערזעט זיך פליצלונג אין א שרעקליכען פלאנטער. ווען עס קומען אריין רבנים און עסקנים הייבט זיך א ערענסטע פראבלעם. זיי ציען ארויף א בלעכענעם פנים אין מען ווערט אינגאנצען צומישט. אסאך אסאך מאל כאפט נאך די בפד'ס קרבן נאך א פאר פארציעס פאר עס שווימט ארויף וואס עס קומט פאר. און ציווישען באקומט אונזער צדיק געזעלין אנצוגיין אויף א שרעקליכען פארנעם, און זיין קרבן דארף רחמי שמים נישט אונטערצוברעכען.

די נאכווייען ווי אוי סי די און בייפאולער דארף באהאנדעלט ווערן דורך א ספעיעליסט. פאר די בארדערליין זעלבסט דארף ער הדרכה זיך צו טוישן די מידות. די טויערען פון תשובה איז אויפען, א שטיקל מסילות ישרים טוט מער אויף ווי סיריקיעל, עפעקסער, עטיווען און טיילענאל..

תנא ושייר. עס גייט נאך אסאך ווייטער. און נישט אלעס איז דאס פלאץ דא צו ווערן באשריבן.
b.p.d. b. p. d. bpd b p d
borderline personality disorder
לעצט פאראכטן דורך Alien אום זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:45 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 9:04 pm

טייערע אלייען. ווען עס טוט זיך אויף אייוועלט עפעס ארום תורת הנפש, פראביר איך זיך צו לאזן הערן, ארייצוווארפען עפעס א ווארט. עס איז אבער ווייניג מאל ווען איך שפיר אז עס איז דא מיט וועם מיטצוגיין צום טיש. דער קראכט א זשאוק, און דער מאכט סתם אוועק אן וויסן וואס ווי ווען, כדרכם של משתתפי אייועלט. איך פריי מיך אבהער צו זעהן אז צומאל איז יא דא מיט וועם צו רעדן. זייער גוט אראפגעלייגט, און ריכטיג אראפגעלייגט.
איין נקודה איז וויכטיג צו באמערקן. איינמאל דער בארדערליין איז שוין געווארען אריינגעפלאנטערט מיט זיינע התנהגיות, איז זייער שווער ארויסצוקריכען. כמעט יעדע בארדערליין איז אין א געוויסע צייט דורך שווערע בזיונות און דערנידערונגען און א פארעם פון 'עביוז', ואכמ"ל בזה. ממילא איז זייער אסאך מאל וואס אפילו דער בארדערליין נעמט זיך יא צו די ביינער און ארבעט אויף זיך, שיסען די אלטע זכרונות צירוק און זיי פאלן צירוק כבתחלה, און דאס מאכט סיי דעם בארדערליין אליינס צוחישט, און בפרט די משפחה ווערט זייער באזארגט, און מווערט נערוועז אז דער טערעפיסט איז נישט גוט, און מטוישט טערעפיסטן, וחוזר חלילה. מדארף פארשטיין אז דאס איז זייער נארמאל און עס איז כמעט נישט מעגליך דאס אויסצומיידען. מדארף האבן הארץ, און געבן די מעגליכקייט פארן בארדערליין די מעגליכקייט דאס דורכצוארבעטן אויף א שיינעם אופן.
דער ארטיקל וואס איך האב געלינקט אויבען, ברענגט זייער שטארק ארויס דעם וויכטיגען נקודה. די משפחה מוז זיין גרייט דאס דורכצומאכן. ודי בזה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 11:08 pm

מתבונן. דיינע ווערטער קעגן אונז אייוועלט ליינער איז געווען סארקאסטיש אדער מיט ווייטאג?

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 11:32 pm

מתבונן האט געשריבן:טייערע אלייען. ווען עס טוט זיך אויף אייוועלט עפעס ארום תורת הנפש, פראביר איך זיך צו לאזן הערן, ארייצוווארפען עפעס א ווארט. עס איז אבער ווייניג מאל ווען איך שפיר אז עס איז דא מיט וועם מיטצוגיין צום טיש. דער קראכט א זשאוק, און דער מאכט סתם אוועק אן וויסן וואס ווי ווען, כדרכם של משתתפי אייועלט. איך פריי מיך אבהער צו זעהן אז צומאל איז יא דא מיט וועם צו רעדן. זייער גוט אראפגעלייגט, און ריכטיג אראפגעלייגט.
איין נקודה איז וויכטיג צו באמערקן. איינמאל דער בארדערליין איז שוין געווארען אריינגעפלאנטערט מיט זיינע התנהגיות, איז זייער שווער ארויסצוקריכען. כמעט יעדע בארדערליין איז אין א געוויסע צייט דורך שווערע בזיונות און דערנידערונגען און א פארעם פון 'עביוז', ואכמ"ל בזה. ממילא איז זייער אסאך מאל וואס אפילו דער בארדערליין נעמט זיך יא צו די ביינער און ארבעט אויף זיך, שיסען די אלטע זכרונות צירוק און זיי פאלן צירוק כבתחלה, און דאס מאכט סיי דעם בארדערליין אליינס צוחישט, און בפרט די משפחה ווערט זייער באזארגט, און מווערט נערוועז אז דער טערעפיסט איז נישט גוט, און מטוישט טערעפיסטן, וחוזר חלילה. מדארף פארשטיין אז דאס איז זייער נארמאל און עס איז כמעט נישט מעגליך דאס אויסצומיידען. מדארף האבן הארץ, און געבן די מעגליכקייט פארן בארדערליין די מעגליכקייט דאס דורכצוארבעטן אויף א שיינעם אופן.
דער ארטיקל וואס איך האב געלינקט אויבען, ברענגט זייער שטארק ארויס דעם וויכטיגען נקודה. די משפחה מוז זיין גרייט דאס דורכצומאכן. ודי בזה.

ישר כח פארן קאמלימענט.

עס איז זיכער זיי זענען אין א פלאנטער. די פראבלעם איז אז יעדע בארדערליין טענהט אז ער וויל זיך העלפען. נאך מער, זיי קענען צומאל אפילו זאגן חטאתי עוויתי איך וויל צוריקדריייען, בו ביום זיך אויפטוען פאר א צווייטען, נישט וויסענדיג אז עס קומט צוריק, ווי גוט ער האט יענעם אויסגענערט. דעריבער איז זייער שווער אנצינעמען אפילו ווען ער נעמט זיך באמת אין די הענט. ער דארף וויסן רחמנות קען מען נאר האבען אויף איינעם וואס האט אויך רחמנות.

איך מאך דיר נישט אוועק, ישראל אף על פי שחטא, ישראל הוא. א בי פי די דארף וויסן אז טאמער ער זאגט חטאתי, איך האב זיך באנערישט (נישט איך בין קראנק), ער וועט עס מיינען מיט א אמת, און עס וועט אנהאלטען. זיין אויפירונג וועט זיך טוישען, אנעמען אז די וועלט איז נישט זיין, וועט מען עס אננעמען.

ער מיז אבער וויסן, אז מען קען אים נישט טראסטען ווי לאנג מען איבערצייגט זיך אז עס איז אמת. טאמער וועט ער עס מיינען אמת'דיג וועט מען עס אנערקענען, אז נישט וועט עס צוריקשפייען. רחמנות קען מען נאר האבען אויף איינעם וואס האט אויך רחמנות. אז ער האט רחמנות באמת אויף זיינע ארומיגע, נישט ער פירט זיי אזוי ארום ביי די נאז, און איז מסכים מיטצוגייו מיט די דעת תורה אויף די נושה, דעמאלטס גייט ער אריין אין כלל פון במקום שבעלי תשובה עומדים... און עס קומט אים א געוואלד מיט קרעדיט פאר די געוואלדיגע שווערע ארבייט וואס ער טוט. (הלוואי זאל זיך מערן אזעלעכע בעלי תשובה.)

און פארשטייט זיך די טעראפיסט מיז מיט גיין מיט די דעת תורה, נישט מיט די סייקעיאטריק שיטה. אז נישט איז יצא שכרו בהפסדו. ער באלעקט זיך ווייטער די פינגערס און די טשאנסען זענען ליידער זערא.

און נאך א וויכטיגע כלל. טערעפי איז א חכמה ואינו מלאכה. טערעפיסטען וואס טוען טערעפי ווייל עס איז א מאני מעקינג פיעלד, אדער האט אונזין די אייגענע טערעפי... שפילען זיך מיט אידיש בלוט. די טערעפיסט מיז זיין א בר דעת מיז האבן א קלארע ישוב הדעת.

די טערעפיסט טאר נישט פירן די משפחה ביי די נאז, אויפן חשבון צי באקומען טראסט ביים בפד. זיי פילן דאס, עס ברעכט זיי זייער אז דער וואס דארף זיי העלפן פירט זיי ארום. די טערעפיסט דארף גוט קענען די פיפטע שלחון ערוך.

טוישן טערעפיסט דארף אויך ישוב הדעת. מען טאר נישט טוישען ווייל מען ווערט נערוועז אז עס נעמט לאנג. די בעסטע איז ווען א קלוגע רב, א מורה דרך וואס פארשטייט א עסק באגלייט יעדע דעטאל פין די נאנט.

מען דארף אסאך מתפלל זיין וילמדו תועים בינה. דער באשעפער זאל האלטען די רעכטע האנט אויף אונז און אונזערע קינדער.
לעצט פאראכטן דורך Alien אום זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » פרייטאג אוקטובער 04, 2013 11:29 am

וואס טוט מען ווען דער מענטש איז שוין אן עלטערע אינגערמאן און האלט נישט ביים גיין פאר הילף צו ווייל עס פאסט אים נישט אדער ער האלט נישט ביים פאלגן וואס מען הייסט (ווייל ער פארשטייט בעסער ווי די היינטיגע אינגאטשעס....)
האט מיר איינער געזאגט אז נישט דער וואס האט פבד דארף גיין פאר הילף נאר די צד שכנגד איז דער וואס דארף גיין פאר הילף ווי אזוי צו הענדלען יענעם ווען צוריק צוזאגן און ווען צושווייגן ביז דער פבד הייבט אן אליין צוכאפן אז עפעס איז ראונג מיט אים

האט איינער אויך אזוי געהערט אדער פארשטייט אזוי ?

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » פרייטאג אוקטובער 04, 2013 11:47 am

join us האט געשריבן: וואס טוט מען ווען דער מענטש איז שוין אן עלטערע אינגערמאן און האלט נישט ביים גיין פאר הילף צו ווייל עס פאסט אים נישט אדער ער האלט נישט ביים פאלגן וואס מען הייסט (ווייל ער פארשטייט בעסער ווי די היינטיגע אינגאטשעס....)
האט מיר איינער געזאגט אז נישט דער וואס האט פבד דארף גיין פאר הילף נאר די צד שכנגד איז דער וואס דארף גיין פאר הילף ווי אזוי צו הענדלען יענעם ווען צוריק צוזאגן און ווען צושווייגן


100% גערעכט.

קוק מיין ערשטע תגובה: די איינציגע עצה איז, די ארימיגע זאלן גיין צי טערעפי נישט מעשיגע צי ווערן, אין זיך לערנען נישט זיך לאזן מעניפעלעטען.

join us האט געשריבן: ...ביז דער פבד הייבט אן אליין צוכאפן אז עפעס איז ראונג מיט אים


מיינסט אוודאי צו זאגען, ביז דער בפד וועט איינזען אז די איינציגע וועג זיך צופארשטיין מיט זיינע ארומיגע, איז זיך צו טוישען. (ער כאפט טאקע נישט...?)
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » פרייטאג אוקטובער 04, 2013 11:57 am

Alien האט געשריבן: מיינסט אוודאי צו זאגען, ביז דער בפד וועט איינזען אז די איינציגע וועג זיך צופארשטיין מיט זיינע ארומיגע, איז זיך צו טוישען. (ער כאפט טאקע נישט...?)


אז ער כאפט נישט דעמאלדס איז א שאד פאר די ארומיגע צוגיין פאר העלפ ווי אזוי זיך צובאגיין מיט אים און וועגן נישט משוגע צו ווערן דארפן זיי נישט וועלן בלייבן ביים ליידן


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 2 געסט