פלארייד אין די סינק וואסער, א סכנה'דיגע סם

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:42 pm

קלארין איז א סארט בליטש וואס רייניגט דער וואסער עס זאל זיין ראוי צום טרונקען און דערפאר לייגט מען עס.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:39 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:טייל אויבער חכמים\קאנספיראציע ליבהאבער שרייען אז דאס ווערט געטוהן מיטען כונה אפצו'סמ'ען אלע מענטשען. זיי צייגען אלס ראיה די שעדליכקייט פון פלאורייד ווען עס איז אין גרעסערע דאזעס,


במחילת כבודך הרמה, די ווייסט נישט וואס די רעדסט, פלאורייד איז שעדליך פאר די מענטש אויך אין קליינע דאזעס, אין די ראיה'ס וואס מען ברענגעט איז נישט פין גרעסערע דאזעס, נאר ס'דא סטאדיס וואס ווייזען אז טאקע די קליינע דאזעס זענען שעדליך, אין פארדעם איז עס שוין ארויסגעשטעלט געווארען פין באנוץ אין רוב אייראפע אין יעצט האט מדינת ישראל דאס אויך באשטעטיגט,

אין דאס וואס די שרייבסט אז ס'העלפט פאר די ציינער, איז אפילו לשיטתם העלפט עס נאר פאר קינדער כ'מיין ביז די אכט יאר צי עפעס אזוי, אין ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס צי פיטערען יעדעם מיט פלאורייד וועגען די קינדער ביז אכט יאר, ענדרעש זאל מען עס לייגען אין א פראדוקט וואס קינדער עסען צי עפעס אזוי,

עכ"פ ס'איז קלאר ווי די טאג אז פלארייד איז שעדליך פאר די מענטש, אין ס'שוואכט אפ די ווילען קראפט פין דעם מענטש, פארדעם האט עס סטאלין געניצט אין די גולאג'ס כדי ס'זאל נישט זיין קיין רעוואלוציעס דארט, אין אזוי ווייטער האבען עס די נאציס אויך געניצט אין די וואסער, ווי א מיטעל אז פראפעגאנדע זאל בעסער ארבעטען, ס'נישט מיינע חידושים, ס'איז פאבליק אינפארמעישען, ביטע טוה דיין האומווארק פאר קומסט זיך אננעמען פאר די שעדליכע זאכען, כדי צי ווייזען פאר חזקיהו המלך, ס'נישט קיין אויבער חכמים אין נישט קיין קאנספירעסי, ס'איז שוין היינט קלארע אין באוויסטע זאכען,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:41 pm

ר׳ חזקיה, מען ברויך נישט ווערן ווילד ווען איינער דיסאגריט

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:45 pm

הערליך האט געשריבן:ר׳ חזקיה, מען ברויך נישט ווערן ווילד ווען איינער דיסאגריט


ס'באדערט מיר ווען איינער שרייבט שטותים אין די וועלט אריין, אין שפילט כאילו ער ווייסט וואס ער רעדט, אין כ'האב א רעכט צי ענפערען,

ס'איז שוין א המשך פין אן אנדערען אשכול וואס אנעים האט זיך גענומען א דזשאב צי שרייבען אלעס פארקערט ווי מיר, נישט קיין חילוק צי ער ווייסט וואס ער רעדט צי נישט,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:46 pm

כ'האב אויבן געפרעגט, און איך פרעג איבער.
למעלה משבעים האט געשריבן:בג"ץ האט גע'אורטיילט אז עס איז שעדליך? קענסט ביטע דא שטעלן די פסק דין? איך קען נישט אריין צו די סייט.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:49 pm

חזקיהו המלך האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן:ר׳ חזקיה, מען ברויך נישט ווערן ווילד ווען איינער דיסאגריט


ס'באדערט מיר ווען איינער שרייבט שטותים אין די וועלט אריין, אין שפילט כאילו ער ווייסט וואס ער רעדט, אין כ'האב א רעכט צי ענפערען,

ס'איז שוין א המשך פין אן אנדערען אשכול וואס אנעים האט זיך גענומען א דזשאב צי שרייבען אלעס פארקערט ווי מיר, נישט קיין חילוק צי ער ווייסט וואס ער רעדט צי נישט,

ר׳ חזקיה, דער אנעים טוט דאס מיט יעדן, די וואס רעדן צום זאך, דברים של טעם, גייען נישט ארויס פון די כלים

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:43 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האב אויבן געפרעגט, און איך פרעג איבער.
למעלה משבעים האט געשריבן:בג"ץ האט גע'אורטיילט אז עס איז שעדליך? קענסט ביטע דא שטעלן די פסק דין? איך קען נישט אריין צו די סייט.


חזקיהו איז שוין לאאאנננג נישט דא.....

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:48 pm

מן הסתם ווייל ער וויל נישט ענטפערן אויף מיין שאלה, די עיקר איז דאך נאר אז אנעים איז נישט גערעכט, ניין?

איך האב געפרעגט די שאלה, ווייל נאך א גוגל זיכעניש האט עס מיר אויסגעזען אז אנעים איז גערעכט מיט דעם:
אנעים זמירות האט געשריבן:זיי האבען נישט מער ווי גע'פסק'ענט אויף א טעכנישע פונקט לגבי א פריערדיגע החלטה פונעם משרד הבריאות.

דאס מיינט אז עס איז גארנישט איבערגעוויזן געווארן, נאר די משרד הבריאות האט זיך געוואלט שפארן קאפ-וויי פון אזעלכע ווי חזקיהו, איז זיי ביליגער געווען צו טוישן זייער החלטה... נאר היות איך בין נישט געווען זיכער דערמיט האב איך געבעטן אויב ער קען געבן די פסק דין צו קענען אליין זען וואס דארט שטייט. אבער זעט אויס אז ס'איז אים בעסער ווען איך זע עס נישט.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:53 pm

חזקיהו המלך האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:טייל אויבער חכמים\קאנספיראציע ליבהאבער שרייען אז דאס ווערט געטוהן מיטען כונה אפצו'סמ'ען אלע מענטשען. זיי צייגען אלס ראיה די שעדליכקייט פון פלאורייד ווען עס איז אין גרעסערע דאזעס,


במחילת כבודך הרמה, די ווייסט נישט וואס די רעדסט, פלאורייד איז שעדליך פאר די מענטש אויך אין קליינע דאזעס, אין די ראיה'ס וואס מען ברענגעט איז נישט פין גרעסערע דאזעס, נאר ס'דא סטאדיס וואס ווייזען אז טאקע די קליינע דאזעס זענען שעדליך, אין פארדעם איז עס שוין ארויסגעשטעלט געווארען פין באנוץ אין רוב אייראפע אין יעצט האט מדינת ישראל דאס אויך באשטעטיגט,

אין דאס וואס די שרייבסט אז ס'העלפט פאר די ציינער, איז אפילו לשיטתם העלפט עס נאר פאר קינדער כ'מיין ביז די אכט יאר צי עפעס אזוי, אין ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס צי פיטערען יעדעם מיט פלאורייד וועגען די קינדער ביז אכט יאר, ענדרעש זאל מען עס לייגען אין א פראדוקט וואס קינדער עסען צי עפעס אזוי,

עכ"פ ס'איז קלאר ווי די טאג אז פלארייד איז שעדליך פאר די מענטש, אין ס'שוואכט אפ די ווילען קראפט פין דעם מענטש, פארדעם האט עס סטאלין געניצט אין די גולאג'ס כדי ס'זאל נישט זיין קיין רעוואלוציעס דארט, אין אזוי ווייטער האבען עס די נאציס אויך געניצט אין די וואסער, ווי א מיטעל אז פראפעגאנדע זאל בעסער ארבעטען, ס'נישט מיינע חידושים, ס'איז פאבליק אינפארמעישען, ביטע טוה דיין האומווארק פאר קומסט זיך אננעמען פאר די שעדליכע זאכען, כדי צי ווייזען פאר חזקיהו המלך, ס'נישט קיין אויבער חכמים אין נישט קיין קאנספירעסי, ס'איז שוין היינט קלארע אין באוויסטע זאכען,


איים סארי איך קען נישט ליידען די קאנספיראציע טעאריקע מיט זייערע וויסטע אמעראצעס אין יעדן ענין אויסער צוויי-דריי קרישעלעך. אין ענגליש זאגט מען 'אביסעל ידע איז א געפארפולע זאך.'

סיי דא און סיי ביי די אימיונייזעישאנס האסטו געשריבען וועגן שטודיעס, אבער ווען מען האט דיר געבעטען מער פרטים ביסטו געבליבען ביים שרייען. איך האב שוין היינט געלינקט צו סייט וואס ברענגט קלארע שטודיעס אז פלאורייד איז אומשעדליך. אויב דו האסט פארקערטע שטודיעס ברענג א לינק אנשטאטס ווערן צו-ווילדעוועט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:57 pm

עס איז נישט אזוי קאמפליצירט. יעדער קען אליין כאפען א בליק אויף די שטודיעס.

http://www.cdc.gov/fluoridation/safety/index.htm
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:13 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:אויב דו האסט פארקערטע שטודיעס ברענג א לינק


דא האסטו, http://www.nofluoride.com/scientific_studies.cfm

כ'גלייב אבער נישט אז סטאדיס וועט דיר טוישען דיין שטעלונג,

אזוי ווי יענער האט געזאגט, דריי נישט קיין קאפ מיט קיין פאקטען,

די האסט אפגעמאכט אז אלעס איז קאנספירעסיס אין פארטיג, כ'טראכט אז די ביזט גאר קנאפ אינטערעסירט צי זעהן סטאדיס, די ניצט עס נאר ווי א מיטעל מיר צי באשרייען, אבער ווער ווייסט אפשער ביסטע יא אינטערעסירט אין די פאקטען, יו נעווער קנאו ....
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:27 pm

כאפצעם........ אז ביסט יא דא, ענטפער שנעל אויף למעלה'ס שאלה.....

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:22 pm

מ'דארף טוישן דעם קעפל פונעם אשכול פאר "מלכים מתנגחין זה עם זה" אדער "וחד בחד כי סביך ועביד קרביתא"
ווייל ס'איז בעיקר מיוחד אויף מלחמת חזקיה ואנעים .... :smile:
לעצט פאראכטן דורך עקבי הצאן אום זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:40 pm

גראדע האב איך אמאהל געליינט פון א גרויסן פראפעסער אויף טיירויד, ער איז זייער שארף קעגן דאס אריינלייגן די פלאורייד אינעם פאבליק וואסער סיסטעם, און קעגן פלאורייד בכלל, ער האלט אז דעס שאדט שטארק פאר איינעם מיט אן אפגעשוואכטען טיירויד (היפא-טיירויד) בפרט, און פאר יעדעמס טיירויד בכלל, כ'וועל עס אי"ה נאכזוכן און ארויפלייגן דא.
זייט דעמאלץ ווארף איך אוועק די אלע פלאורייד וואס דער דאקטער געט פאר די קליינווארג, אויך קויף איך נאר די ציינפוץ אן פלאורייד, אבער דאס האט דייקא נישט קיין שייכות מיט די טעעאריע-קאנספיראציע אז דאס איז בכונה פון די רעגירונג מיט א גאנצן אונטערוועלטליכן פלאן וכו' וכו'
גראדע אלץ א יאהרען לאנגע צוהערער און מקבל פון הרב מייזליש שליט"א ווער איך זייער נישט נתפעל פון הרב אנעים'ס לינק צו די CDC שטודיעס, ודי למבין, זיי קענען גיין היבשט בלינד און מיט די (אונזער) קאפ אין די וואנט צוליב נגיעות און חשבונות וכו', אבער צו גיין אזוי ווייט ווי חזקיה המלך מיין איך אז לא הודו לו חכמים ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:34 am

אינטרעסאנט ווי כמעט אלע קאנספיראציע טעראריסטס ביי אלע נושאים האבען אלץ ליעב אנצוצייגען שטודיעס וועלכע זענען 15-20 יאר אלט אדער מער. הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

אין יענע לינק האב איך נישט געטראפען קיין איין לינק צו Pubmed* וואו איך זאל קענען געהעריג ליינען די שטודיע (און א גרויסע טייל האבען אינגאנצען נישט געהאט קיין לינק). דער אמת איז א פלאורייד, פונקט ווי אימיונייזעישאנס זענען שוין צענדליגע מאל געווארען אויפגעוויזען צו זיין אוממשעדליך און אדרבה זיי טוהן אויף אסאך.

פאר דער וואס קען ענגליש איז דא א גוטע הסבר וויאזוי די סם-שרייער ארבעטען דא, און בכלל איז זייערע וועבסייט גאר לערנד.
---
כאטש איך האב נישט קיין געדולד מאריך צו זיין לגבי שטודיעס און ווער עס איז קוואליפיצירט זיי אפצוטייטשען וועל איך אבער יא ערקלערן איין וויכטיגע נקודה, בלויז צו געבן א ידיעה פארוואס מען דארף לערנען וויאזוי אפצוטוייטשען א שטודיע און פארוואס מאנכע נעמען פיהל מאל ארויס גאר פאלשע מסקנות.

לא'מיר זאגען א מגי"ש קוקט זיך צו אויף א בחור במשך 4 חדשים און ער באמערקט אז אין די וואכען ווען דער בחור גייט ארויס אינמיטען סדר חזרה צו טרונקען קאווע קען ער נישט ביים פארהער סוף וואך, און ווען ער בלייבט אין ביהמ"ד קען ער יא. די וואכען זענען איינגעטיילט בערך 50\50 אהנע שום חשבון (א וואך יא, צוויי וואכען נישט, דריי וואכען יא, איין וואך נישט א.א.וו.). יעצט וויל ער אסר'ן פארען בחור צו טרונקען קאווע אינמיטען סדר חזרה און ער ברענגט א קלארע הוכחה אז עס שטערט איהם פון לערנען?

איז דאס א ראיה מוכחת?

קלאר אז נישט!

דער מגי"ש האט אצינד אויסגעמישט צווישען correlation און causation.
correlation מיינט ווען צוויי זאכען קומען צוזאמען, און causation מיינט ווען איין זאך איז גורם דער אנדערע.

אפט מאל זעהט מען צוויי זאכען צוזאמען און מען מיינט אז איינס האט צוגעברענגט דעם אנדערען, אבער אין אמת'ן איז דא א דריטע גורם וואס האט געברענגט ביידע.

אינעם פאל פונעם בחור איז גאנץ איינפאך: ער האט ליעב זיך צו ליינען און אפטמאל קען ער אויפבלייבען ביז גאר שפעט טאמער האט ער א נייע בוך. אין די וואכען ווען ער האט נישט געקענט האט ער געהאט נייע ביכער וועלכע האבען איהם אויפגעהאלטען ביז שפעט, דערפאר איז ער געוועהן מיד בייטאג. דער מידקייט האט גורם געוועהן סיי ער זאל מוזען ארויסגיין טרונקען קאווע און סיי ער זאל נישט קענען ביים פארהער.


דער משל האב איך געברענגט בלויז ארויסצוברענגען אז מיטען אנקוקען א שטודיע וואס ווייזט ווי צוויי זאכען האבען צוזאמען פאסירט ווערט מען נאכנישט ריכטיג אינפארמירט. מען דארף אויך וויסען וואספארא קאנטראלס עס זענען דארט געוועהן זיכער צו מאכען אז דא איז נישט דא א דריטע און פערטע גורם וואס דרייט אהן ביידע זאכען.

דאקטוירים און וויסענשאפטלער לערנען זיך פאר לענגערע תקופות וויאזוי אנצופירען און וויאזוי אפצוטייטשען שטודיעס. דאן, ווען זיי האבען דעם שטודיע, פארשרייבען זיי קלאר וויאזוי עס איז געווארען אנגעפירט און זיי דרוקען עס אין Peer reviewed מאגאזינען, וואו אנדערע דאקטוירים האבען צוטריט און יענע טוהן דורך די שטודיעס. טאמער איז דא וואס צו פרעגן אויף דעם ווערט עס געפרעגט, ווייל יעדע וויל זיין דער 'מחדש' וואס קען אויפווייזען אז א צווייטע שטודיע האט חסרונות, און מען קען ציהן פארקערטע מסקנות.

אונטערשטע שורה, נישט יעדע חכם בעיניו איז קוואליפיצירט אפצוטייטשען שטודיעס און חולק צו זיין אויף קלוגערע און מער געלערנטע וויסענשאפטלער.


*http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pubmed?term=%22Fluoridation%22[MAJR]
לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:59 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:דאקטוירים און וויסענשאפטלער לערנען זיך פאר לענגערע תקופות וויאזוי אנצופירען און וויאזוי אפצוטייטשען שטודיעס. דאן, ווען זיי האבען דעם שטודיע, פארשרייבען זיי קלאר וויאזוי עס איז געווארען אנגעפירט און זיי דרוקען עס אין Peer reviewed מאגאזינען, וואו אנדערע דאקטוירים האבען צוטריט און יענע טוהן דורך די שטודיעס. טאמער איז דא וואס צו פרעגן אויף דעם ווערט עס געפרעגט, ווייל יעדע וויל זיין דער 'מחדש' וואס קען אויפווייזען אז א צווייטע שטודיע האט חסרונות, און מען קען ציהן פארקערטע מסקנות.

אונטערשטע שורה, נישט יעדע חכם בעיניו איז קוואליפיצירט אפצוטייטשען שטודיעס און חולק צו זיין אויף קלוגערע און מער געלערנטע וויסענשאפטלער.

דאס איז לכאורה א דבר מובן, און כ'האב עס שוין געזעהן אסאך מאהל, ווען ס'איז דא מעינסטריעם מהלך אין אן ענין, וועלן אלע שטודיעס לויפן אין דעם ריכטונג, ווייניג וועלן זיך ארויסשטעלן מיט די קשיות און די סתירות, יעדער פראפעסער וויל טאקע זיין א מחדש, אבער נישט קיין משוגענער, ער וויל ווייטער באקומען די פאזיציעס און כבוד און סטאדי גרענטס פון די ערשטע שורה, און די וואס וועלן זיך יא ארויסשטעלן מיט קשיות ווערן פארשריגן אלץ קאנספיראטארן, און משוגעים.
יא אזויווי דו זאגסט מ'דארף זיין געלערנט צו קענען גוט פארשטיין א ריכטיגע שטודיע, במילא צומאהל קענען זיי אויסשטעלן די שטודיע ס'זאל זיך זעהן וואס זיי האבן געוואלט, יעדע תשובה קענסטו באקומען און נאך זיין ריכטיג, ס'ווענדט זיך נאר וויאזוי דו האסט אויסגעשטעלט די קשיא, במילא זיי נישט אזוי פארקויפט פאר תורת לאקשן, "הלמאי די CDC אליין האט דאך געזאגט אז ס'איז נישט שעדליך".
נאר ביידעוועי כ'פארשטיי נישט פארוואס אפצוווענדן די קאנספיראציע פון הרב חזקי' דארף מען האלטן חי וקים אז ס'איז הונדערט פראצענט זיכער נישט שעדליך, אפילו כ'זאל אננעמען למשל אז פלאורייד איז הונדערט פראצענט שעדליך דארף איך נאכנישט אננעמען אזא סארט זקני ציון פראטאקאלן פון אן אונטערוועלטליכן אונטערנעמונג אונז משוגע צו מאכן וכו' וכו', אפילו דאן וואלט איך ליבערשט אנגענומען אז ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א כלומר'שטע גוטע כוונה פון באשיצן דעם פאבליק באזירט אויף די דעמאלצדיגע השערות (עיין ערך לאו פעט).
לסיום ההערה חזקי' מיט אנעים קיפ אן :lol: :lol:
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:26 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:דאקטוירים און וויסענשאפטלער לערנען זיך פאר לענגערע תקופות וויאזוי אנצופירען און וויאזוי אפצוטייטשען שטודיעס. דאן, ווען זיי האבען דעם שטודיע, פארשרייבען זיי קלאר וויאזוי עס איז געווארען אנגעפירט און זיי דרוקען עס אין Peer reviewed מאגאזינען, וואו אנדערע דאקטוירים האבען צוטריט און יענע טוהן דורך די שטודיעס. טאמער איז דא וואס צו פרעגן אויף דעם ווערט עס געפרעגט, ווייל יעדע וויל זיין דער 'מחדש' וואס קען אויפווייזען אז א צווייטע שטודיע האט חסרונות, און מען קען ציהן פארקערטע מסקנות.

אונטערשטע שורה, נישט יעדע חכם בעיניו איז קוואליפיצירט אפצוטייטשען שטודיעס און חולק צו זיין אויף קלוגערע און מער געלערנטע וויסענשאפטלער.

דאס איז לכאורה א דבר מובן, און כ'האב עס שוין געזעהן אסאך מאהל, ווען ס'איז דא מעינסטריעם מהלך אין אן ענין, וועלן אלע שטודיעס לויפן אין דעם ריכטונג, ווייניג וועלן זיך ארויסשטעלן מיט די קשיות און די סתירות, יעדער פראפעסער וויל טאקע זיין א מחדש, אבער נישט קיין משוגענער, ער וויל ווייטער באקומען די פאזיציעס און כבוד און סטאדי גרענטס פון די ערשטע שורה, און די וואס וועלן זיך יא ארויסשטעלן מיט קשיות ווערן פארשריגן אלץ קאנספיראטארן, און משוגעים.


במחכ"ת דאס איז א טעות ווייל דעות ווערן כסדר געביטען און אפדעיטעד.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:04 pm

דאכט זיך מיר אז אין די המספיק גאזעט איז געווען עטליכע חדשים צוריק אן אפהאנדלונג איבער דעם, אויך איבער וואקסינען, זיי ווארפן דארט זייער שטארק אפ די אלע טעאריעס פון די שרייער'ס. איך האב עס אבער נישט אדורכגעטון
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:35 pm

א קרוב מיינער וואס וואוינט אין קר"י האט מיר פונקט געזאגט אפאר וואכן צוריק אז די קינדער דארט האבן שטארקע פראבלעמען מיט די ציינער,

איז מעגליך אז דאס איז צוליב וואס מען לייגט נישט אריין קיין פלארייד דארט?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:50 pm

שנאפס האט געשריבן:א קרוב מיינער וואס וואוינט אין קר"י האט מיר פונקט געזאגט אפאר וואכן צוריק אז די קינדער דארט האבן שטארקע פראבלעמען מיט די ציינער,

איז מעגליך אז דאס איז צוליב וואס מען לייגט נישט אריין קיין פלארייד דארט?


מען לייגט דארט אריין אלעס וואס מ'לייגט איבעראל.

די ווילידזש וואסער דעפארטמענט איז פארפליכטעט צו שיקן כסדר פאר די העלט דעפארטמענט רוטינע וואסער סעמפלס וואס ווערט גענומען פון די קוועלער און פון פארשידענע ערטער אין די שטאט.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:01 pm

ס'איז מסתבר אז זיי לייגן עס אויך אריין, ווייל די פירערשאפט וויל דאך אפשוואכן די קעגנערשאפט קעגן זיי...

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:04 pm

ידיד האט געשריבן:ס'איז מסתבר אז זיי לייגן עס אויך אריין, ווייל די פירערשאפט וויל דאך אפשוואכן די קעגנערשאפט קעגן זיי...

;l;p- :lol:
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
sukoss
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 6:23 pm

תגובהדורך sukoss » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:04 pm

נאכן נאכקוקן האב איך געזעהן אז קרית יואל לייגט נישט קיין פלארייד אין די וואסער און מעגליך טאקע א גורם פאר שוואכע ציין.

אדער זענען טאקע די קרית יואלע איינוואונער די וואס לאזן זיך נישט פון חזקיה ווייל זיי האבן נאך א שטארקע ווילן.

ב. ד. וו. מאנסי און סקווער באקומען אויך נישט קיין פלארייד.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:59 pm

בס"ד,

רוב שטעט אין אפסטעיט האבן נישט קיין פלארייד אין די וואסער. בלייבט איבער צו פרעגן פון די קאנספיראציע-ברוקלין-בריק אפקויפער פארוואס מען זעהט "דאך" אייניגע בחירה פראבלעמען אין אפסטעיט ווי אין דאונסטעיט.

צוויי, די לינק וואס איינער פון די יעניגע האבן דא געברענגט אויף א "שטודיע" האט געהאט אין זיך א רמז פון די NIH, די פרעסטיזשפולע אינסטיטוט אוו העלט, נו, שוין זיי רעדן דאך עפעס ווערטער, מוז מען גיין קוקן. דערווייל, להד"ם. אויף די NHI וועבסייט איז דא א פלאץ וואס הייסט PUBMED, וואו מען קען טרעפן אלע סארט שטודיעס פון אלע סארט מעדיצינישע דזשורנאלן אויף דער וועלט, אפילו אזאנס וואס א צעירים בחור'ל מיט א חבר צוויי קענען ארויסגעבן אין דארמיטארי בעיסמענט. און דאס זאגט גארנישט אויף די NIH דירעקט.

דריטנס, די מענטשן וואס קומען דא אויף יעדע דריי-פערטל יאר מיט א פרישע קאנספיראציע, וואס טרייבט זיי צו פארברענגען אזויפיל צייט און ענערדזשי מיט אזעלכע בערג שטותים?

הק' יום טוב ערליך.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:17 pm

מיין פעיוועריט אשכול, חברה, האלטס אן


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט