פלארייד אין די סינק וואסער, א סכנה'דיגע סם

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17085
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:29 pm

גאנץ גוט - כ'ווייס נאכנישט פונקטליך וואספארא סארט פלאר רייד מען פירט אונז דא ארום....

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2013 6:43 pm

שנאפס האט געשריבן:א קרוב מיינער וואס וואוינט אין קר"י האט מיר פונקט געזאגט אפאר וואכן צוריק אז די קינדער דארט האבן שטארקע פראבלעמען מיט די ציינער,

איז מעגליך אז דאס איז צוליב וואס מען לייגט נישט אריין קיין פלארייד דארט?

פראבלעמען מיט די ציין קען קומען פון קוואל וואסער, וואס קען זיין אויסגעמישט מיט שטיינער און מינעראלן, דערפאר איז ראטזאם נישט צו טרינקען קוואל וואסער, אדער נאר אויפגעקאכט, אדער שטארק געפילטערט.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:07 am

וועט מען ביין יום הדין קענען ענטפערן אז די פלארייד האט מיר אוועקגענומען די בחירה?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 1:56 pm

ניין.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 9:24 pm

געט א קוק!! א פוסק מיט אן אחריות! באלד צוויי חדשים זיך איבערגעטראכט פארן געבן די פסק!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג נובעמבער 03, 2013 4:24 pm

:wink:

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג נובעמבער 03, 2013 4:47 pm

אבער דעם קאמפלימענט נעמט ער תוך כדי דיבור...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג נובעמבער 03, 2013 4:56 pm

שנאפס, ביי דיר איז תוך כדי דיבור א וואך צייט ?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג נובעמבער 03, 2013 5:05 pm

וואס דא קומט נאר נישט פאר

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג נובעמבער 05, 2013 12:28 am

כ'האב געזעהן דעם אשכול ארויפקומען האביך שוין געמיינט אז חזקיה מיט אנעים גייען זיך ווייטער פייטן, אשאד .... :-( :-(
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג פאברואר 16, 2014 12:58 pm

די פאלגענדע העלטה ארטיקל איז איבערראשענד, ווייל עס באשטעטיגט דאס וואס אסאך טענה'ן שוין לאנגע יארן (און מען האט זיי אויסגעלאכט אלס 'עקסטרעמע משוגעים'). ספעציפיש, מיין איך טאקע די כעמיקאל פלארייד וואס ווערט אויסגערעכנט אין די ארטיקל, און מען נעמט איין יעדן טאג ביים פוצן די ציין און טרינקען וואסער. די ארטיקל שטאמט נישט פון עפעס אן אומבאקאנטע 'נעטשורעל העלט' וועבסייט, די באריכט פון Lancet Neurology איז די רעזולטאט פון יארן-לאנגע ריסערטש דורך וועלט-פראמינענטע וויסענשאפטליכער (scientists-סייענטיסט'ן). עס איז באשריבן געווארן אין "טיים מעגעזין" און געלינק'ט אויף 'דראדזש ריפארט.'
אויב איר ווילט עס הערן, קול מבשר האט עס באריכטעט דעם מוצאי שבת פר' כי תשא.

אט איז עס אין אידישע איבערזעצונג:


אין לעצטע יארן ווערט אלס מער פארשפרייט אנטוויקלונג פראבלעמען ווי אוטיזם, ADHD, און דיסלעקציע. וויסענשאפטליכער זאגן אז א טיילווייזע סיבה איז, ווייל מענטשן זענען מער אויפמערקזאם און דאקטוירים פארמאגן מער פארגעשריטענע מיטלען צו דיאגנאזירן די פראבלעמען. אבער אין א נייע באריכט וואס איז פארעפענטליכט געווארן אין די 'לענסעט ניוראלאגיע' (Lancet Neurology) זשורנאל, שרייבן וויסענשאפטליכער אז די אטמאספערע וואו קינדער האדעווען זיך אויף און די כעמיקאלן צו וועלכע זיי זענען אויסגעשטעלט, שפילט א גרויסע ראלע.

אין 2006, האבן וויסענשאפטליכער פון די הארווארד פאבליק העלטה שולע און די מאונט סיני 'איקאהן מעדיצינישע שולע' (Icahn School of Medicine at Mount Sinai) אידענטיפצירט פינף אינדוסטריאלע כעמיקאלן וועלכע פאראורזאכן שאדן צו די מח:

1. לעד (lead)
2. מעטהיל-מורקערי (methylmercury),
3. פּאָלי-קלארינעיטעד ביי-פענילס (polychlorinated biphenyls) - וואס געפינט זיך אין עלעקטראנישע טראנספארמערס, מאטארן א.ד.ג.
4. ארסעניק - א כעמיקאל וואס טרעפט זיך אין ערד, וואסער, ווי אויך אין האלץ פרעזערוועטיוו'ס און פעסטיסייד'ס
5. טולון (toluene) - א כעמיקאל וואס געפינט זיך אין גאזאלין, ווי אויך אין פעינט טהינער, און נאך פראדוקטן.

ווען מען איז אויסגעשטעלט צו די ניורא-סַמ'ען, קען עס שאדן פאר די מח, איבערהויפט קען עס שאדן פאר קינדער אין פריע אנטוויקלונג (ווען די מאמע שוואנגערט) אדער קליינע קינדער. צווישן די רעזולטאטן זענען: שוואכע פארשריט אין שולע\חדר, ווילדע אויפפירונג, אבנארמאלקייט, און רעדוצירטע איי-קיו (IQ).

יעצט זאגן די זעלבע וויסענשאפטליכער אז זיי האבן האבן געפינען נאך 6 אינדוסטריאלע כעמיקאלן, טייל וואס געפינען זיך אין טעגליכע פראדוקטן און אין די וואסער, וואס קענען שטערן די אנטוויקלונג פון די מח. די כעמיקאלן זענען:
1. מענגעניז (manganese), א כעמיקאל וואס געפינט זיך אין טרינקען וואסער.
2. פלארייד (fluoride), א כעמיקאל וואס געפינט זיך אויך אין די וואסער ווי אויך מערסטע ציין פוץ
און נאך 4 כעמיקאלן וואס געפינען זיך אין סאלווענט'ס (פראדוקטן וואס מען נוצט צו רייניגן) און פעסטיסייד'ס (וואס מען באשפריצט דערמיט די פעלדער):
3. קלאָרפּיריפָאס (chlorpyrifos)
4. dichlorodiphenyltrichloroethane
5. tetrachloroethylene
6. polybrominated diphenyl ethers

די וויסענשאפטליכער זאגן אז מענגעניז קען ביישטייערן צו נידריגערע מאטעמאטיק קענטעניס און הייפער-אקטיוויטעט. זיי זאגן אז אייננעמען הויכע שטאפלען פלארייד פון טרינקען וואסער קען פאראורזאכן אין דורכשניט א זיבן פונקט רעדוקציע אין איי-קיו! די איבריגע כעמיקאלן האט מען געטראפן אז עס קען גורם זיין אן אפשוואכונג אין סאציאלע אנטוויקלונג און אגרעסיווע אויפפירונג.

די ריסערטש גרופע אנערקענט אז עס איז שווער צו איזאלירן די ווירקונג פון יעדע באזונדערע כעמיקאל. דאס מיינט אז זיי קענען נישט אנווייזן אויף הונדערט פראצענט אז איינע פון די אויסערעכנטע כעמיקאלן זענען דירעקט שולדיג אין א ספעציפישע דיסארדער און אנטוויקלונג פראבלעם, אבער זיי זאגן אז ווי מער ריסערטש מען באטראכט, אלס מער זעהט מען א שייכות, דהיינו: ווי העכער די שטאפל פון די כעמיקאלן אין די בלוט פון די [שוואנגערדיגע] מאמעס, אלס מער מח דיסארדער'ס טרעפט זיך ביי די קינדער.

דער פאקט, זאגן די ריסערשטער, דארף אויפהייבן אן אלארעם איבער די שעדליכקייט פון די כעמיקאלן. די מח וואס אנטוויקלט זיך נאך, ד.ה. ביי יונגע קינדער, איז איבערהויפט האקל צו די ווירקונגען פון די כעמיקאלן, און די ענדערונגען וואס די כעמיקאלן פאראורזאכן, בלייבן אפט אויף אייביג.

"די קאנסעקווענצן פון אזעלכע מח שאדן איז: אפגעשוואכטע פונקציע וועלכע דויערט לעבנ-לענגליך און קען פאראורזאכן פארמינערטע קלוגשאפט, נידריגערע איי-קיו פונקטן, אדער פראבלעמאטישע אויפפירונג," שרייבן זיי אין די באריכט.

פארוואס טוט נישט די רעגירונג עפעס דערוועגן, אפצושטעלן די געפערליכע קאנסעקווענצן פון די כעמיקאלן? די וויסענשאפטליכער צייגן אן אויף צוויי שטערונגען צו באשיצן קינדער פון די כעמיקאלן:
1. מען טעסט נישט גענוג אינדוסטריאלע כעמיקאלן און זייער ווירקונג אויף מח אנטוויקלונג איידער מען שטעלט עס אריין אין ברייטע באנוץ
2. רעגירונג אגענטורן פאדערן ריזיגע מאס באווייז איידער זיי זענען גרייט איינצוצוימען דאס באנוץ פון די כעמיקאלן.

פאר מער אינפארמאציע זעה די טיים ארטיקל.

וואס איז אלזא די עצה דערצו?
פארהאן אסאך עצות וואס איר קענט הערן און געפינען אויף אלע נעטשורעל העלטה וועבסייט'ס, ביי די קאנספיראציע טעאריקער וואס מאכן שוין פון לאנג א געוואלד אויף דעם טעמע. לפענ"ד איז שווער זיך ארויסצודרייען פון קומען אין בארירונג מיט אלע כעמיקאלן. עס איז אבער נישט שווער צו טרינקען נאר גע'פילטער'טע וואסער, נישט נוצן ציין-פוץ וואס אנטהאלט פלארייד, נישט אנפילן ציין לעכער מיט מערקערי (די זילבערנע פילינג), נאר פארלאנגען די ווייסע אנשטאט, און בכלל אכטונג געבן אויף די רייניגונג פראדוקטן וואס מען נעמט אריין אין שטוב. פארהאן אלטערנאטיווע רייניגן מיטלען, ווצב"ש: בעיקינג סאדע, עסיג, אא"וו פראדוקטן וואס אנטהאלטן נישט שעדליכע כעמיקאלן.

אויף וויפיל מעגליך, זאל מען זעהן צו קויפן וואס ווייניגער שפילערייען וואס זענען פראדוצירט געווארן אין כינע, (china-סין) ווייל מען האט שוין מערערע מאל געפינען אין זייערע שפילערייען די כעמיקאל "לעד".

איבערהויפט דארפן אכטונג געבן אויף די אויבענדערמאנטע זאכן שוואנגערדיגע פרויען און מאמע'ס פון פיצלעך קינדער. מיר דארפן טוהן אונזער השתדלות, און דער שומר פתאים זאל אוודאי אפהיטן און באשיצן זיינע קינדער אין די היינטיגע משוגע'נע וועלט, אמן.

מגיד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 am

תגובהדורך מגיד » מאנטאג פאברואר 17, 2014 2:33 am

לעטצטנס איז געווען באשריבען אין איינע פון די אידישע חודשליכע אויסגאבן, (געדענק נישט וועלעכע) אז פלארייד אין די וואסער איז אן אויפטוה פון די וועלט ברימטע "מעסטערמיינד ספינ'ער" עדווארד בערנעס, בעל מחבר פון "פראפעגאנדע" ועוד, אויך ווערט ער אנגערופן "די טאטע פון פובליק רילעישנס"
דער איז באקאנט געווען אלס דער מומחה פון ברעינוואשן מיליאנען מענשען, (ס'איז נישט קאנספיראציע ליין אביסל וועגען עם) ער האט ארויס געגעבן עטליכע ביכער איבער דעם נושא.
שרייבן זיי דארטן אז די אייזן פארבריקען האבן געליטן געפערליכע רדיפות איבער דעם וואס ס'געט ארויס זייער אסאך פלארייד אין ס'פארפעסטיגט די וואסער, האבן זיי עם געההיערט צי פאררעכטן זייער נאמען, איז ער געגאנגען (כדרכו) צי די אנדערע עקסטריעם אין איבערצייגט די אינסטאנצן (אויף זיין שטייגער, ער געהאט א מהלך אין דעם, ליין זיינע ביכער וואס ער אליין האט געשריבן פאר מער אינפארמאציע וויאזוי ער פלעגט דאס טוהן) אז סאיז גאר א גרויסע טובה, אין מ'מוז גאר אריין לייגען אין די שטאט'ישע וואסערן פין אט די סחורהת אין אזוי האט ער אומדירעקט ריין געוואשן די אייזו פארבריקן, נאכדעם וואס ער האט איבערגעדרייט די דעת הקהל.
וויל אזוי איז דאך זייער שווער צי פארשטיין וואס עפעס פונקט פלארייד וואס האט (לאמיר זאגן) מערסטנס א גוטע השפעה אויפן ציין זוכה געווען אריין צוגיין אין אונזערע וואסערן?
כ'מיין! סאיז דא נאך אסאך גוטע זאכן וואס האבן אסאך שטערקערע און וויכטיגערע השפעות אויף די געזונטהייט פונעם מענטש אין ס'איז נישט קיין ספק סם לכאורה! טא פארוואס האבן זיי נישט געהאט די דאזיגע זכיה?
ס'לאזט זיך זאגן אז דא איז געווען אינטערעס'ן פארמישט, וכיוון דאתית להכא קען מען שוין גארנישט גלייבן, ווייל נגיעות מאכט אז דער מענטש זאל טרעפן דאס וואס ער וויל טרעפן,
איבערהויפט אז מ'ליינט (מ'דארף נאכגיין די מקור) אז דער יעניגער וואס איז בעוואוסט מיט זיינע שקרים וואס זענען אנגענומען געווארן אלס פאקטן (פארשטייט'זעך מיט שטודיעס וכו') דארף די נושא אן ערנסטע בדיקה.

נ.ב.
בכלל וועגען שטודיע'ס דארף מען אלעמאל וויסן מה קודם למה, דהיינו וואס איז געווען קודם די שיטה צי די באווייז צום שיטה.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג פאברואר 17, 2014 1:57 pm

ערעב מגיד, מ'רעדט דא נישט פון סתם א שטודיע וואס א קאמפאני האט באשטעלט. לייען נאר די טיים ארטיקל, און אויב דו ווילסט, קענסטו לייענען די גאנצע באריכט.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3811
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג פאברואר 17, 2014 6:15 pm

ווי אלעמאל איז דער 'שליסעל' ווארט 'הויכע שטאפלען'.
Dosage is everything.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » מאנטאג פאברואר 17, 2014 6:28 pm

מגיד האט געשריבן:לעטצטנס איז געווען באשריבען אין איינע פון די אידישע חודשליכע אויסגאבן, (געדענק נישט וועלעכע) אז פלארייד אין די וואסער איז אן אויפטוה פון די וועלט ברימטע "מעסטערמיינד ספינ'ער" עדווארד בערנעס, בעל מחבר פון "פראפעגאנדע" ועוד, אויך ווערט ער אנגערופן "די טאטע פון פובליק רילעישנס"
דער איז באקאנט געווען אלס דער מומחה פון ברעינוואשן מיליאנען מענשען, (ס'איז נישט קאנספיראציע ליין אביסל וועגען עם) ער האט ארויס געגעבן עטליכע ביכער איבער דעם נושא.
שרייבן זיי דארטן אז די אייזן פארבריקען האבן געליטן געפערליכע רדיפות איבער דעם וואס ס'געט ארויס זייער אסאך פלארייד אין ס'פארפעסטיגט די וואסער, האבן זיי עם געההיערט צי פאררעכטן זייער נאמען, איז ער געגאנגען (כדרכו) צי די אנדערע עקסטריעם אין איבערצייגט די אינסטאנצן (אויף זיין שטייגער, ער געהאט א מהלך אין דעם, ליין זיינע ביכער וואס ער אליין האט געשריבן פאר מער אינפארמאציע וויאזוי ער פלעגט דאס טוהן) אז סאיז גאר א גרויסע טובה, אין מ'מוז גאר אריין לייגען אין די שטאט'ישע וואסערן פין אט די סחורהת אין אזוי האט ער אומדירעקט ריין געוואשן די אייזו פארבריקן, נאכדעם וואס ער האט איבערגעדרייט די דעת הקהל.
וויל אזוי איז דאך זייער שווער צי פארשטיין וואס עפעס פונקט פלארייד וואס האט (לאמיר זאגן) מערסטנס א גוטע השפעה אויפן ציין זוכה געווען אריין צוגיין אין אונזערע וואסערן?
כ'מיין! סאיז דא נאך אסאך גוטע זאכן וואס האבן אסאך שטערקערע און וויכטיגערע השפעות אויף די געזונטהייט פונעם מענטש אין ס'איז נישט קיין ספק סם לכאורה! טא פארוואס האבן זיי נישט געהאט די דאזיגע זכיה?
ס'לאזט זיך זאגן אז דא איז געווען אינטערעס'ן פארמישט, וכיוון דאתית להכא קען מען שוין גארנישט גלייבן, ווייל נגיעות מאכט אז דער מענטש זאל טרעפן דאס וואס ער וויל טרעפן,
איבערהויפט אז מ'ליינט (מ'דארף נאכגיין די מקור) אז דער יעניגער וואס איז בעוואוסט מיט זיינע שקרים וואס זענען אנגענומען געווארן אלס פאקטן (פארשטייט'זעך מיט שטודיעס וכו') דארף די נושא אן ערנסטע בדיקה.

נ.ב.
בכלל וועגען שטודיע'ס דארף מען אלעמאל וויסן מה קודם למה, דהיינו וואס איז געווען קודם די שיטה צי די באווייז צום שיטה.

יא איך האב אויך די אינטרעסאנטע ארטיקל געליינט אין שטערן אדער שפאקטיוו

כ'האב נישט דורכגעליינט די אשכול ביז אהער אבער די שטארקע קשיא "פארוואס פונקט פלארייד האט זוכה געווען" ווערט דורכדעם זייער גוט פארענטפערט

מגיד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 am

תגובהדורך מגיד » דינסטאג פאברואר 18, 2014 2:12 am

פשט איז, אז ס'מוז גארנישט זיין אז ס'איז א זכיה, ווייל ער האט נישט מקפיד געווען צו נעמען אן אמת'ער מעלה דוקא אין דאס אויפבלאזען, נאר ער האט בעיקר געזוכט א זאך וואס וועט גוט אויסנעמען ביי די מענטשהייט, אפגעזעהן צי ס'איז אמת אדער נישט און מיט דעם ארומגעארבעט, ביז ס'איז געווארן א פאקט ואין להרר אחריה, און דער וואס וואגט זיך צי זאגן פארקערט ווערט תיקף ומיד געסטעמפלט אלס משוגענער (אדער קאנספיראציע טעאריקער).
דאס שליסט נאך נישט אויס אז ס'קען זיין געזונט, אבער ס'לייגט עס בהחלט אריין בקרן חשוכה.

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » מיטוואך פאברואר 19, 2014 3:27 pm

עקזעקטלי

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך פאברואר 19, 2014 3:31 pm

דוד פיישוט האט געשריבן:כ'האב נישט דורכגעליינט די אשכול ביז אהער אבער די שטארקע קשיא "פארוואס פונקט פלארייד האט זוכה געווען" ווערט דורכדעם זייער גוט פארענטפערט

אמת זייער א גוטער ענפער, די שאלה איז אויב עס איז נישט דא נאך א בעסער און אפשר גאר דער אמת'ר ענפער
סיידן איר האט זיך געמוטשעט מיט די פראגע און נישט געקענט טרעפן א פאסיגן ענפער, זאלט איר נישט ווערן עקסיידט צו זעהן זאכן שטומען, ווייל ס'קען מעגליך זיין בכלל קושיה מעיקרא ליתא
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

מגיד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 am

תגובהדורך מגיד » מיטוואך פאברואר 19, 2014 9:27 pm

היפאקריט האט געשריבן:
דוד פיישוט האט געשריבן:כ'האב נישט דורכגעליינט די אשכול ביז אהער אבער די שטארקע קשיא "פארוואס פונקט פלארייד האט זוכה געווען" ווערט דורכדעם זייער גוט פארענטפערט

אמת זייער א גוטער ענפער, די שאלה איז אויב עס איז נישט דא נאך א בעסער און אפשר גאר דער אמת'ר ענפער
סיידן איר האט זיך געמוטשעט מיט די פראגע און נישט געקענט טרעפן א פאסיגן ענפער, זאלט איר נישט ווערן עקסיידט צו זעהן זאכן שטומען, ווייל ס'קען מעגליך זיין בכלל קושיה מעיקרא ליתא

דהיינו! אז זיי האבן א סיבה נאר זיי פארציילען נישט?
זיי זאגן דאך קלאר אז מ'לייגט דאס צוליב די ציין!
ועוד מאן יימר אז דאס איז נישט דער 'אמתער' ענפער, ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז די רעגירונג לאזט זיך פארפירען פין פריוואטע נגיעות?
דאס איז מעשים בכל יום דא אין אמעריקא, אונז הער מיר נאר דערפון ווען אזא איינער ווערט געכאפט דורך די אנדערע פארטיי, אבער ס'געשעט אסאך אפטער פין וואס עס ווערט באריכטעט.

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 11:47 pm

בילד
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


so now what
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 7:11 pm

ווארד האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:א קרוב מיינער וואס וואוינט אין קר"י האט מיר פונקט געזאגט אפאר וואכן צוריק אז די קינדער דארט האבן שטארקע פראבלעמען מיט די ציינער,

איז מעגליך אז דאס איז צוליב וואס מען לייגט נישט אריין קיין פלארייד דארט?

פראבלעמען מיט די ציין קען קומען פון קוואל וואסער, וואס קען זיין אויסגעמישט מיט שטיינער און מינעראלן, דערפאר איז ראטזאם נישט צו טרינקען קוואל וואסער, אדער נאר אויפגעקאכט, אדער שטארק געפילטערט.


?Any advice what filter to buy

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:00 am

it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט