געזונטהייט נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

כרם
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:17 pm

וואס איז מיט די פראלעם אויב ס'טאקע דא נישט גוטע צעלן ביי די געגנט פון די האר?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 19, 2016 9:58 am

געזען אין די נייעס אז קלינישע פראבעס אין ענגלאנד אויף א ערפינדונג צוריקצוגעבן פאר MS ליידענדע זייער מעגליכקייט זיך צו באוועגן שוין נאכן פארלירן עס האט געזען גאר גוטע רעזולטאטן! דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די וועלכע זעען ליידער וואספארא גיהנום די MS ליידענדע גייען ליידער אריבער אן קיין שום וועג צו היילן דערווייל.

דער מדובר (וואס ווערט גערופן 'הימעטעפאועטיק סטעם סעל טרענספלענטעישאן, אדער אין קורצן HSCT) איז צו טריטן די MS פאציענטן מיט עפעס וואס מען טוט שוין לאנג ענדליכס פאר יענע מחלה ליידענדע, נעמליך געבן קימאו טעראפי צו אפשוואכן די נישט גוטע זאכן אינעם קערפער, און דאן נעמט מען ארויס פונעם פאציענטס בלוט גאר יונגע 'סטעם סעלס' וועלכע האבן נאכנישט געהאט קיין צייט צו ווערן אנגעשטעקט מיט MS (עפעס וואס געשעט פאר זיי אלע ווי גלייך זיי ווערן אביסל עלטער) מען צייטיגט עס אינדרויסן פונעם גוף און דאן גיבט מען עס צוריק אריין צום פאציענט מיטן ציל צו אויפבויען זיין אימיון סיסטעם מיט די געזונטע פערטיגע סעלס.

איין פאציענט וועלכע האט שוין געהאלטן דערביי אז ער האט געדארפט 24 שעה הילף פאר יעדע זאך נאר, פאר וואס ער האט דעסקרייבט אז ער האט פשוט זיך צעלאזט און זיך נישט געקענט האלטן, קען שוין יעצט שווימען און פארן אויף א בייק, וואקן קען ער נאכנישט אבער דאס איז נעקסט. נאך א פרוי וואס האט באקומען דער טריטמענט איז געגאנגען פון זיין געבינדען צו א ווילטשער ביזן קענען וואקן.

א ריסטערטשער אויפן פראבע זאגט אז דאס איז אזויווי 'ריבאאטן' דער אמיון סיסטעם, מען שוואכט אפ די נישט גוטע און דאן בויעט מען אים צוריק מיט גוטע. און ריסערטשערס זאגן אז דער דערגרייכונג פון דער פראבע איז א "מעידזשער דערגרייכונג".
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:11 am

קנאפער שכויח פאר'ן מיך אויסכאפן מיט שרייבן די נייעס...

אין ארץ ישראל האט מען שוין אויספרובירט אן ענליכע זאך, מ'האט גענומען פון די מענטשען אייגנע געזונטע סעל"ס און עס אויפגעבויט און דערנאך צוריקגעלייגט, און ס'האט געהאלפן צייטוייליג, איינער פון די וואס מ'האט אויף זיי פרובירט די רפואה איז נעבך נעכטען נסתלק געווארען.
די חילוק איז אבער אז דארט האבן זיי נישט געגעבן קימא אויסצולעשען דעם אלטען אמיון סיסעטעם, לאמיר האפן אז יעצט וועט עס בעסער העלפן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:47 am

קנאפער, א דאנק פארן פריידיגע באריכט. זאל עס נאכפאלגן מיט פאקטישע גוטע נייעס.

שכל, דער וואס איז נעכטן אוועק ע"ה איז געווארן געטריעט פאר עי על עס וואס איז אביסל אנדערשט פון עם עס.
הרבה שמות יש לו למלאך המות.. ר"ל מהם ומהמונם.
הק' איש ימיני

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:50 am

גערעכטער האט געשריבן:קנאפער, א דאנק פארן פריידיגע באריכט. זאל עס נאכפאלגן מיט פאקטישע גוטע נייעס.

שכל, דער וואס איז נעכטן אוועק ע"ה איז געווארן געטריעט פאר עי על עס וואס איז אביסל אנדערשט פון עם עס.
הרבה שמות יש לו למלאך המות.. ר"ל מהם ומהמונם.

ALS איז היבש אנדערש, כאטש ביידע אטאקירן דער נערוו סיסטעם, טוט עס אבער ALS אינגאנצן הרג'ענען רח"ל, משא"כ MS אינפעקטירט עס נאר.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

קאווע נידערט MS ריסק

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 24, 2016 9:50 am

פארשער פון באקאנטע מעדיצינישע אינסטוטציעס האבן ארויסגעגעבן א באריכט אז טרינקן עטליכע גלעזלעך קאווע (4-5) א טאג קען באשיצן דעם קערפער פון דעוואלאפען דעם ביטערע קרענק MS - 'מאלטופיל סקולרארסיס'.
"קאווע טרינקן איז שוין פון פריערט געווען פארבינדן מיט א פארמינערטע ריסק פון פארקיסאנ'ס און אלצהיימער'ס דיזיזעז, און אונזער יעצטיגע שטודיע ווייזט אז קאווע קען אויך באשיצן קעגן MS" זאגט די שטודיע פארפאסער דר. עלען מאורי פון Johns Hopkins University School of Medicine in Baltimore and a member of the American Academy of Neurology

דא איז די באריכט די שטודיע איז געווען באריכטעט אין מערערע אויסגאבעס.

דא האט איר בייגעלייגט די עצם שטודיע
J Neurol Neurosurg Psychiatry-2016-Hedström-454-60.pdf
(255.7 KiB) דאונלאודעד 43 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דינסטאג מאי 31, 2016 7:03 pm

וואו פרעג איך אן אלגעמיינער שאלה וועגן געזונט, עפעס פון וואס עס איז נאכנישט דא קיין אשכול אבער איך וויל נישט עפענען איינס

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 12:12 am

א שווערע דילעמע האב'ך...קומט דאס איז געזונטהייט נייעס אדער גאר אין סייבער סעקיורעטי נייעס....

"איט איז סאו 2017" דריקט זיך אויס א שרייענדיגע העדליין איבער דער פרישער נייעס....

דער פירמע Abbott האט געמאלדן א פירמווער אפגרעיד פאר כמעט אלע זייערע...האלט אייך אן...פעיסמעיקער סעריעס. נאך וואס דער סעקיורעטי ריסערטש פירמע MedSec (וועמען, אגב, Abbott האט שוין אינעם עבר געקלאגט פארן באשמיצן זייער נאמען מיט אנדערע אזא לעכער וואס זיי האבן געטראפן...) האט אנדעקט עטליכע לעכער אינעם פעיסמעיקער וואס קען ערלויבן פאר אן אטאקירער צו שיקן באפעלן פארן פעיסמעיקער (דער אטאקירער דארף זיין נישט מער ווי עטליכע אינטשעס ווייט פונעם מאשין צו קענען שיקן רעדיו סיגנאלן).

אלע וואס האבן די מאשינען, ארום 500 אלפים אין אמעריקע, זענען רעקאמענדירט צו גיין צו זייער דאקטער צו מאכן דער אפדעיט (געמאכט מיט א דעווייס וואס מען פירט אריבער איבער מאשין פונדרויסן) וואס דויערט ארום 3 מינוט. עס איז דא א קליינע קליינע שאנס (זיי זאגן 0.2 פערצענט) פאר קאמפליקאציעס פון נישט געלונגענע פירמווער אפדעיטס (וואס מאכענדיג אסאך פירמווער אפדעיטס פאר פארשידענע דעווייסעס וואלט'ך עס אפשר געגעבן מער...קידינג...איי האופ אז דער פעיסמעיקער האט גוטע מעקעניזימס דאס צו קענען גוט האנדלען.)
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט