בלאט 78 פון 164

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 4:07 pm
דורך Kosher Travel
איך קען נאך נישט קיין איין היימישע פרומע דאקטאר וואס איז נישט פרא וואקסין. איך האלט אין איין רעדן צו זיי.
איך קען נאך נישט קיין איין נורס וואס איז נישט פרא וואקסין. יודישע, גויאישע, פרומע, פרייע.

אנטשולדיג ר' שמו, לייג נישט אריין זאכן אין מיין מויל וואס איך האב נישט געזאגט. איך זאגט נישט פאקטן וואס איז אין להרהר אחריה. איך האלט און איין זאגן, רעדט אייך דורך מיט אייער דאקטאר און מאכט אייער אייגענע research. וואס די אנטי וואקסין חברה טוען איז זיי האלטן און איין אראפרייסן אונזערע דאקטוירים. קוק אליינס צירוק וויאזוי זיי ריפן אהן דר. שהנעק.

קוק אליינס וועהם זיי האלטן און איין ציברענגען. דר. וועיקפילד, און ר' תוספות פרעגט נאך מיט א בלעכענעם פנים וואס איז ראנג מיט איהם. דר. דעיל ביגטרי. איך בין נישט דער וואס זאגט שטעך דיין קינד אהן מאכן די research. אבער די אנטי חברה ברענגן דא פון גרופעס וואס זאגן קלאהר מען זאל נישט פאלגן קיין דאקטאר ווען מען האט קענסער.

איך ווייס נישט וועלכע דאקטאר די האסט געפרעגט, און איך בין נישט זיכער איך גלייב אייך. אבער די דאקטורים וועם איך האב געפרעגט זאגן מיהר קלאר אז זיי האבן יא קלאר שטודירט וואקסינס און גלייבן נישט בלינד די CDC. פרייטיג האב איך גערעדט מיט א פרומע דאקטאר קרוב צו א האלבע שעה. ער קען נישט גלייבן די ליגענס וואס מען פארשפרייט דא. ער זאגט מיהר "פארוואס גיב איך און אלע מיינע קאלעגען אליינס די וואקסינס פאר אונזערע קינדער"?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 4:35 pm
דורך תוספות
בעזהשי"ת.
פארוואס טאקע געט דער דאקטער וואקסינען פאר זיינע קינדער?

דו טענה'עסט דאך אז יעדער דארף טון זיין אייגענע ריסוירטש, נא, האט דער דאקטער געטון עפעס ריסוירטש?

דער דאקטער האט אפשר א הסבר איבער די וויכטיקייט פון וואקסינען? איז דא א בארעכטיגטע סיבה פארוואס דער דאקטער האלט אז וואקסינען זענען סעיף? האט ער בכלל דורכשטודירט די נושא פון וואקסינען? אדער זאגט ער נאך וואס מען האט אים געלערנט אין מעדיקעל סקול און דאס איז עס, קודש קדשים, זהו שיטת הCDC ואין להרהר אחריהם.

אדער האלט ער ווי דער ערפינדער פון דעם MMR וואקסין Dr. Stanley Plotkin, וואס ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער בארעכטיגט דעם MMR וואקסין, וויסנדיג אז עס זענען נישט פארהאן קיין שטודיעס צו באשטעטיגן די סעיפטי פונעם MMR וואקסין, בעת עס זענען פארהאן צענדליגע טויזענטער שוידערליכע רעפארטס פון שעדליכע רעאקציעס צו די וואקסין. האט ער געענטפערט: וויבאלד עס זענען נישטא קיין קלארע שטודיעס צו באשטעטיגן אז דער MMR איז שעדליך (- א זאך וואס איז בדרך אגב, נישט אמת -) שאצן מיר אז עס איז סעיף.

האט דער דאקטער צו וועם דו האסט גערעדט בכלל דורכגעטון די נושא צו וואקסינען זענען אפעקטיוו? ווייסט ער למשל וויפיל פון די מענטשן וואס שטארבן פון כלומר'שט וואקסין פרעווענטעבעל דיזיסעס האבן עקטשועלי גענומען די וואקסינען דערפאר? ווייסט ער דער פאקט אז פאליא איז נישט אוועק געגאנגען פון וואקסינען? ווייסט ער אז סמאלפאקס איז נישט אוועקגעגאנגען דורך וואקסינען? ווייסט ער אז עס איז במציאות נישט מעגליך צו ערידיקעיטן מיזעלס פון די מענטשהייט? וואס ווייסט דער דאקטער? און וואס זענען זיינע הסברים?

סתם אז האסט געטראפן נאך א דאקטער וואס פלאפעלט נאך די רעגירונגס שטעלע אויף וואקסינען איז בכלל נישט קיין חידוש. אבער אז דו האסט גערעדט מיט אים פאר א האלבע שעה, לאמיר הערן. וואס האט ער צו ענטפערן עפעס זאכליכע תירוצים געבויט אויף אמת'ע פאקטן?, אויב האט ער בכלל א מושג אין די אמת'ע פאקטן.

לשיטתך אז זיי האבן יא קלאר שטודירט וואקסינס און גלייבן נישט בלינד די CDC, איז וואס האבן זיי שטודירט? זיי האבן שטודירט זייערע אייגענע קינדער און שוין? דאס אז זיי געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, דאס האבן זיי שטודירט?...

דאס איז נישט א סייענטיפישע שטודיע.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 5:12 pm
דורך טויגליכער איד
לכאורה ווייל ער מאכט געלט דערויף...

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 6:40 pm
דורך שמו
Kosher Travel האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע דאקטאר די האסט געפרעגט, און איך בין נישט זיכער איך גלייב אייך. אבער די דאקטורים וועם איך האב געפרעגט זאגן מיהר קלאר אז זיי האבן יא קלאר שטודירט וואקסינס און גלייבן נישט בלינד די CDC. פרייטיג האב איך גערעדט מיט א פרומע דאקטאר קרוב צו א האלבע שעה. ער קען נישט גלייבן די ליגענס וואס מען פארשפרייט דא. ער זאגט מיהר "פארוואס גיב איך און אלע מיינע קאלעגען אליינס די וואקסינס פאר אונזערע קינדער"?

מחמת גילוי קען איך דיר נישט זאגן צו וועמען איך האב גערעדט, אבער איר מוזט מיר נישט גלייבן, ווייל איך זיך אייך נישט צו איבעררעדן, איך דערצייל אייך נאר וואס איך ווייס ליתר ידיעה.
און גראדע יענער דאקטאר האט אויך נישט פארשטאנען ווי איך דערוואג זיך צו טראכטן אנדעש, און נאר געוואלט וויסן צו מיר געהערן צו די גרופע וואס הערן אויס דעם טלפון קאנפרענץ קאל.

אבער קיין זאכליכע זאכן האט ער נישט געוואוסט צו זאגן, נאר נאכבעבקען וואס "זייערע" שטודיעס האבן ערפינדן, אבער גארנישט עפעס וואס ער אליינ'ס ווייסט, אדער האט געמאכט אייגענע ריסורט"ש.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 8:18 pm
דורך Kosher Travel
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
פארוואס טאקע געט דער דאקטער וואקסינען פאר זיינע קינדער?

דו טענה'עסט דאך אז יעדער דארף טון זיין אייגענע ריסוירטש, נא, האט דער דאקטער געטון עפעס ריסוירטש?

דער דאקטער האט אפשר א הסבר איבער די וויכטיקייט פון וואקסינען? איז דא א בארעכטיגטע סיבה פארוואס דער דאקטער האלט אז וואקסינען זענען סעיף? האט ער בכלל דורכשטודירט די נושא פון וואקסינען? אדער זאגט ער נאך וואס מען האט אים געלערנט אין מעדיקעל סקול און דאס איז עס, קודש קדשים, זהו שיטת הCDC ואין להרהר אחריהם.

אדער האלט ער ווי דער ערפינדער פון דעם MMR וואקסין Dr. Stanley Plotkin, וואס ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער בארעכטיגט דעם MMR וואקסין, וויסנדיג אז עס זענען נישט פארהאן קיין שטודיעס צו באשטעטיגן די סעיפטי פונעם MMR וואקסין, בעת עס זענען פארהאן צענדליגע טויזענטער שוידערליכע רעפארטס פון שעדליכע רעאקציעס צו די וואקסין. האט ער געענטפערט: וויבאלד עס זענען נישטא קיין קלארע שטודיעס צו באשטעטיגן אז דער MMR איז שעדליך (- א זאך וואס איז בדרך אגב, נישט אמת -) שאצן מיר אז עס איז סעיף.

האט דער דאקטער צו וועם דו האסט גערעדט בכלל דורכגעטון די נושא צו וואקסינען זענען אפעקטיוו? ווייסט ער למשל וויפיל פון די מענטשן וואס שטארבן פון כלומר'שט וואקסין פרעווענטעבעל דיזיסעס האבן עקטשועלי גענומען די וואקסינען דערפאר? ווייסט ער דער פאקט אז פאליא איז נישט אוועק געגאנגען פון וואקסינען? ווייסט ער אז סמאלפאקס איז נישט אוועקגעגאנגען דורך וואקסינען? ווייסט ער אז עס איז במציאות נישט מעגליך צו ערידיקעיטן מיזעלס פון די מענטשהייט? וואס ווייסט דער דאקטער? און וואס זענען זיינע הסברים?

סתם אז האסט געטראפן נאך א דאקטער וואס פלאפעלט נאך די רעגירונגס שטעלע אויף וואקסינען איז בכלל נישט קיין חידוש. אבער אז דו האסט גערעדט מיט אים פאר א האלבע שעה, לאמיר הערן. וואס האט ער צו ענטפערן עפעס זאכליכע תירוצים געבויט אויף אמת'ע פאקטן?, אויב האט ער בכלל א מושג אין די אמת'ע פאקטן.

לשיטתך אז זיי האבן יא קלאר שטודירט וואקסינס און גלייבן נישט בלינד די CDC, איז וואס האבן זיי שטודירט? זיי האבן שטודירט זייערע אייגענע קינדער און שוין? דאס אז זיי געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, דאס האבן זיי שטודירט?...

דאס איז נישט א סייענטיפישע שטודיע.

די האלטס און איין איבערקייען די זעלבע זאך. פראבירסט פשוט צו פארמישן די יוצרות. די ווארפטס סלאוגענס מיט זאמד אין די אויגן.

פרייטיג האב איך גערעדט צו א פרומע דאקטער (נישט היימיש, אבער פרום מיט א קאפל). איך האב זיך אהנגעגרייט אסאך פון די אנטי וואקסין טענות וואס מען זאגט דא. האט ער מיהר קלאהר געזאגט אז מען שטודירט יא וואקסינס און וויאזוי עס ארבייט אין מעדיקעל סקול. האב איך איהם געפרעגט צו ער גלייבט פשוט וואס די CDC זאגט, און דאס(וואס ער ליינט פון די CDC) איז זיין research? האט ער געזאגט ניין! איך האב עס אליינס שטודירט. און אלע Medical דאקטורים שטודירן דאס. און מיהר האבן גערעדט קרוב צו א האלבע שעה. מיהר האבן גערעדט וועגען דיין hero, דער גמיינער ליגנער און פאפער, Dr. Wakefield. און דאן האט ער מיהר געזאגט בדרך אגב, איך געב אלע וואקסינס פאר מיינע קינדער, ווי אויך מיינע קאלעגען טוען די זעלבע זאך. די גלייבסט אז איך וואלט געטוהן פאר מיין קינד אזאך וואס איך האלט נישט קלאהר אז דאס איז וויכטיגט פאר איהם? און אויף די איין זאך (אז ער גיט וואקסינס פאר זיינע אייגענע קינדער) האסטו זיך ציגעכאפט? אזוי ווי אייביג, you pick and choose, די נעמסט שטיקלעך ווי עס לוינט דיהר. ברענגסט פון רבנים וואס זענען אנטי וואקסין, און די מאכסט אוועק רבנים וואס זענען פרא וואקסין.
אבער איך בין זיכער אז די מיינסט נאר דעהם רבונו של עולם. איך בין זיכער די האסט נישט קיין שום אנדערע motives.

נו, קומט איהר ר' תוספות, אזוי ווי איהר האט שוין געטוהן אפאר מאהל, און איהר מאכט א גאנצע קאשע, כאילו, דאס איז דער research וואס דער דאקטאר האט געמאכט. אז ער האט עס געגעבן פאר זיינע קינדער.

און דאס וואס איך האב געשריבן פרייטיג נאכמיטאג. אז מיהר אלע ווייסן שוין קלאהר וואס "איהר" האלט, אבער דעת אלע דאקטוירים איז אנדערטש. איך פארשטיי אז איהר האלט אז זיי זענען זיך אלע טועה, (אדער זענען זיי brain washed, אדער זענען זיי אונטערגעקויפט פון אלע לאביאיסטן), אבער אלע היימישע פרומע דאקטוירים זענען ביי די מיינונג אז מען מיז נעמען וואקסינס און אז עס ראטעוועט לעבענס. עס איז שקר וכזב אז עס איז דא אסאך היימישע דאקטוירים וואס זענען אנטי וואקסין. שקר! און בלויז ווייל מען קען נישט אויסזאגן, וועגען "גילו" וועט נישט מאכן איך זאל ענק גלייבן. איך לעב דאס, איך שטודיהר דאס, איך אטעם דאס. און אלטץ א חלק פון מיין פרנסה בין איך און contact מיט דאקטוירים און nurses, און איך רעדט צו זיי שעות ארוכות וועגען די נושא. ממילא וועל איך נאכאמאהל קלאהר מאכן מיין מחאה: עס איז איין זאך צו איינרעדען דעהם עולם אז וואקסינס ברענגט אוטיזם, וכו'. עס איז אבער א new low צו זאגן אז דאקטוירים האלטן אויך אזוי. ווייל זיי האלטן נישט אזוי.

וואס פרעגסטו מיך אפ נאכאמאהל מיט למשל די סארט טענה:

איך ווייס דאך שוין וואס די האלטס. איך ברענג נאר ארויס אז אלע דאקטורים האלטן אנדערשט ווי דיהר, און, אז זיי טוען יא שטודירן די נושא פון וואקסינס. סתם אריינגיין אין די details נאכאמאהל און נאכאמאהל??? מיהר ווייסן שוין קלאהר אז איהר האלט אנדערשט. מיהר האבן זיך שוין אויסגעטענעט מער פון זיבעציג בלעטער!

למשל, דאס איז typical וואס איהר טוט:

ר' תוספות, איך האב דאס נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די אלע דאקטורים צו וועם איך רעדט, זאגן מיהר אז א חלק פון medical school איז צו שטודירן infections diseases און vaccines. וואס זיי האבן שטודירט??? איך ווייס נישט! איך בין נישט געוועהן זיבען יאר אין Yale, און אויך נישט און Oxford. און איהר זענט אויך נישט דארט געוועהן. אבער איהר זאגט אז זיי שטודירן עס נישט, אבער זיי, די דאקטוירים וואס ווייסן נישט וואס זיי רעדן, זאגן אז דאס איז נישט אמת. אז זיי שטודירן דאס גאר גרונטליך. וואס האקסטו אין טשייניק אז דאס אז זיי געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, דאס האבן זיי שטודירט?... וואס ווארפסטו אייביג סתם זאמד אין די אויגן??? וואס, די ביסט א דאקטאר? די ווייסט וואס זיי לערנען?

נו... היינט האב איך נאכאמאהל גערעדט צו א פרומע דאקטער (אזוי ווי פרייטיג, נישט היימיש, אבער פרום). האט זי מיך געגעבן א לאנגע לעקציע וועגען וויאזוי זיי לערנען וויאזוי די אלע contagious diseases ארבייטען. Biology, infectious diseases וכו'. און וויאזוי מען מאכט יארן research אויך וואקסינס. וויאזוי די FDA טוט מאכן די טעסט, קודם אויף גאר קליינע populations. בקיצור, זייער אינטערסאנט. איך האב מיטגעברענט א printout פון די וואקסינס דעבאטע אין די אשכול. מיהר האבן ברייט ארומגערעדט פון די אלע אנטי וואקסין "Myths". זי האט אלע אפגעפרעגט איין ביי איינס. אבער בעיקר די טענה אז דאקטוירים "טארן" נישט זאגן אנטקגעגן די CDC, אז זיי האבן מורא צו פארלירן זייער לייסענס, וכו'. זי האט אזוי געלאכט און מיהר געזאגט אויב דאס איז נישט קיין matter of life and dead וואלט עס געוועהן comical. פונקט פארקערט! דאקטוירים זענען encouraged צו טראכטן out of the box, און מאכן זייער אייגענע אנאליז, און אז דא איז נישט רוסלאנד! א דאקטאר מעג זאגן זיין מיינונג און opinion. און עס איז גאר אן אהנגענומענע זאך צו האבן א פונקט פארקערטע second opinion אין מעדעצין, און דאס איז מעשים בכל יום ווי צוויי פון די גרעסטע דאקטורים אין א געוויסע מקצוע וועלן געבן פונקט פארקערטע opinions! און די גאנצע medical and scientific establishment וועט זיי ביידע רעספטעקטירן!

איך וועל איבערקייען צום טויזענסטען מאהל! איך זאג נישט קבלי דעתי בלינדערהייט! איך זאג אבער יא אז מען זאל נישט גלייבן די פאר זעלבסט געקרוינטע דאקטורים! גאר אסאך פון זיי האבן יא קלאהר אן אגענדא!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 9:09 pm
דורך yield
איז וואס וועסטו ענטפערן ווען איך האב דאקטורים וואס לכאורה האבן זיי שטודירט די נושא און זיי האלטן אנטקעגן די וואקסינס? אה די וועסט זאגן אז איך בין א ליגנער הא?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 9:16 pm
דורך Kosher Travel
yield האט געשריבן:איז וואס וועסטו ענטפערן ווען איך האב דאקטורים וואס לכאורה האבן זיי שטודירט די נושא און זיי האלטן אנטקעגן די וואקסינס? אה די וועסט זאגן אז איך בין א ליגנער הא?

איך וועל דיהר ענטפערן ווי איך האב גענטפערט פריער: איך גלייב אייך נישט!
Unless... זיי ריפן זיך
Dr. Mercola
Dr. Andrew Waekfileld
Del Bigtree
אדער איינע פון די חברה.

און ביטע... גיב נישט נאכאמאהל א copy and paste א ליסט פון "דאקטוירים" וואס זענען אנטי וואקסין, אבער די ליסטע זענען א באנדע alternative medicine practitioners, hypnosis, etc.

איך וועל אייך אויך ענטפערן אז מיהר האבן שוין געהאט א גרויסע דעבאטע דא:
viewtopic.php?f=71&t=12157&start=500

נו פארוואס טויגט דאס נאכאמאהל איבערקייען??? מיהר זענען נישט אויף די זעלבע page. איך acknowledge אז מיהר זענען נישט בדעה אחת, און איך גלייב נישט אז איהר וועט אמאהל טוישן אייער מיינונג.
And I can live with that.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 9:28 pm
דורך yield
אזו ווי די זאגסט נישט קיין נעמען -און די קייסט איבער- מעג איך אויך
עס איז דא היימישע דאקטורים וואס האלטן קלאר נישט פון קיין וואקסינס איך האב פערזענליך גערעדט מיט זיי, (איך מעג אויך רעדן מיט דאקטורים נישט נאר די) און עס איז בכלל א דבר ידוע אז עס איז דא אסאך דאקטורים וואס האלטן דערקעגן ממילא די לייגסט דיך אריין די קאפ און זאמד יש ויש, נאר מיט דעם ביסטו גערעכט יעדער זאל מאכן זיין אייגענע research.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 9:42 pm
דורך שמואל בארג
אה, ענדליך האמיר איינער וואס האט נעמען פון היימישע דאקטוירים, קומט אריין קלאר מיט נעמען ביטע.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 9:59 pm
דורך yield
נאך אזאך
די תורה האט אונז געלערנט כל המוסיף גורע און אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט, יעדן טאג קומט ארויס נאך וואקסינס און עס נעמט נישט קיין עק דאס ווייזט אויף עפעס
און איך גיי נישט זאגן קיין נעמען פון דאקטורים אויף א פובליק פורום מטעמים מובנים.
יעדער קען עס אננעמען וויאזוי ער וויל.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:13 pm
דורך תוספות
Kosher Travel האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
פארוואס טאקע געט דער דאקטער וואקסינען פאר זיינע קינדער?

דו טענה'עסט דאך אז יעדער דארף טון זיין אייגענע ריסוירטש, נא, האט דער דאקטער געטון עפעס ריסוירטש?

דער דאקטער האט אפשר א הסבר איבער די וויכטיקייט פון וואקסינען? איז דא א בארעכטיגטע סיבה פארוואס דער דאקטער האלט אז וואקסינען זענען סעיף? האט ער בכלל דורכשטודירט די נושא פון וואקסינען? אדער זאגט ער נאך וואס מען האט אים געלערנט אין מעדיקעל סקול און דאס איז עס, קודש קדשים, זהו שיטת הCDC ואין להרהר אחריהם.

אדער האלט ער ווי דער ערפינדער פון דעם MMR וואקסין Dr. Stanley Plotkin, וואס ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער בארעכטיגט דעם MMR וואקסין, וויסנדיג אז עס זענען נישט פארהאן קיין שטודיעס צו באשטעטיגן די סעיפטי פונעם MMR וואקסין, בעת עס זענען פארהאן צענדליגע טויזענטער שוידערליכע רעפארטס פון שעדליכע רעאקציעס צו די וואקסין. האט ער געענטפערט: וויבאלד עס זענען נישטא קיין קלארע שטודיעס צו באשטעטיגן אז דער MMR איז שעדליך (- א זאך וואס איז בדרך אגב, נישט אמת -) שאצן מיר אז עס איז סעיף.

האט דער דאקטער צו וועם דו האסט גערעדט בכלל דורכגעטון די נושא צו וואקסינען זענען אפעקטיוו? ווייסט ער למשל וויפיל פון די מענטשן וואס שטארבן פון כלומר'שט וואקסין פרעווענטעבעל דיזיסעס האבן עקטשועלי גענומען די וואקסינען דערפאר? ווייסט ער דער פאקט אז פאליא איז נישט אוועק געגאנגען פון וואקסינען? ווייסט ער אז סמאלפאקס איז נישט אוועקגעגאנגען דורך וואקסינען? ווייסט ער אז עס איז במציאות נישט מעגליך צו ערידיקעיטן מיזעלס פון די מענטשהייט? וואס ווייסט דער דאקטער? און וואס זענען זיינע הסברים?

סתם אז האסט געטראפן נאך א דאקטער וואס פלאפעלט נאך די רעגירונגס שטעלע אויף וואקסינען איז בכלל נישט קיין חידוש. אבער אז דו האסט גערעדט מיט אים פאר א האלבע שעה, לאמיר הערן. וואס האט ער צו ענטפערן עפעס זאכליכע תירוצים געבויט אויף אמת'ע פאקטן?, אויב האט ער בכלל א מושג אין די אמת'ע פאקטן.

לשיטתך אז זיי האבן יא קלאר שטודירט וואקסינס און גלייבן נישט בלינד די CDC, איז וואס האבן זיי שטודירט? זיי האבן שטודירט זייערע אייגענע קינדער און שוין? דאס אז זיי געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, דאס האבן זיי שטודירט?...

דאס איז נישט א סייענטיפישע שטודיע.

די האלטס און איין איבערקייען די זעלבע זאך. פראבירסט פשוט צו פארמישן די יוצרות. די ווארפטס סלאוגענס מיט זאמד אין די אויגן.

פרייטיג האב איך גערעדט צו א פרומע דאקטער (נישט היימיש, אבער פרום מיט א קאפל). איך האב זיך אהנגעגרייט אסאך פון די אנטי וואקסין טענות וואס מען זאגט דא. האט ער מיהר קלאהר געזאגט אז מען שטודירט יא וואקסינס און וויאזוי עס ארבייט אין מעדיקעל סקול. האב איך איהם געפרעגט צו ער גלייבט פשוט וואס די CDC זאגט, און דאס(וואס ער ליינט פון די CDC) איז זיין research? האט ער געזאגט ניין! איך האב עס אליינס שטודירט. און אלע Medical דאקטורים שטודירן דאס. און מיהר האבן גערעדט קרוב צו א האלבע שעה. מיהר האבן גערעדט וועגען דיין hero, דער גמיינער ליגנער און פאפער, Dr. Wakefield. און דאן האט ער מיהר געזאגט בדרך אגב, איך געב אלע וואקסינס פאר מיינע קינדער, ווי אויך מיינע קאלעגען טוען די זעלבע זאך. די גלייבסט אז איך וואלט געטוהן פאר מיין קינד אזאך וואס איך האלט נישט קלאהר אז דאס איז וויכטיגט פאר איהם? און אויף די איין זאך (אז ער גיט וואקסינס פאר זיינע אייגענע קינדער) האסטו זיך ציגעכאפט? אזוי ווי אייביג, you pick and choose, די נעמסט שטיקלעך ווי עס לוינט דיהר. ברענגסט פון רבנים וואס זענען אנטי וואקסין, און די מאכסט אוועק רבנים וואס זענען פרא וואקסין.
אבער איך בין זיכער אז די מיינסט נאר דעהם רבונו של עולם. איך בין זיכער די האסט נישט קיין שום אנדערע motives.

נו, קומט איהר ר' תוספות, אזוי ווי איהר האט שוין געטוהן אפאר מאהל, און איהר מאכט א גאנצע קאשע, כאילו, דאס איז דער research וואס דער דאקטאר האט געמאכט. אז ער האט עס געגעבן פאר זיינע קינדער.

און דאס וואס איך האב געשריבן פרייטיג נאכמיטאג. אז מיהר אלע ווייסן שוין קלאהר וואס "איהר" האלט, אבער דעת אלע דאקטוירים איז אנדערטש. איך פארשטיי אז איהר האלט אז זיי זענען זיך אלע טועה, (אדער זענען זיי brain washed, אדער זענען זיי אונטערגעקויפט פון אלע לאביאיסטן), אבער אלע היימישע פרומע דאקטוירים זענען ביי די מיינונג אז מען מיז נעמען וואקסינס און אז עס ראטעוועט לעבענס. עס איז שקר וכזב אז עס איז דא אסאך היימישע דאקטוירים וואס זענען אנטי וואקסין. שקר! און בלויז ווייל מען קען נישט אויסזאגן, וועגען "גילו" וועט נישט מאכן איך זאל ענק גלייבן. איך לעב דאס, איך שטודיהר דאס, איך אטעם דאס. און אלטץ א חלק פון מיין פרנסה בין איך און contact מיט דאקטוירים און nurses, און איך רעדט צו זיי שעות ארוכות וועגען די נושא. ממילא וועל איך נאכאמאהל קלאהר מאכן מיין מחאה: עס איז איין זאך צו איינרעדען דעהם עולם אז וואקסינס ברענגט אוטיזם, וכו'. עס איז אבער א new low צו זאגן אז דאקטוירים האלטן אויך אזוי. ווייל זיי האלטן נישט אזוי.

וואס פרעגסטו מיך אפ נאכאמאהל מיט למשל די סארט טענה:

האט דער דאקטער צו וועם דו האסט גערעדט בכלל דורכגעטון די נושא צו וואקסינען זענען אפעקטיוו? ווייסט ער למשל וויפיל פון די מענטשן וואס שטארבן פון כלומר'שט וואקסין פרעווענטעבעל דיזיסעס האבן עקטשועלי גענומען די וואקסינען דערפאר? ווייסט ער דער פאקט אז פאליא איז נישט אוועק געגאנגען פון וואקסינען? ווייסט ער אז סמאלפאקס איז נישט אוועקגעגאנגען דורך וואקסינען? ווייסט ער אז עס איז במציאות נישט מעגליך צו ערידיקעיטן מיזעלס פון די מענטשהייט? וואס ווייסט דער דאקטער? און וואס זענען זיינע הסברים?

איך ווייס דאך שוין וואס די האלטס. איך ברענג נאר ארויס אז אלע דאקטורים האלטן אנדערשט ווי דיהר, און, אז זיי טוען יא שטודירן די נושא פון וואקסינס. סתם אריינגיין אין די details נאכאמאהל און נאכאמאהל??? מיהר ווייסן שוין קלאהר אז איהר האלט אנדערשט. מיהר האבן זיך שוין אויסגעטענעט מער פון זיבעציג בלעטער!

למשל, דאס איז typical וואס איהר טוט:
לשיטתך אז זיי האבן יא קלאר שטודירט וואקסינס און גלייבן נישט בלינד די CDC, איז וואס האבן זיי שטודירט? זיי האבן שטודירט זייערע אייגענע קינדער און שוין? דאס אז זיי געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, דאס האבן זיי שטודירט?...

ר' תוספות, איך האב דאס נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די אלע דאקטורים צו וועם איך רעדט, זאגן מיהר אז א חלק פון medical school איז צו שטודירן infections diseases און vaccines. וואס זיי האבן שטודירט??? איך ווייס נישט! איך בין נישט געוועהן זיבען יאר אין Yale, און אויך נישט און Oxford. און איהר זענט אויך נישט דארט געוועהן. אבער איהר זאגט אז זיי שטודירן עס נישט, אבער זיי, די דאקטוירים וואס ווייסן נישט וואס זיי רעדן, זאגן אז דאס איז נישט אמת. אז זיי שטודירן דאס גאר גרונטליך. וואס האקסטו אין טשייניק אז דאס אז זיי געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, דאס האבן זיי שטודירט?... וואס ווארפסטו אייביג סתם זאמד אין די אויגן??? וואס, די ביסט א דאקטאר? די ווייסט וואס זיי לערנען?

נו... היינט האב איך נאכאמאהל גערעדט צו א פרומע דאקטער (אזוי ווי פרייטיג, נישט היימיש, אבער פרום). האט זי מיך געגעבן א לאנגע לעקציע וועגען וויאזוי זיי לערנען וויאזוי די אלע contagious diseases ארבייטען. Biology, infectious diseases וכו'. און וויאזוי מען מאכט יארן research אויך וואקסינס. וויאזוי די FDA טוט מאכן די טעסט, קודם אויף גאר קליינע populations. בקיצור, זייער אינטערסאנט. איך האב מיטגעברענט א printout פון די וואקסינס דעבאטע אין די אשכול. מיהר האבן ברייט ארומגערעדט פון די אלע אנטי וואקסין "Myths". זי האט אלע אפגעפרעגט איין ביי איינס. אבער בעיקר די טענה אז דאקטוירים "טארן" נישט זאגן אנטקגעגן די CDC, אז זיי האבן מורא צו פארלירן זייער לייסענס, וכו'. זי האט אזוי געלאכט און מיהר געזאגט אויב דאס איז נישט קיין matter of life and dead וואלט עס געוועהן comical. פונקט פארקערט! דאקטוירים זענען encouraged צו טראכטן out of the box, און מאכן זייער אייגענע אנאליז, און אז דא איז נישט רוסלאנד! א דאקטאר מעג זאגן זיין מיינונג און opinion. און עס איז גאר אן אהנגענומענע זאך צו האבן א פונקט פארקערטע second opinion אין מעדעצין, און דאס איז מעשים בכל יום ווי צוויי פון די גרעסטע דאקטורים אין א געוויסע מקצוע וועלן געבן פונקט פארקערטע opinions! און די גאנצע medical and scientific establishment וועט זיי ביידע רעספטעקטירן!

איך וועל איבערקייען צום טויזענסטען מאהל! איך זאג נישט קבלי דעתי בלינדערהייט! איך זאג אבער יא אז מען זאל נישט גלייבן די פאר זעלבסט געקרוינטע דאקטורים! גאר אסאך פון זיי האבן יא קלאהר אן אגענדא!

בקיצור, ברענגסטו ארויס צוויי נקודות.

איינס, דאקטוירים שטודירן יא וואקסינען, אבער דו קענסט מיר נישט ענטפערן וויאזוי זיי פארענטפערן די אנטי וואקסין טענות ווייל איך בין נישט קיין דאקטער.

צוויי, אז דאקטוירים מעגן רעדן אנטקעגן וואקסינען, און זיי מוזן נישט געבן די רעקאמענדירטע וואקסין סקעדזשול פון די CDC פאר זייערע פאציענטן.

איז אזוי, אויף דיין ערשטע טענה קען איך דיר נישט ענטפערן, פשוט ווייל דו האסט גארנישט געענטפערט. האסט מיר גארנישט מחדש געווען אז דאקטוירים לערנען זיך וועגן דיזיסעס מיט וואקסינען, דאס האב איך אויך געוואוסט. איך טענה אבער, אז זיי לערנען נישט וואס עס קען זיין די ריסק און די שעדליכע תוצאות פון וואקסינען. און אויכעט לערנען זיי נישט ווי אפעקטיוו עס איז לויט וויאזוי דער מציאות באמת האט געוויזן.

יעצט וועגן די צווייטע טענה, איז ממש לעצטנס געווען א דאקטער אין קאליפארניע, באב סיערס, וואס מען האט אים שיעור איינגעזעצט ווייל ער האט געגעבן א עקזעמפשען פאר עמיצען פון וואקסינען. און איך האב געמיינט אז א דאקטער מעג האלטן אנדערש פון די רעגירונג.....

און אין א גאר העסליכן אנטי אנטי-וועקס ארטיקל אין די וואשינגטאן פאוסט, שרייבט דארטן דער שרייבער {א דאקטער מיטן נאמען Arthur L. Caplan, וואס לויט א ארטיקל אין די די נ. י. טיימס האט ער געארבעט פון 05' ביז 08' פאר די וואקסין קאמפאני גלעקסא סמיט קליין} קלאר און דייטליך אז מען קען געזעצליך אוועקנעמען די לייסענס פון יעדן דאקטער וואס רעדט אנטקעגן וואקסינען. והא לך לשונו:
Doctors who purvey views based on anecdote, myth, hearsay, rumor, ideology, fraud or some combination of all of these, particularly during an epidemic, should have their medical licenses revoked. Thankfully, states have the right tools to do so. It’s time to use them.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:20 pm
דורך קאנסילמאן
איך וויל גראטאלירען - באמת - די אנטי וואקסין ניקס פאר נישט אויפגעבן און זיך האלטן צו זייער מעסעדזש,
כאטש איך האלט אז זיי ווארפן זאמד און ענטפערן נישט ריכטיג. דאך געב איך זיי קרעדיט פאר זיך האלטן צום מעסדזש,
איך אליינס כאטש איך בין קלאר פרא וואקסין אבער בעפאר איך וועל בעז"ה נאכאמאל דארפן געבן וואקסינן וועל איך פרעגן, און נאכאמאל פרעגן, און פראבירען עד כמה שידי מגעת זיכער צו מאכען אז איך טו ריכטיג.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:29 pm
דורך yield
כדי צו באמערקן אז די אלע אנטי וועקסערס עכ"פ די היימישע זענען אמאל געווען פונקט אזאלכע פרא וואקסינס ווי יעדעם נאר די לעבן האט זיי אדער א נאנטער געפירט צו קומען צו אנדערע מסקנות.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:37 pm
דורך תוספות
בעזהשי"ת.
קאנסילמאן האט געשריבן:איך וויל גראטאלירען - באמת - די אנטי וואקסין ניקס פאר נישט אויפגעבן און זיך האלטן צו זייער מעסעדזש,
כאטש איך האלט אז זיי ווארפן זאמד און ענטפערן נישט ריכטיג. דאך געב איך זיי קרעדיט פאר זיך האלטן צום מעסדזש,
איך אליינס כאטש איך בין קלאר פרא וואקסין אבער בעפאר איך וועל בעז"ה נאכאמאל דארפן געבן וואקסינן וועל איך פרעגן, און נאכאמאל פרעגן, און פראבירען עד כמה שידי מגעת זיכער צו מאכען אז איך טו ריכטיג.

WOW, זאגסט דאך זייער גוט, און אזוי איז ריכטיג צו טון. פרעגן און פרעגן ביז מען איז קלאר וואס מען ברויך צו טון.

אבער אויב מעג איך פרעגן פון דיר - איך פרעג באמת נאר ווייל איך בין נייגעריג צו וויסן - וואס פלאנירסטו צו פרעגן, און וועם פלאנירסטו צו פרעגן?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:39 pm

די קינדער דאקטער צו וועם איך גיי, איך וועל וועלן וויסען צו ער איז "קלאר" אז עס שאדט נישט, אז עס איז וויכטיג, און אז עס איז די ריכטיגע זאך צו טיען, סיידעפעקס, אא"וו

מיר האבן א שטיקעל רילשענשיפ, סאו איך גלייב אז ליגענט וועט ער מיר נישט זאגען.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:41 pm
דורך תוספות
בעזהשי"ת.
פיין פיין, מאך נאר זיכער צוריקצוקומען מיט די ענטפערס, איך קען קוים ווארטן.
אה. און פארגעס נישט אים צו פרעגן זיינע מקורות.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 11:02 pm
דורך קאנסילמאן
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
פיין פיין, מאך נאר זיכער צוריקצוקומען מיט די ענטפערס, איך קען קוים ווארטן.

אקעי, געב מיר א ברכה פאר א קינד, וועל איך האבן א טשאנס צו פרעגן,
מיינע יעצטיגע קינדער זענענן שוין אלע אפ טו דעיט מיט וואקסין.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 11:06 pm
דורך תוספות
קאנסילמאן האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
פיין פיין, מאך נאר זיכער צוריקצוקומען מיט די ענטפערס, איך קען קוים ווארטן.

אקעי, געב מיר א ברכה פאר א קינד, וועל איך האבן א טשאנס צו פרעגן,
מיינע יעצטיגע קינדער זענענן שוין אלע אפ טו דעיט מיט וואקסין.

האסט דאך א רילעישאן שיפ מיט אים זאגסטו דאך. איז גיי אריבער צו אים, זאג אים אז דו טענה'עסט דיך מיט אפאר אנטי וועקס קוועקס, און דו זוכסט ענטפערס..

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 11:16 pm
דורך הערליך
תוספות האט געשריבן:
Doctors who purvey views based on anecdote, myth, hearsay, rumor, ideology, fraud or some combination of all of these, particularly during an epidemic, should have their medical licenses revoked. Thankfully, states have the right tools to do so. It’s time to use them.

פשוט אז דער עולם זאל פארשטיין די גרויסע אויפרייס וואס תוספות האט דא געברעגנט, האב איך עס איבערגעטייטש אויף אידיש אז יעדער זאל וויסן וואס דא שטייט

[offtopic]דקטורים וואס פארקויפן שיטות באזירט אויף אומבאשטעטיגטע לעגענדעס, פוקציע, אומקלארע שמועות, רכילות, אידאלאגיע, געפעלטשטע אינפארמאציע אדער אלע צוזאמען, ספעציעל בשעת אן אינטערגאנג, זאל פארלירן זייער מעדיקעל לייסענס. ב״ה אז סטעיטס האבן די רעכטן דאס צו טון. צו צייט עס צו נוצן[/offtopic]

אגב פארשטיי איך פון דא אז מען נוצט נישט די עצה, נאר ער שרייבט אין די ארטיקל אז ער מיינט אז סאיז צייט מען זאל עס אנהויבן נוצן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 11:28 pm
דורך תוספות
בעזהשי"ת.
און וואס טוט זיך מיט דר' באב סיערס?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 11:41 pm
דורך למעלה משבעים
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
און וואס טוט זיך מיט דר' באב סיערס?

רעדסט פון אים?

דאס איז וואס ער זאגט:

"Chicken pox, measles, whooping cough, polio, diphtheria, all these diseases that we no longer see very much of anymore, I do say that the vaccines are responsible for getting rid of these."

אגב, אויף וועלכע דף שטייט פארוואס מען האט אים געקלאגט?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 11:43 pm
דורך ראש הקהל
איך באוואונדער 'שמו' פארן זיך האלטן שטארק דא אונעם אשכול, איך בין אריינגעקומען אנטי און בלעטל 49 און ארויס ביי 51,
נאכדעם אנגעהויבן אדורך געליינט דאס גאנצע אשכול, און באמערקט אז קאושער טרעוועל האט אנגעהויבן שרייבען און בלעטל 8 און פון דארט ארויסגעדרייוט מיט זיין כח הכתיבה גאר אסאך ניקים וואס זענען אנטי, און נישט געהאט דו נערווען זיך מתווכח זיין מיט זיינע איבערגעקייקעטע הבלים.

דאס איז אמאל זיכער א ממש פרא וואקסין האט אן אגענדע, צו געלט, צו זיין לייסעס. אן אנטי האט גארנישט, אדרבא מיטגעמאכט אויף דו אייגענע הויט, שטודירט און געווארן אנטי. האט נישט און מאכט נישט גארנישט, חוץ פון באקומען בושות הארות און שפעט ווערטער, און אז מיר זענען רוצחים.

אגב, איינער האט באקומען עקזימע פון דאזעס וואקסינען, און נאכדעים ווי זי האט געהאט מיזעלס (אונטרעסאנט דער שאט האט געהאלפן באבקעס, נאר שאדן געמאכט), ווען איר הויט האט זיך געהיילט, איז עס געווארן ווי גאר ניי, און האט מער נישט עקזימע, געהערט גאר אסאך אזעלעכע מעשיות, און מיט שטאלץ זאג איך, אז כ'האב א טאכטער מיט עקזימע און איך זיך מיט לעכט זי זאל באקומען מיזעלס.

אהא? דו אנטי רעדן נישט צום זאך? נאר דו פרא וואס בלאבלן נאך, זיי זענען גוט. געב ביטע א ליין וואס שמעון ראלינצקי שרייבט אונעם שטערן פרא וואקסינען, נשתומם צו ווערן אויף דו ליגענטס פארפירעניש וואס ער שרייבט, און כדרך הדשונאלן מיט פעיק נוס, ספינט ער ארום, אז וויבאלד העכער 50 יאר צירוק האט מען אויסגעראטן פאליו, ממילא דארף מען 50 יאר שפעטער נאך אלס געבן וואקסינען אויף דעים, און אלע אנדערע זענען פונקט אזוי וויכטיג, ממש א בקיאות בימינו צו קענען מאכען אן אייגענע היקש מה מצינו ובנין אב ביינאנזאם. חוץ מזה, וואס בלתי שום ספק האט ער אן אגענדע מיט דו ארטיקל, אדער גאר געווארן באצאלט, אז ער ענדיגט אז דו רבנים הייסן אויך אזוי, און ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, ביסט א בלויזע מאגאזין און דזשונאליסט, איז ער מיר געווארן א פוסק אויך. אונטרעסאנט ער ווייסט נישט אז עדרו וויקפיעלד האט מען געסטראשעט מיט טויט אז ער האט געדארפט מכלומרשט צירוק ציען, חוץ מזה, וואס מ'האט אלעס צוהגענומען פון איהם.

אונטרעסאנט, ווען רפואה העלט סענטער האט מיר געצווינגען צו געבן שאטס פאר דו קינדער, און כ'האב מיר קעגן געשטעלט, ביז צו סוף רופ איך זיך אן, ווייסט עטס וואס שטאב דאקטוירען נורסעס, אויב איז דא איינער פון ענק, איינער, וואס איז גרייט מיר צו סיינען אז ס'נישטא קיין סייד עפעקטס, גארנישט, און אויב עפעס געשעהט ח"ו, קען צירוק קומען קלעימען און סואין, בין איך מסכים צו שטעכן אלע מיינע קינדער... געס וואט, קיינער אבער קיינער האט נישט געהאלטן ביים חתמענען זיין נאמען... און כ'האב ארויסגעוואקט ווי א שיינע יוד אן דארפן געבן דער וואקסינען... ס'איז א מילתא דעבודיי לגלויי, פרובירט עס אליין אויס, און זעהט אליינס וואס זיי גייען טוען..

עניוועי, 'שמו' האלט דיר ווייטער פעסט, ווייל כ'ווייס נישט דו נעקסטע מאל כ'וועל דיר קומען מחזק זיין, קעגן דו שרעקליכע בייעס און אגענדע פון קאושער טרעוועל ווי מ'קען זענען פון זיין טינט ואופן הכתיבה.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:06 am
דורך תוספות
למעלה משבעים האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
און וואס טוט זיך מיט דר' באב סיערס?

רעדסט פון אים?

דאס איז וואס ער זאגט:

"Chicken pox, measles, whooping cough, polio, diphtheria, all these diseases that we no longer see very much of anymore, I do say that the vaccines are responsible for getting rid of these."

איך ווייס אז ער האלט אזוי, אבער פונדעסטוועגן האלט ער אז עס פעלט נישט אויס צו וואקציאנירן דערפאר היינט צוטאג, וויבאלד עס איז דא גענוג מעדיקעל קעיר און עס איז נישט קיין סכנה. דאס איז זיין פערזענליכע שיטה, וויבאלד די אקטועלע קעיסעס פון מיזעלס - נישט די טויט ראטע - איז אראפגעגאנגען אין געוויסע לענדער לויט די וואקסין ראטע.

לאמיר מסביר זיין זיין שיטה אביסעלע קלארער. ער האלט - מיט רעכט - אז אפילו לויט די סטאטיסטיקס פון די CDC אליין, קומט אויס אז די שאדנס וואס וואקסינען ברענגען איז מער פון די בענעפיטן.

למעלה משבעים האט געשריבן:אגב, אויף וועלכע דף שטייט פארוואס מען האט אים געקלאגט?

קוק דא, פון דף 16 און ווייטער.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:11 am
דורך תוספות
בעזהשי"ת.
ראש הקהל האט געשריבן:איך באוואונדער 'שמו' פארן זיך האלטן שטארק דא אונעם אשכול, איך בין אריינגעקומען אנטי און בלעטל 49 און ארויס ביי 51,
נאכדעם אנגעהויבן אדורך געליינט דאס גאנצע אשכול, און באמערקט אז קאושער טרעוועל האט אנגעהויבן שרייבען און בלעטל 8 און פון דארט ארויסגעדרייוט מיט זיין כח הכתיבה גאר אסאך ניקים וואס זענען אנטי, און נישט געהאט דו נערווען זיך מתווכח זיין מיט זיינע איבערגעקייקעטע הבלים.

דאס איז אמאל זיכער א ממש פרא וואקסין האט אן אגענדע, צו געלט, צו זיין לייסעס. אן אנטי האט גארנישט, אדרבא מיטגעמאכט אויף דו אייגענע הויט, שטודירט און געווארן אנטי. האט נישט און מאכט נישט גארנישט, חוץ פון באקומען בושות הארות און שפעט ווערטער, און אז מיר זענען רוצחים.

אגב, איינער האט באקומען עקזימע פון דאזעס וואקסינען, און נאכדעים ווי זי האט געהאט מיזעלס (אונטרעסאנט דער שאט האט געהאלפן באבקעס, נאר שאדן געמאכט), ווען איר הויט האט זיך געהיילט, איז עס געווארן ווי גאר ניי, און האט מער נישט עקזימע, געהערט גאר אסאך אזעלעכע מעשיות, און מיט שטאלץ זאג איך, אז כ'האב א טאכטער מיט עקזימע און איך זיך מיט לעכט זי זאל באקומען מיזעלס.

אהא? דו אנטי רעדן נישט צום זאך? נאר דו פרא וואס בלאבלן נאך, זיי זענען גוט. געב ביטע א ליין וואס שמעון ראלינצקי שרייבט אונעם שטערן פרא וואקסינען, נשתומם צו ווערן אויף דו ליגענטס פארפירעניש וואס ער שרייבט, און כדרך הדשונאלן מיט פעיק נוס, ספינט ער ארום, אז וויבאלד העכער 50 יאר צירוק האט מען אויסגעראטן פאליו, ממילא דארף מען 50 יאר שפעטער נאך אלס געבן וואקסינען אויף דעים, און אלע אנדערע זענען פונקט אזוי וויכטיג, ממש א בקיאות בימינו צו קענען מאכען אן אייגענע היקש מה מצינו ובנין אב ביינאנזאם. חוץ מזה, וואס בלתי שום ספק האט ער אן אגענדע מיט דו ארטיקל, אדער גאר געווארן באצאלט, אז ער ענדיגט אז דו רבנים הייסן אויך אזוי, און ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, ביסט א בלויזע מאגאזין און דזשונאליסט, איז ער מיר געווארן א פוסק אויך. אונטרעסאנט ער ווייסט נישט אז עדרו וויקפיעלד האט מען געסטראשעט מיט טויט אז ער האט געדארפט מכלומרשט צירוק ציען, חוץ מזה, וואס מ'האט אלעס צוהגענומען פון איהם.

אונטרעסאנט, ווען רפואה העלט סענטער האט מיר געצווינגען צו געבן שאטס פאר דו קינדער, און כ'האב מיר קעגן געשטעלט, ביז צו סוף רופ איך זיך אן, ווייסט עטס וואס שטאב דאקטוירען נורסעס, אויב איז דא איינער פון ענק, איינער, וואס איז גרייט מיר צו סיינען אז ס'נישטא קיין סייד עפעקטס, גארנישט, און אויב עפעס געשעהט ח"ו, קען צירוק קומען קלעימען און סואין, בין איך מסכים צו שטעכן אלע מיינע קינדער... געס וואט, קיינער אבער קיינער האט נישט געהאלטן ביים חתמענען זיין נאמען... און כ'האב ארויסגעוואקט ווי א שיינע יוד אן דארפן געבן דער וואקסינען... ס'איז א מילתא דעבודיי לגלויי, פרובירט עס אליין אויס, און זעהט אליינס וואס זיי גייען טוען..

עניוועי, 'שמו' האלט דיר ווייטער פעסט, ווייל כ'ווייס נישט דו נעקסטע מאל כ'וועל דיר קומען מחזק זיין, קעגן דו שרעקליכע בייעס און אגענדע פון קאושער טרעוועל ווי מ'קען זענען פון זיין טינט ואופן הכתיבה.

יישר כח ראש הקהל לעבן פארן אזוי שיין ארויסברענגען הרב שמו'ס געוואלדיגע כוחות, איך בין איינשטימיג מיט א יעדע ווארט. אפילו קאושער טרעוועל אליין האט שוין אמאל באוואונדערט ווי שיין הרב שמו שרייבט, און ווי ער האט זיך אויסגעדריקט איז פאר אים א פארגעניגן צו רעדן מיט אים אפילו ער האלט אנדערש פון אים.

און ווייסט וואס דער סוד איז? ווייל הרב שמו האט פערזענליך נישט באקומען קיין וואקסינען מיום הולדו.

און יישר כח פארן שיינעם סיפור מיט רפואה. ס'איז מיר געווען מורא'דיג געשמאק צו הערן וויאזוי די רשעים זענען צוקראכט געווארן, זייענדיג אליין מודה אז דער ריסק איז גאר גרויס. כה לחי.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:41 am
דורך למעלה משבעים
תוספות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
און וואס טוט זיך מיט דר' באב סיערס?

רעדסט פון אים?

דאס איז וואס ער זאגט:

"Chicken pox, measles, whooping cough, polio, diphtheria, all these diseases that we no longer see very much of anymore, I do say that the vaccines are responsible for getting rid of these."

איך ווייס אז ער האלט אזוי, אבער פונדעסטוועגן האלט ער אז עס פעלט נישט אויס צו וואקציאנירן דערפאר היינט צוטאג, וויבאלד עס איז דא גענוג מעדיקעל קעיר און עס איז נישט קיין סכנה. דאס איז זיין פערזענליכע שיטה, וויבאלד די אקטועלע קעיסעס פון מיזעלס - נישט די טויט ראטע - איז אראפגעגאנגען אין געוויסע לענדער לויט די וואקסין ראטע.

למעלה משבעים האט געשריבן:אגב, אויף וועלכע דף שטייט פארוואס מען האט אים געקלאגט?

קוק דא, פון דף 16 און ווייטער.

איר קענט אנווייזן ווי ער זאגט אזוי. פון די אינטערוויו אין יארע 2010 דא http://www.pbs.org/wgbh/pages//frontlin ... sears.html קוקט נישט אויס אז ער זאל אזוי האלטן. פונקט פארקערט, לויט זיינע ווערטער קומט אויס פונקט פארקערט, אז היינט וויבאלד ס'איז דא אזא ריזן אנטי-וואקסין רעליגיע, דארף מען שוין צוריק אנהייבן געבן וואקסין, ווייל מען איז שוין מער נישט באשיצט דערקעגן.

כ'האב קיין מושג וואס די ווילסט בנוגע די אנקלאגע, מען קלאגט אים מיט אפראווען דאס נישט געבן וואקסין - אן קיין געהעריגע עווידענס אויף א ריעקשאן. און בכללות אויף נישט געהעריג טעסטן דעם פאציענט דערוועגן. און נישט האלטן א מסודר'דיגע פיילינג.

ווייז ביטע איין דאקטער וואס האט יא געטון די דערמאנטע, און גע'פטר'ט נישט צו נעמען נאך וואקסין, ווי מען קלאגט אים דערויף.