"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

בערקא האט געשריבן:דר. מאיר אייזנשטיין פון טשיקאגא האט אין זיין אפיס באהאנדלט זינט 1970 העכער 35,000 קינדער, א גרויס חלק פון זיי האבן אויסגעקליבן זיך נישט צו לאזן שטעכן, איבעראשענד איז צו הערן אז ביי די אומוואקסינירטע קינדער איז נישט געווען קיין איין פאל פון אויטיזם!

ערשטנס, קארילעשאן איז נישט קיין קאזעשאן. אקעי, נישט געפערליך. ווען מ'זעט אזא משונה'דיגער קארלישען מען מעג אננעמען אז יש דברים בגו, ממילא אויף דעם האב איך נישט קיין טענות.
דער פראבלעם איז אז דר אייזנשטיין האט ערשטנס געטוישט זיין מעשה (דער ערשטער מאל וואס ער האט גערעדט פון די סטאטיסטיק האט ער געזאגט "כ'געדענק נישט קיין פאל פון אוטיזם" - אין אנדערע ווערטער, ער איז נישט נאכגעגאנגן, פון זיין זכרון האט אים אזוי אויסגעזען. שפעטער האט זיך די מעשה אנטוויקלט. עס איז געווארן "כ'האב קלארע דעיטע וואס ווייזט אז קיינער פון די אומוואקסינירטע זאל האבן אוטיזם". פון זיין זכרון איז עס פארוואנדלט געווארן אין דעיטע.
אבער דער עיקר פראבלעם, און איך שטרייך אונטער, והוא העיקר, איז אז דר. אייזנשטיין האט אין ערגעץ נישט געפאבלישט זיין דעיטע! קיינער האט קיינמאל נישט געזען די דעיטע, חוץ ער, און ער האט קיינמאל נישט געשריבן די נומבערס. צוזאגן איז ביליג, און זאגן איז בחנם. דר. אייזנשטיין האט א ביזנעס פון אלטערנאטיווע היילונגן און ס'קומט אויס גוט צו האקן אויף וואקסינען. אדער אפשר גלייבט ער באמת און וואס ער זאגט, קען זיין ער ליידט אויף קאנפירמעישאן בייעס. די פוינט איז, דאס איז א שיינע מעשה'לע אויף צו נארפארציילן און מאכן מאמעס דערשראקן, עס האט אבער זערא מיט מעדעצין צוטין און ס'האט נישט קיין שום האפט אין די שאלה יא צו וואקסינירן צו נישט. פוסטע דעמאגאגיע ותו לא מידי.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובה דורך בנימין הלוי »

מטעמים האט געשריבן:אפשר נישט קיין רשע אבער זיכער א "געזונטע" משוגענער. משוגע לאותו דבר.

מיין מאמע האט ב"ה איבער א מנין קינדער אלעס וואקסינירט אין געלויבט דער פון אויבען סיז נישט דא קיין שלעכטע בשורות דער אויבערשטער זאל העלפען ווייטער.

ב"ה, דער אויבערשטער זאל העלפען ווייטער. אבער דאס איז ניט קיין סטאדי... אדער האט איר געמאכט א וויץ?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

בנימין הלוי האט געשריבן:

אז דר אייזנשטיין מעג, מעג ער דאך אויכעט
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ר שמואל קאמענעצקי איז ארויס קעגן וואקסינען? ער זאגט עס איז א "האוקס"? אפי' די פאוליא וואקסין איז א האוקס - זאגט ער - לויט באריכטען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

כווייס נישט וואס עס איז יא אדער נישט קיין האוקס, וואס איך ווייס יא איז, צוויי פעלער (פארגעס יאר) ביי היימישע אידן וואס אומוואקסינירטע קינדער זענען קראנק געווארן אויף טאקע די דאזיגע דיזיעזעס, איין קינד אזא (בן למשפחה שלוחמת בוואקסינאציעס) איז נעבעך אוועק, ל"ע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובה דורך סביב העולם »

.
אטעטשמענטס
issue[1]_Page_08.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פעלדער צעך גאר אסאך געטוישט זינט כ'האבעם געזען די לעצטע מאל.......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א שטורעם האט אויסגעבראכען איבער א סטעיטמענט פון קריסטי איבער וואקסינען.

ווי באוויסט איז דא א מיזעלס אונטערגאנג היצט אין אמעריקע. און אבאמא האט געהאט געגעבן א שטעיטמענט אז עס איז נישט קליג נישט צו געבן די וואקסינען פאר די קינדער, נאר אז אלע עלטערן זאלן דאס אמבאדינגט געבן.

קריסטי איז אין לאנדאן און מען האט אים געפרעגט וואס ער האלט, זאגט ער, אז כאטש ער מיט זיי ב"ב געבן וואקסינען, ווייל זיי האלטן עס איז וויכטיג, אבער עס דארף זיין עפעס וואס זאל זיין א אויסווייל. דאס איז פארשטאנען געווארן אז ער האלט מען יעדע פון די עלטערן זאלן האבן די אייגענע אויסוואל, יא אדער נישט צו געבן.

עס איז געווארן א גרויסע שטורעם, ווייל דאס איז זייער נישט קיין פאפיולערע שטעלונג.

ער האט שוין "אויסגעקלארט" אז ער האט געמיינט "אויסוואל" ווייל געוויסע סטעיטס האבן אנדערע געזעצן איבער דעם ווי אנדערע סטעיטס, און דאס האט ער געמיינט.....

נאך איידער ער האט "אויסגעקלארט", האט שוין רענד פאול געגעבן א סטעיטמענט מיט "שטארקע שטיצע" פאר קריסטי, און אז "רוב וואקסענעשאנס" דארף זיין וואלענטארי און מען זאל לאזען די עלטערן דיסיידן".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובה דורך בנימין הלוי »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאך איידער ער האט "אויסגעקלארט", האט שוין רענד פאול געגעבן א סטעיטמענט מיט "שטארקע שטיצע" פאר קריסטי, און אז "רוב וואקסענעשאנס" דארף זיין וואלענטארי און מען זאל לאזען די עלטערן דיסיידן".

שני קושיות בדבר
פארוואס נאר רוב?
לאזט מען דען נישט די עלטערן דיסיידן? מען צווינגט דען איינעם?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בנימין הלוי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאך איידער ער האט "אויסגעקלארט", האט שוין רענד פאול געגעבן א סטעיטמענט מיט "שטארקע שטיצע" פאר קריסטי, און אז "רוב וואקסענעשאנס" דארף זיין וואלענטארי און מען זאל לאזען די עלטערן דיסיידן".

שני קושיות בדבר
פארוואס נאר רוב?
לאזט מען דען נישט די עלטערן דיסיידן? מען צווינגט דען איינעם?

זעהט אויס ער האלט געוויסע מוז מען יא האבן. און יא, מען נעמט נישט אן אין סקול סיסטעם אויב איז מען נישט וואקצענירט. עס איז דא וויאזוי זיך ארויסצודרייען מיט רעליגיע וכדו', אבער גראדערהייט נעמט מען נישט אריין אין שולע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובה דורך בנימין הלוי »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זעהט אויס ער האלט געוויסע מוז מען יא האבן.

אהה ער איז פשוט מחולק מיט די העלט עקספערטן.. כ'האב געמיינט ער איז א קנאי פאר פרייהייט
ווען ער האלט מען דארף מעג מען צווינגען אויך, נו אויף די איינצעלהייטן קען מען זיך דינגען

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און יא, מען נעמט נישט אן אין סקול סיסטעם אויב איז מען נישט וואקצענירט. עס איז דא וויאזוי זיך ארויסצודרייען מיט רעליגיע וכדו', אבער גראדערהייט נעמט מען נישט אריין אין שולע.

איך ווייס אז מען נעמט נישט אן אבער צווינגט מען דען צו שיקן אין שולע? מען קען לערנען אינדערהיים אזויווי ביי די היסטארישע שניי שטורעם העעל"ט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
KUPSTHICK
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2009 10:01 am

תגובה דורך KUPSTHICK »

vin newa

CDC officials released the new flu season numbers on Friday.
It’s the highest level seen since the government started tracking the statistic in the 2005-2006 flu season. The previous record was 183 per 100,000, during the flu season two years ago.
That flu season and this one were dominated by a virus known as H3N2. This year," the flu vaccine is not built for the H3N2 strain" which is the one that’s spreading most widely.
Overall, the flu vaccine is only 23 percent effective this
winter
, CDC officials said recently.

בקצר סהעלפט א האלבע פייג
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

דיין אויספיר האט נישט קיין שייכות מיט וואס דו האסט איבערגעקאפיט. זיי פרובירן צוצוטררעפן די ריכטיגע סטרעין אבער נישט אלס געלונגט עס, וויבאלד ס'איז אוממעגליך צו וויסן פון פאראויס פונקטליך וועלכע סטרעין וועט אטאקירן יענע יאר. נישט נעמען העלפט א גאנצער פייג, ביי די וועי...
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

בנימין הלוי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זעהט אויס ער האלט געוויסע מוז מען יא האבן.

אהה ער איז פשוט מחולק מיט די העלט עקספערטן.. כ'האב געמיינט ער איז א קנאי פאר פרייהייט
ווען ער האלט מען דארף מעג מען צווינגען אויך, נו אויף די איינצעלהייטן קען מען זיך דינגען

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און יא, מען נעמט נישט אן אין סקול סיסטעם אויב איז מען נישט וואקצענירט. עס איז דא וויאזוי זיך ארויסצודרייען מיט רעליגיע וכדו', אבער גראדערהייט נעמט מען נישט אריין אין שולע.

איך ווייס אז מען נעמט נישט אן אבער צווינגט מען דען צו שיקן אין שולע? מען קען לערנען אינדערהיים אזויווי ביי די היסטארישע שניי שטורעם העעל"ט

אויף די וועלכע זיי האלטן אז ס'איז א פאבליק העזערד ווייל אן עפעדעמיע קען אויסברעכן איז אפילו א ליבערטעריען ווי רענד מודה אז מ'דארף דאס ענפארסן. אבער אויף פלו וועלכע איז נישט 100% עפעקטיוו און ס'ברעכט געווענליך נישט אויס קיין ערנסטע עפעדעמיס האלט רענד אז לשיטת הליבערטערעניזם טאר מען נישט צוויינגן
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
KUPSTHICK
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2009 10:01 am

תגובה דורך KUPSTHICK »

ירוחם האט געשריבן:דיין אויספיר האט נישט קיין שייכות מיט וואס דו האסט איבערגעקאפיט. זיי פרובירן צוצוטררעפן די ריכטיגע סטרעין אבער נישט אלס געלונגט עס, וויבאלד ס'איז אוממעגליך צו וויסן פון פאראויס פונקטליך וועלכע סטרעין וועט אטאקירן יענע יאר. נישט נעמען העלפט א גאנצער פייג, ביי די וועי...

כהאב געוואלט ארויסברענגן אז זיי וועלן אייביג טרעפן א תירץ פארווס סהעלפט נישט
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

תגובה דורך purple knish »

קלארשטעלונג: כ'האב נאכנישט אלעס דורכגעליינט, הערשט יעצט זיך גענומען צום אשכול נאך וואס די אידענע האלט און איין פרעגן וואקסינירן אדער נישט.

כ'האלט ביי פעידזש 6.

אלס הקדמה, האמיר די ווערטער פון די הייליגע גמרא "טוב שברופאים לגיהנום".

וואס כ'מיין צוזאגן, דער עולם איז אזוי איבערגענומען, ס'הייסט? די דאקטאר הייסטעכעס נעמען?! די גמרא איז נישט געווען אזוי אימפרעסד פון אפילו די בעסטע דאקטורים!

שנית, האב איך לעצטענס געהערט פון א חשוב'ן רב נאכזאגן ברבים פון סאטמאר רבי'ן זי"ע "יעדעס מאל וואס עס איז דא א מחלוקה איבער א ענין ליגט די אמת ביי די זייט וואס מאכט נישט קיין געלט!" מיינעך אז מ'קען עס אפלייען דא אויך גאנץ גוט, ווען אויף איין זייט שטייט א מולטי ביליאן דאללער אימפעריע.

יעצט צום ענין,

כ'פארשטיי נישט אויף יעדע נושא האט מען מיינונגען מען טוט עס דורך מען שטודירט מען דוסקוסירט על אף עס איז עפ"י רוב קיינעם נישט נוגע, און ווען עס קומט צו זאכן וואס איז נוגע פאר די טייערסטע וואס מיר פארמאגן איז מען ביזי מיט ליצנות און זינלאזע תירוצים???

האט מען זיך נאכנישט גענוג איבערגעצייגט אין די אומ'אחריותדיגע און פארפירישע FDA?? קודם זאגט מען Saturated fat איז שעדליך, מען פאמפט עס פאר פופציג יאר, קומט מען ארויס מיט א געוואלדיגע אויפטו Tranf Fat. און יעצט דרייט זיך אלעס צוריק מפארבאט Trans fat.

כהאב געהערט לעצטנס אז די רבי זי"ע האט אמאל געזאגט - ווען מ'האט אים געפרעגט וואס עס פעלט און אמעריקע -
איין זאך פעלט און אמעריקע... שכל!

(סיז ידוע די מימרא פון ר' ליפא פר"ם אז מקען טון מיטן עולם וואס מ'וויל. אז איינער וועט אריינקומען און ביהמ"ד און אויסרופן עס פארט א באס פון לי/ראדני קיין אוישוויץ וועט דער עולם גיין ווי קעלבער...)

וואס דען, איין זאך, עצלות! דער עולם איז פויל און באקוועם דורכצוטון די סוגיא, און מ'וויל עס נישט נעמען אויף זיך. אזוי וואס עס געשעהט יענער איז שולדיג. די גרעסטע עצלות איז עצלות במחשבה! (רמח"ל)

איך האב מיטגעהאלטן א מעשה און משפחה ליידער, וואס א פרוי האט גענומען א שאט (ביים ווארטן) און פון דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן פראבלעמען מיטן קינד. עס איז פעסטגעשטעלט געווארן אז דאס איז געווען די גורם. עד היום איז דאס קינד נישט דעוועלאפד. ה"י

כלפי מה דברים אמורים, אז איר האלט נישט ביים פעסט דורכטון די נושא ווארפטס נישט קיין ליצנות. עס זענען דא וואס ווייסן יא.
א תם איז נאר וועלקאמד איין מאל א יאר...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

;l;p-
איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדער, א חלק יא וואקסינירט און די שפעטערע נישט (נאכדעם וואס מיין אידענע האט אביסל דורכגעטון די נושא), ב"ה די וואס זענען נישט וואקסינירט האבן נישט געליטן קיין איינמאל קיין אויערן אינפעקציע (מיט די אנדערע האב איך מיך ארומגעפלאגט), און דערווייל נאכנישט געדארפט נעמען קיין אנטי ביאטיק (די צוויי זאכן געדענק איך מאמענטאל), השי"ת יעזור הלאה
יעצט איך זאג נישט אז וואקסענירן ברענגט אויערן אינפעקציע, אבער אויף אזויפיל קבל את האמת ממי שאמרו, אז מ'ווערט נישט קראנק ווען מען נעמט נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

וואו פעלט דאטא?

תגובה דורך תוספות »

ירוחם האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:דר. מאיר אייזנשטיין פון טשיקאגא האט אין זיין אפיס באהאנדלט זינט 1970 העכער 35,000 קינדער, א גרויס חלק פון זיי האבן אויסגעקליבן זיך נישט צו לאזן שטעכן, איבעראשענד איז צו הערן אז ביי די אומוואקסינירטע קינדער איז נישט געווען קיין איין פאל פון אויטיזם!

ערשטנס, קארילעשאן איז נישט קיין קאזעשאן. אקעי, נישט געפערליך. ווען מ'זעט אזא משונה'דיגער קארלישען מען מעג אננעמען אז יש דברים בגו, ממילא אויף דעם האב איך נישט קיין טענות.
דער פראבלעם איז אז דר אייזנשטיין האט ערשטנס געטוישט זיין מעשה (דער ערשטער מאל וואס ער האט גערעדט פון די סטאטיסטיק האט ער געזאגט "כ'געדענק נישט קיין פאל פון אוטיזם" - אין אנדערע ווערטער, ער איז נישט נאכגעגאנגן, פון זיין זכרון האט אים אזוי אויסגעזען. שפעטער האט זיך די מעשה אנטוויקלט. עס איז געווארן "כ'האב קלארע דעיטע וואס ווייזט אז קיינער פון די אומוואקסינירטע זאל האבן אוטיזם". פון זיין זכרון איז עס פארוואנדלט געווארן אין דעיטע.
אבער דער עיקר פראבלעם, און איך שטרייך אונטער, והוא העיקר, איז אז דר. אייזנשטיין האט אין ערגעץ נישט געפאבלישט זיין דעיטע! קיינער האט קיינמאל נישט געזען די דעיטע, חוץ ער, און ער האט קיינמאל נישט געשריבן די נומבערס. צוזאגן איז ביליג, און זאגן איז בחנם. דר. אייזנשטיין האט א ביזנעס פון אלטערנאטיווע היילונגן און ס'קומט אויס גוט צו האקן אויף וואקסינען. אדער אפשר גלייבט ער באמת און וואס ער זאגט, קען זיין ער ליידט אויף קאנפירמעישאן בייעס. די פוינט איז, דאס איז א שיינע מעשה'לע אויף צו נארפארציילן און מאכן מאמעס דערשראקן, עס האט אבער זערא מיט מעדעצין צוטין און ס'האט נישט קיין שום האפט אין די שאלה יא צו וואקסינירן צו נישט. פוסטע דעמאגאגיע ותו לא מידי.

איך הער וואס דו זאגסט, ער האט נישט קיין דאטא, טאקע א שטארקע טענה.
יעצט זאג דו מיר. די אלע דאקטוירים וואס זאגן מיט א פעסטקייט אז נעמען וואקסינען איז 100% סעיף אן קיין שום חשש ח"ו, וואו זענען זייערע דאטא?
אפשר קענען מיר די זכיה האבן צו זען "איין" סייענטיפיש אויסגעהאלטענע שטודיע - היינו עס זאל זיין אויסגעוועלטע מענטשן דורך א גורל, נישט געקליבן דורך מענטשן. עס זאלן געמאסטן ווערן די תוצאות קעגן א צוקער פיל נישט קעגן א אנדערע מעדיצין, סיי דער דאקטער וואס געט די מעדיצין סיי דער וואס נעמט עס זאלן נישט וויסן וואס ער נעמט. אזוי ווי די נארמאלע אנגענומענע וועג ביי סייענטיסטן דורכציפירן א שטודיע - קענסטו מיר טרעפן איין אזא שטודיע ביי סיי וועלכע וואקסין, אז דער וואקסין איז נישט שעדליך?
נו ברענגדזשע מיר דעם שטודיע, איך האב א בענקל מיט א שירעם.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

Over the past two decades, childhood vaccines have saved the lives of 732,000 U.S. children and prevented more than 300 million kids from getting sick, according to a 2014 study from the CDC.
Nearly 90 percent of vaccine side effects are not serious, according to the CDC.
More than 20 rigorous scientific studies have shown that there is no link between the MMR vaccine and autism, according to the CDC. The original study that claimed to find such a link has been discredited, and was retracted.
A 2011 report from the National Academy of Medicine reviewed more than 1,000 vaccine studies and concluded that serious reactions to vaccines are extremely rare.
The MMR vaccine can cause fevers, and some children who develop a fever can have a seizure; these are called fever-triggered seizures. However, studies show there is one case of fever-triggered seizure for every 3,000 to 4,000 children who receive this vaccine. And these seizures almost never cause harm over the long term, the 2011 review said.
About one in 10 children who is infected with measles develops an ear infection, and such infections can result in permanent hearing loss, according to the CDC.
For every 1,000 children who get measles, one or two will die from the disease, the CDC said.
Two doses of the measles vaccine are about 97 percent effective at preventing measles, the CDC said.
In rare cases, the rotavirus vaccine, called RotaTeq, is linked to the development of a serious intestinal disorder called intussusception. A 2014 study found that for every 65,000 children who received this vaccine, there was one case of intussusception.
A 2011 study found that the rotavirus vaccine had prevented 65,000 U.S. children from being hospitalized with rotavirus since 2006.
A 2012 study found that the human papillomavirus (HPV) vaccine is linked with an increased risk of fainting. The study, which included nearly 200,000 girls who received at least one dose of the Gardasil HPV vaccine, found that there were 24 cases of fainting per 1,000 people on the day of vaccination. For comparison, there were an average of four cases of fainting per 1,000 people when studied months after vaccination.
The HPV vaccine was introduced in 2006, and during the next four years, the rate of HPV infections among teen girls decreased by 56 percent, despite a relatively low vaccination rate in this age group, according to a 2013 study. (HPV infections in women increase the risk of cervical cancer.)
Studies on the safety of the chicken-pox vaccine found that about 3 percent of children had a mild, chicken-pox-like rash after the first dose of the vaccine, according to the CDC. On average, these children had two to five lesions, compared with the typical 250 to 500 lesions found in children who contract the actual illness, according to the Immunization Action Coalition (IAC), a nonprofit organization funded by the CDC that creates and distributes educational materials on vaccines.
Although chicken pox is usually a mild disease, it can cause serious complications, including bacterial infections of the skin, pneumonia, inflammation of the brain and blood stream infections, according to the CDC. Before the introduction of the chicken pox vaccine, there were about 4 million cases of chicken pox in the United States per year, and of these, an estimated 11,000 people went to the hospital with complications and 100 people died from the disease, the IAC said.
After the introduction of the chicken pox vaccine, cases of the disease fell nearly 80 percent in the U.S. over a decade, according to a 2012 study.
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

וואס זאל איך דיר זאגן, ס'איז באמת א מורא'דיגער ארטיקל, און איך האב מורא'דיג שטארק הנאה געהאט.

איך האף אי"ה צו אנקומען איבערצושמועסן א יעדן פרט ופרט וואס מען לערנט ארויס דערפון, אבער ביזדערווייל לאמיר אנהייבן צוביסלעך שטיקל ביי שטיקל.

Over the past two decades, childhood vaccines have saved the lives of 732,000 U.S. children and prevented more than 300 million kids from getting sick, according to a 2014 study from the CDC.

איז דער שטיקל האט בעצם נישט קיין שום דעקונג, הגם ס'איז דא אזא ארטיקל אויף לייוו סייענס וואס טענה'עט אזוי, זאגט ער דארט אז דאס איז די נומער פון קינדער וועלכע זענען וואקציאנירט געווארען זינט די ניינציגער יארן ווען די מיזעלס מגיפה האט זיך אפגעשטילט, און איינער האט שוין פריער אויפגעוויזן דא אז דאס זיך אפשטעלן פון די מגיפה האט נישט מיט קיין וואקסינען געהאט צוטון, הגם דער שרייבער אין לייוו סייענס פרובירט זייער שטארק עס זאל אויסקוקן אזוי.

Nearly 90 percent of vaccine side effects are not serious, according to the CDC.
דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז עס זענען דא serious סייד עפעקטס פון וואקסינען לכולי עלמא, עס זענען נאר דא אזוי סאך נישט געפערליכע סייד עפעקטס, אז די געפערליכע סייד עפעקטס זענען "נאר" אביסל מער פון א צענטל דערפון, איך הער, הייסט עס אז וואקסינען זענען 100% סעיף?

(המשך יבוא בעז"ה)
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

שוין. אודך. די וואקסין דעבאטע האט מען שוין דא אזוי אויסגעקאכט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

Kosher Travel האט געשריבן:שוין. אודך. די וואקסין דעבאטע האט מען שוין דא אזוי אויסגעקאכט.

I like that he is data driven, let's wait for him to show the data that vaccines are unsafe
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

תוספות האט געשריבן:ו און איינער האט שוין פריער אויפגעוויזן דא אז דאס זיך אפשטעלן פון די מגיפה האט נישט מיט קיין וואקסינען געהאט צוטון, הגם דער שרייבער אין לייוו סייענס פרובירט זייער שטארק עס זאל אויסקוקן אזוי.

די שאלה איז וואס מיינט אויפגעוויזען
איינער אויבען האט געוואלט זאגען אז פאוליאו האט אויך גארנישט מיט וואקסינען און פונקט וועלכע לענדער מען האט אנגפאנגען געבען וואקסינען פונקט דעמאלטס איז עס פון זיך אליינס אינטערגעגאנגען נישט קיין חילוק אז עס איז געווען 50 יאר + שפעטער
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:ו און איינער האט שוין פריער אויפגעוויזן דא אז דאס זיך אפשטעלן פון די מגיפה האט נישט מיט קיין וואקסינען געהאט צוטון, הגם דער שרייבער אין לייוו סייענס פרובירט זייער שטארק עס זאל אויסקוקן אזוי.

די שאלה איז וואס מיינט אויפגעוויזען
איינער אויבען האט געוואלט זאגען אז פאוליאו האט אויך גארנישט מיט וואקסינען און פונקט וועלכע לענדער מען האט אנגפאנגען געבען וואקסינען פונקט דעמאלטס איז עס פון זיך אליינס אינטערגעגאנגען נישט קיין חילוק אז עס איז געווען 50 יאר + שפעטער
אטעטשמענטס
הרב לאקשען ברעט ברענגט אראפ דעם טשארט אינעם ערשטן פעידזש פונעם פארום "וואקסינאציעס, איזעס א הילף אדער פארקערט"
הרב לאקשען ברעט ברענגט אראפ דעם טשארט אינעם ערשטן פעידזש פונעם פארום "וואקסינאציעס, איזעס א הילף אדער פארקערט"
vaccine_-_disease_decline.png (64.97 KiB) געזען 1549 מאל
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

וואס איז די מקור פון די טשארט איך קען מאכען מער פראפעשינעל טשארטס און "It must be true i saw it on the internet"
יעצט מאך מיך אזא טשארט אויף אינדיע און א פאר אפריקאנע לענדער וואס האבען געהאט ערענסטע נאומבערס פון פאוליאו לעצטענס און נאך מען האט מנדב געווען אהין וואקסינען איז עס פונקט פון זיך אליין אינטערגעגאנגען
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”