Dr. Joseph Mercola Dr. Gary Null Dr. Jane Orient Dr. Viera Scheibner Dr. Andrew Moulden Dr. Archie Kalokerinos Dr. Robert Mendelsohn Dr. Beddow Bayly Dr. William Howard Hay Dr. Tim O'Shea Dr. Andrew Wakefield Dr. Sherri Tenpenny Dr. Richard Moskowitz Dr Phillip Incao Dr. Russell Blaylock Dr. Harold Buttram Dr. Marc Girard Dr. Lawrence Palevsky Dr. William Campbell Douglass Dr. Leo Rebello Dr. Mark Hyman Dr. David Ayoub Dr. Ken Stoller Dr, Jayne Donegan Dr. Garry Gordon Dr. Mayer Eisenstein Dr. Donald Miller Dr. Stephanie Cave Dr. Todd Elsner Dr. Stephen Marini Dr Renee Tocco Dr. Maryanne Block
Dr. Joseph Mercola Dr. Gary Null Dr. Jane Orient Dr. Viera Scheibner Dr. Andrew Moulden Dr. Archie Kalokerinos Dr. Robert Mendelsohn Dr. Beddow Bayly Dr. William Howard Hay Dr. Tim O'Shea Dr. Andrew Wakefield Dr. Sherri Tenpenny Dr. Richard Moskowitz Dr Phillip Incao Dr. Russell Blaylock Dr. Harold Buttram Dr. Marc Girard Dr. Lawrence Palevsky Dr. William Campbell Douglass Dr. Leo Rebello Dr. Mark Hyman Dr. David Ayoub Dr. Ken Stoller Dr, Jayne Donegan Dr. Garry Gordon Dr. Mayer Eisenstein Dr. Donald Miller Dr. Stephanie Cave Dr. Todd Elsner Dr. Stephen Marini Dr Renee Tocco Dr. Maryanne Block
געלעגער ס'נישט אמת ס'האט נישט געראטעוועט טויזענטער ס'איז שקר וכזב, קוק אויף די לינק וואס כ'האב פריער געלינקט אין אפשר גייסטע זאגען אז יאשקע ....... ווייל ער האט מער פלייש...... קוק אויף די מציאות נישט זאג אז ס'ראטעוועט טויזענטער ווען די הייבסט נישט אן צי וויסען וואס די רעדסט,
אדרבה טוה עס אביסעל אדורעך וועסטו זעהן אז ווייט פין אזוי פשוט פין וויזוי די פרובירסט עס אראפ צילייגען, אין אפשער זאגסטע מיר פארוואס איינע פין די גרויסע וואקסין אויסטרעפער האט געזאגט אז פאר זיינע קינדער וואלט ער עס נישט געגעבען....... הא? ווילסט זיך טענה'ו מיט מיר ? כ'בין מסכים אבער טוה עס חאטשיג אביסעל אדורעך אין פאל נישט פאר הוילע פראפעגאנדע אין בייזע ליגענטס, נאכדעם קען מען זיך טענה'ן, כ'גיי דיר פרעגען א פאר פראגעס אין לאמיר זעהן וואס די האסט צי ענפערען,
א) פארוואס ווען מען קוקט אויף די אפיציעלע סטאטיסטיק'ס פין יענע יארען זעהט מען אז די מחלות וואס אפיציעל איז אויסגעראטען מיט די וואקסינען, האבען שוין אנגעהוויבען אראפ ציגיין "אסאך" פאר מען האט געגעבען די וואקסינען אזוי ווי די קענסט זעהן דא, http://wellnessforest.com/?p=608
ב) ווען די העד פין די CDC (די רעגירונג אגענטור וואס האט די איבעערזיכט איבער די אנגעלעגענהייטען) זאגט אליינס אז ער האט נישט קיין השגה צי די וואקסינס זענען געווארען געטעסטעד פאר מען האט עס געגעבען אין אויך לייקענט ער אז ער האט געוויסט אז ס'קען ארויסקומען מוח פראבלעמען(ווי די קענסט זעהן דא http://www.dailymotion.com/video/x9mh9f ... nda_webcam )האלסטע אז מען קען טראסטען אזאלכע מענטשען, אין גלייבען אין זיי ווי ס'וואלט ווען געווען א רעליגיע ?
ג) ווען די פעלער אין אויטיזעם גייט ארויף העכער אין העכער ציזאמען מיט דעם וואס די וואקסינען ווערען מער אין מער אין אזויפיהל פין אחינו בני ישראל ליידען נעבעך דערפין, אין גרויסע ספעציאליסטען זאגען אז וואקסינען איז א גרויסע שולד, איז עס נישט צייט צי געבען א צווייטע טראכט דערפין אין אויפהערען גלייבען בלינדערהייט אין די וואקסינען קאמפאניס פראפעגאנדע מאשינען,
ד) ווייסטו וואספארא כוחות די וואקסינען קאמפאניס וואס פארדינען ביליאנען מיט א בית לייגען אריין צי אפקויפען די דאקטוירים'ס הערצער אז זיי זאלען נישט טראכטען קיין צוויי נאר רעקאמאנדירען זייערע וואקסינען כאילו דאס איז לעבענס וויכטיג, אין אז ס'הייבט זיך נאך אן פין ווען זיי זענען אין יונעווערסעטי,
זיי מוחל ענפער די אלע פראגעס אין נאכדעם וועמער גיין ווייטער,
יא, מ'האט שוין גערעדט דערפון דא אן א שיעור, אבער דערווייל איז נאך דא וואס צו רעדן דערוועגן אסאך.
און דא וועל איך אויך ענפערן פאר די וואס האבן געפרעגט אינעם אנדערן אשכול, אז מ'גיבט דאך מעדיצינען, און העלפט עס דען נישט וכו', וויל איך אייך זאגן, אז איך ווייס נישט ווי מעדיצינען קומט דא אריין אין בילד בכלל, דא רעדט מען נישט פון מעדיצינען און נישט פון אנטיביאטיק, וואס דאס שטייט שוין אין חז"ל דערוועגן, מ'רעדט פון וואקסינען, וואס אנדערש ווי מעדיצין, וואס ארבעט אויף אוועקצושטיפן, אדער לאמיר שוין זאגן אויסהיילן דעם פראבלעם, ארבעט וואקסינען, אז עס גיבט אריין פונעם קרענק אינעם קערפער, יא, נאכאמאל, עס גיבט אריין פונעם קרענק אינעם קערפער, צוזאמען מיט די מעדיצין וואס שלאגט זיך דערמיט, איז די אויפטו, אז די קערפער שלאגט שוין ארויס די קרענק פאר אייביג בעז"ה, דאס איז בעסיקלי די איידיע פון די וואקסינען.
יעצט איז דא זאכן וואס די וואקסינען ווערן געגעבן פאר קרענק וואס זענען נישט אזוי געפערליך, איך מיין צו זאגן, ס'נישט קיין סכנה אויף ווייסעך וואס, ס'איז סך הכל נישט באקוועם, ס'נישט גרינג, מ'קען מאכן משלים אן א שיעור, איך וועל רעדן פון איינס, טשיקען פאקס, וואס איז שלעכט מיט האבן טשיקן פאקס, איך האב עס געהאט, כאטש איך געדענק שוין נישט, ווייל איך בין געווען גאר יונג, אבער דאס איז זיכער, אז ווען מ'האט די זאך, און די קערפער שלאגט זיך דערמיט אליין, אן די הילף פון מעדיצינען, איז עס אסאך געזונטער פארן קערפער, און עס שטארקט די אימיון סיסטעם, משא"כ ווען מ'לייגט עס אריין מיט די וואקסינען, און די מעדיצען וואס קומט מיט דערמיט שלאגט זיך מיט די נארוואס אריינגעקומענע קרענק, פילט דער קערפער, אה, איך דארף גארנישט טוען, איז ווען עס קומט ל"ע צו ערגערע און שווערערע זאכן וואס דער קערפער דארף זיך אן עצה געבן און זיך שלאגן דערמיט, האט ער נישט קיין כח, ווייל ער ווארט אויף דרויסענדיגע הילף חלילה.
אקעי, איך האב שוין נישט קיין צייט יעצט ווייטער, כאטש איך האב נישט ליעב צו שרייבן האלבע זאכן. מ'דארף נאך שרייבן וועגן די דאקטוירים זאגן דאך אזוי, וועגן אחריות פון עלטערן, און וועגן די שטאט קען פארהאלטן.
לאז מיר גיין צושטייט. אויף די ערשטע שאלה איז די תירוץ, די וואקסינען האט מען דאך אויספראבירט פאר עס איז ארויס אויפן גאס, ממילא די אלע מענטשן אויף וועם מען האט אויספראבירט די וואקסינען וואלטן בעצם באקומען די מחלה אן דעם, נאר היות מען האט זיי געגעבן וואקסינען האבן זיי נישט באקומען די מחלות, יעצט דאס איז די גורם פארוואס עס איז אראפ, ווייל די מענטשן האבן נישט באקומען די מחלה..... ווארט אויף די קומענדיגע.....
פארוואס זאל איך נעמען די מיה און דורך ליינען יענע לינק? ווייס איך דען נישט אז אויף יעדע זאך איז דא וואס שרייען דאס פארקערטע וואו נארמאל? דו ווילסט איך זאל דיר ברענגן לינקס פון וויפיל וועב זייטליך שרייען אז בוש האט אינטערגעשטעלט די ווט"צ קראך? און בכלל. פון וואו ווייס איך צו די וועב זייטל איז אן אנגענומענע וועב זייטל אין די מעדיצינישע וועלט?
און קורצן. פארוואס זאל איך זיין אנדערש ווי די גאנצע וועלט און פון רוב דאטורים ווייל עפעס א וועבזייטל וואס א ברעט האט צוגעברענגט זאגט אזוי? הא..?
לאקשען ברעט האט געשריבן:גלייב מיר טאמער די האלסט נישט ביים אדורעך טוהן די נושא מיט א טיפקייט וועסטע בעסער פארען טאמער די וועסט מיר גלייבען ווי טאמער די וועסט גלייבען סי ען ען אדער עפעס א קרופטירטע דזשורנאל, אין איך זאג דיר אז וואקסינען איז סם אין שעדליך פאר די מענטשהייט, אין זיך צי האלטען געזונט איז דא אסאך בעסערע וועגען,
ניין, איך האב נישט די צייט אדורך צו טון די נושא מיט א טיפקייט, און עס איז זייער מעגליך אז די גאנצע וועלט איז קארופטירט, אבער מיינע קינדער וועט מען נישט אריינעמען אין חדר/סקול אויב זיי זענען נישט וואקסינירט. סארי.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
לאקשען ברעט האט געשריבן:גלייב מיר טאמער די האלסט נישט ביים אדורעך טוהן די נושא מיט א טיפקייט וועסטע בעסער פארען טאמער די וועסט מיר גלייבען ווי טאמער די וועסט גלייבען סי ען ען אדער עפעס א קרופטירטע דזשורנאל, אין איך זאג דיר אז וואקסינען איז סם אין שעדליך פאר די מענטשהייט, אין זיך צי האלטען געזונט איז דא אסאך בעסערע וועגען,
אויב דו האסט יא אדורך געטון די נושא קלאר מיט א טיפקייט, איז פארוואס זשע נישט באטייליגן דעם עולם דערין, מיר זענען אינטרעסירט צו הערן מער, נישט סתם אז עס איז סם, און דעציט! לאמיר הערן קלאר, וואס זענען די באווייזן נישט צו געבן, (און עס וועט נישט שאדן שפעטער) צו אפשלאגן וואס עז איז שוין אריינגעזעצן אין מענטשענס קעפ, דארף מען קומען מיט קלארע שטודיעס... דו דארפסט אויך פארשטיין אז ווען דו ביזט מעורר איינעם אז ער האט א אחריות אויף זיינע קינדער... טראכט ער אלס "אחריות" יא צו געבן ווייל דאס איז וואס נארמאל דאקטורים וועלן אים זאגן צו טון. במילא אלס טאטע וויל איך טאקע וויסן ביידע צדדים קלאר, נאר ביטע שיק מיר נישט קיין לינק'ס...