"אלעס איבער וואקסינען"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » פרייטאג אוקטובער 28, 2011 9:07 am

There is an article about this subject in Der Yid this week in the Family Upteilung
נא גוט...

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 8:26 pm

איך קום דא אריין אינמיטען א העציגע שמועס וואס גייט שוין אן א לענגערע צייט. אבער אז מ'האט עפעס אין בויך, טאר מען זיך נישט איין האלטען.

א תקופה צוריק האב איך געלערנט אין אניווערזיטעט, האב איך געזען די חילוק ווי אזוי די סיסטעם ארבעט. א ישיבה בחור וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין.
די פאלשקייט וויאזוי די אזוי געריפענע סטאדיעס ארבעטען, מערער מאהל ווייסן זיי די ענטווער פאר די שאלה ווערט געפרעגט. דאס איז נאר א שטיקל הקדמה צו וואקסינען. די קאנטראווערסי איז נישט נאר ביי עלטערן נאר ביי גרויסע דאקטוירים אויכעט.
די געדאנק פון וואקסינען עגזיסטירט שוין באלד דריי הונדערט יאהר, צו היילן א געזונטן מענטש ער זאל נישט קראנק ווערן. אין טיאריע איז עס א שיינעם חלום. אבער ארבעט עס טאקע ווי געפלאנט?? די גייסט באקומן א קעגנגעזעצטע ענטפער פון צווי אנדערע פארשוינען.
די גרעסטע פראבלעם אין מיין מיינונג איז, אז ווי גרעסער פאזיציע א מענטש האט, פירט ער אנדערע מענטשן ביי די נאז. ער וועט דיך מאכן טאון זאכען וואס ער וויל ס'זאל זיין אזוי, פאראייגענע אינטערעסן. נישט רעכענען זיך כי הוא זה מיטן פארשוין.
רעדנדיג וועגן וואקסינען לאמיר אייך פרעגען "ווייסט איינער דא וואס ליגט אלץ אין דעם שטעכעדיגע אייזענדעל, ווואס גייט אריין אונטערן הויט, אריין אין די בלוט אדערן פון אייער קליינטשיק קינד וואס איז נישט לאנג אראף אויפן וועלט, צו זיין אינטער דיין אחריות????"

ווען איך גיי באקומן א קלארן ענטפער וועט מען בעזר השם ווייטער רעדן
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 9:03 pm

סר'רעדט זיך אנדערש מיט א שטודירטע מענטש.

פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 3:56 am

תגובהדורך פייוול הנקרא 5'איש » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 9:17 pm

פאיאץ האט געשריבן:רעדנדיג וועגן וואקסינען לאמיר אייך פרעגען "ווייסט איינער דא וואס ליגט אלץ אין דעם שטעכעדיגע אייזענדעל, ווואס גייט אריין אונטערן הויט, אריין אין די בלוט אדערן פון אייער קליינטשיק קינד וואס איז נישט לאנג אראף אויפן וועלט, צו זיין אינטער דיין אחריות????"

וואס מיינסטי ארויסציברענגען, אז אינעם שטעכערל ליגט עצם די קרענק?! - נו מאי כל הרעש זעיסטאך אז יעדער נעמט עס אין מען ווערט נישט קראנק?
אין אויב שטודיעס ווייזן אז דאס איז אן עקסערסייז פארן גוף ציפייטן די קרענק נא איז עס דאך געוואלדיג!!!

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 9:45 pm

פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:
פאיאץ האט געשריבן:רעדנדיג וועגן וואקסינען לאמיר אייך פרעגען "ווייסט איינער דא וואס ליגט אלץ אין דעם שטעכעדיגע אייזענדעל, ווואס גייט אריין אונטערן הויט, אריין אין די בלוט אדערן פון אייער קליינטשיק קינד וואס איז נישט לאנג אראף אויפן וועלט, צו זיין אינטער דיין אחריות????"

וואס מיינסטי ארויסציברענגען, אז אינעם שטעכערל ליגט עצם די קרענק?! - נו מאי כל הרעש זעיסטאך אז יעדער נעמט עס אין מען ווערט נישט קראנק?
אין אויב שטודיעס ווייזן אז דאס איז אן עקסערסייז פארן גוף ציפייטן די קרענק נא איז עס דאך געוואלדיג!!!



יא יא אין וואס נאך??? די זאקסט אין איין ווארט מיט א קאלטקייט, וואס דאקטוירים שפילן זיך ארים שוין יאהרן לאנג.

דערצייל מיך אלעס וואס ליגט דארטן, דעם גאנצן רעסעפט.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 3:56 am

תגובהדורך פייוול הנקרא 5'איש » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 10:18 pm

פאיאץ האט געשריבן:
פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:
פאיאץ האט געשריבן:רעדנדיג וועגן וואקסינען לאמיר אייך פרעגען "ווייסט איינער דא וואס ליגט אלץ אין דעם שטעכעדיגע אייזענדעל, ווואס גייט אריין אונטערן הויט, אריין אין די בלוט אדערן פון אייער קליינטשיק קינד וואס איז נישט לאנג אראף אויפן וועלט, צו זיין אינטער דיין אחריות????"

וואס מיינסטי ארויסציברענגען, אז אינעם שטעכערל ליגט עצם די קרענק?! - נו מאי כל הרעש זעיסטאך אז יעדער נעמט עס אין מען ווערט נישט קראנק?
אין אויב שטודיעס ווייזן אז דאס איז אן עקסערסייז פארן גוף ציפייטן די קרענק נא איז עס דאך געוואלדיג!!!



יא יא אין וואס נאך??? די זאקסט אין איין ווארט מיט א קאלטקייט, וואס דאקטוירים שפילן זיך ארים שוין יאהרן לאנג.

דערצייל מיך אלעס וואס ליגט דארטן, דעם גאנצן רעסעפט.

פאיאץ! נאך אלץ נישט צעפרידען, ביטע זיי דיך מסביר ווייל מיר ווייסען נישט ציוועלעכען נקודה איר צילט

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 10:38 pm

לאמיר אנהייבען מיט איינס,
דא האסטע די האפעטייטעס בי וואקסין רעסעפי,

Comvax® HBV and Hib conjugate vaccine

Manufacturer Merck
Microorganism The Hib virus and Hepatitis B virus.
Licensed 10/02/1996
Recommendations 3 injections at 2, 4, 6 and months and a booster at 12 to 15 months of age
Ingredients Aluminum hydroxide, Formaldehyde, Yeast, Virus: Hepatitis B, Haemophilus influenzae B, Sodium Borate, Amino acids, Dextrose, Neisseria meningitides OMPC, Mineral salts, Nicotinamide adenine dinucleotide, Hemin chloride, Soy peptone.
Product Descriptions

קוק דא פאר מער דיטעיל בי יעדע אינגרידיענט די לינק

Package Insert

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 10:52 pm

מיין נקודה איז, אז רויב מענטשען האבן שטארקע מיינונגוועגען וועגן וואקסינען. אבער זיי האבען נישט קיין מינדעסטע אהנונג וואס ווי און ווען.

איך זאג נישט יא אדער ניין, דאס איז איעדע עלטערן דארף אליין אויסקלויבן. יא יא אליין אויסקלויבן, אין נישט געהייסן ווערן ביי קיין שום דאקטער אדער גאווערמענט וואס צו טאהן.

צו אליינס קענען מאכן א החלטה, דארף מען וויסן פונקטליך פון וואס מען רעדט, נישט סתם זאגן א כללותדיגע ווארט וואקסינען.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:06 pm

אבי גערעדט. אנטשולדיגט. זייט ווען דארפן עלטערן ווערן דאקטורים?

מיר פאלגן און גייען צו דאקטורים ווייל די תורה הייסט אזוי. און די תורה האט געגעבן די טויטאריטעט פאר דאקטורים צו הייסן וואס צו טאן. פינטל.

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:15 pm

בעל תוקע האט געשריבן:לאמיר אנהייבען מיט איינס,
דא האסטע די האפעטייטעס בי וואקסין רעסעפי,


Ingredients Aluminum hydroxide,
קוק דא פאר מער דיטעיל בי יעדע אינגרידיענט די לינק

Package Insert


לאמיר צינעמען די ערשטע זאך Aluminum hydroxide:Al(OH)3 an Adjuvant , ס'אז דא סטאדיעס וואס טיינען אז סהאט אן עפעקט אין מח און עס קען צוברענגען צו אוטיזם

אדער יא אדער ניין,

אבער לאמיר א קוק טאן אוף אוטיזם, דאס איז ווען דער מח אנטוויקלט זיך נישט אויף א נאטורליכן אופן, מקען עס אנפאנגען צו דערקענעןביי דעם קינד פאר די דריי יאהר. די דאקטוירם זוכן נאך וואס די סיבה דערצו איז, זיי ווייסן נאך נישט. אבער אויב די פרעגסט א דאקטער, איין ענטפער וועסטו קלאר הערן וואקסין איז אלל רייט.

אדער יא אדער ניין , מאך אליין דעם החלטה. פארגעס נישט דאס איז נאר איין אינגרידיענט וואס מלייגט אריין אין עטליכע וואקסינען. א טאדלער פון ארים 15 חדשים האט שוין באקימען א גאנצע הויפן פון אט די וויכטיגע זאך אין זיין לעבן, ווייל אהן דעם וועט ער ממש נישט קענען עקזיסטירן. אויף די וועלטל וואס מען אט אים נאר וואס געשיקט.
לעצט פאראכטן דורך פאיאץ אום דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:18 pm

ווינקל האט געשריבן:אבי גערעדט. אנטשולדיגט. זייט ווען דארפן עלטערן ווערן דאקטורים?

מיר פאלגן און גייען צו דאקטורים ווייל די תורה הייסט אזוי. און די תורה האט געגעבן די טויטאריטעט פאר דאקטורים צו הייסן וואס צו טאן. פינטל.


ווי שטייט אין די תורה אז א געזונטע מענטש דארף גיין צום דאקטער???

איך רעד נישט דא וועגן קראנקע מענטשן
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:39 pm

בעל תוקע האט געשריבן:לאמיר אנהייבען מיט איינס,
דא האסטע די האפעטייטעס בי וואקסין רעסעפי,

Formaldehyde

קוק דא פאר מער דיטעיל בי יעדע אינגרידיענט די לינק

Package Insert


די צוויטע אינגרידיענט Formaldehyde:CH2O Attenuating agent, Preservative, Disinfectant, Fixative, איז אויך א וואונדערבערע זייער וויכטיגע כעמיקאל פארן קינד, זאל זיך האלטן פריש. אבער געזונט איז עס שוין נישט. די ריעקשן קען מען טייל מאל זעהן אויףן פלאץ, ס'איז אויך דא סטאדיעס איוב עס האט א שייכעס מיט יענע מאכלע.
איך גיי איבער חאזערען נאכאמאל און נאכאמאל
אדער יא אדער ניין, און אנדערע ווערטער איך בין נישט קיין דאקטער איך וויס נישט אלץ. אבער רעד דיך נישט איין אז די דאקטער ווייסט יא אלץ.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:43 pm

ווינקל האט געשריבן:אבי גערעדט. אנטשולדיגט. זייט ווען דארפן עלטערן ווערן דאקטורים?


גערעכט דארפסט נישט זיין א דאקטער, אבער זיי געטרייע עלטערן און טו וואס איז בעסט פארן קינד.
נישט גיי בלינדער הייט אין וואנט, וווייל יעדער איינער טוט עס.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 3:56 am

תגובהדורך פייוול הנקרא 5'איש » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 9:09 am

ווינקל האט געשריבן:אבי גערעדט. אנטשולדיגט. זייט ווען דארפן עלטערן ווערן דאקטורים?

מיר פאלגן און גייען צו דאקטורים ווייל די תורה הייסט אזוי. און די תורה האט געגעבן די טויטאריטעט פאר דאקטורים צו הייסן וואס צו טאן. פינטל.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 2:31 pm

זייט ווען הייסט די תורה גיין צים דאקטער,
רש"י זאגט דארט אין משפטים מכאן שנתנה רשות לרופא לרפאות, אבער אין ערגעץ שטייט נישט אז מען דארף גיין צים דאקטער צי פארמיידען קרענק,

אין בפרט אז ווען מען גראבט נישט אריין דאס קעפעל אין די זאמד אין מען קוקט אביסעלע אויף די פאקטען זעהט מען אז די גאנצע וואקסין אישו שטייט אויף הינער פיס, זייער שוואכע ראיות אין סתם לעכערליכע סברות,

נאר וואס דען ווען מ'איז פויל, לייגט מען זיך אן אויף די תורה, טוה מיר א טובה לאז ארויס די תורה פין דיין פוילקייט, אין חז"ל זאגען שוין טוב שברופאים לגהנום, ס'דא א סיבה דערפאר,

ס'אינטערעסאנט צי זעהן אז ווען ס'קומט צי אינוועסטירען געלט טראכט מען מען אלע וועגען אין מען טראסט נישט בלינדערהייט דעם פיינענציעלע אדווייזער, פארוואס דעם דאקטער טראסטו יא בלינדערהייט, א שאד אז ביי געוויסע איז די געזונט פין די קינדער נישט אזוי חשוב ווי א פאר דולר ...

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » פרייטאג נובעמבער 04, 2011 2:35 pm

ווינקל האט געשריבן:אבי גערעדט. אנטשולדיגט. זייט ווען דארפן עלטערן ווערן דאקטורים?

מיר פאלגן און גייען צו דאקטורים ווייל די תורה הייסט אזוי. און די תורה האט געגעבן די "טויטאריטעט" פאר דאקטורים צו הייסן וואס צו טאן. פינטל.


ניבא ולא ידע מה ניבא, אסאך דאקטוירים זייען טאקע אן "טויט"

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 5:31 pm

בעל תוקע האט געשריבן:זייט ווען הייסט די תורה גיין צים דאקטער,
רש"י זאגט דארט אין משפטים מכאן שנתנה רשות לרופא לרפאות, אבער אין ערגעץ שטייט נישט אז מען דארף גיין צים דאקטער צי פארמיידען קרענק,

אין בפרט אז ווען מען גראבט נישט אריין דאס קעפעל אין די זאמד אין מען קוקט אביסעלע אויף די פאקטען זעהט מען אז די גאנצע וואקסין אישו שטייט אויף הינער פיס, זייער שוואכע ראיות אין סתם לעכערליכע סברות,

נאר וואס דען ווען מ'איז פויל, לייגט מען זיך אן אויף די תורה, טוה מיר א טובה לאז ארויס די תורה פין דיין פוילקייט, אין חז"ל זאגען שוין טוב שברופאים לגהנום, ס'דא א סיבה דערפאר,

ס'אינטערעסאנט צי זעהן אז ווען ס'קומט צי אינוועסטירען געלט טראכט מען מען אלע וועגען אין מען טראסט נישט בלינדערהייט דעם פיינענציעלע אדווייזער, פארוואס דעם דאקטער טראסטו יא בלינדערהייט, א שאד אז ביי געוויסע איז די געזונט פין די קינדער נישט אזוי חשוב ווי א פאר דולר ...


;l;p- ;l;p- ;l;p-
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 5:55 pm

פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:
פאיאץ האט געשריבן:רעדנדיג וועגן וואקסינען לאמיר אייך פרעגען "ווייסט איינער דא וואס ליגט אלץ אין דעם שטעכעדיגע אייזענדעל, ווואס גייט אריין אונטערן הויט, אריין אין די בלוט אדערן פון אייער קליינטשיק קינד וואס איז נישט לאנג אראף אויפן וועלט, צו זיין אינטער דיין אחריות????"

וואס מיינסטי ארויסציברענגען, אז אינעם שטעכערל ליגט עצם די קרענק?! - נו מאי כל הרעש זעיסטאך אז יעדער נעמט עס אין מען ווערט נישט קראנק?
אין אויב שטודיעס ווייזן אז דאס איז אן עקסערסייז פארן גוף ציפייטן די קרענק נא איז עס דאך געוואלדיג!!!


בעל תוקע האט געשריבן:לאמיר אנהייבען מיט איינס,
דא האסטע די האפעטייטעס בי וואקסין רעסעפי,

Comvax® HBV and Hib conjugate vaccine

Manufacturer Merck
Microorganism The Hib virus and Hepatitis B virus.
Licensed 10/02/1996
Recommendations 3 injections at 2, 4, 6 and months and a booster at 12 to 15 months of age
Ingredients Aluminum hydroxide, Formaldehyde, Yeast, Virus: Hepatitis B, Haemophilus influenzae B, Sodium Borate, Amino acids, Dextrose, Neisseria meningitides OMPC, Mineral salts, Nicotinamide adenine dinucleotide, Hemin chloride, Soy peptone.
Product Descriptions

קוק דא פאר מער דיטעיל בי יעדע אינגרידיענט די לינק

Package Insert


העפיטייטעס בי איז א ווירוס אינפעקציע וואס אטאקירט די לעבער, מקען עס באקומען דורעך בלוט אדער אנדערע פלואדז פון איינער וואס איז אינפעקטעט.
סתם אזוי באקומט מען עס נישט.

די וואקסין האט נאר 95% סוקסעס רעיט, אך ווייס נישט וואס איז מיט די אנדערע 5%. אדער האט די וואקסין נישט געארבעט און מען קען עס באקומען שפעטער???, אדער האט די גוף נישט רעאגירט גענוג שטארק צו פייטען די ווירוס און דאס קונד איז פארסמ'ט געווארן פון די ווייראס???.

אויב איינער קען טראכטען פון נאך א פאל פאר די 5%, לאז מיך וויסען.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 3:56 am

תגובהדורך פייוול הנקרא 5'איש » זונטאג נובעמבער 06, 2011 9:10 am

פאיאץ =געפינט זיך: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...
ביי די וועי די אמעריקאנער וואקסינען קענען אפשר זיין געמאכט מער פארזיכטיג

אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

תגובהדורך פאיאץ » זונטאג נובעמבער 06, 2011 10:05 am

פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:ביי די וועי די אמעריקאנער וואקסינען קענען אפשר זיין געמאכט מער פארזיכטיג


לויט וואס איך פארשטיי האט עס נישט ציטון ווי אזוי די וואקסין איז געמאכט, נאר ס'האט ציטון מיט דעם אז איעדע מענטש רעאגירט אנדערש צו די וואקסינען.

נא אדרבא אויב די ווייסט פון א וואקסין וואס כולה עלמא מודה אז עס ארבעט 100%, לאז מיך וויסען ווייל איך האב נאך נישט געהערט פון אזא זאך.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג נובעמבער 06, 2011 11:38 am

אין דער צייטונג "דער איד" איז געווען די לעצטע צוויי וואכן א אפהאנדלונג איבער דעם נושא (איך ליין נישט קיין צייטונגען און כ'האב דעם ארטיקל נישט געליינט, כ'האב עס נאר געזעהן בליקנדיג אין געשעפט אויפן דעקל פון איינע פון די אפטיילונגען).
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג ינואר 27, 2012 8:11 am

חוץ ארויף ברענגען ספיקות אין מיין באזארגט טאטישע הארץ, קען איינער מיר קלאר מאכן וואס איז איבעריג צו שטעכן מיין שעפעלע, און וואס איז א מאסט???!

למשל, א טעטעניס שאט, פלו שאט, וכו'. :? :? :?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג ינואר 31, 2012 11:20 am

ליינענדיג אן אשכול פון לאקשען ברעט וואו ער האט ארויפגעברענגט בתוך הדברים וואקסינען, האט איך מיך דערמאנט אז א שטיק צייט צוריק האב איך מיך אביסל אריינגעלייגט דערין, און נאכ'ן זוכן אויב מען רעדט שוין דערפון, זע איך אז לאקשן איז טאקע היבש ביזי דערמיט, ער האט שוין געעפנט צוויי אשכולות איבער די נושא.

(מנהלים, דאס איז די אנדערע אשכול וואס רעדט איבער די זעלבע זאך, ביטע צאמשמעלצן).

*****

איך געדענק שוין נישט פונקטליך אלעס וואס האב אלס צאמגעקליבן פון מיין ריסוירטש אין דעם ענין, אבער איך וועל פרובירן צו ענטפערן וויפיל איך קען. (כ'ענטפער נישט אין א סדר, נאר בלויז לויט די נאטיצן וואס כ'האב גענומען ביים לעזן דעם אשכול, אנטשולדיגט פון פאראויס).

עטליכע פונקטן וואס מען האט אויפגעברענגט:

1) מאנכע טון כסדר ווידערהאלטן מען זאל פונקטליך דעטאלירן אלע קריטיק און אויפווייזונגען קעגן וואקסינען, ברענגן באווייזן וואס פרעגן אפ יעדע שטודיע א.א.וו.

רבותי, דאס איז אן אוממעגליכקייט, איך גלייב אז לאקשן וועט מיטשטימען מיט דעם. די דעבאטע איבער די נושא איז ענדלאז, מען וועט אייביג טרעפן א נייע שטודיע וואס זאגט איין וועג און אן קאנטער-שטודיע וואס פרעגט עס אפ, עס איז דא ענדלאזע ביכער, וועב-זייטליך און דאקטורים וואס וועלן אייך פרובירן צו איבערצייגן איין וועג אדער די צווייטע, עס איז אוממעגליך צו פארשטיין אלעס אן זיך אינגאנצן אוועקגעבן דערפאר.

וואס יא? צום סוף תגובה וועל איך שרייבן וואס איך פערזענליך טו.

2) איך בין נישט צופיל נאכגעגאנגען אוטיזם ספעציפיש, עס איז דא באווייזן אויף ביידע זייטן. איך האב מיך מער אריינגעלייגט אינעם היסטאריע און שורש פון וואקסינען.

3) איינער האט עס פארגליכן צו סיט-בעלטס, פונקט ווי מען מוז אנהאבן סיט-בעלטס זיך צו באשיצן אין אן עקסידענט, אזוי אויך דארף מען נעמען וואקסינען זיך צו באשיצן פון קרענק.

ערשטנס, דארף מען פארשטיין אז סיט-בעלטס איז א געזעץ פון די רעגירונג, און ווייל די רעגירונג הייסט עפעס טון מיינט נאך נישט אז עס איז גוט. עס איז אמת אז סיט-בעלטס ראטעוועט לעבנס, אבער די סיבה איז ווייל סיט-בעלטס האלט אן דער מענטש זאל נישט פליען פאראויס ווען די קאר קלאפט זיך אן ערגעץ, נישט ווייל די רעגירונג האט אזוי געהייסן. וואס איך זאג איז א פשוט'ע זאך צו פארשטיין, אבער איך זאג דאס מסביר צו זיין אז מען דארף נישט אננעמען פאר אן אמת אלעס וואס די רעגירונג זאגט, בלויז ווייל עפעס איז א געזעץ, מיינט נאך נישט אז ס'איז א גוטע געזעץ.

דער אמת איז אז ביי דער פאל פון סיט-בעלטס איז עס נאך פיל גרינגער ווי ביי וואקסינען, ווייל ביי סיט-בעלטס, אויב מען טוט עס פארנאכלעסיגן, טוט מען קיינעם נישט שעדיגן נאר זיך אליין, (איי פארוואס דאן איז דא א געזעץ דערפאר? יעדער פארשטייט דאך אליין אז מען דארף דאס ניצן, און איינער וואס וויל זיך הרג'ענען קען דאך ניצן א מעסער אויך? און מען גייט דאך נישט מאכן קיינע געזעצן קעגן פארמאגן מעסערס?! ס'איז דא אן ענטפער דערפאר, אבער עס באלאנגט נישט דא) משא"כ ביי וואקסינען, טענה'ן די שטיצער דערפון, איז דא אזא מין זאך ווי "הוירד אימיוניטי" (סטאדע באשיצונג. יא, איר האט גוט געליינט, "סטאדע") דאס מיינט אז וויבאלד יעדער נעמט די וואקסינען, טוט דאס אינגאנצן אויסראטן די קרענק, און זיי ווייזן אן אויף פאליאו, טאבערקאלאוסיס וכו' אז דאס איז פארשוואונדן צוליב וואקסינען. מיט דעם טון זיי בארעכטיגן די וואס פרעגן היתכן די רעגירונג קען צווינגען א מענטש צו נעמען וואקסינען, וואוינען מיר דען נישט אין א פרייע לאנד? נאר וויבאלד אויב מען נעמט דאס נישט, טוט מען לויט זיי, ריזיקירן מיט'ן אנשטעקן אנדערע, דעריבער קען די רעגירונג צווינגען מען זאל זיך וואקסינירן.

אויף די טענה, אז די קרענק זענען פארשוואונדן צוליב וואקסינען האט מען שוין געברענגט עטליכע לינקס, און איך האב אויך געטראפן, וואס ווייזן אויף אז די פאקטן זענען פארקרומט געווארן, די אפיציעלע רעגירונגס ביכער ווייזן אז די קרענק האבן שוין אנגעהויבן אראפגיין פאר מען האט אנגעהויבן נוצן וואקסינען. איי, ווערט דאך שווער, וואס דען איז געשען אז די קרענק זאלן פלוצלינג פארשוואונדן ווערן? אויף דעם ענטפערן די קריטיקירער אז דאס איז מערסטנס צוליב ריינערע שפיטעלער און מער אויפמערקזאמקייט צו היגיענע און זויבערקייט אין די צימערן.

איבער די טענה אז רוב פאלק מוז האבן באשיצונג קעגן א קרענק כדי עס אויסצוראטן, טון די קריטיקירער אנווייזן אז ערשטנס, היינט שרייען די וואקסין שטיצער אז עס מוז זיין 95% פונעם באפעלקערונג און דאס איז אויך פארקרומט געווארן, אמאל האט מען געזאגט בלויז 60%, און צווייטנס, דאס מיינט נאכנישט אז מען מוז וואקסינירן 60%, דאס מיינט בלויז אז אזויפיל מוזן זיין באשיצט דערקעגן. דער גוף פון א מענטש, אויב איז ער געזונט, וועט אויטאמאטיש באשאפן די באשיצונג דערפאר (מער שפעטער).

4) עטליע האבן ארויסגעברענגט אז אין די תורה שטייט "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" ממילא אויב דער דאקטאר הייסט, נעמט מען.

איך בין נישט קיין דיין, אבער מיין מיינונג איז אז דאס גייט בכלל נישט אריין אין דעם כלל. אפהיטן דארף מען זיך פון א סכנה, סכנות וואס איז שוין געווען אין חז"ל'ס צייטן האבן זיי שוין פארגעשריבן וויאזוי זיך צו באהיטן, אויף נייע סכנות מוזן מיר אליין אויסטרעפן באשיצונגן. למשל, לייגן א צוים ארום א דאך דארף מען ווייל מען קען אראפפאלן ח"ו, מיט'ן אנטון סיט-בעלטס היט מען זיך פון א סכנה ווייל מען ווייסט אז מען זעצט זיך אריין אין אן אויטא וואס פארט גאר שנעל און קען ח"ו קראכן. ביי וואקסינען אבער, רעדט מען פון אריינלייגן אינעם גוף א נייער אויפטרעף זיך צו באשיצן קעגן קרענק, סיי דער גוף און סיי די קרענק זענען שוין דא טויזענטער יארן, איז לעבן אויף דער וועלט פלוצלינג געווארן א סכנה? ניין. חז"ל האבן אונז שוין געהייסן וויאזוי זיך אפצוהיטן פון דיזיזעס, טאקע דורך זיך האלטן ריין און זיך וואשן נטילת ידים! אויב קומט טויזענטער יאר שפעטער א דאקטאר מיט א וואקסין, אפילו דאס זאל ארבעטן, גייט דאס לעבן נישט אריין פלוצלינג אין כלל "סכנה" איבער וואס מען מוז זיך באשיצן, דעריבער האלט איך נישט אז מען "מוז" דאס נעמען. ווידער, איך זאג נישטא קיין מיינונג איבער די וואקסינען אליין, בלויז וויאזוי איך קוק דעם ספעציפישן פונקט.


5) מיין דאקטאר האט געזאגט אז ניין, זיין דאקטאר האט געזאגט אז יא, בקיצור דאס איז גארנישט קיין גערעדאכטס, עס איז דא אויף ביידע זייטן דאקטורים און מיינונגען, די שאלה וואס מען דארף פרעגן איז, טוט ער פארדינען איין וועג אדער די צווייטע? שפעטער וועל איך אביסל מער רעדן איבער דעם.

אבער איך וועל אויך דערציילן מיין געשיכטע, איך האב אויסגעפרעגט עטליכע דאקטורים וואס באהאנדלען אונזערע פאציענטן, רוב זענען זייער קלאר געווען אז וואקסינען איז א "מוז". איין דאקטאר, א בעל תשובה, גאר פרום (איך וויל נישט שרייבן ווער, איך וויל נישט ס'זאל צוריקקומען צו אים), האט מיר פארציילט אז ער האט א פריינט וואס האט זיך ביטער אפגעבריעט פון די פלו שאט, איך געדענק שוין נישט אויב זיין פריינט אדער זיין פריינט'ס זון איז געווארן געלעמט דערפון. די מעשה - א רעדע פון יארן צוריק, איז צוליב א באשטאנדטייל וואס מען לייגט שוין מער נישט אריין, זאגט ער מיר. האב איך אים געפרעגט אויב ער פערזענליך נעמט יא די שאטס, האט ער געזאגט אז נישט. האב איך אים געפרעגט, איך ווייס אז רוב שפיטעלער פארלאנגען פון די איינגעשטעלטע אז מען זאל זיך וואקסינירן, וויאזוי דרייטסטו דיך ארויס? זאגט ער אז ס'איז א בלויז א פארלאנג, קיינער אינפארסירט דאס נישט.

אין מיין זוכענישט האב איך מיך אויך אנגעשטויסן אין א באריכט איבער א שפיטאל וואס האט געוואלט אינפארסירן דאס נעמען די וואקסינען פאר די איינגעשטעלטע, דאכט זיך אין ניו יארק איז עס געווען, בקיצור די איינגעשטעלטע האבן אויפגעהויבן א וויי-געשריי און ס'איז געבליבן אז יעדער וועט באקומען די וואקסינען, זיי וועלן אריינגיין אליין אין א צימער, און זיך אליין שטעכן.

אדער נישט...

6) פון די ליסטע דאקטורים וואס לאקשען האט געברענגט איז מיר שוין באקאנט צוויי (נישט פערזענליך). מערקאלא, איז זייער גוט, איך ליין פילע פון זיינע ארטיקלן, ער רעדט צו דער זאך, ווייסט א געוואלד, און האט נאטורליכע היילונגען (נישט בלויז טשיקען זופ) פאר אלע אומשטענדן און סעזאנען וואס נאר פארהאן (נאטורליכע היילונגען איז א באזונדערע קאמפליצירטע נושא פאר זיך, ס'איז דא פיל אמת דערין, און נאך מער ליגענט). גערי נאלל, איז זייער א באקאנטע נאמען אין די אנטי-וואקסין ליין, ער פארקויפט זיינע אייגענע פראדוקטן, און האט א גרויסן פיסק, פיל מאל אביסל צו גרויס. (שפעטער וועל איך ברענגן א לינק פון אים).

*****

מיין מיינונג איז אז מען קען נישט גלייבן די סי. די. סי. אדער עף. די. עי. קיין ווארט, פשוט פאר די איינע סיבה ווייל פונקט ווי אלע אנדערע רעגירונגס אגענטורן, איז עס אנגעפילט מיט געוועזענע באאמטע פון די פארמעסוטיקעל אינדוסטריע, וואס פירן עס לויט זייער בענעפיט. איינער האט געפרעגט פונקטליך וויאזוי דאס מאכט די דאקטורים הייסן נעמען וואקסינען, זיי באקומען דאך נישט קיין געלט דערפון, דער תירוץ איז אויך פשוט, דאס האט נישט אזוי ווייט מיט געלט, ווי מיט'ן נאמען. די רעגירונג, וויבאלד זי קאנטראלירט די קרעדענשעלס פון פראפעסיאנאלן, קען זי אנמאכן פראבלעמען פאר א דאקטאר וואס וועט רעדן אנדערש ווי די רעגירונג'ס אגענטור רעקאמענדירט, ער ריזיקירט זיין נאמען און קארעריע אויב גייט ער קעגן די סטאטוס-קווא.

איך טו דאס באהויפטן, ווייל פונקט ווי מען פארשטייט אז וואל-סטריט און אנדערע אינדוסטריעס האבן לאביאיסטן, די זעלבע דא. דאס, אז מען רעדט דא פון מעגליכע לעבנס-וויכטיגע ארטיקלען אדער ריזיקעס, טוישט נישט דעם פאקט אז קארופטירן א רעגירונג צו צווינגען אירע בירגער צו נוצן א פראדוקט איז די גרינגסטע וועג פאר א ביזנעס צו מאכן געלט, און, אין מיין מיינונג, ווערט יעדע אגענטור אין אמעריקע היינט אזוי געפירט.

איך האב פיל געליינט איבער די אינדוסטריע'ס איינפלוס אויף די סי. די. סי. אבער איין ווידעאו פון גערי נאלל איז זייער אינטערעסאנט צו זען. ער רעדט ביי עפעס א פארהער פון די ניו יארק אססעמבלי וועגן וואקסינען, ער שוינט נישט קיין שונד ווערטער אויף די פארמעסוטיקעל אינדוסטריע. נאך א זאך וואס ער רעדט אביסל דארט איז דער וועג וויאזוי מען מאכט די ריסוירטש, ער ווייזט אויף אז עס איז א געלעכטער די סטאנדארטן וואס זיי ניצן צו זען אויב עס די וואקסינען קען זיין א געפאר (דאס האב איך אויך געליינט אין נאך פלעצער). איך האב שוין געשריבן פריער אז דער גערי נאלל איז א גרויסע מויל מאכער, און דעריבער נעם איך נישט אן אלעס וואס ער זאגט, און ער זאגט פיל מאל צו סאך, (ער האט אסאך ווידעאוס) אבער די ווידעאו איז מער קראנט וויבאלד דא האט מען אים גערופן עדות זאגן ביי עפעס א וואקסין פארהער.

*****

דאס איז א פראמינינטע ארגעניזאציע וואס קריגט זיך מיט די סי. די. סי. אויף טריט און שריט, עס איז געעפנט געווארן דורך א פארפאלק וועמענ'ס קינד האט געליטן נאכ'ן נעמען די וואקסין. איך האב דורכגעליינט רוב פון זייער סייט, גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע. זיי האבן די באשטאנדטיילן וואס גייען אריין אין יעדע וואקסין, א ליסטע פון אלע וואקסינען א.א.וו.

*****

איך האב אמאל געפרעגט א גרויסן פראפעסאר און היסטאריקער דערוועגן, ער האט נישט געוואלט רעדן דערפון אויס מורא אז ס'וועט נאך פארשפרייט ווערן אז ער האט געזאגט אזוי און אזוי, און דאס קען אים נאך שאטן, איין זאך יא, ער מיר געזאגט הייב אן מיט דעם בוך.

דאס איז א פראפעסיאנאלע ריסוירטשד בוך וואס צולייגט די זאך פון אנהייב ביז'ן סוף, די היסטאריע פון וואקסינען אמאל ביז די געלט און קארופציע פון היינט. איך בין נאך נישט אנגעקומען דורך צו ליינן דעם בוך, (די קאמענטס אויף עמעזאן, גינסטיגע און נישט-גינסטיגע, יא) ווען איך וועל עס ליינען (אויב עס וועט אמאל געשען) וועל איך דא באריכטן דערוועגן.

*****

איין זאך וואס איז נאך ווערט צו ערווענען, די וואקסינען האבן נישט קיין עק און קיין סוף, יעדע עטליכע יאר קומען צו נאך אפאר וואקסינען, אויף די סייט וואס כ'האב פריער געלינקט האבן זיי א ליסטע פון וויפיל מען באקומט לויט די יארן, און וויאזוי יעדע שטיק צייט קומט צו נאך און נאך. אין מיין מיינונג איז דאס זינלאז.

*****

א זאך וואס איך האב מיך כסדר אנגעשטויסן אין מיין זוכעניש, איז אז, די בעסטע נוטרישן צו האלטן די אימיון סיסטעם שטארק כדי צו קענען פייטן די דיזיזעס, איז וויטאמין די, וואס פון א געווענליכע דיעטע באקומט מען גאר ווינציג דערפון.

געוויסע פון די קריטיקירער טענה'ן אז דא שטעקט א קאנספיראציע פון די פארמעסוטיקל אינדוסטריע אראפצושפילן די וויכטיגקייט דערפון (און פון וויטאמינען בכלל). עס איז אן אמת אז זיי האבן שוין עטליכע מאל לאביאירט אין קאנגרעס א געזעץ צו איינשטעלן פעדעראלע אינפארסירונג אויף נאטורליכע וויטאמינען און מען זאל דארפן האבן א פרעסקריפשאן עס צו באקומען, דערווייל איז דאס אייביג דורכגעפאלן. נישט לאנג צוריק איז דאס ווידער ארויפגעברענגט געווארן, העמיר זען וואס ס'וועט זיך אויסלאזן.

א היימישער נוטרישאניסט מיט אסאך ידיעות אין דעם פעלד, האט מיר אויך געזאגט אז די פעדעראלע רעקאמענדירטע צאל וויטאמין די, עטליכע הונדערט א טאג, איז גאר ווינציג, אן ערוואקסענער מענטש דארף האבן כאטש עטליכע טויזענט א טאג. נאטורליך, דארף מען דאס באקומען פון די זון, אבער וויבאלד היינט ארבעט מען מערסטנס אין שטוב, באקומט מען נישט גענוג דערפון.

אגב, מוז היינט מילך האבן אריינגעמישט וויטאמין די, עפעס מיט שוואכע ביינער צוטון, אבער דאס איז אויך גאר ווינציג קעגן וואס מען דארף האבן.

*****

וואס טו איך?

עס איז שווער צו זאגן פונקטליך, ווייל איך וויל נישט האבן די אחריות, פון אזא האקעלע ענין, אויף מיין פלייצע. אבער בערך וועל איך שרייבן.

איך פרוביר צו פונאנדערשיידן די וואס מען באקומט זעלטן און די וואס מען גיט יעדן שני וחמישי, די זעלטענע זענען געווענליך די וואס זענען קעגן די גאר מסוכנ'דיגע דיזיזעס, משא"כ די וואס מען גיט נאכאמאל און נאכאמאל איז בלויז קעגן סעזאנאלע קרענק, וואס איז נישט אזוי מסוכנ'דיג.

איך נעם טאבלעטן מיט א הויכע מאס וויטאמין די, מיינע קינדער נעמען א קלענערע מאס, די וואס מען קען צעקייען. (קיינער זאל מיך נישט נאכטון, נאר נעמען א פראפעסיאנאלע אפשאצונג פון א נוטרישאניסט, ספעציעל פאר פרויען און קינדער).

פאר פרויען אין אומשטענדן איז ביי מיר א גרויסן לא, איך קען דאס נישט פונקטליך מסביר זיין, אבער נאכ'ן צוריקהערן עטליכע מעשיות ביי אונזער ציבור, האב איך אזוי באשלאסן.

*****

פאר די וואס האבן יעצט מער פראגעס ווי ענטפערס, סארי, אבער אין די ענינים דארף מען זיך אליין ארויפשארצן די ארבעל און מאכן אליין א דעסיזשן, דערנאך דארף מען דארף נעמען פולע פאראנטווארטליכקייט דערפאר, דאס איז נישט א בלויזע יא אדער ניין ענטפער. ווידעראמאל, סארי.

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

תגובהדורך בעל תוקע » דינסטאג ינואר 31, 2012 11:55 am

אין איך האב נישט קיין מורא, אין כ'זאג אפען פאר ווער ס'פרעגט מיר אז וואקסינען איז טויטליכע סם אין מ'באדארף אנטלויפען דערפין ווי פין פייער, אין די אלע וואס שטיצען דאס איז אדער זיי ווייסען נישט וואס טיצעך מיט זיך (אזוי ווי אסאך דאקטוירים) אדער זיי ווייסען גאר גוט אז ס'שעדליך אין פאר יענעם זאגען זיי צי נעמען אין אליין געבען זיי נישט (אזוי ווי אסאך וואס זענען אין הויכע פאזיציעס אין גאווערמענט וואס ווייסען מער וואס טיצעך למשל טאני בלעיר האט נישט געגעבען פאר זיינע קינדער אבער פארשטייט זיך אפיציעל איז ער נישט ארויס דערקעגען),

עכ"פ פאר יעדער וואס פרעגט מיר זאגעך: וואקסינען ווערען פראדוצירט אין גיהנום, אין מאכט אן א גיהנום פאר די מענטשהייט, שטייטס ווייט דערפין, אין רעקאמאנדירט עס פאר ענקערע שונאים,

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג ינואר 31, 2012 12:01 pm

אקעי בעל תוקע, פליז זאג מיר וואו פונקטליך מען פראדוצירט די וואקסינען, איך האב אפאר חברה צו שיקן אין גיהנם
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט