"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

man
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2018 2:02 am

תגובה דורך man »

קען זיך איינער ביטע מנדב זיין אראפצושרייבן א לוסטע פון טענות מיט פירכות, אין פירכות על הפירכות וכו׳?
אנשטאטס פון איבערקייען אויב דוקטורים ווייסען יא אדער נישט וואס עס טוהט זיך, און אויב זיי ווייסען יא אדער נישט תירוצים, ארויסשרייבן בקיצור די טענות און פירכות, אז עס זאל זיין כשולחן ערוך לפנינו, און וואוסען קלאר וואס צופרעגן דאקטורים.
לדוגמא:
בעד:

1) אראפגעפאלן דראסטיש נומרען פון טויטע זייט די וועקסינס, (פון צווי מיליאן צו הונדערט טויזענט).
מקור= ???
נגד: = אראפגעפאלן פארדעם.
בעד: = היתכן פונקט בערך און דער צייט?
נגד: = ??
מקורות להרחבה ???

2) ??

נגד:

1) שטודיעס אז דאס (?MMR) קען גורם זיין אוטיזעם.
מקור = דר. וויקפיעלד ודר.??
בעד: = אויפגעוויזען סאיז פאלש.
נגד: = געצוואונגען און פארדרייט פאקטן.
מקורות להרחבה = ????

2) ???
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

תגובה דורך ירום הודו »

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

ירום הודו האט געשריבן:א. מורים את מוריהם? הייסט עס אז ער איז נאר א דעת תורה ווען ער טרעפט צו צום שיטת בעל ה'תוספות מניק'?
די שאלה איז געוועזן צו עקזיסטירט אויף דעם כדור הארץ א בעל דעת תורה וועם איר וואלט גע'טראסט 100% אן קיין הסברים און מהיכן דנתנו'ס?

ב. דער דיין אייערער, מה שמו? פארוואס מוטשעט מען זיך מיט קאמענעצקיס גריימימאנס און שטייניצמאנס ווען מ'קען זיך ג'יין דורכשמועסן מיט א היימישער דעת תורה?

ג. ווען פארלאזט מען זיך און ווען דארף עס שטימען? האט איר פון עם אויך געפאדערט הסברים אזוי ווי איר פאדערט אונעם ערשטען פאראגראף? אדער משום מעשה רב? טוט ער עס מחמת שלום בית אפשר?

א. איך בין גרייט צו גלייבן און פאלגן א יעדע דעת תורה, חוץ ווען איך ווייס קלאר אז ער מאכט א טעות אין די מציאות אדער אין די הלכה. און אויב מאכט ער נישט קיין טעות, נאר איך בין מיך טועה, קען ער דאך אויפווייזן בבירור זיין גערעכטיקייט.

און איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס עס קומט דא אריין די טענה פון מורים מוריהם, ווייל ממה נפשך, איז ער גערעכט, האט ער דאך א וועג דאס אויף צו ווייזן. און אויב מאכט ער א טעות, מאכט ער דאך א טעות. איז וואס איז דיין טענה? בין איך דען מחויב צו גלייבן אז דער דעת תורה האט רוח הקודש? און אפילו לאמיר אננעמען אז ער האט רוח הקודש, בין איך נישט בארעכטיגט אים איבער צו פרעגן אויב זע איך באשיינפערליך אז ער האט זיך טועה געווען?

איך פערזענליך וואלט נישט געגלייבט קיין שום מענטש אין די גאנצע וועלט גארנישט, אן קיין מהיכן דנתנו. נישט ביי הלכה, און זיכער נישט ביי א מציאות. סתם ווייל יענער האט אזוי געזאגט? נו, האט ער געזאגט, ובכן?.

ב. מחמת טעם כמוס, וויל איך דיר נישט זאגן ווער מיין דיין איז. אבער דא אין מאנסי איז דא היבש היימישע דיינים וואס געבן נישט קיין וואקסינען. אז דו ווילסט, קענסטו זיך נאכפרעגן ביי דיינע גוטע פריינד און באקאנטע.

ג
. לעולם וואלט מיר פערזענליך דער שולחן ערוך געווען זייער א גוטער פוסק, נאר היות עס זענען דא זאכן וואס עס איז אנגענומען ביי אידן אז מען פרעגט א דיין אפילו מען קען אליין די הלכה. אשר על כן פרעג איך מיינע שאלות פון א דיין. און פארשטייט זיך אז אויב עס מאכט זיך אז איך האלט נישט אזוי ווי אים, שמועס איך אויס אלע צדדים ביז די אמת'ע הלכה ווערט נתברר.

און לגבי די שאלה אויף וואקסינען האט מיר מיין דיין מסביר געווען, אז לאמיתו של דבר זענען דאך אפילו די דאקטוירים מודה אז וואקסינען העלפן גאר ווייניג, ובפרט ביי א אויסברוך פון א קרענק. פארשטייט זיך אז זיי וועלן זיך פארענטפערן מיט כל מיני זינלאזע הסברים, אבער סוף פסוק זענען זיי מודה דערצו. והפלו והמאמפס שאט וכו' יוכיחו. ווי אויך זענען זיי דאך מודה אז עס קען ברענגען שאדנס, כאטש זיי זאגן אליין אז זיי ווייסן בכלל נישט וויפיל שאדנס עס קען ברענגען, און פאר וועם. אשר על כן האלט ער אז דא איז לכל הדעות גילטיג דער כלל פון שב ואל תעשה עדיף.

א. איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס עס קומט דא אריין די טענה פון מורים מוריהם, ווייל ממה נפשך, איז ער גערעכט, האט ער דאך א וועג דאס אויף צו ווייזן וואס פונקטליך איז אזוי שווער צו פארשטיין? פון אייער תשובות קומט אויס כאילו נאר איינער וואס איז מסכים מיט אייערע מסקנות דער האט ארויס די מציאות, משא"כ אויב א רב וועט פסק'נען פארקערט פון אייער מסקנא איז ער בחזקת אז ער ווייסט נישט די מציאות און ער דארף זיך ערקלערן. (ומה עוד די מרפסן איגרא טענה אז קיינער קען נישט אפווענדן די ראיה פון 'לא ראינו' אז אוטיזם קומט נישט פון די וואקסין'ס. איי, לא ראינו אינו ראיה? תיקו.) ותו, האט איר זיך מתעלם פון ענטפערן די עיקר שאלה אויבן, צו איז פאראן א דעת תורה וואס איר זענט גרייט זיך צו פארלאזן אויף אז אפילו אויב ער נעמט א שטעלונג אז מ'דארף יא געבן איז בחזקת אז ער ווייסט די מציאות אפילו איר פארשטייט נישט און ס'שטימט נישט מיט אייערע מסקנות?? אויב עקזיסטירט נישט, מיינט דאס "מורים את מוריהם", יא! די תורה האט באנקראטירט לשיטתך. איי ער איז זיך נישט מסביר? ער דארף נישט. האסט א ברירה קאנסט אריינגיין צונעם און דרך ארץ'דיג ערקלערן אז ייתכן אז די און די פאקטען און מקורות זענען נישט גענומען געווארן בחשבון און מאך א בואי בשלום. ער ברויך זיך נישט פארענטפערן אדער געבן א דין וחשבון צו ער האט יא געוואוסט אדער זיך גערעכנט און פארוואס יא פארוואס נישט. אויב איז ער א ערליכע דע"ת וועט ער אלעס נעמען בחשבון און וועט טוישן זיין פסק. איז צוריק צו די שאלה: קע"ן י"ו נעי"ם ווא"ן דעת תורה, למשל הרב אויש, הרב ב. לאנדא, איך ווייס, עני אנערקענטער רב, דיין, מוכיח ויודע, וואס אז מ'עט אים אריין טראגן אלע לינקס ווידיאוס און ריסורטש, וועט ער זיין נאמן ביי איך אז ער פארשטייט און מ'קען זיך פארלאזן אויף זיין מסקנא אפילו ער איז נישט מסביר פארוואס?

ב. דא אין מאנסי איז דא היבש היימישע דיינים וואס געבן נישט קיין וואקסינען. אז דו ווילסט, קענסטו זיך נאכפרעגן נו, דאס טוה איך דאך איך פרעג מיך נאך ביי אייך, אפשר העלפט איר מיר ארויס און געטס מיר א נאמען פון א דיין וואס איך קען אנרופן פרעגן צו ער האלט אזוי ווי איר זאגט, און אויב ער איז מסכים מיר צו זאגן אויף וועלכע דאקטוירים זיין חוו"ד איז געבויט (ואולי חסרים לו כמה ידיעות שבמקרה אינו מודע להם כדלהלן)

ג. איר שרייבט אז לאמיתו של דבר זענען דאך אפילו די דאקטוירים מודה אז וואקסינען העלפן גאר ווייניג, ובפרט ביי א אויסברוך פון א קרענק. במטותא מינך, איך ווייס נישט פון ווי איר אדער אייער דיין נעמט דאס. אמת אז ביי א אויסברוך איז דא שאנסן אז ס'זאל נישט זיין גענוג די אימיוניזעשאן זיך צו שלאגן מיט א שטערקערע סטרעי"ן אבער צו זאגן אז בכללות העלפט עס נישט? קוקט'ס די טשארט:
Measles_Decline.png
Measles_Decline.png (154.1 KiB) געזען 1374 מאל

און איידי דאתית להכא, וואלט איך געפרעגט אייער דיין, ווי קען מען אננעמען די טענה אז די דאקטוירישע וועלט איז אזוי אומבאגלייבט ווען די סטאטיסטיקיס ווייזן שווארץ אויף ווייס אז די דורכשניטליכע לעבנסטעג איז געשטיגן פון 45 צו 82 אין די לעצטע יארהונדערט? אינדערהיים האט א פופציג יעריגע איד שוין געהייסן א זקן. אמת ס'איז געווען נאך פאקטארן, יעדע מדינה לויט זיין אייגנשאפטן, אבער בכלליות איז אין אלע מדינות געשטיגן די עוורידזש אריכות ימים. ובפרט ביי יונגע קינדער וואס מחלות זענען געווען די עיקר גורם פון פריצייטיגע ....

Child_Mortality_Rates__5yr.png
Child_Mortality_Rates__5yr.png (85.63 KiB) געזען 1374 מאל

און אז מ'רעדט שוין פון סטאטיסטיקס איז די טענה אז מוזלען איז גאר געזונט מופרך פון די טשארט, מיזלס פלעגט זיין די דריטע מערסטע פאטאלע גורם ביי קינדער און איז ב"ה יעצט אראפ צו די פיפטע פלאץ (לכאורה אדאנק די וואקסינען):
Measles_1-5_Most_Lethal_Disease.png
Measles_1-5_Most_Lethal_Disease.png (123 KiB) געזען 1374 מאל
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

.
אטעטשמענטס
IMG-20181119-WA0077.jpg
IMG-20181119-WA0077.jpg (21.44 KiB) געזען 1340 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

דעם בעלזא רב'ס בריוו, האב איך ליב, כדרכו בקוצר אמרים ומליצה ישרה,

אבער איך וואלט געוואלט כאפן א שמועס מיט אים, איך בין זיכער, אז דער רב זז"ג אז ער וועט דורך טון די נושא, וועט ער זאגן אנדערש

און ייש"כ ראש הקהל פאר דיינע חיזוק רייד, נאר אויף איין זאך וויל איך מעורר זיין

ראש הקהל האט געשריבן:קאושער טרעוועל האט אנגעהויבן שרייבען און בלעטל 8 און פון דארט ארויסגעדרייוט מיט זיין כח הכתיבה גאר אסאך ניקים וואס זענען אנטי, און נישט געהאט דו נערווען זיך מתווכח זיין מיט זיינע איבערגעקייקעטע הבלים.
דאס איז אמאל זיכער א ממש פרא וואקסין האט אן אגענדע, צו געלט, צו זיין לייסעס. אן אנטי האט גארנישט, אדרבא מיטגעמאכט אויף דו אייגענע הויט, שטודירט און געווארן אנטי. האט נישט און מאכט נישט גארנישט, חוץ פון באקומען בושות הארות און שפעט ווערטער, און אז מיר זענען רוצחים.

עניוועי, 'שמו' האלט דיר ווייטער פעסט, ווייל כ'ווייס נישט דו נעקסטע מאל כ'וועל דיר קומען מחזק זיין, קעגן דו שרעקליכע בייעס און אגענדע פון קאושער טרעוועל ווי מ'קען זענען פון זיין טינט ואופן הכתיבה.

די האס קעגן קאשער טרעוול האב איך נישט ליב (קען זיין ער איז מיר גאר א נאנטער חבר אין ביהמ"ד, גיי ווייס),

קאשער טרעוול, איז פשוט אמת'דיג איינגערעדט אין די וואקסינ'ס, און דעריבער האט ער (לשיטתו מיט רעכט) זייער מורא פון די אנטי וואקסינ'ס מאוומענט, ער האט מורא ס'וועט חלילה שעדיגן זיינע קינדער.

דעריבער פאר מ'שרייבט אויף איינעם, פרוביר זיך אריין לייגן אין זיינע שיך, וועסטו זעהן אז לא מרשעות או מ'שרעקליכע בייעס ואגענדע' שרייבט ער אזוי, נאר מחמת פחד פון די שרעקליכע השלכות וואס אזא אויפירונג פון די אנטי וואקסינ'ס קען אנברענגען אויף די וועלט, ווי האט מיר א דאקטאר געזאגט, קינדער גייען שטארבן ווייל דיינע קינדער האבן געהאט די מיזעל'ס.

נו, איינער וואס לעבט מיט אזעלכע פחדים, איז פארשטענדליך אפילו א שארפע אופן הכתיבה.

עניוועי ש'כוח פאר די חיזוק, און דער עיקר, יעדער זאל טון וואס ס'איז ריכטיג בעיניו, נאכן גוט דורך טון די נושא, און שומר פתאים ה'.

תוספות האט געשריבן:און ווייסט וואס דער סוד איז? ווייל הרב שמו האט פערזענליך נישט באקומען קיין וואקסינען מיום הולדו.

און יישר כח פארן שיינעם סיפור מיט רפואה. ס'איז מיר געווען מורא'דיג געשמאק צו הערן וויאזוי די רשעים זענען צוקראכט געווארן, זייענדיג אליין מודה אז דער ריסק איז גאר גרויס. כה לחי.

למען הפונקטליכקייט, איך האב "כמעט" נישט באקומען קיין שאט' מיום הוולדי, איין שאט די טעטענוס שאט האב איך יא באקומען.

נ.ב. נישט ריכטיג צו שרייבן אויף די 'רפואה העלט סענטער' איינגעשטעלטע די ווארט רשעים, (וואס חז"ל זאגן זייער שארף אויף דעם מכנה זיין א מענטש אזוי), ס"ה זענען זיי אומ'וויסנדע מענטשן, און גייען נאך די אינסטראקשען וואס מ'האט זיי פארגעשריבן, רשעים זענען זיי נישט צוליב דעם.

כך נראה לי.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובה דורך צייט שטיפער »

די רייד'ס דא האב איך נאכנישט געזעהן ביי קין שום חול המועד האלטן מיום הולדתי

הרב שמו האט פערזענליך נישט באקומען קיין וואקסינען מיום הולדו, פארדעם איז ער סופער קלוג

ווען בעלזער רב זז"ג פסקנ'ט עפעס נישט איי איי, זאגט מען: אבער איך וואלט געוואלט כאפן א שמועס מיט אים, איך בין זיכער, אז דער רב זז"ג אז ער וועט דורך טון די נושא, וועט ער זאגן אנדערש...
אבער ווען עפעס א מיסטעריעזער רב פסקנט ווי אזוי מען וויל, איז ער רבשבה"ג (עס דערמאנט מיר פון א ווערטל אז ס'גייט ארויסקומען א עפפ ווי דו קענסט אריינשטעלן א שאלה, מיט א תי' וואס דו ווילסט הערן, און ער גייט דיר זאגן וועלעכע דיין עס פסקנט אזוי...)
זאג נאר, ווי באקומט מען די סערטיפיקעט אז מען האט גוט אדורך געטוהן גוט די נושא? ביים העלדפוד סטאר?

גראדע, איינער האט אויבן געשריבן אז העכער 90% אדווערטייזמענטס קומט פון די ביג פארמא
גיי ביטע עפן עני צייטונג/סמארטשאפער'ס, צייל אפ וויפיל עדס קומען פון די ביג פארמא און וויפיל פון די וויטאמינען, און דאן ברענג סטאטיסטיקס, (עס דערמאנט מיר פון איינע פון די אתרוגים צענטערן וואס האט געדינגען א ווען און ארויף געשטעלט דערויף א ריזן סיין, אז זיי פארקויפן פאר ביליג ווייל די געלט פאר אדווערטייזמענט וואס זיי אדווערטייזן זיך נישט געבן זיי פארן קאסטומער...)

ענטפער נישט אז איך קום מיט ביליגע ליצנות ווייל ווען ליצנות שרייט ווען, וואלט מען טויב געווארן פון די אויבנדערמאנטע תגובות
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

און די ליצנות גייט נאך אסאאך מער, אז מער ווייניגער די וואס האבן אנגעהויבן מיט די שטותים א שיינע פאר יאר צוריק ביי אונז היימישע, זענען משפחה צו די וואס פארקויפן אדער פלעגן פארקויפן ווייטאמינען... און פון דארט איז עס געפארן א באן.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

ווער רעדט וועגן רייד'ס, האסט א הוה אמינא אז איינער האט דורך געטון די נושא מיטן בעלזא רב?

איך ווייס דאך, אז די צעטל פון די עדה החרדית איז ארויס געקומען, האט קיינער נישט דורך געטון די נושא דארט, נאר מ'האט געלייגט לחץ אויף בי"ד ארויס צו קומען מיט אזא צעטל, און דעריבער איז ארויס א צעטל (אן קיין חתימות נאר א חתימה פון סד"ד).

קיין רב ווערט נישט רשכבה"ג, און קיין רב, ווערט נישט אויס רשכבה"ג, ס"ה, וויל מען געוואר ווערן, ווער ס'זאגט, און וואס ער זאגט, און על סמך וואס זאגט ער.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

למעלה משבעים האט געשריבן:און די ליצנות גייט נאך אסאאך מער, אז מער ווייניגער די וואס האבן אנגעהויבן מיט די שטותים א שיינע פאר יאר צוריק ביי אונז היימישע, זענען משפחה צו די וואס פארקויפן אדער פלעגן פארקויפן ווייטאמינען... און פון דארט איז עס געפארן א באן.

וויל איך וויסן נעמען פון די משפחות
למשל חני סילבער פארקויפט ווייטאמינ'ס???

וואס האקט מען אין קאפ, און שפעטער שרייט מען, זיי זענען אינטערגעקויפט, ס'דא אסאך מער אנטי וואקסינ'ס וואס זענען געליטענע ליידער, אדער מיטגעהאלטן פון דאס נאנט, ווי ווייטאמינ'ס פארקויפער (די אנטי וועמען איך קען, פארקויפן נישט קיין ווייטאמינ'ס, און כמעט קויפן אויך נישט)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

שמו האט געשריבן:ווער רעדט וועגן רייד'ס, האסט א הוה אמינא אז איינער האט דורך געטון די נושא מיטן בעלזא רב?

איך ווייס דאך, אז די צעטל פון די עדה החרדית איז ארויס געקומען, האט קיינער נישט דורך געטון די נושא דארט, נאר מ'האט געלייגט לחץ אויף בי"ד ארויס צו קומען מיט אזא צעטל, און דעריבער איז ארויס א צעטל (אן קיין חתימות נאר א חתימה פון סד"ד).

קיין רב ווערט נישט רשכבה"ג, און קיין רב, ווערט נישט אויס רשכבה"ג, ס"ה, וויל מען געוואר ווערן, ווער ס'זאגט, און וואס ער זאגט, און על סמך וואס זאגט ער.

שקר! איר ווייסט נישט!

רעדן אויף רבנים און זיי אפ'פסל'ן אלץ אזעלכע וואס שרייבן לויט ווי די ווינט בלאזט איז נאך אסאך ערגער ווי דאס וואס וואקסין'ס טוט לשיטתך.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובה דורך קלוגער »

איים סארי כ'פאל דא אריין ווי די האן צו די חנוכה לעכט, כ'לייען די תגובות פון שמו, מיט אזא גראדקייט און תמימות, כ'בין נתפעל! כ'הייב אן צו פארשטיין די פארטעמפטע תמימים וואס זענען מפקיר זייערע קינדער צו מיזעלס, ראבעללע און אלע שווארצע יאר, איך ווינדער זיך נאר וויזאוי דו האסט דיך געלאזט ווי א שעפעלע צו די שחיטה אריינשיסען אין דיר די טויטליכע טעטענעס שאט....
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

למעלה משבעים האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.
און וואס טוט זיך מיט דר' באב סיערס?

רעדסט פון אים?

דאס איז וואס ער זאגט:

"Chicken pox, measles, whooping cough, polio, diphtheria, all these diseases that we no longer see very much of anymore, I do say that the vaccines are responsible for getting rid of these."

איך ווייס אז ער האלט אזוי, אבער פונדעסטוועגן האלט ער אז עס פעלט נישט אויס צו וואקציאנירן דערפאר היינט צוטאג, וויבאלד עס איז דא גענוג מעדיקעל קעיר און עס איז נישט קיין סכנה. דאס איז זיין פערזענליכע שיטה, וויבאלד די אקטועלע קעיסעס פון מיזעלס - נישט די טויט ראטע - איז אראפגעגאנגען אין געוויסע לענדער לויט די וואקסין ראטע.

למעלה משבעים האט געשריבן:אגב, אויף וועלכע דף שטייט פארוואס מען האט אים געקלאגט?

קוק דא, פון דף 16 און ווייטער.

איר קענט אנווייזן ווי ער זאגט אזוי. פון די אינטערוויו אין יארע 2010 דא http://www.pbs.org/wgbh/pages//frontlin ... sears.html קוקט נישט אויס אז ער זאל אזוי האלטן. פונקט פארקערט, לויט זיינע ווערטער קומט אויס פונקט פארקערט, אז היינט וויבאלד ס'איז דא אזא ריזן אנטי-וואקסין רעליגיע, דארף מען שוין צוריק אנהייבן געבן וואקסין, ווייל מען איז שוין מער נישט באשיצט דערקעגן.

למען האמת, האב איך גענומען זיין שיטה פון א יו-טוב ווידיאו. אבער קוקנדיג אינעם וויקיפידיע לינק וואס איר האט צוגעברענגט, זע איך אז עס שטייט דארט דאס פאלגענדע:
In 2014, Sears said that he thinks "the disease danger is low enough where I think you can safely raise an unvaccinated child in today's society."
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האב קיין מושג וואס די ווילסט בנוגע די אנקלאגע, מען קלאגט אים מיט אפראווען דאס נישט געבן וואקסין - אן קיין געהעריגע עווידענס אויף א ריעקשאן. און בכללות אויף נישט געהעריג טעסטן דעם פאציענט דערוועגן. און נישט האלטן א מסודר'דיגע פיילינג.

ווייז ביטע איין דאקטער וואס האט יא געטון די דערמאנטע, און גע'פטר'ט נישט צו נעמען נאך וואקסין, ווי מען קלאגט אים דערויף.

דאס ברענגען די אנקלאגע, איז געווען א רעאקציע צו דעם וואס קאושער טרעוועל האט געשריבן אז דאקטוירים מעגן לכתחילה האבן א אנדערע שטעלונג ווי די רעגירונג. איז לפי דבריו וואלט באב סיערס נישט געטון קיין שום פראבלעמאטישע זאך צו זאגן פאר א מענטש אז ער מוז נישט נעמען קיין וואקסינען אפילו די רעגירונג האלט נישט אזוי. איז מיין ראיה פון באב סיערס, אז אפילו א דאקטער מעג נישט למעשה זאגן פאר א מענטש דו טארסט נישט נעמען קיין וואקסינען, אפילו לויט זיינע שטודיעס קומט אים אויס אזוי, אויב די רעגירונג לאזט נישט.

יעצט באמת, אפילו די דאקטוירים וואס שטעלן זיך ארויס אנטקעגן וואקסינען, ווייסן זיך צו היטן. און זיי זאגן קיינמאל נישט אז מען טאר נישט, אדער אז מען דארף נישט, נעמען וואקסינען. זיי וועלן נאר זאגן אז עס קען שאטן, אדער אז ס'העלפט נישט וכו', במילא קען מען טאקע זיי נישט אנקלאגן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובה דורך צייט שטיפער »

שמו האט געשריבן:וואס האקט מען אין קאפ, און שפעטער שרייט מען, זיי זענען אינטערגעקויפט, ס'דא אסאך מער אנטי וואקסינ'ס וואס זענען געליטענע ליידער, אדער מיטגעהאלטן פון דאס נאנט, ווי ווייטאמינ'ס פארקויפער (די אנטי וועמען איך קען, פארקויפן נישט קיין ווייטאמינ'ס, און כמעט קויפן אויך נישט)

און די וואס האקן סתם אויף דעם, נישט קיין וויטאמין פארקויפער, זענען סתם פארביטערטע לייט, יא, מיר קוקן זיי אן ווי סתם פארביטערטע וואס קויפן נעבעך אפ אלעס פון די טראפן פארקויפער, סתם ווייל צו האקן אויפן סיסטעם, די זעלבע וואס האקן אויף... שוין, גענוג פאר היינט.
לעצט פארראכטן דורך צייט שטיפער אום מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 2:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

שמו האט געשריבן:ווער רעדט וועגן רייד'ס, האסט א הוה אמינא אז איינער האט דורך געטון די נושא מיטן בעלזא רב?

אידן, וויפיל בעלזא חסידים עקזעסטירן היינט וואס זענען זיך מזכיר ביים בעלזא'ער רבי'ן? יא שמו האט דזשאסט קאנפירמט אז קיין איין בעלזא'ער איז נישט געשעדיגט געווארן דורך וואקסין'ס...
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובה דורך Blooming »

למעלה משבעים האט געשריבן:און די ליצנות גייט נאך אסאאך מער, אז מער ווייניגער די וואס האבן אנגעהויבן מיט די שטותים א שיינע פאר יאר צוריק ביי אונז היימישע, זענען משפחה צו די וואס פארקויפן אדער פלעגן פארקויפן ווייטאמינען... און פון דארט איז עס געפארן א באן.

א שטיק שקר
די פאקט אז 90% מענטשען וואס וואקסינען נישט קומט בלויז ל"ע פון זיך אליין אבריען אדער א נאנטע קרוב/שכן/חבר וואס מען ווייס אז זיי האבען זיך אפגעבריט נאכן געבן וועקסין און מען מיטשעט זיך מיט קינדער יארען, אויף קיינעם נישט געוואנטשען, און עס קומט נישט פון שטודיעס אדער ארטיקלעך אדער וויטעמינען פארקויפער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

תוספות האט געשריבן:למען האמת, האב איך גענומען זיין שיטה פון א יו-טוב ווידיאו. אבער קוקנדיג אינעם וויקיפידיע לינק וואס איר האט צוגעברענגט, זע איך אז עס שטייט דארט דאס פאלגענדע:
In 2014, Sears said that he thinks "the disease danger is low enough where I think you can safely raise an unvaccinated child in today's society."

ראשית כ'זע נישט דא דיינע ווערטער... שנית דאס איז דאך אקוראט ווי כ'האב פריער געשריבן:

למעלה משבעים האט געשריבן:פון די אינטערוויו אין יארע 2010 דא http://www.pbs.org/wgbh/pages//frontlin ... sears.html לויט זיינע ווערטער קומט אויס פונקט פארקערט, אז היינט וויבאלד ס'איז דא אזא ריזן אנטי-וואקסין רעליגיע, דארף מען שוין צוריק אנהייבן געבן וואקסין, ווייל מען איז שוין מער נישט באשיצט דערקעגן.

תוספות האט געשריבן:דאס ברענגען די אנקלאגע, איז געווען א רעאקציע צו דעם וואס קאושער טרעוועל האט געשריבן אז דאקטוירים מעגן לכתחילה האבן א אנדערע שטעלונג ווי די רעגירונג. איז לפי דבריו וואלט באב סיערס נישט געטון קיין שום פראבלעמאטישע זאך צו זאגן פאר א מענטש אז ער מוז נישט נעמען קיין וואקסינען אפילו די רעגירונג האלט נישט אזוי. איז מיין ראיה פון באב סיערס, אז אפילו א דאקטער מעג נישט למעשה זאגן פאר א מענטש דו טארסט נישט נעמען קיין וואקסינען, אפילו לויט זיינע שטודיעס קומט אים אויס אזוי, אויב די רעגירונג לאזט נישט.

יעצט באמת, אפילו די דאקטוירים וואס שטעלן זיך ארויס אנטקעגן וואקסינען, ווייסן זיך צו היטן. און זיי זאגן קיינמאל נישט אז מען טאר נישט, אדער אז מען דארף נישט, נעמען וואקסינען. זיי וועלן נאר זאגן אז עס קען שאטן, אדער אז ס'העלפט נישט וכו', במילא קען מען טאקע זיי נישט אנקלאגן.

ווייס מיר אז די האסט דאס געברענגט אויף דעם, און די האסט דאך אנגעצייכנט די פונקטליכע מראי מקום אינעם אנקלאגע דף 17 שורה 14 און ווייטער, אז דער האט בכלל קיין שטודיעס געמאכט, און טאקע דאס איז די אנקלאגע.

אקוראט ווי כ'האב פריער געשריבן:

למעלה משבעים האט געשריבן:מען קלאגט אים מיט אפראווען דאס נישט געבן וואקסין - אן קיין געהעריגע עווידענס אויף א ריעקשאן. און בכללות אויף נישט געהעריג טעסטן דעם פאציענט דערוועגן. און נישט האלטן א מסודר'דיגע פיילינג.

ווייז ביטע איין דאקטער וואס האט יא געטון די דערמאנטע, און גע'פטר'ט נישט צו נעמען נאך וואקסין, ווי מען קלאגט אים דערויף.

איר האלט מיט אז איר האט פשוט געשריבן א תגובה אן אפענטפערן וואס כ'האב אייך אפגעפרעגט...?
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

איך פארשטיי נישט אייער טענה, האלט איר אז דאקטוירים מעגן זאגן פאר א מענטש אז ער טאר נישט נעמען קיין וואקסינען, און מען קען אים נישט אנקלאגן?

און נאכאמאל, די ווערטער וואס איך האב געשריבן בשמו, וואס ער איז מסביר אז מען קען בכלל נישט שטארבן פון מיזעלס כהיום, האב איך געהערט פון אים אויף א אינטערוויאו אויף יו-טוב.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

ירום הודו האט געשריבן:א. איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס עס קומט דא אריין די טענה פון מורים מוריהם, ווייל ממה נפשך, איז ער גערעכט, האט ער דאך א וועג דאס אויף צו ווייזן וואס פונקטליך איז אזוי שווער צו פארשטיין? פון אייער תשובות קומט אויס כאילו נאר איינער וואס איז מסכים מיט אייערע מסקנות דער האט ארויס די מציאות, משא"כ אויב א רב וועט פסק'נען פארקערט פון אייער מסקנא איז ער בחזקת אז ער ווייסט נישט די מציאות און ער דארף זיך ערקלערן. (ומה עוד די מרפסן איגרא טענה אז קיינער קען נישט אפווענדן די ראיה פון 'לא ראינו' אז אוטיזם קומט נישט פון די וואקסין'ס. איי, לא ראינו אינו ראיה? תיקו.) ותו, האט איר זיך מתעלם פון ענטפערן די עיקר שאלה אויבן, צו איז פאראן א דעת תורה וואס איר זענט גרייט זיך צו פארלאזן אויף אז אפילו אויב ער נעמט א שטעלונג אז מ'דארף יא געבן איז בחזקת אז ער ווייסט די מציאות אפילו איר פארשטייט נישט און ס'שטימט נישט מיט אייערע מסקנות?? אויב עקזיסטירט נישט, מיינט דאס "מורים את מוריהם", יא! די תורה האט באנקראטירט לשיטתך. איי ער איז זיך נישט מסביר? ער דארף נישט. האסט א ברירה קאנסט אריינגיין צונעם און דרך ארץ'דיג ערקלערן אז ייתכן אז די און די פאקטען און מקורות זענען נישט גענומען געווארן בחשבון און מאך א בואי בשלום. ער ברויך זיך נישט פארענטפערן אדער געבן א דין וחשבון צו ער האט יא געוואוסט אדער זיך גערעכנט און פארוואס יא פארוואס נישט. אויב איז ער א ערליכע דע"ת וועט ער אלעס נעמען בחשבון און וועט טוישן זיין פסק. איז צוריק צו די שאלה: קע"ן י"ו נעי"ם ווא"ן דעת תורה, למשל הרב אויש, הרב ב. לאנדא, איך ווייס, עני אנערקענטער רב, דיין, מוכיח ויודע, וואס אז מ'עט אים אריין טראגן אלע לינקס ווידיאוס און ריסורטש, וועט ער זיין נאמן ביי איך אז ער פארשטייט און מ'קען זיך פארלאזן אויף זיין מסקנא אפילו ער איז נישט מסביר פארוואס?

ניין. איך וועל נישט גלייבן קיינעם אן קיין מהיכן דנתנו, און עפ"י הלכה דארף א דיין זאגן מהיכן דנתנו ביי אזא מין שאלה. און נאכאמאל, איך וועל פאלגן א דעת תורה אפילו איך האב לכתחילה נישט געהאלטן אזוי. אבער בתנאי אז ער מוז וויסן די אמת'ע מציאות.

ירום הודו האט געשריבן:ב. דא אין מאנסי איז דא היבש היימישע דיינים וואס געבן נישט קיין וואקסינען. אז דו ווילסט, קענסטו זיך נאכפרעגן נו, דאס טוה איך דאך איך פרעג מיך נאך ביי אייך, אפשר העלפט איר מיר ארויס און געטס מיר א נאמען פון א דיין וואס איך קען אנרופן פרעגן צו ער האלט אזוי ווי איר זאגט, און אויב ער איז מסכים מיר צו זאגן אויף וועלכע דאקטוירים זיין חוו"ד איז געבויט (ואולי חסרים לו כמה ידיעות שבמקרה אינו מודע להם כדלהלן)

איך וויל דיר נישט ענטפערן וועלכע דיין איך האב געפרעגט.

ירום הודו האט געשריבן:ג. איר שרייבט אז לאמיתו של דבר זענען דאך אפילו די דאקטוירים מודה אז וואקסינען העלפן גאר ווייניג, ובפרט ביי א אויסברוך פון א קרענק. במטותא מינך, איך ווייס נישט פון ווי איר אדער אייער דיין נעמט דאס. אמת אז ביי א אויסברוך איז דא שאנסן אז ס'זאל נישט זיין גענוג די אימיוניזעשאן זיך צו שלאגן מיט א שטערקערע סטרעי"ן אבער צו זאגן אז בכללות העלפט עס נישט? קוקט'ס די טשארט:
Measles_Decline.png
Measles_Decline.png (154.1 KiB) געזען 1247 מאל

און איידי דאתית להכא, וואלט איך געפרעגט אייער דיין, ווי קען מען אננעמען די טענה אז די דאקטוירישע וועלט איז אזוי אומבאגלייבט ווען די סטאטיסטיקיס ווייזן שווארץ אויף ווייס אז די דורכשניטליכע לעבנסטעג איז געשטיגן פון 45 צו 82 אין די לעצטע יארהונדערט? אינדערהיים האט א פופציג יעריגע איד שוין געהייסן א זקן. אמת ס'איז געווען נאך פאקטארן, יעדע מדינה לויט זיין אייגנשאפטן, אבער בכלליות איז אין אלע מדינות געשטיגן די עוורידזש אריכות ימים. ובפרט ביי יונגע קינדער וואס מחלות זענען געווען די עיקר גורם פון פריצייטיגע ....

Child_Mortality_Rates__5yr.png
Child_Mortality_Rates__5yr.png (85.63 KiB) געזען 1247 מאל

און אז מ'רעדט שוין פון סטאטיסטיקס איז די טענה אז מוזלען איז גאר געזונט מופרך פון די טשארט, מיזלס פלעגט זיין די דריטע מערסטע פאטאלע גורם ביי קינדער און איז ב"ה יעצט אראפ צו די פיפטע פלאץ (לכאורה אדאנק די וואקסינען):
Measles_1-5_Most_Lethal_Disease.png
Measles_1-5_Most_Lethal_Disease.png (123 KiB) געזען 1247 מאל

דאס וואס מיזעלס בעצם איז אראפגעגאנגען איז נישט קיין סיבה צו זאגן אז וואקסינען ראטעוועט לעבנס. בעצם האבן וואקסינען טאקע נאר אראפגעברענגט די נומערן פון די קעיסעס, אבער נישט די נומערן פון די טויט ראטע, די סיבה פארוואס די טויט ראטע איז אראפ, לאנג פאר די מיזעלס וואקסין איז ארויסגעקומען, איז קלאר א דאנק בעסערע נוטרישאן. און עס איז קלאר באשטעטיגט אז מיזעלס קען אויסהיילן יענע מחלה למשל, די מאיא קליניק נוצט לכתחילה די מיזעלס וויירוס אויסצוהיילן יענע מחלה.

און די לעבן ראטע איז אויך בכלל געשטיגן נאר א דאנק די בעסערע נוטרישאן און בעסערע סוער וכו' אדרבה די אינפענט מארטאליטי רעיט איז קלאר געוואנדן היינט צוטאגס לויט די וואקסינען. ווי מער וואקסינען, אלץ מער קינדער שטארבן. https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC3170075/
לעצט פארראכטן דורך תוספות אום מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 3:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

למעלה משבעים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ווער רעדט וועגן רייד'ס, האסט א הוה אמינא אז איינער האט דורך געטון די נושא מיטן בעלזא רב?

אידן, וויפיל בעלזא חסידים עקזעסטירן היינט וואס זענען זיך מזכיר ביים בעלזא'ער רבי'ן? יא שמו האט דזשאסט קאנפירמט אז קיין איין בעלזא'ער איז נישט געשעדיגט געווארן דורך וואקסין'ס...

אין אישי קען איך ווייטער שמועסן מיט דיר אין דעם נושא
כמובן רק אם תרצה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

קאנסילמאן האט געשריבן:איך וויל גראטאלירען - באמת - די אנטי וואקסין ניקס פאר נישט אויפגעבן און זיך האלטן צו זייער מעסעדזש,
כאטש איך האלט אז זיי ווארפן זאמד און ענטפערן נישט ריכטיג. דאך געב איך זיי קרעדיט פאר זיך האלטן צום מעסדזש,
איך אליינס כאטש איך בין קלאר פרא וואקסין אבער בעפאר איך וועל בעז"ה נאכאמאל דארפן געבן וואקסינן וועל איך פרעגן, און נאכאמאל פרעגן, און פראבירען עד כמה שידי מגעת זיכער צו מאכען אז איך טו ריכטיג.

אדרבא! דאס איז דאך וואס מיהר ווילן מען זאל טוהן!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

man האט געשריבן:קען זיך איינער ביטע מנדב זיין אראפצושרייבן א לוסטע פון טענות מיט פירכות, אין פירכות על הפירכות וכו׳?
אנשטאטס פון איבערקייען אויב דוקטורים ווייסען יא אדער נישט וואס עס טוהט זיך, און אויב זיי ווייסען יא אדער נישט תירוצים, ארויסשרייבן בקיצור די טענות און פירכות, אז עס זאל זיין כשולחן ערוך לפנינו, און וואוסען קלאר וואס צופרעגן דאקטורים.
לדוגמא:
בעד:

1) אראפגעפאלן דראסטיש נומרען פון טויטע זייט די וועקסינס, (פון צווי מיליאן צו הונדערט טויזענט).
מקור= ???
נגד: = אראפגעפאלן פארדעם.
בעד: = היתכן פונקט בערך און דער צייט?
נגד: = ??
מקורות להרחבה ???

2) ??

נגד:

1) שטודיעס אז דאס (?MMR) קען גורם זיין אוטיזעם.
מקור = דר. וויקפיעלד ודר.??
בעד: = אויפגעוויזען סאיז פאלש.
נגד: = געצוואונגען און פארדרייט פאקטן.
מקורות להרחבה = ????

2) ???

דיין געדאנק איז גאר שטארק, אבער עס קען נישט ארבעטען אין א אשכול וואס איז געמאכט צו רעדן איבער אלעס איבער וואקסינען.

אז דו ווילסט דוקא. עפן אויף אשכולות איבער יעדע נושא עקסטער, און שרייב קלאר אז מען שרייבט דא נאר טענות און נישט דעמאגאגיע וכו'. לדוגמא, עפן א אשכול ברענגען וואקסינען אויטיזם? (ראיות מיט הוכחות.)
אדער האבן וואקסינען געראטעוועט לעבנס? וכו', איך האף אז דו כאפסט וואס איך מיין.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

yield האט געשריבן:אזו ווי די זאגסט נישט קיין נעמען -און די קייסט איבער- מעג איך אויך
עס איז דא היימישע דאקטורים וואס האלטן קלאר נישט פון קיין וואקסינס איך האב פערזענליך גערעדט מיט זיי, (איך מעג אויך רעדן מיט דאקטורים נישט נאר די) און עס איז בכלל א דבר ידוע אז עס איז דא אסאך דאקטורים וואס האלטן דערקעגן ממילא די לייגסט דיך אריין די קאפ און זאמד יש ויש, נאר מיט דעם ביסטו גערעכט יעדער זאל מאכן זיין אייגענע research.

די מעגסט, מעג איך אויך. ר' איד, איך בין שוין ארויס פון ישיבה קטנה יארן צירוק. און איך בין נישט דא צו געווינען. איהר, מיט איעדער איינער דא קען טוהן די זעלבע זאך און זיך אליינס איבערצייגן. מען קען מיינען מען באהאלט דא עפעס. עס איז נישט אמת אז עס איז בכלל א דבר ידוע אז עס איז דא אסאך דאקטורים וואס האלטן דערקעגן. שקר. ביים היימישע עולם, זיכער נישט. די אלע דאקטורים וואס דינען שוין געטריי אונזער ציבור די לעצטע פופציג יאהר האלטן נישט אזוי. און ביטע נאכמאהל, ברענג נישט קיין Del Bigtree אדאר Andrew Wakefiled. און Dr. Mercola זיכער נישט.

איך רעדט פון:
דר. Zagelbaum פון Williamsburg Pediatrics
דר. ווערצבערגער פון קרית יואל.
דר. Dr. Rich Roberts מיט די גרופע פון די אנדערע פרומע דאקטורים אין לעיקוואד וואס האבן אינטעגעשריבן א בריוו אז זיי גייען מער נישט זעהן קינדער וואס זענען נישט וואקסינירט.
דר. גערשקין פון רפואה אין ניו סקווער-מאנסי מיט וועהם איך האב שוין גערעדט אפאר מאהל.
דר. צבי אדלער פון רפואה אין ניו סקווער-מאנסי מיט וועהם איך האב גערעדט די לעצטע פרייטאג קרוב צו א האלב שעה, כאטש ער איז געוועהן גאר פארנומען.

איך וויל דא ארויס ברענגן א נקודה. איך פארשטיי אז עס איז דא אן אנטי וואקסין movement ביים היימישען עולם. די Amish האבן אויך. פאר religious reasons. אבער פארוואס אייביג די שקרים און האלבע אמת? אין די לעצטע פאר בלעטער האב איך פשוט ארויסגעברענגט אז אלע היימישע פרומע דאקטוירים זענען פרא-וואקסין. ווי אויך אז זיי ווייסן אויך פון די אלע טענות דא, למשל אז זיי שטודירן נישט וואקסינס, אז זיי מוזן נאכזאגן וואס די CDC זאגט. אבער זיי לייקענען עס. דאס מוז מען שוין אויך פארלייקענען? קען מען דען זאגן אז יעצט איז פורים נאכמיטאג?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

תוספות האט געשריבן:
man האט געשריבן:קען זיך איינער ביטע מנדב זיין אראפצושרייבן א לוסטע פון טענות מיט פירכות, אין פירכות על הפירכות וכו׳?
אנשטאטס פון איבערקייען אויב דוקטורים ווייסען יא אדער נישט וואס עס טוהט זיך, און אויב זיי ווייסען יא אדער נישט תירוצים, ארויסשרייבן בקיצור די טענות און פירכות, אז עס זאל זיין כשולחן ערוך לפנינו, און וואוסען קלאר וואס צופרעגן דאקטורים.
לדוגמא:
בעד:

1) אראפגעפאלן דראסטיש נומרען פון טויטע זייט די וועקסינס, (פון צווי מיליאן צו הונדערט טויזענט).
מקור= ???
נגד: = אראפגעפאלן פארדעם.
בעד: = היתכן פונקט בערך און דער צייט?
נגד: = ??
מקורות להרחבה ???

2) ??

נגד:

1) שטודיעס אז דאס (?MMR) קען גורם זיין אוטיזעם.
מקור = דר. וויקפיעלד ודר.??
בעד: = אויפגעוויזען סאיז פאלש.
נגד: = געצוואונגען און פארדרייט פאקטן.
מקורות להרחבה = ????

2) ???

דיין געדאנק איז גאר שטארק, אבער עס קען נישט ארבעטען אין א אשכול וואס איז געמאכט צו רעדן איבער אלעס איבער וואקסינען.

אז דו ווילסט דוקא. עפן אויף אשכולות איבער יעדע נושא עקסטער, און שרייב קלאר אז מען שרייבט דא נאר טענות און נישט דעמאגאגיע וכו'. לדוגמא, עפן א אשכול ברענגען וואקסינען אויטיזם? (ראיות מיט הוכחות.)
אדער האבן וואקסינען געראטעוועט לעבנס? וכו', איך האף אז דו כאפסט וואס איך מיין.

ר' תוספות, ישר כח!
I'm all for it
Let the facts speak for themselves.

ראש הקהל האט געשריבן:איך באוואונדער 'שמו' פארן זיך האלטן שטארק דא אונעם אשכול, איך בין אריינגעקומען אנטי און בלעטל 49 און ארויס ביי 51,
נאכדעם אנגעהויבן אדורך געליינט דאס גאנצע אשכול, און באמערקט אז קאושער טרעוועל האט אנגעהויבן שרייבען און בלעטל 8 און פון דארט ארויסגעדרייוט מיט זיין כח הכתיבה גאר אסאך ניקים וואס זענען אנטי, און נישט געהאט דו נערווען זיך מתווכח זיין מיט זיינע איבערגעקייקעטע הבלים.

דאס איז אמאל זיכער א ממש פרא וואקסין האט אן אגענדע, צו געלט, צו זיין לייסעס. אן אנטי האט גארנישט, אדרבא מיטגעמאכט אויף דו אייגענע הויט, שטודירט און געווארן אנטי. האט נישט און מאכט נישט גארנישט, חוץ פון באקומען בושות הארות און שפעט ווערטער, און אז מיר זענען רוצחים.

אגב, איינער האט באקומען עקזימע פון דאזעס וואקסינען, און נאכדעים ווי זי האט געהאט מיזעלס (אונטרעסאנט דער שאט האט געהאלפן באבקעס, נאר שאדן געמאכט), ווען איר הויט האט זיך געהיילט, איז עס געווארן ווי גאר ניי, און האט מער נישט עקזימע, געהערט גאר אסאך אזעלעכע מעשיות, און מיט שטאלץ זאג איך, אז כ'האב א טאכטער מיט עקזימע און איך זיך מיט לעכט זי זאל באקומען מיזעלס.

אהא? דו אנטי רעדן נישט צום זאך? נאר דו פרא וואס בלאבלן נאך, זיי זענען גוט. געב ביטע א ליין וואס שמעון ראלינצקי שרייבט אונעם שטערן פרא וואקסינען, נשתומם צו ווערן אויף דו ליגענטס פארפירעניש וואס ער שרייבט, און כדרך הדשונאלן מיט פעיק נוס, ספינט ער ארום, אז וויבאלד העכער 50 יאר צירוק האט מען אויסגעראטן פאליו, ממילא דארף מען 50 יאר שפעטער נאך אלס געבן וואקסינען אויף דעים, און אלע אנדערע זענען פונקט אזוי וויכטיג, ממש א בקיאות בימינו צו קענען מאכען אן אייגענע היקש מה מצינו ובנין אב ביינאנזאם. חוץ מזה, וואס בלתי שום ספק האט ער אן אגענדע מיט דו ארטיקל, אדער גאר געווארן באצאלט, אז ער ענדיגט אז דו רבנים הייסן אויך אזוי, און ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, ביסט א בלויזע מאגאזין און דזשונאליסט, איז ער מיר געווארן א פוסק אויך. אונטרעסאנט ער ווייסט נישט אז עדרו וויקפיעלד האט מען געסטראשעט מיט טויט אז ער האט געדארפט מכלומרשט צירוק ציען, חוץ מזה, וואס מ'האט אלעס צוהגענומען פון איהם.

אונטרעסאנט, ווען רפואה העלט סענטער האט מיר געצווינגען צו געבן שאטס פאר דו קינדער, און כ'האב מיר קעגן געשטעלט, ביז צו סוף רופ איך זיך אן, ווייסט עטס וואס שטאב דאקטוירען נורסעס, אויב איז דא איינער פון ענק, איינער, וואס איז גרייט מיר צו סיינען אז ס'נישטא קיין סייד עפעקטס, גארנישט, און אויב עפעס געשעהט ח"ו, קען צירוק קומען קלעימען און סואין, בין איך מסכים צו שטעכן אלע מיינע קינדער... געס וואט, קיינער אבער קיינער האט נישט געהאלטן ביים חתמענען זיין נאמען... און כ'האב ארויסגעוואקט ווי א שיינע יוד אן דארפן געבן דער וואקסינען... ס'איז א מילתא דעבודיי לגלויי, פרובירט עס אליין אויס, און זעהט אליינס וואס זיי גייען טוען..

עניוועי, 'שמו' האלט דיר ווייטער פעסט, ווייל כ'ווייס נישט דו נעקסטע מאל כ'וועל דיר קומען מחזק זיין, קעגן דו שרעקליכע בייעס און אגענדע פון קאושער טרעוועל ווי מ'קען זענען פון זיין טינט ואופן הכתיבה.

יישר כח ראש הקהל לעבן פארן אזוי שיין ארויסברענגען הרב שמו'ס געוואלדיגע כוחות, איך בין איינשטימיג מיט א יעדע ווארט. אפילו קאושער טרעוועל אליין האט שוין אמאל באוואונדערט ווי שיין הרב שמו שרייבט, און ווי ער האט זיך אויסגעדריקט איז פאר אים א פארגעניגן צו רעדן מיט אים אפילו ער האלט אנדערש פון אים.

און ווייסט וואס דער סוד איז? ווייל הרב שמו האט פערזענליך נישט באקומען קיין וואקסינען מיום הולדו.

און יישר כח פארן שיינעם סיפור מיט רפואה. ס'איז מיר געווען מורא'דיג געשמאק צו הערן וויאזוי די רשעים זענען צוקראכט געווארן, זייענדיג אליין מודה אז דער ריסק איז גאר גרויס. כה לחי.

רשעים??? זאגט מיהר, איהר האט מעדיקעיד???? איך האב נישט! אבער איך קען אייך אזויפיהל זאגן, אז רוב מענטשען געדענקען ווען מיט מעדיקעיד האט מען נישט געקענט האבן א נארמאלע דאקטאר.... א חוץ.... אין רפואה העלט סענטער!
You need to tone it down a bit.
רפואה העלט סענטער האט צוגעשטעלעט א קליניק סטייל סענטער מיט די גרעסטע דאקטוירים פאר ארימע מענטשען פון סקווירא און מאנסי. מען זאגט אז סקווירא רבי שליט"א האט צוגעזאגט עולם הבא פאר א פאר דאקטורים. למשל, עס זענען דא ספעציעליסטן וואס נעמען בכלל נישט קיין אונשורענס, און אוודאי נישט מעדיקיעד אין זייער אייגענע practice. אבער זיי קומען איימאהל א וואך קיין רפואה! און זיי האלט די פאציענט אויך ווען מען דארף ח"ו surgery וכו' אין Mount Sinai.

So think twice please before you use this kind of name calling on the fine caregivers on Refuah!

איך רעדט שוין נישט פון וואס די לייגסט צו נאך ווערטער צום גאר שיינעם סיפור "זייענדיג אליין מודה אז דער ריסק איז גאר גרויס". עפעס וואס די בעל הסיפור אליינס האט נישט אפילו געזאגט.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 6:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

Kosher Travel האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:
man האט געשריבן:קען זיך איינער ביטע מנדב זיין אראפצושרייבן א לוסטע פון טענות מיט פירכות, אין פירכות על הפירכות וכו׳?
אנשטאטס פון איבערקייען אויב דוקטורים ווייסען יא אדער נישט וואס עס טוהט זיך, און אויב זיי ווייסען יא אדער נישט תירוצים, ארויסשרייבן בקיצור די טענות און פירכות, אז עס זאל זיין כשולחן ערוך לפנינו, און וואוסען קלאר וואס צופרעגן דאקטורים.
לדוגמא:
בעד:

1) אראפגעפאלן דראסטיש נומרען פון טויטע זייט די וועקסינס, (פון צווי מיליאן צו הונדערט טויזענט).
מקור= ???
נגד: = אראפגעפאלן פארדעם.
בעד: = היתכן פונקט בערך און דער צייט?
נגד: = ??
מקורות להרחבה ???

2) ??

נגד:

1) שטודיעס אז דאס (?MMR) קען גורם זיין אוטיזעם.
מקור = דר. וויקפיעלד ודר.??
בעד: = אויפגעוויזען סאיז פאלש.
נגד: = געצוואונגען און פארדרייט פאקטן.
מקורות להרחבה = ????

2) ???

דיין געדאנק איז גאר שטארק, אבער עס קען נישט ארבעטען אין א אשכול וואס איז געמאכט צו רעדן איבער אלעס איבער וואקסינען.

אז דו ווילסט דוקא. עפן אויף אשכולות איבער יעדע נושא עקסטער, און שרייב קלאר אז מען שרייבט דא נאר טענות און נישט דעמאגאגיע וכו'. לדוגמא, עפן א אשכול ברענגען וואקסינען אויטיזם? (ראיות מיט הוכחות.)
אדער האבן וואקסינען געראטעוועט לעבנס? וכו', איך האף אז דו כאפסט וואס איך מיין.

ר' תוספות, ישר כח!
I'm all for it
Let the facts speak for themselves.

איך וואלט הנאה געהאט פון אזא אשכול
אבער איך פארשטיי נישט וואס גייט זיך טוישן
א מקור וואס גייט זיין בעד איז דאך אינטערגעקויפט, סא וואס איז שייך צו זאגן פאקטן רעדן אליין.
אויב גייט מען ברענגען א מקור וואס זאגט אז .... און ס'גייט נישט שטומען מיט די אנטי אדזשענדע איז דאך דאס אליין די גרעסטע ראיה אז ס'איז נישט אמת.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובה דורך צייט שטיפער »

איך שרייב אין שרייב, און קיינער קימערט זיך נישט, איך באקום נישט מיין אטענטשן! איך מיין איך פליפ אריבער צו די אנטי'ס...

איין מינוט! אפשר איז דאס די סיבה צו זיין אנטי וואקסין גאר?!
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”