"אלעס איבער וואקסינען"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:20 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:און אמאל איז געווען אן עקסידענט, די קאר האט זיך גענומען ברענען און איינער האט נישט געקענט ארויסקומען ווייל ער איז געווען צוגעבינדן מיט זיץ-גארטלעך... בינדט אייך נישט איין מיט סיט-בעלטס!

אין א חוץ פין דעם לויט מיין אינפארמאציע האט די מעשה קיינמאל נישט פאסירט,

http://community.seattletimes.nwsource. ... lycrash12m
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:33 pm

אגב, דר. ווערצבערגער איז אליינס דער ערפינדער פון די "העפעטייטעס בי." וואקסין. (פילע דא וועלן געדענקען ווען גאנץ ק"י איז זיך געגאנגען שטעכן אנטייל צו נעמען אין זיין שטודיע...)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:36 pm

ליסטע פין דאקטוירים אקעגען וואקסינען:

Dr. Joseph Mercola
Dr. Gary Null
Dr. Jane Orient
Dr. Viera Scheibner
Dr. Andrew Moulden
Dr. Archie Kalokerinos
Dr. Robert Mendelsohn
Dr. Beddow Bayly
Dr. William Howard Hay
Dr. Tim O'Shea
Dr. Andrew Wakefield
Dr. Sherri Tenpenny
Dr. Richard Moskowitz
Dr Phillip Incao
Dr. Russell Blaylock
Dr. Harold Buttram
Dr. Marc Girard
Dr. Lawrence Palevsky
Dr. William Campbell Douglass
Dr. Leo Rebello
Dr. Mark Hyman
Dr. David Ayoub
Dr. Ken Stoller
Dr, Jayne Donegan
Dr. Garry Gordon
Dr. Mayer Eisenstein
Dr. Donald Miller
Dr. Stephanie Cave
Dr. Todd Elsner
Dr. Stephen Marini
Dr Renee Tocco
Dr. Maryanne Block

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:41 pm

WOW!

הרב גוגל קען מיר צושטעלן פי כמה וואס זענען דערפאר..

איך רעדט פון בארימטע דאקטורים וואס דער עולם קען און ווייסט אז מ'קען זיי טראסטן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:43 pm

אין דעם ליסטע איז מער ווייניגער בארימטע דאקטוירים, באקאנטע פיגורען,

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:44 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:ליסטע פין דאקטוירים אקעגען וואקסינען:

Dr. Joseph Mercola
Dr. Gary Null
Dr. Jane Orient
Dr. Viera Scheibner
Dr. Andrew Moulden
Dr. Archie Kalokerinos
Dr. Robert Mendelsohn
Dr. Beddow Bayly
Dr. William Howard Hay
Dr. Tim O'Shea
Dr. Andrew Wakefield
Dr. Sherri Tenpenny
Dr. Richard Moskowitz
Dr Phillip Incao
Dr. Russell Blaylock
Dr. Harold Buttram
Dr. Marc Girard
Dr. Lawrence Palevsky
Dr. William Campbell Douglass
Dr. Leo Rebello
Dr. Mark Hyman
Dr. David Ayoub
Dr. Ken Stoller
Dr, Jayne Donegan
Dr. Garry Gordon
Dr. Mayer Eisenstein
Dr. Donald Miller
Dr. Stephanie Cave
Dr. Todd Elsner
Dr. Stephen Marini
Dr Renee Tocco
Dr. Maryanne Block


לייג צו Dr. Lokshen Brait

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:45 pm

ליצנות אחד דוחה......

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:52 pm

דער מציאות איז אז צענדליגער מחלות ופגעים רעים זענען אונטערגעגאנגען א דאנק די וואקסינאציעס.
וואו הערט מען נאך היינט א מגיפה פון טובערקאלאסיס ה"י? כאלערא? צו אנדערע?
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:55 pm

יואל ווייס האט געשריבן:דער מציאות איז אז צענדליגער מחלות ופגעים רעים זענען אונטערגעגאנגען א דאנק די וואקסינאציעס.
וואו הערט מען נאך היינט א מגיפה פון טובערקאלאסיס ה"י? כאלערא? צו אנדערע?


ס'נישט וועגען וואקסינען !
ליין אדורעך דען לינק אין בא'קען דיר נענטער מיטען אמת'דיגע מציאות
http://wellnessforest.com/?p=608

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 6:58 pm

זאג מיר נישט אז וויליאמסבורג איז ווייניגער צוזאמגעשטופט ווי ווארשע, קראקע, פראג, לעמבערג און אנדערע גרויסע שטעט אין אלט-אייראפע.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 11:46 pm

לאקשן ווי צילסטו?
האלטס אז איינער גייט אויפהערן געבן די זאכן ווייל איינער דא אויף קרעטשמע האקט געפערליך דעראויף?

אלע דאקטורים זענען איינשטימיג אז מ'דארף דאס געבן. דאס אז די טרעפסט געוויסע וואס זענען נישט מסכים דערצו דאס איז קיין ראי'. אויף יעדע זאך איז אייביג דא א געוויסע פארצענט וואס וועלן זאגן אנדערש ווי דעם רוב. און יא. יעדע שטודיע האט אין זיך געוויסע פארצענטען וואס זענען וואס האט געפלאפט. אבער ביי יעדע זאך גייט מען נאך רוב, און אויב אזאך שטעלט זיך ארויס אלס א גוטע זאך ביי אכציג פאצענט הייסט דאס סוקסעס און דא מיין איך איז די רעדע פון כמעט פינעף און ניינציג פארצענט.

אויף דעם האט דיר יואל ווייס צוגעברענגט די מעשה מיט די סיט בעלטס. יא, דארט קענסטו אויך שרייען אז סיט בעלטס איז א סכנה ווייל זעסט דאך אז ס'האט געהארגעט מענטשען. גערעכט. אבער מ'קוקט אויף די ביג פיקטשער. ס'האט שוין געראטעוועט טויזענטער? דארף מען דאס טון.

דא די זעלבע!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 11:04 am

געלעגער ס'נישט אמת ס'האט נישט געראטעוועט טויזענטער ס'איז שקר וכזב, קוק אויף די לינק וואס כ'האב פריער געלינקט
אין אפשר גייסטע זאגען אז יאשקע ....... ווייל ער האט מער פלייש...... קוק אויף די מציאות נישט זאג אז ס'ראטעוועט טויזענטער ווען די הייבסט נישט אן צי וויסען וואס די רעדסט,

אדרבה טוה עס אביסעל אדורעך וועסטו זעהן אז ווייט פין אזוי פשוט פין וויזוי די פרובירסט עס אראפ צילייגען, אין אפשער זאגסטע מיר פארוואס איינע פין די גרויסע וואקסין אויסטרעפער האט געזאגט אז פאר זיינע קינדער וואלט ער עס נישט געגעבען....... הא?
ווילסט זיך טענה'ו מיט מיר ? כ'בין מסכים אבער טוה עס חאטשיג אביסעל אדורעך אין פאל נישט פאר הוילע פראפעגאנדע אין בייזע ליגענטס, נאכדעם קען מען זיך טענה'ן, כ'גיי דיר פרעגען א פאר פראגעס אין לאמיר זעהן וואס די האסט צי ענפערען,

א) פארוואס ווען מען קוקט אויף די אפיציעלע סטאטיסטיק'ס פין יענע יארען זעהט מען אז די מחלות וואס אפיציעל איז אויסגעראטען מיט די וואקסינען, האבען שוין אנגעהוויבען אראפ ציגיין "אסאך" פאר מען האט געגעבען די וואקסינען אזוי ווי די קענסט זעהן דא, http://wellnessforest.com/?p=608

ב) ווען די העד פין די CDC (די רעגירונג אגענטור וואס האט די איבעערזיכט איבער די אנגעלעגענהייטען) זאגט אליינס אז ער האט נישט קיין השגה צי די וואקסינס זענען געווארען געטעסטעד פאר מען האט עס געגעבען אין אויך לייקענט ער אז ער האט געוויסט אז ס'קען ארויסקומען מוח פראבלעמען(ווי די קענסט זעהן דא http://www.dailymotion.com/video/x9mh9f ... nda_webcam )האלסטע אז מען קען טראסטען אזאלכע מענטשען, אין גלייבען אין זיי ווי ס'וואלט ווען געווען א רעליגיע ?

ג) ווען די פעלער אין אויטיזעם גייט ארויף העכער אין העכער ציזאמען מיט דעם וואס די וואקסינען ווערען מער אין מער אין אזויפיהל פין אחינו בני ישראל ליידען נעבעך דערפין, אין גרויסע ספעציאליסטען זאגען אז וואקסינען איז א גרויסע שולד, איז עס נישט צייט צי געבען א צווייטע טראכט דערפין אין אויפהערען גלייבען בלינדערהייט אין די וואקסינען קאמפאניס פראפעגאנדע מאשינען,

ד) ווייסטו וואספארא כוחות די וואקסינען קאמפאניס וואס פארדינען ביליאנען מיט א בית לייגען אריין צי אפקויפען די דאקטוירים'ס הערצער אז זיי זאלען נישט טראכטען קיין צוויי נאר רעקאמאנדירען זייערע וואקסינען כאילו דאס איז לעבענס וויכטיג, אין אז ס'הייבט זיך נאך אן פין ווען זיי זענען אין יונעווערסעטי,

זיי מוחל ענפער די אלע פראגעס אין נאכדעם וועמער גיין ווייטער,

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 12:01 pm

לאמיך זעהן צו איך קען מיך צאמקלויבן צו שרייבן.

יא, מ'האט שוין גערעדט דערפון דא אן א שיעור, אבער דערווייל איז נאך דא וואס צו רעדן דערוועגן אסאך.

און דא וועל איך אויך ענפערן פאר די וואס האבן געפרעגט אינעם אנדערן אשכול, אז מ'גיבט דאך מעדיצינען, און העלפט עס דען נישט וכו',
וויל איך אייך זאגן, אז איך ווייס נישט ווי מעדיצינען קומט דא אריין אין בילד בכלל,
דא רעדט מען נישט פון מעדיצינען און נישט פון אנטיביאטיק, וואס דאס שטייט שוין אין חז"ל דערוועגן, מ'רעדט פון וואקסינען,
וואס אנדערש ווי מעדיצין, וואס ארבעט אויף אוועקצושטיפן, אדער לאמיר שוין זאגן אויסהיילן דעם פראבלעם, ארבעט וואקסינען, אז עס גיבט אריין פונעם קרענק אינעם קערפער, יא, נאכאמאל, עס גיבט אריין פונעם קרענק אינעם קערפער, צוזאמען מיט די מעדיצין וואס שלאגט זיך דערמיט, איז די אויפטו, אז די קערפער שלאגט שוין ארויס די קרענק פאר אייביג בעז"ה,
דאס איז בעסיקלי די איידיע פון די וואקסינען.

יעצט איז דא זאכן וואס די וואקסינען ווערן געגעבן פאר קרענק וואס זענען נישט אזוי געפערליך, איך מיין צו זאגן, ס'נישט קיין סכנה אויף ווייסעך וואס, ס'איז סך הכל נישט באקוועם, ס'נישט גרינג,
מ'קען מאכן משלים אן א שיעור, איך וועל רעדן פון איינס,
טשיקען פאקס, וואס איז שלעכט מיט האבן טשיקן פאקס, איך האב עס געהאט, כאטש איך געדענק שוין נישט, ווייל איך בין געווען גאר יונג, אבער דאס איז זיכער, אז ווען מ'האט די זאך, און די קערפער שלאגט זיך דערמיט אליין, אן די הילף פון מעדיצינען, איז עס אסאך געזונטער פארן קערפער, און עס שטארקט די אימיון סיסטעם, משא"כ ווען מ'לייגט עס אריין מיט די וואקסינען, און די מעדיצען וואס קומט מיט דערמיט שלאגט זיך מיט די נארוואס אריינגעקומענע קרענק, פילט דער קערפער, אה, איך דארף גארנישט טוען, איז ווען עס קומט ל"ע צו ערגערע און שווערערע זאכן וואס דער קערפער דארף זיך אן עצה געבן און זיך שלאגן דערמיט, האט ער נישט קיין כח, ווייל ער ווארט אויף דרויסענדיגע הילף חלילה.

אקעי, איך האב שוין נישט קיין צייט יעצט ווייטער, כאטש איך האב נישט ליעב צו שרייבן האלבע זאכן.
מ'דארף נאך שרייבן וועגן די דאקטוירים זאגן דאך אזוי,
וועגן אחריות פון עלטערן, און וועגן די שטאט קען פארהאלטן.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 12:36 pm

לאז מיר גיין צושטייט.
אויף די ערשטע שאלה איז די תירוץ, די וואקסינען האט מען דאך אויספראבירט פאר עס איז ארויס אויפן גאס, ממילא די אלע מענטשן אויף וועם מען האט אויספראבירט די וואקסינען וואלטן בעצם באקומען די מחלה אן דעם, נאר היות מען האט זיי געגעבן וואקסינען האבן זיי נישט באקומען די מחלות, יעצט דאס איז די גורם פארוואס עס איז אראפ, ווייל די מענטשן האבן נישט באקומען די מחלה.....
ווארט אויף די קומענדיגע.....

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 7:09 pm

למעלה, האסטעך פארטוישט מיט די פייער אין וואסער אשכול

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 8:48 pm

פארוואס זאל איך נעמען די מיה און דורך ליינען יענע לינק? ווייס איך דען נישט אז אויף יעדע זאך איז דא וואס שרייען דאס פארקערטע וואו נארמאל?
דו ווילסט איך זאל דיר ברענגן לינקס פון וויפיל וועב זייטליך שרייען אז בוש האט אינטערגעשטעלט די ווט"צ קראך?
און בכלל. פון וואו ווייס איך צו די וועב זייטל איז אן אנגענומענע וועב זייטל אין די מעדיצינישע וועלט?

און קורצן. פארוואס זאל איך זיין אנדערש ווי די גאנצע וועלט און פון רוב דאטורים ווייל עפעס א וועבזייטל וואס א ברעט האט צוגעברענגט זאגט אזוי?
הא..?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 05, 2011 7:05 pm

איי פיל ווערי בעד פאר יו לאקשעלע. קוק וואס CNN שיקט מיר יעצט.


-- A now-retracted UK study that linked autism to childhood vaccines was an "elaborate fraud," a medical journal reports.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך ינואר 05, 2011 9:31 pm

געלעגער האט געשריבן:איי פיל ווערי בעד פאר יו לאקשעלע. קוק וואס CNN שיקט מיר יעצט.


-- A now-retracted UK study that linked autism to childhood vaccines was an "elaborate fraud," a medical journal reports.


יא אבער כ'וויל וויסען וויפעל זיי האבען באקומען באצאלט פין די וואקסין קאמפאניס פאר אזא גוט שטיקעל בלאף,
גלייב מיר טאמער די האלסט נישט ביים אדורעך טוהן די נושא מיט א טיפקייט וועסטע בעסער פארען טאמער די וועסט מיר גלייבען ווי טאמער די וועסט גלייבען סי ען ען אדער עפעס א קרופטירטע דזשורנאל,
אין איך זאג דיר אז וואקסינען איז סם אין שעדליך פאר די מענטשהייט, אין זיך צי האלטען געזונט איז דא אסאך בעסערע וועגען,

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 05, 2011 9:48 pm

ר' לאקשען ברעט: איך, און מיין ב"ב, און מיין טאכטער'ל שיחי' האבן יא באקומען די וואקסינאציעס, אבער אלענפאלס האסטו מיר גוט געמאכט שמייכלען מיט דיינע תשובות, וועלכע איך מוז מודה זיין אז זיי זענען טאקע נישט איינשטימיג מיט מיר, אבער צו די פוינט לויט דין מיינונג-שיטה, אבער ערנסט גערעדט, אויב ווילסטו אויפטוהן אין דעם הינזיכט איז נישט אייוועלט דער פלאץ דערפאר, נאר עפן א ליין אויף קול מבשר, און די נשים וועלן הערן, איבריגע איז היסטאריע...

נ.ב. גאנץ מעגליך אז אויב העסט עס טוהן בעפאר מיין טאכטער'ס קומענדיגע אפוינטמענט, דאן וועסטו ראטעווען מיינע דורות אויכעט וד"ל.
לעצט פאראכטן דורך צולייגער אום דאנארשטאג ינואר 06, 2011 12:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דאנארשטאג ינואר 06, 2011 11:54 am

לאקשען ברעט האט געשריבן:גלייב מיר טאמער די האלסט נישט ביים אדורעך טוהן די נושא מיט א טיפקייט וועסטע בעסער פארען טאמער די וועסט מיר גלייבען ווי טאמער די וועסט גלייבען סי ען ען אדער עפעס א קרופטירטע דזשורנאל,
אין איך זאג דיר אז וואקסינען איז סם אין שעדליך פאר די מענטשהייט, אין זיך צי האלטען געזונט איז דא אסאך בעסערע וועגען,


ניין, איך האב נישט די צייט אדורך צו טון די נושא מיט א טיפקייט, און עס איז זייער מעגליך אז די גאנצע וועלט איז קארופטירט, אבער מיינע קינדער וועט מען נישט אריינעמען אין חדר/סקול אויב זיי זענען נישט וואקסינירט. סארי.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג ינואר 06, 2011 12:41 pm

מ'וועט זיי יא אריין נעמען, לעגאל טארען זיי נישט אפזאגען פאר דעם, כ'האב געזעהן ערגעץ אנווייזונגען וואס מען דארף טוהן, אבער עכ"פ אז די ווילסט קענסטע דיר ארויס דרייען דערפין

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:07 pm

אין באצוג צום קעפל פון אשכול:

יש גורסין "וואקסינען איבער אלעס"

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג ינואר 07, 2011 7:44 am

קרעמער גוט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג ינואר 07, 2011 10:03 am

;l;p-

-----

ס'קוקט אויס ווי יאנטי פאלגט לאקשן אין האט זיך גענומען עסן פאפיטעס מיט ראזשינקעס פאר 60 טעג, דאס נעמט אים אוועק די צייט פין קענען דא זיין.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך יוני 29, 2011 11:10 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:גלייב מיר טאמער די האלסט נישט ביים אדורעך טוהן די נושא מיט א טיפקייט וועסטע בעסער פארען טאמער די וועסט מיר גלייבען ווי טאמער די וועסט גלייבען סי ען ען אדער עפעס א קרופטירטע דזשורנאל,
אין איך זאג דיר אז וואקסינען איז סם אין שעדליך פאר די מענטשהייט, אין זיך צי האלטען געזונט איז דא אסאך בעסערע וועגען,

אויב דו האסט יא אדורך געטון די נושא קלאר מיט א טיפקייט, איז פארוואס זשע נישט באטייליגן דעם עולם דערין, מיר זענען אינטרעסירט צו הערן מער, נישט סתם אז עס איז סם, און דעציט!
לאמיר הערן קלאר, וואס זענען די באווייזן נישט צו געבן, (און עס וועט נישט שאדן שפעטער)
צו אפשלאגן וואס עז איז שוין אריינגעזעצן אין מענטשענס קעפ, דארף מען קומען מיט קלארע שטודיעס...
דו דארפסט אויך פארשטיין אז ווען דו ביזט מעורר איינעם אז ער האט א אחריות אויף זיינע קינדער... טראכט ער אלס "אחריות" יא צו געבן ווייל דאס איז וואס נארמאל דאקטורים וועלן אים זאגן צו טון. במילא אלס טאטע וויל איך טאקע וויסן ביידע צדדים קלאר,
נאר ביטע שיק מיר נישט קיין לינק'ס...
שויתי השם לנגדי תמיד


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט