קלעפט ליפ און פעלעט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

באסטאן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 10:17 pm

קלעפט ליפ און פעלעט

תגובהדורך באסטאן » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:52 am

שלום עליכם טייערע אידן.

זייענדיג א טאטע פון א קינד וואס איז געבוירן מיט א קלעפט ליפ און פעלעט (cleft clip and palate) האבן מיר געדארפט אסאך דורכגיין און גייען נאכאלץ דורך.
די אלע פראצעדורן פון ווען דאס ווערט אנדעקט, טרעפן א וועג וויזוי צו פיטערן מ'זאל נישט דארפן געבן עסן מיט א טוב, פונעם ערשטן אפערעישאן, אלע טערעפי'ס, ביז ס'ווערט אויסגעהיילט מיטן אייבירשטענס הילף.
די גרעסטע פראבלעם וואס מ'שטויסט זיך אן איז דאס נישט האבן קיין אנונג ווי צו גיין אדער וואס צו טיהן, איך בין געווען ביי כמעט יעדע ריפערל (referral) עזשענסי אין ניו יארק. פאר יעדע קלייניגקייט האב מען אונז געשיקט צו א צווייטן אדער צו פריוואטע יחידים וואס האבן אזעלכע קינדער. ווי אויך זאגט מיין לאקאלע קינדער דאקטער וואס איז גראדע איינע פון די גרעסטע ווי אונזער עולם גייט, אז ער האט ב"ה נישט קיין עקספיריענס מילא קען ער מיר נישט העלפן.
א סופארט גרופע פאר די נשים איז נאך זיכער נישט דא, ווייל רוב שעמען זיך דערמיט און מ'זוכט עס צו באהאלטן.
אזוי צוביסלעך האבן מיר אנגעהויבן באקומען אייגענע עקספיריענס.

זוכענדיג אויף די אינטערנעט טרעפט מען זיך אן מיט אנדערע פארומס, בלאגס, וואס העלפן ארויס מיט עדווייס פאר אזעלכע קעיסעס, מענטשן פארציילן זייער איבערלעבעניש ועוד.
ביי אונז אידן וויבאלד מ'איז ווייניג אויף די אינטערנעט (די פרויען נאך ווייניגער) איז דערווייל נישט דא אזאנס, ס'איז כמעט נישט דא צו וועם זיך צו ווענדן.

זעענדיג די שוועריגקייט וואס מיר האבן געדארפט דורכגיין ביזן טרעפן א סאלושען אויף יעדע קלייניגקייט איז מיר בייגעפאלן פארוואס זאל נישט זיין אזא פלאץ פאר היימישע אויף א אפענע פארום ווי אונזער עולם דרייט זיך?
אויב ווייסט איר פון איינעם מיט אזא קינד, בין איך (ובני ביתי) גרייט איבערצוגעבן אונזער עקספיריענס (איך האב אויף א Bilateral Cleft, א Unilateral Cleft איז גרינגער) און ארויסהעלפן מיט וואס ס'שייך.

פארשטייצעך איך קען נאך אויך ניצן עקספיריענס פון אנדערע, אויב האט איר עפעס באקאנטשאפט דערמיט ביטע לאזט אייך הערן.

מ'קען אנפרעגן אין פאבליק, ס'איז נישט קיין שום בושה אז דער אייבירשטער שיקט אזא קינד זאלן אנדערע אויך הנאה האבן, אדער אין פריוואט.

kls7777
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 9:16 am

תגובהדורך kls7777 » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:57 am

גאר שיין פון אייך

זאל איר האבן אסאך נחת

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:28 am

אפריון נמטייה! בראווא באסטאן!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:45 pm

kls7777 האט געשריבן:גאר שיין פון אייך

זאל איר האבן אסאך נחת

און כמובן איז די ניק ע"ש די בארימטע קינדער שפיטאל דארט אין באסטאן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 10, 2013 1:58 pm

טאקע זייער שיין, און בראוו פון אייך.

אז מען רעדט שוין, איז טאקע כדי מעורר צו זיין - כאטש רוב אדער אפי' כמעט יעדער איז מקפיד, ובתוכם מן הסתם "באסטאן", אבער מעורר זיין קען נישט שאטן.

כ'דער פון די וויכטיקייט פון נעמען "פאליק עסיד" נאך פאר - און פארשטייט זיך דורכאויס - די עיבור. עס טוט דראסטיש שניידען די מעגליכקייט פאר דיפעקטס ח"ו, ובתוכם קלעפט ליפ. גארנישט איז קיין גאראנטי אבער עס מאכט א שטארקע חילוק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

באסטאן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 10:17 pm

תגובהדורך באסטאן » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:33 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
kls7777 האט געשריבן:גאר שיין פון אייך

זאל איר האבן אסאך נחת

און כמובן איז די ניק ע"ש די בארימטע קינדער שפיטאל דארט אין באסטאן.

איר האט רעכט, מיר וויילן גאר אסאך אין באסטאן וויבאלד דארט געפינט זיך די גרעסטע דאקטאר אין קלעפטס דר. דזשאן מאליקען. (Dr. John B. Mulliken)

באסטאן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 10:17 pm

תגובהדורך באסטאן » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:34 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:טאקע זייער שיין, און בראוו פון אייך.

אז מען רעדט שוין, איז טאקע כדי מעורר צו זיין - כאטש רוב אדער אפי' כמעט יעדער איז מקפיד, ובתוכם מן הסתם "באסטאן", אבער מעורר זיין קען נישט שאטן.

כ'דער פון די וויכטיקייט פון נעמען "פאליק עסיד" נאך פאר - און פארשטייט זיך דורכאויס - די עיבור. עס טוט דראסטיש שניידען די מעגליכקייט פאר דיפעקטס ח"ו, ובתוכם קלעפט ליפ. גארנישט איז קיין גאראנטי אבער עס מאכט א שטארקע חילוק.

דאס זעמיר טאקע געוואר געווארן פון אנדערע ערשט נאכדעם, אז דאס קען זיין א גורם, און אויף להבא זאל מען שטארק אכטונג געבן דערויף.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:47 pm

באסטאן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:טאקע זייער שיין, און בראוו פון אייך.

אז מען רעדט שוין, איז טאקע כדי מעורר צו זיין - כאטש רוב אדער אפי' כמעט יעדער איז מקפיד, ובתוכם מן הסתם "באסטאן", אבער מעורר זיין קען נישט שאטן.

כ'דער פון די וויכטיקייט פון נעמען "פאליק עסיד" נאך פאר - און פארשטייט זיך דורכאויס - די עיבור. עס טוט דראסטיש שניידען די מעגליכקייט פאר דיפעקטס ח"ו, ובתוכם קלעפט ליפ. גארנישט איז קיין גאראנטי אבער עס מאכט א שטארקע חילוק.

דאס זעמיר טאקע געוואר געווארן פון אנדערע ערשט נאכדעם, אז דאס קען זיין א גורם, און אויף להבא זאל מען שטארק אכטונג געבן דערויף.

אלזא זאלסטו טאנצען און שפירנגען ביזן הימל, און לויבן דעם טייערער פאטער אין הימל, אז עס איז נישט געווען ח"ו עפעס אנדערשט. ארימקייט אין פאליק עסיד, קען אויסקלאפען אויף א שרעקליכען אופן, זאל דער אויבערשטער היטן אלע אידן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

באסטאן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 10:17 pm

תגובהדורך באסטאן » מיטוואך אפריל 10, 2013 2:55 pm

גראדע פירט מען זיך יא צו נעמען געוויסע טאבלעטן וואס פארמאגן אויך פאליק עסיד.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:02 pm

ר' באסטאן,

יהי משכורתך שלימה אויף אייערע גוטע רצונות. אפשר איז א גוטע עצה זיך צו פארבינדען מיט עסקני רפואה דארט וואו איהר וואוינט, און זיי לאזען וויסען אז איהר זענט גרייט צו העלפען.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 10, 2013 3:43 pm

איך בין נישט צופיל באקאנט, אבער צוליב מיין ארבעט איז מיר אויסגעקומען צו האנדלן מיט עטליכע אזעלכע פעלער, און ס'איז אויפגעוויזן אז דר. מאליקען אין באסטאן, ער איז טאקע אין דעם דער גרעסטער עקספערט מיט אסאך דערפאלג ביי פאציענטן און אויך געשריבן דערויף ביכער, און עס וואונדערט מיר פארוואס אנדערע נוצן אנדערע דאקטורים, צוליב זייער זיין לאקאל אדער צוליב אינשורענס, ווען דער פראצעדור איז אזוי האקעל אין דעם ענין, און מען פארקוקט אויף די נייטיקייט פון נוצן דעם בארימטן דאקטאר. איך ווייס פון פעלער וואס מען האט געמאכט דעם פראצעדור ביי אנדערע, און מען האט דאס געמוזט איבער מאכן ביי מאליקען, און דער פראבלעם איז אז ס'איז דא א "ווינדאו" ווען מ'מוז עס מאכן, און אויב פארפאטשקעט מען די צייט ביי א געווענטליכע דאקטאר און ער פארפאטשקעט די מעשה מוז מען דאן ווארטן ביז די 19 יאהר, און דורכאויס די אלע יאהרן מוטשעט מען זיך אפ ר"ל ל"ע.

אז איר דארפט ראט אין דעם ענין, קען איך אייך בעז"ה פארבונדן מיט עלטערן וועלכע האבן ליידער עקספיריענס אין דעם פעלד, שרייבט אין אישי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך אפריל 10, 2013 6:01 pm

יאך קען איינעם פון ארץ ישראל וואס האט געבױרן אזא קינד און ער גײט עם אין די נאנטע ציקונפט אפערירען אין לאנדאן

אויב די ווילסט קען איך פראבירן צו מאכן א קאנטאקט
משנכנס אדר מרבים בשמחה

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 2:02 am

איך קען איינעם וואס האט עס אפערירט אין קאליפארניע, דוכט זיך אין לאס-אנדשזעלעס געגנט, זעט אויס אז דארט איז אויך דא עפעס א מומחה, דאס קינד איז אקעי מיט אלעם, מ'זעט נאר א מארק.

Kosersold
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 04, 2018 7:30 pm

תגובהדורך Kosersold » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 12:24 am

באסטאן האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידן.

זייענדיג א טאטע פון א קינד וואס איז געבוירן מיט א קלעפט ליפ און פעלעט (cleft clip and palate) האבן מיר געדארפט אסאך דורכגיין און גייען נאכאלץ דורך.
די אלע פראצעדורן פון ווען דאס ווערט אנדעקט, טרעפן א וועג וויזוי צו פיטערן מ'זאל נישט דארפן געבן עסן מיט א טוב, פונעם ערשטן אפערעישאן, אלע טערעפי'ס, ביז ס'ווערט אויסגעהיילט מיטן אייבירשטענס הילף.
די גרעסטע פראבלעם וואס מ'שטויסט זיך אן איז דאס נישט האבן קיין אנונג ווי צו גיין אדער וואס צו טיהן, איך בין געווען ביי כמעט יעדע ריפערל (referral) עזשענסי אין ניו יארק. פאר יעדע קלייניגקייט האב מען אונז געשיקט צו א צווייטן אדער צו פריוואטע יחידים וואס האבן אזעלכע קינדער. ווי אויך זאגט מיין לאקאלע קינדער דאקטער וואס איז גראדע איינע פון די גרעסטע ווי אונזער עולם גייט, אז ער האט ב"ה נישט קיין עקספיריענס מילא קען ער מיר נישט העלפן.
א סופארט גרופע פאר די נשים איז נאך זיכער נישט דא, ווייל רוב שעמען זיך דערמיט און מ'זוכט עס צו באהאלטן.
אזוי צוביסלעך האבן מיר אנגעהויבן באקומען אייגענע עקספיריענס.

זוכענדיג אויף די אינטערנעט טרעפט מען זיך אן מיט אנדערע פארומס, בלאגס, וואס העלפן ארויס מיט עדווייס פאר אזעלכע קעיסעס, מענטשן פארציילן זייער איבערלעבעניש ועוד.
ביי אונז אידן וויבאלד מ'איז ווייניג אויף די אינטערנעט (די פרויען נאך ווייניגער) איז דערווייל נישט דא אזאנס, ס'איז כמעט נישט דא צו וועם זיך צו ווענדן.

זעענדיג די שוועריגקייט וואס מיר האבן געדארפט דורכגיין ביזן טרעפן א סאלושען אויף יעדע קלייניגקייט איז מיר בייגעפאלן פארוואס זאל נישט זיין אזא פלאץ פאר היימישע אויף א אפענע פארום ווי אונזער עולם דרייט זיך?
אויב ווייסט איר פון איינעם מיט אזא קינד, בין איך (ובני ביתי) גרייט איבערצוגעבן אונזער עקספיריענס (איך האב אויף א Bilateral Cleft, א Unilateral Cleft איז גרינגער) און ארויסהעלפן מיט וואס ס'שייך.

פארשטייצעך איך קען נאך אויך ניצן עקספיריענס פון אנדערע, אויב האט איר עפעס באקאנטשאפט דערמיט ביטע לאזט אייך הערן.

מ'קען אנפרעגן אין פאבליק, ס'איז נישט קיין שום בושה אז דער אייבירשטער שיקט אזא קינד זאלן אנדערע אויך הנאה האבן, אדער אין פריוואט.

א גיטען איך בין 5 יאר שפעט אבער זייענדיג א טאטע פון א קינד וואס איז געבוירן מיט א קלעפט ליפ בין איך גרייט ארויס צי העלפען אין איבערצוגעבן מיין עקספיריענס

Kosersold
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 04, 2018 7:30 pm

תגובהדורך Kosersold » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 12:35 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'דער פון די וויכטיקייט פון נעמען "פאליק עסיד" נאך פאר - און פארשטייט זיך דורכאויס - די עיבור. עס טוט דראסטיש שניידען די מעגליכקייט פאר דיפעקטס ח"ו, ובתוכם קלעפט ליפ. גארנישט איז קיין גאראנטי אבער עס מאכט א שטארקע חילוק.

מיין דאקטער האט מיר געזאגט אז עס האט גארנישט מיט פאליק עסיד איך אין מיין בני ביתי האבען געמאכט אלע טעסטס אין די דאקטער האט מיר געזאקט נאכדעם אז ער זעט נישט גארנישט עס קימט פינעם אייבערשטען אין זיי וויסען נישט פין וואס עס קימט

Borough Park
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 9:58 pm

Kosersold האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'דער פון די וויכטיקייט פון נעמען "פאליק עסיד" נאך פאר - און פארשטייט זיך דורכאויס - די עיבור. עס טוט דראסטיש שניידען די מעגליכקייט פאר דיפעקטס ח"ו, ובתוכם קלעפט ליפ. גארנישט איז קיין גאראנטי אבער עס מאכט א שטארקע חילוק.

מיין דאקטער האט מיר געזאגט אז עס האט גארנישט מיט פאליק עסיד איך אין מיין בני ביתי האבען געמאכט אלע טעסטס אין די דאקטער האט מיר געזאקט נאכדעם אז ער זעט נישט גארנישט עס קימט פינעם אייבערשטען אין זיי וויסען נישט פין וואס עס קימט

אפשר איינע פין די שאטס :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך בין pro shots


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כתמר יפרח, שמו און 22 געסט