"אלעס איבער וואקסינען"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 31, 2012 12:06 pm

מזל טוב בעל תוקע פארן ווערן א שר מאה, יעצט האסטו שוין א בעל מקרא אויך (און נישט סתם איינער, נאר דער באגאבטער פארשער און שרייבער "קראק פאט"!)

---
סתם פאר נייגעריגקייט, א פראגע צו קראק-פאט: דר. פאול האט א מיינונג וועגן וואקסינאציעס?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג ינואר 31, 2012 12:09 pm

פיין געזאגט, מען קען רעדן דערפון טעג און חדשים,

יעדע טאטע האט אן אחריות צו שטודירן דאס ענין, פאר יעדן שטאך זאל ער וויסן.

1) צו איז מיין קינד יעצט 100 פראצענט געזונט, אז ער זאל קענען פארנעמען די שאט.

2)איז דא א משפחה היסטאריע פון רעאקציעס פון וואקסינען, אדער סיי וועלכע מוח אנטוויקלונג פראבלעמען וואס מ'האט זיך צאמגעמוטשעט.

3)צו ווייס איך פאר וועלכע קרענק מען שטעכט אים יעצט, און וואס איז די ריזיקע ער זאל עס אמאל כאפן, און אויב ער וועט עס אמאל כאפן וועט עס זיין א סכנה, אדער עס וועט זיין א קורצליכע אריבערגאנג. (דערווייל שטעכט מען נאכנישט פאר אויער אינפעקשן אדער סטרעפ, אפשר אינזערע אייניקלעך וועט מען שוין איינרעדן וואסארא סכנה ס'איז, דערווייל ארבעט די ספין נאר אויף מאדנע נעמען וואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט).
און די שאלה ליגט אזויפיל,
צו ווייסט איר אז מען שטעכט אויף קרענק וואס זענען שוין יאארן אינטערגעגאנגען?
צו ווייסט איר אז מען שטעכט אויף קרענק וואס מאכט זיך נאר ביי עדאלטס, און א וואקסין עקספייערט נאך 12 יאר, אויב אזוי וואס פארדין איך פון שטעכן א פיצל קינד?
צו ווייסט איר אז מען שטעכט אויף קרענק וואס מאכט זיך נאר ביי די גאר נידריגע אוממאראלישע גוים, וואס האט א איד זיך צו שטעכן מיט דעם?

4)צו האב איך שוין געליינט די פעקעדזש אינסערט פון די וואקסין, און געליינט די ריזיקע פון די וואקסין וואס די האלטסט פארן שטעכן? און דאס איז שוין וואס די קאמפאני שרייבט קלאר (געצוואונגענערהייט).
און א זייטיגע נאטיץ, קוקט גוט אויפן פנים פונעם דאקטער ווען איר בעט אים צו ליינען וואס זענען די סייד עפעקטס. ס'דא דאקטוירים וואס פרובירן זיך ארויסצודרייען פון עס דארפן געבן.

5)צו ווייס איך וויאזוי צו אידענטיפיצירן און באריכטן שעדליכע רעאקציעס פון וואקסינס.

6)צו ווייסט איר אז איר דארפט האלטן א רעקארד פון די וואקסין וואס איר האט געגעבן, די פירמע נאמען און די סיריעל נאמבער פון די אינדיווידועל וואקסין וואס מען האט גענוצט.

7)צו ווייסט איר אז איר האט א רעכט צו זאגן אז איר ווילט נישט וואקסינירן (אין רוב סטעיטס).

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג ינואר 31, 2012 12:11 pm

קרעמער האט געשריבן:---
סתם פאר נייגעריגקייט, א פראגע צו קראק-פאט: דר. פאול האט א מיינונג וועגן וואקסינאציעס?

גראדע יא,

קוק דא
http://www.vaccinationcouncil.org/2011/ ... -medicine/

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג ינואר 31, 2012 3:24 pm

קרעמער האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט, א פראגע צו קראק-פאט: דר. פאול האט א מיינונג וועגן וואקסינאציעס?

פון בעילאוט'ס לינק ליין איך די ערשטע מאל איבער זיין מיינונג דערויף. כ'בין נישט געווארן סורפרייזד, ער גייט גלייך צום שורש פונעם פראבלעם.

*****

איינער האט מיך יעצט פארציילט, פון א פריינד זיינע, וועמענ'ס ווייב איז געווען זייער באזארגט און אנגעצויגן איבער די נושא, זי האט געהאט א שכנ'טע וואס איז געווען אויסגעשפראכן קעגן וואקסינען, און עס האט איר זייער באומרואיגט. נישט וויסענדיג וואס צוטון האט זי אנגערופן ר' עזריאל טויבער שליט"א פרעגענדיג אן עצה. ער האט איר געענטפערט אז, אויב מען הייסט זאל מען נעמען, דער באשעפער שטעלט צו א באזונדערע השגחה עליונה פאר אזוינע דינא דמלכותא וואס מיר ווייסן נישט אויב זיי זענען גוט אדער נישט.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג ינואר 31, 2012 3:34 pm

זייער גוט בארואיגט א נערוועזע אידענע, אבער מיר זאגט עס גארנישט, און לכאור' האט ער געמיינט, שומר פתאים ד'... אבער מיר מוזן נישט זיין קיין פתאים... בפרט נאך די אלע אויפמערקונגען אין די לעצטערע תגובות וואס האבן בארייכערט אונזער וויסענשאפט.
שויתי השם לנגדי תמיד

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג ינואר 31, 2012 4:29 pm

איך מיין אז די מצוה פון ולא תלכו בחקות הגוי איז אויך מגין פאר ווער ס'נעמט עס נישט (למעשה איז נישט אומלעגאל אויב דו נעמסט נישט)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג ינואר 31, 2012 4:38 pm

קראק-פאט האט געשריבן:
איינער האט מיך יעצט פארציילט, פון א פריינד זיינע, וועמענ'ס ווייב איז געווען זייער באזארגט און אנגעצויגן איבער די נושא, זי האט געהאט א שכנ'טע וואס איז געווען אויסגעשפראכן קעגן וואקסינען, און עס האט איר זייער באומרואיגט. נישט וויסענדיג וואס צוטון האט זי אנגערופן ר' עזריאל טויבער שליט"א פרעגענדיג אן עצה. ער האט איר געענטפערט אז, אויב מען הייסט זאל מען נעמען, דער באשעפער שטעלט צו א באזונדערע השגחה עליונה פאר אזוינע דינא דמלכותא וואס מיר ווייסן נישט אויב זיי זענען גוט אדער נישט.


קודם זייט ווען איז ר' עזריאל טויבער א מומחה אויף וואקסינען, כ'מיין אפשער איז א עצה צי פרעגען א סייקאלעדזשיסט, כ'מיין ווי קומט הודו צי כוש,

צווייטענס, מ'מיז נישט נעמען, לעגאל איז דא וועגען נישט צי נעמען, זיי רעקאמאנדירען צי נעמען, אבער מ'מיז נישט, ס'נישט פשט אז איינער נעמט נישט איז ער עובר אויף דיני דמלכות הרשעה,

דריטענס פין ווי ווייסט ר' עזריאל טויבער שליט"א ווי די אייבעשטער שטעלט צי די באזונדערע השגחה פרטית, כ'מיין אזא סטעיטמענט דארף א מקור מען קען עס נישט פראדיצירען אויפען פלאץ, דאס איז דאס זיכער אומלעגאל,
לעצט פאראכטן דורך לאקשען ברעט אום דינסטאג ינואר 31, 2012 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג ינואר 31, 2012 4:46 pm

מיר האט אויך געוואונדערט וואו קומט ער צו זאגן דיעות דערויף, אבער אז א אידענע רופט, האט ער געענטפערט.

אונז מעגן וויסן דעם הסבר דיינעם אויפ'ן פערטן פונקט?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג ינואר 31, 2012 4:56 pm

קראק-פאט האט געשריבן:
אונז מעגן וויסן דעם הסבר דיינעם אויפ'ן פערטן פונקט?


גראדע האב איך א הסבר דערויף, אבער איך גיי עס פארמעקען, פאר פארשטענדליכע סיבות,

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג ינואר 31, 2012 4:58 pm

SIDS?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 11:18 am

לאקשען האסט געליינט די נייעס וועגען polio אין אינדיע?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 12:07 pm

ניין , אין לערען דיר אויס איין זאך, דאס אז ס'דא קראנקהייטען מיינט נאך נישט אז וואקסינען אין גוט, ס'צוויי זאכען, וואקסינען איז א זאך וואס איז זייער נישט געזונט, ס'בעסיקלי סם, אין פארטיג, קראנקהייטען ? ס'אלעמאל געווען אין ס'וועט זיין ביז די גאולה שלימה, אין וואקסינען מאכט עס ערגער נישט בעסער, אין א חוץ פין דעם דארף מען ביי יעדע מעשה וויסען וואס די אמת איז אין נישט גלייבען בלינדערהייט די קארפארעיט מידיע,

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 12:36 pm

אקעי סא פליז ליין קודם אין זיי מברר וויפעל שאדען polio מאכט אן, מער וויפעל וואקסינען לשיטתך
אין איך ניץ עס נאר פאר א דוגמה נאר איין זאך בין איך מודה אז אסאך וואקסינען איז איבריג וועגען דעם דארף מען וויסען וועלכע איז וויכטיג

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 3:21 pm

לאקשען ברעט, די ביסט גרין אויך?
די סאונדסט ווי א טיפיקעל אנטי עסטעבלישמענט
די נעמסט אוודאי נאר וויטאמינען
נאר ארגאניק וכו'
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 4:25 pm

איז שייך זיך ארויסצודרייען דערפון? אין די מוסדות וואו איך שיק מיינע קינדער פארלאנגט מען די אמיונעזעשען קארטל זיכער צו מאכן אז דאס קינד איז דערשטאכן ווי עס ברויך צו זיין. אנאדעם נעמען זיי נישט אריין

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 6:43 pm

משנה מקום האט געשריבן:אקעי סא פליז ליין קודם אין זיי מברר וויפעל שאדען polio מאכט אן, מער וויפעל וואקסינען לשיטתך
אין איך ניץ עס נאר פאר א דוגמה נאר איין זאך בין איך מודה אז אסאך וואקסינען איז איבריג וועגען דעם דארף מען וויסען וועלכע איז וויכטיג


צי ס'מאכט שאדען צי נישט איז נאך נישט קיין ראי' אז וואקסינען העלפט, אבער שאדען מאכט עס זיכער,
קראנקהייטען קענען זיין שעדליך אין מען דארף טוהן וואס מען קען זיך צי אפהיטען דערפין, אבער דאס אז וואקסינען היט אפ פין קראנקהייטען איז דאך איין גרויסע שקר פינעם נחש הקדמוני, ס'נישט אמת,

ספעציפיש וועגען פאליאו דא האסטע א טשארט וואס ווייזט אז שוין יארען פאר די פארשאלטענע וואקסין האט שוין די פאליאו מחלה געהאלטען אין איין ווייניגער ווערען אין9 נאכען וואקסין איז עס סך הכך ווייטער ווייניגער געווארען, צי ווייזען אז ס'האט גארנישט מיטען וואקסין ס'איז א גלאבאלען שקר פינעם נחש הקדמוני,
צוגעלייגטע
וואקסין.gif

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 6:52 pm

dell האט געשריבן:איז שייך זיך ארויסצודרייען דערפון? אין די מוסדות וואו איך שיק מיינע קינדער פארלאנגט מען די אמיונעזעשען קארטל זיכער צו מאכן אז דאס קינד איז דערשטאכן ווי עס ברויך צו זיין. אנאדעם נעמען זיי נישט אריין


קודם קענסטע דאך אריינשרייבען אינעם אמיונעזעשען קארטל וואס די ווילסט, אזוי ווי עס שטייט עם עקש תתפתל, אין צווייטענס קוק דא
http://www.vaclib.org/legal/avoid.htm

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 7:39 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:צי ס'מאכט שאדען צי נישט איז נאך נישט קיין ראי' אז וואקסינען העלפט, אבער שאדען מאכט עס זיכער,

אקעי סא יעצט פין אינדיע איז יא דא א ראי'

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:29 pm

משנה מקום האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:צי ס'מאכט שאדען צי נישט איז נאך נישט קיין ראי' אז וואקסינען העלפט, אבער שאדען מאכט עס זיכער,

אקעי סא יעצט פין אינדיע איז יא דא א ראי'


וואס איז די ראי' ?

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » פרייטאג פאברואר 03, 2012 12:06 am

משנה מקום;

עס איז שוין דאקומענטירט געווארן עטליכע מאל, וויאזוי א דיזיז איז נעלם געווארן און דערנאך צוריקגעקומען ה"י, אפילו מען האט וואקסינירט די בירגער. איך וועל דיר ברענגען איין אזא פאל, אנפאנג 1900 נאך וואס אמעריקע האט אינוואדירט די פיליפפינס, האט זי געצווינגען אלע בירגער צו נעמען די סמאלפאקס וואקסין, סמאלפאקס איז געווען זייער פארשפרייט דארטן. עטליכע יאר נאכ'ן וואקסינירן 100% פון די בירגער איז עס צוריקגעקומען פיל ערגער פון פריער, איך געדענק נישט די פראצענט יעצט, אבער פיל העכער ווי עס איז געווען בעפאר.

פון דא ווייזן טון מאנכע אנווייזן, אז די דיזיזעס האבן א סייקל אין וואס זיי קומען און גייען, און מען קען עס נישט קאנטראלירן.

איך ווייס נישט צופיל דעטאלן איבער פאליאו, איך ווייס אז די ביל געיטס פאנדעישאן איז אין א מלחמה אין די ארימע אפריקאנע לענדער אויסצוראטן פאליאו (און נאך קרענק). קיינער טוט נישט צווינגען ביל געיטס צו ניצן וואקסינען, ער האט אליין באשלאסן אויסצוגעבן ביליאנען דערויף, ממילא מוז זיין אז עפעס טוט זיין פאנדעישאן אויף. נישט נאר ער גיט אויס ביליאנען דערויף, ווארען באפעט איז אזוי אנטציקט געווארן פון זיין ארבעט, אז ער האט אים אוועקגעגעבן רוב פון זיין פארמעגן, ער זאל קענען פארברייטערן זיין ארבעט.

סאו האסטו אביסל "פוד פאר טאט" צו טראכטן ביידע וועגן.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 28, 2012 4:38 pm

נעכטן האב איך געליינט די נייע המספיק גאזעט, וואס זאל איך אייך זאגן ער רייסט ביים הארץ, יעדע חודש מיט אנדערע מינים קרענק וואס פאלט אן אויף גאר קליינע קינדער, און די עולם שרייבט דארט אריין זוכנדיג הילף דורך די בריוון צו די גאזעט, די חודש איז דא עטליכע בריוו פון פעלער פון 'סידזשערס' ביי קינדער, ביי איינעם איז עס יא אוועקגעגאנגען איינער איז אויף מעדיקעישאן פאר זיין גאנצע לעבן, השם ישמרנו, איך בין נאר נייגעריג צו די עלטערן ווייסן אז אויף יעדע וואקסין שטייט אז עס קען גורם זיין סידזשערס, און צו די דאקטער קימערט זיך בכלל צו אויפמערקן פאר די עלטערן וואס האבן שוין א היסטארי פון אזא געשעדיגטע קינד.

ווען די פארמעסוטיקל שרייבט שוין ארויס וואס ס'קען ברענגען, מיינט דאס אז ווען מען האט דאס אויספרובירט איז געווען א שיינע פראצענט וואס האט גורם געווען סידזשערס אז זי האט שוין נישט געקענט דאס שטופן אונטער די קארפעט.

זאל מיר נאר הערן גוטע בשורות.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך מארטש 28, 2012 4:45 pm

בס"ד,

הרב בעילאוט, ביטע מיש נישט ארום קיין קאשע.

אויף יעדע מעדיצינישע זאך שטייט ארויס טויזנט ריזיקעס פון יעדע פיצעלע זאך, מיט איין ציל, אז אויב עפעס פאסירט זאל מען נישט קענען רופן די קאמפאני אין געריכט, ווייל די קאמפאני וועט זאגן מיר האבן דיך געווארנט פון פאראויס. עס מיינט נישט אז די פראדוקט ברענגט מער ריסק צו עפעס א פראבלעם ווי עפעס וואס האט נישט אזא ווארענונג. ווילסט פארפירן קעגן וואקסינען, דאס איז דיין רעכט, אבער פלאטשקע נישט ארום אן לאגיק און אחריות וואס טוט סתם אנזייען שרעק ביי המון עם.

דאנק פון פאראויס, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך מארטש 28, 2012 5:27 pm

ר' יום טוב, כ'פארשטיי נישט וואס די קאשע איז, ער זאגט: אז עס שטייט ארויס קלאר אז עס האט א ריסק פון ברענגען סידזשערס. און ווען עס האט טאקע געברענגט ל"ע, זאגסטו, דריי נישט דעם קאפ, אלעס האט ריסקס און לאז געמאך...
נאן סענטס...

און אז זיי זענען אזעלכע רשעים, וואס קענען מיר הייסן מיט די גאנצע רואיגקייט אז מען מוז דאס איינגעבן פאר מיין שעפעלע, כאטש נעם די ריסק אז מען וועט דיר פאדערן דערפאר, ניין, דאס אויך נישט, דו שטעל איין דיינע אייגענע קינדער, אבער איך שטעל נישט איין אפאר פיאסטער.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 28, 2012 11:23 pm

די סיבה פארוואס מען הערט היינט מער פון סיזשערס וכו', איז א דאנק דעם פאפולערן "בריוו פון ליינער" אפטיילונג פון "המספיק גאזעט", וואס אמאל פלעגט מען אלע פראבלעמען איבערשמועסן מיטן דאקטער און היינט פרעגט מען אן ביים אינפארמאציע מיניסטער וואס זיצט ביים טרייבל אין המספיק גאזעט אפיס.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 9:14 am

הרב קרעמער ביטע ליינט פון די CDC פון די גאווערמענט וואס זיי זאגן, און זיי זענען שוין די וואס שטופן די וואקסינען, סאו וואס ס'שטייט דא זענען זיי מודה במקצת.

און די לינק שרייבן זיי וועגן די פלו שאט, אז אין אויסטראליע האט מען עס אראפגענומען פון די מארקעט ווייל די פראצענט פון סיזשערס זענען ארויף גאר הויך.
http://www.cdc.gov/vaccinesafety/Concer ... zures.html

און די לינק שרייבן זיי וועגן די MMR קעגן די MMRV
http://www.cdc.gov/vaccinesafety/Vaccin ... ature.html
צווישן אנדערע ליינט זיך
The rate of seizures in this timeframe was 85 per 1000 person-years in the MMRV vaccine group compared to 42 per 1000 in the MMR and varicella vaccine group. This risk was about 2 times higher in children who received the combination shot (MMRV) versus the single shots (MMR and varicella).
לויט די חשבון וועט אין א מוסד פון קע''ה 5000 קינדערלעך, שוין איך וויל נישט זאגן ווייטער.

דא האסטו א לינק וועגן DTP
http://www.cdc.gov/vaccines/pubs/vis/do ... s-dtap.pdf
• Seizure (jerking or staring) (about 1 child out of
14,000)
----------------------------------------------------------------------------------------------------------

ר' יו''ט ערליך, איך פלאטשקע נישט, איך וויל נאר אז די עלטערן זאלן האבן אן אנונג אז ווען ס'פאסירט אין די ערשטע פאר טעג נאכן שטעכן זאלן זיי וויסן וואס דא איז געשעהן, צומאל קען עס זיין אז די GENE פון די פאמיליע איז מער האקעל ביי די זאכן, וואס דעמאלט זאגן זיי קלאר אז מען זאל נישט געבן, און נישט זיין אזוי בלינד אז דער דאקטער האט געזאגט אז ס'איז סעיף.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט