"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

תגובה דורך מקבל »

געלעגער האט געשריבן:יו גאטעניו וואס געשעט נעבעך מיט דיין עם חכם ונבון איי געס די גלות אפעקטירט זיי.

ס׳איז נבהל ונשתומם ווי מאנכע דא קענען פארדרייען א קאפ און אויפווייזן מיט גוגל שווארץ אויף ווייס זאכן וואס זענען שוין אויסגעקייעט געווארן טויזענטער מאל. סאם האו די ענין פון רפואה האט געטראפן א קרעק ביי אונז און אייביג מאכן זיך חכמים וואס זענען קליגער פון די מעדעצינישע וועלט. אין יעדע נושא איז קאנספיראטורן וואס וועלן אנדערש פארשטיין. קענעדי איז געשאסן געווארן דורך סי איי עי, סעפטעמבער עלעווען איז אן אינסייד דזשאב, סענדי הוק איז א שפיל.. און נאך אזאנע הונדערטער משלים. סאם האו ביי רפואה זענען מאנכע היימישע אויך פארכאפט און צייגן מיט לינקס נאך לינקס אז זייער מהלך איז די ריכטיגע וועג. פון זיך היילן נאטורליך, רייבן רעטעך אויף די פיס, טרונקען אומגעצייטיגטע בארשט און שמעקן קענעבעס.
אידן, די באשעפער האט אויסגעשטעלט די מלכות של חסד מיט א סיסטעם וואס ארבעט! זיי שפענדן מיליאנען אויף ריסוירטש, זיי טוען טויזענטער טעסטס און טרייאוטס יעדע סטעידזש און סטעפ און אלעס גייט דורך טויזענטער אויגן און בארדס וואס דארפן דאס באשטעטיגן. יא יעדע סיסטעם האט לעכער און ווען מ׳טרעפט ווערט עס בדרך כלל פארראכטן. יעדן איינציגסטן טאג ווערן מעדעצינן רעדזשעקטעד ווייל זייער סטאדי איז דורכגעפאלן. קיין חילוק וויפיל מיליאנען זיי האבן אינוועסטירט!
דאס אז וואקסינען היילן קרענק איזנאיבערגעוויזן געווארן טויזענטער מאל. און ווען א געוויסע משפחה האט אויפגעהערט נעמען די מיזעלס וואקסין האט זיך די מחלה צוריק גענומען צושפרייטן! דאס איז אפענע רעקארדס!
חלילה אז איינער זאל נישט טון עפעס וואס א דאקטער האט געהייסן ווייל ער האט געליינט אויף אייוועלט אפאר לינקס! חלילה!

אידן זייט נישט נאריש, מיירען זאפט היילט נישט יענע מעשה! אלקהאל פעדס היילט נישט קידני סטאונס! גרעיפ פרוכט זאפט היילט נישט קיין דימענשיא!
עסט געזונט, זייט געזונט, פאלגט די לייסענס דאקטוירים וואס אויף זייער ווארט איז מען מחלל שבת און מ׳עסט יום כיפור. ביטע אידן, איר זענט קלוגער ווי דעם

דורכן פארגלייכן סעמטעמבער עלעווען, סענדי הוק וכו' מיט וואקסינס ווערט עס נאכנישט די זעלבע קאנספיראציע, די חרבנות פון וואקסינס האבן ליידער צענדליגע (לכה"פ) היימישע עלטערן אליין מיטגעהאלטן, און א גרויס חלק פון די וואס גלייבן נישט קיין דאקטוירים, איז וועגן די וועג וויאזוי זיי הענדלען די וואקסינס.
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

תגובה דורך מקבל »

הענדימען האט געשריבן:צום שלוס
איך בין נוטה צו די פרא וואקסין נאר ווייל איך זעה וויאזוי די אנטי חברה פירן זיך אויף

מיר קוקט עס אויס אז זיי האבן א מיינונג און שטעלן צו די פאקטן צו זייער מיינונג אנשטאט מאכן דעם מיינונג לויט די פאקטן

אויך איז די דעמאגאגיע עד לב השמים

מטעמים האט געשריבן:כ׳הענדימען, איך בין נאר נוטה צו פרא וואקסין ווייל איך זעה די אנטיס אויפפירונג.

קוק אביסל איבער די צענדליגע בלעטער דא viewtopic.php?f=71&t=12157&start=500 ווער ס'פירט זיך וויאזוי.
איך וואלט אויך נישט געווארען אפגעקויפט פון ליינען אנאנימע לינקס, דארפסט נישט זאגן אז ס'איז וועגן די וועג וויאזוי מ'פירט זיך אויף, ווייל משום הא איז דא שטארקע טשענסעס יא צו ווערן אנטי...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

מקבל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:שוין... איהר וועט זיך האלטן ביי אייערס און איך ביי מיינס. זאל דער עולם מחליט זיין צו איך האב יא גענטפערט צו נישט. צו איך האב א agenda צו נישט. עס איז דאך שוין דא 21 בלעטער אויך די דעבאטע דא:
viewtopic.php?f=71&t=12157
ומשם תדרשנו לטובה.

וואס דארף דער עולם מחליט זיין?
איך האב דיר פריער געפרעגט דריי שאלות באזירט אויף דריי פאקטן.
האסט ערגעץ געענטפערט א תירוץ?

תוספות האט געשריבן:איינס - עס איז נאך קיינמאל נישט איבערגעוויזן געווארן מיט א קראנטע שטודיע אז וואקסינען ברענגען נישט אן קיין מח מחלות.

צוויי - עס איז נאך קיינמאל נישט איבערגעוויזן געווארן מיט א קראנטע שטודיע אז זיך האלטן געזונט העלפט עפעס ווייניגער פאר א מענטש ווי נעמען וואקסינען.

דריי - עס איז וואויל באקאנט אז די גאווערמענט שטיצט זייער שטארק דאס נעמען שאטס, און א דאקטער וואס קומט ארויס פון מעדיקעל סקול האט נישט קיין שום חשש אז וואקסינען זאלן קענען שעדיגן ח"ו אויף סיי וואסערע אופן. פונדעסטוועגן זענען שוין אסאך מעדיקעל לייסענסד דאקטוירים ארויסגעקומען ברבים אנטקעגן וואקסינען.

Do Vaccines Cause Autism? - WebMD
https://www.webmd.com/brain/autism/do-v ... e-autism#1
Brain & Nervous System › Autism › Reference
May 20, 2018 - The research is clear: Vaccines don't cause autism. More than a dozen studies have tried to find a link. Each one has come up empty.

What causes autism? | | Autism Speaks
https://www.autismspeaks.org/what-autis ... ses-autism
We know that there's no one cause of autism. Research suggests that autism ... The results of this research is clear: Vaccines do not cause autism. The American ...

Do vaccines cause autism? - Northern Rivers Vaccination Supporters
https://nrvs.info/faqs/vaccines-and-autism/
Here is a video explaining; Vaccines dont cause autism: video ... The rise in the diagnosis of autism is as much to do with the increasing numbers of vaccines as ...

דאס וואס איהר שרייבט אז "עס איז וואיל באקאנט" (נומבער 3), איז א גיטע דוגמא וואס מען האט שוין אדורכגעקייט א טויזענט מאהל אין די דערמאנטע 21 בלעטער...

אנשטאט ברענגען נאך מאנופילירטע לינקס, מאך אביסעלע אייגענע ריסורטש, פרעג אפאר עלטערן פון אויטיסטיק קינדער ווען זייערע קינדער האבן באקומען וואקסינס, וויאזוי זענען זיי געווען די טעג נאכדעים, און ווען האט מען אנגעפאנגען צו כאפן אז עפעס איז ראנג.
ווען די הערסט א פרוי האט מפיל געווען אין די העכערע חדשים, ווער געוואר ווען זי האט גענומען די פלו שאט, גיי נאך אביסל די מעשיות וואס מ'פארציילט, ומשם תדרשנו.

We are having a one sided conversation.

וואס איהר נוצט אלטץ פאקט למשל "אז אלע דורות האט מען זיך באנוצט מיט נארטורליך מעדעצין", עס איז ווייל עס איז נישט געוועהן בעסער. ווילסט צירוקגיין צום מיטל אלטער ווען א דריטל אייראפע איז געשטארבן פון די Black Plaque? די וועלט איז היינט גאר אסאך בעסער צילוב מעדעצין! קיינמאהל אין די לעצטע היסטאריא האבן מענטשן נישט געלעבט אזוי לאנג. קיינמאהל איז די infant mortality rate נישט געוועהן אזוי נידריג! די דאקטורים פון "אלע" דורות וואס די quotes האבן נישט געוויסט פון קיין מאדערענע מעדעצינען ווייל עס איז נישט געוועהן.

ווען איך ענטפער קלאהר דיינע פראגעס, דיין אינארירסט עס. אדער זאגסטו אז איך ברענג מאנופאלירעט לינקס. לדעתי:
א לינק פון די בארימטע Mayo Clinic אדער פון אנערקענטע ארגאנאזאציעס, איז נישט מאנופאלירט. א לינק פון acupuncturists אדער אנדער "נאטורליך בלאגס" (אפילו פון אינדיע...) זענען מאניפאלירט.

You made up your mind. איך פראביר דאס נישט צו טוישן. אבער איך פראביר אויך נישט צו זאגן קבלי דעתי. איך זאג קלאהר מען זאל רעדן צום אייגענעם דאקטאר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

הרב kosher travel איך האב נאך א אריכות הדברים פאר דיר, איך האף אז איך וועל האבן גענוג צייט עס אפצושרייבן. אבער קודם הער אויף צו שטאלצירן אז דו ענטפערסט וואס מען פרעגט דיר. ווייל אלע דריי לינקס פרובירן נאר ארויסצוברענגען אז אויטיזם קומט נישט פון שאטס, פרעג איך דיר, איך האב דיר עפעס געפרעגט פון אויטיזם?

אויב דו געדענקסט נישט קענסטו עס איבער קוקן.

בדרך אגב, אין די לעצטע לינק וואס דו ברענגסט. איך ווייס נישט צו דו האסט עס אויסגעהערט אבער ער זאגט קלאר דארט אז אנדערע מחלות זענען יא דא וואס קומען פון וואקסינען.
נאר צו אויטיזם איז ער נישט מודה.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

Kosher Travel האט געשריבן:

שוין
ווען איך ענטפער קלאהר דיינע פראגעס, דיין אינארירסט עס. אדער זאגסטו אז איך ברענג מאנופאלירעט לינקס. לדעתי:
א לינק פון די בארימטע Mayo Clinic אדער פון אנערקענטע ארגאנאזאציעס, איז נישט מאנופאלירט. א לינק פון acupuncturists אדער אנדער "נאטורליך בלאגס" (אפילו פון אינדיע...) זענען מאניפאלירט.

You made up your mind. איך פראביר דאס נישט צו טוישן. אבער איך פראביר אויך נישט צו זאגן קבלי דעתי. איך זאג קלאהר מען זאל רעדן צום אייגענעם דאקטאר.

די יעיל יונעווערסעטי זענען אקיופאנטשערס פון אינדיע?
מצפים לישועה האט געשריבן:https://www.ecowatch.com/yale-vaccine-study-kennedy-2246059411.html
Yale University Study Shows Association Between Vaccines and Brain Disorders
A team of researchers from the Yale School of Medicine and Penn State College of Medicine have found a disturbing association between the timing of vaccines and the onset of certain brain disorders in a subset of children.

אפשר פון אפריקע. אבאמא האט דאך געלערנט אין יעיל יונעווערסעטי.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

נישט אז איך בין מודה אז אויטיזם קומט נישט פון וואקסינען, אבער עכ"פ אודי לי בהכי.
לעצט פארראכטן דורך תוספות אום מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

איך בין מקנא די אידן דא. איינער ווייסט זיכער יא, און איינער ווייסט זיכער נישט. נאר איך בלייב צומישט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

Goodmorning האט געשריבן:איך בין מקנא די אידן דא. איינער ווייסט זיכער יא, און איינער ווייסט זיכער נישט. נאר איך בלייב צומישט.

נו גיי צו דיין פארטיי און פרעג זיי.

עיין בהאונטערשריפט שלך
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

ווען איך וואלט ווען געוואוסט וואס די אמת'ע פאקטן זענען וואלט איך דאך געקענט אפמאכן א מיינונג
שויתי ה' לנגדי תמיד
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

כ'האב געמיינט אז איינער וואס דרייט זיך אין די פארטיי וועט כאטשיג יא וויסן וואס עס טוט זיך דארט.

אבער קוק אהער, דער איינציגסטער פראו וואקסין דא וואס זאגט אז ער האט דורכגעטון די פאקטן איז דאך kosher travel. און ער זאגט אויך נישט אז מען מעג געבן וואקסינען נאר אז מען זאל עס איבערשמועסן מיט א דאקטער און נישט נוצן די אייגענע שכל. איז דאך דא א כלל פון ברי ושמא ברי עדיף.

ועוד יותר, סיי חזקיהו המלך viewtopic.php?f=3&t=21956 און סיי די סנהדרין, האבן שוין גע'פסק'עט אז מען טאר נישט געבן קיין וואקסינען. ואנן מה נענה אבתרייהו.... :grin:
קליקו האט געשריבן:סאשאד אידיש בלוט

די סנהדרין אין ארה"ק האט שוין געפסק'נט פאראיארן אז מ'זאל נישט געבן קיין וואקסינען, ולהשומע יבא עליהם ברכת טוב

נע. מען מעג עכט נישט מאכן ליצנות ביי אזעלכע זאכן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

Conspiracy forum lol
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

I mean happens to be that I'm "NOT Pro vaccines, But come on there is TONS of studies that Vaccines ate NOT linked to Autism
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

אנשטאט ברענגען נאך מאנופילירטע לינקס, מאך אביסעלע אייגענע ריסורטש, פרעג אפאר עלטערן פון אויטיסטיק קינדער ווען זייערע קינדער האבן באקומען וואקסינס, וויאזוי זענען זיי געווען די טעג נאכדעים, און ווען האט מען אנגעפאנגען צו כאפן אז עפעס איז ראנג.
ווען די הערסט א פרוי האט מפיל געווען אין די העכערע חדשים, ווער געוואר ווען זי האט גענומען די פלו שאט, גיי נאך אביסל די מעשיות וואס מ'פארציילט, ומשם תדרשנו.

Are you serious? that's NOT a way to make research.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

עס איז טאקע נישט ריסערטש, אבער איך ווייס פון אזעלכע מעשיות 100% אמת. איך האלט נאך אלץ אז ביי רוב שאדט נישט, אבער ווען מען וואלט ווען געמאכט ריסערטש און מודה געווען אז א געוויסע קליינע פראצענט שאדט יא וואלט איך מער געטראסט
שויתי ה' לנגדי תמיד
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

Growth hacker האט געשריבן:I mean happens to be that I'm "NOT Pro vaccines, But come on there is TONS of studies that Vaccines ate NOT linked to Autism

קודם מאכט מען א אנשטעל כאילו די איינציגסטע פראבלעם פון וואקסינען קען זיין אויטיזם, נאכדעם אז מען טרעפט א סטאדי אז כלומפערשט האט עס נישט קיין לינק צו אויטיזם איז שוין אלעס מסודר און ס'איז 100% סעיף.

וואס טוט זיך מיט קריב דעד, ברעין דעד, סידזשערס, מענטעל דעוועלאפמענל דיסארדערס, ADHD ,OCD, אויטא אימיון מחלות, אלערגיעס, עקזימא, סיליעק, ועוד ועוד, ?

אויף דעם דארף לכאורה נישט זיין קיין סטאדי, ווייל עס איז נאר א נאטורליכער סייד עפעקט.

נישטא ווער עס זאל לאכן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

ברענג איין קראנטע מקור צו דיינע ווערטער אז נישט מעק אויס דיין תגובה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

זייט ווען דארף מען ברענגען קראנטע מקורות?

דו האסט ערגעץ בכלל געברענגט א מקור דא אמאל צו איין ווארט וואס דו האסט געשריבן?

און ביי די וועי איך זע אז דו האסט נישטאמאל געזען די לינק וואס מצפים לישועה האט געברענגט פון יעיל.

און חוץ המעשה, ספיקא דאורייתא לחומרא און חמירא סכנתא מאיסורא. אויב איינער דארף ברענגען ראיות איז עס די פראו וועקס חברה.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

דיין תגובה דארף מען פינען אויף אויבען זשאסט צו ווייזען מיט וואספארא מיני מענטשען מען האנדעלט דא אין דעם אשכול.

איך האב יעדע דאקטער און געזינטהייט פראפעסאר אויף מיין זייט, וועם האסטו?

איך האב טאקע נישט געזעהן די לינק פון מצפים, און דאס אז דו זעהסט די לינק מעגסטו אריין ריקען אז אלע אידען וואס גייען דורעך שוועריקייטען בבריאות הנפש האט צו טוהן מיט וואקסין? אן קיין טראפ פון עווידענס, אר יו טאטעל נאטס?!!

פרא האבען אלע דאקטוירים אין אמעריקע אויף זייער זייט, חמירא סכנתא מאיסורא, יעצט גיי נאכאמאל פערזענליך, האפענטליך וועט זיין נאך סיבות פארוואס צו פינען דיינע תגובות אויף ארויף.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

תגובה דורך מקבל »

Goodmorning האט געשריבן:איך בין מקנא די אידן דא. איינער ווייסט זיכער יא, און איינער ווייסט זיכער נישט. נאר איך בלייב צומישט.

באמת בין איך אויך נישט אינגאנצן קלאר, ווייל דא איז דא צוויי באזונדערע דיסקאשענס, ערשטענס, וויפיל די וואקסינס זענען יא אדער נישט אפעקטיוו, און צווייטנס צו די וואקסינס האט סייד עפעקטס אדער נישט, און וואס עס וועגט איבער.
די אפעקטיוונעס פון וואקסינס האב איך נישט דורך געטון און איך קען עס נישט דורך טון, יעדער ווייסט אז א גוטער אקאונטענט ווייסט פונקטליך ווען און וויאזוי צו ריפארטען אינקאם אין עקספענס, א קווארטער ארויף, א קווארטער אראפ, וכדו' צו שפארען די מערסטע טעקס, די זעלבע איז מיט די אלע סטאדיס, אונז וועלן קיינמאל נישט האבן ריכטיגע דעטע, יעדער מאנופילירט וויאזוי ער וויל.
אבער די שאדן פון וואקסינס האב איך שוין ליידער אליין מיטגעהאלטן צופיל, און פארדעם האב איך מחליט געווען פאר מיינע קינדער שב ואל תעשה.
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

מטעמים האט געשריבן:דיין תגובה דארף מען פינען אויף אויבען זשאסט צו ווייזען מיט וואספארא מיני מענטשען מען האנדעלט דא אין דעם אשכול.

איך האב יעדע דאקטער און געזינטהייט פראפעסאר אויף מיין זייט, וועם האסטו?

איך האב טאקע נישט געזעהן די לינק פון מצפים, און דאס אז דו זעהסט די לינק מעגסטו אריין ריקען אז אלע אידען וואס גייען דורעך שוועריקייטען בבריאות הנפש האט צו טוהן מיט וואקסין? אן קיין טראפ פון עווידענס, אר יו טאטעל נאטס?!!

פרא האבען אלע דאקטוירים אין אמעריקע אויף זייער זייט, חמירא סכנתא מאיסורא, יעצט גיי נאכאמאל פערזענליך, האפענטליך וועט זיין נאך סיבות פארוואס צו פינען דיינע תגובות אויף ארויף.

אין הכי נמי, אלע דאקטוירים און פראפעסארן וואס נוצן נישט זייער אייגענע שכל און זאגן נאר נאך וואס די CDC פארקויפט, האלטן טאקע פונקט ווי דיר. 100%

איך ווייס נישט וואס דו האסט דא גענומען פערזענליך, אז דו האלטס אז די אויפפירונג פון די אנטי וועקס חברה איז גענוג א שטארקע ראיה צו האלטן אז מען מעג נעמען וואקסינען, און קיין איין אנדערע ראיה האסטו נישט. וואס שרייסטו אז איך מוז אויסמעקן מיין תגובה פארן נישט האבן קיין ראיות, און דו האסט ניטאמאל גענומען די מיה צו נאכקוקן די ראיות וואס איך האב פריער געברענגט. איך מעג וויסן וואס דו ווילסט פון מיר?

און אויב איך האב שוין געהערט אויף די אלע מחלות וואס איך האב אויסגערעכנט, קלארע עדות פון געליטענע אידן וואס טענה'ען אז עס איז געקומען פון וואקסינען, מעג איך מיך נישט אננעמען פאר זיי? עכ"פ אויף אזויפיל זאלסט מיר כאטש ברענגען עפעס א הוכחה אז זיי זענען נישט גערעכט?

און אויב דו האלטס אז די יעיל יונעווערסעטי סטאדי איז טאטעל נאטס, מעג איך דאך האלטן אז די CDC איז טאטעל נאטס.

און אויב ווען דו וועסט פינען מיינע תגובות אויף ארויף וועסטו זיך פילן רואיגער אריינצושטעכן אין דיינע קינדער כל ערליי מחלות, מעגסטו עס פינען געזונטערהייט. פון מיין זייט קענסטו פינען מיינע תגובות ארויף, אראפ, רעכטס, לינקס, וואו דו ווילסט. עס גייט מיר נישט אן. איך שרייב נישט דא פאר כבוד, ווייל פאר כבוד וואלט איך מיר ענדערשט געזעצט לערנען גמרא תוספות. איך האב נאר אנגעהויבן צו שרייבן דא ווייל איך בין געווען מורא'דיג נייגעריג וויאזוי נארמאלע באזעסענע מענטשן וואס קעירן פאר זייערע קינדער פילן זיך זיכער צו געבן וואקסינען, און איך מיין אז צוביסלעך הייב איך אן צו פארשטיין דעם ענטפער.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובה דורך קיטשי »

איין זאך איז זיכער. די נאטורליכע טראפן און שמירעכצער העלפן זיכער

זיי העלפן פארן פאבריצירער שבת מאכן...

ווי האט יענער געזאגט? דער פאבריצירער פון קלי-צום פאסט זיכער גרינג
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובה דורך Shuli »

איך האב געפרעגט מיין קינדער דאקטער (גראדע א היימישער [היפש אויפגעקלערט]) צו סאיז טאקע נישט קיין ריסק און סייד עפעקטס פון די שאטס?
האט ער מיר גענפערט ס'קען זיין אז סאיז דא א ריסק, אבער די ריסק פון נישט נעמען שאטס איז הונדרעט מאל מער.
און ער נעמט זיין אינפרמעשן פון מער קראנטערע מקורות ווי די לינקס דא אויפן וועלטל.

און איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז די (אומ)מענטשען וואס געבען נישט קיין שאטס זענען פראטעקטעד פון די אלע מענטשען וואס געבען יא שאטס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

אלע דאקטוירים און פראפעסארען און די CDD ניצען נישט זייער אייגענע שכל א חוץ תוספות פון אייוועלט.

קוואוט אוף די דעי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

איך זע שוין פונקטליך וואס עס גייט דא פאר, עטץ קענטס שרייבן שטותים און לאקשן אן קיין שום מקור, און אז איך שרייב א זאך וואס אין די פאריגע תגובה האב איך געברענגט א ראיה דערצו, מוז איך עס אויסמעקן ווייל איך האב נישט קיין מקור.
און אויב איך וואג מיר נאר איבער צו פרעגן אז עטץ האטס אויך נישט קיין מקור, ביך איך שוין א ווייס איך וואס , און מען מוז שוין אנהייבן פינען כדי מען זאל וויסן מיט וואסער חברה מען האנדלט דא.
און איך האב אין ערגעץ נישט געזאגט אז קיין איין דאקטער נוצט נישט זיין שכל, איך האב געזאגט אז די וועלכע נוצן נישט זייער שכל נאר זיי נעמען זייערע מקורות פון קראנטערע פלעצער ווי לינקס אויף אייוועלט, למשל פון מעדיקל סקול, זיי האלטן טאקע ווי דיר.
יעצט פארשטייסטו?

בדרך אגב.

איך מעג אויך זאגן יעצט אז אויב עטץ שרייבטס נישט קיין ראיות מוזט עטץ אויסמעקן ענקערע תגובות?

הארך מיר אויס הרב מטעמים, אז דו וועסט רעספעקטירן אנדערע, וועלן אנדערע דיך רעספעקטירן. אז דו נעמסט דיך שרייען מעק תגובות, זאלסטו זיין גערישט אז מען וועט צוריק שרייען ברענג מקורות.

(און יעצט א פריינטליכע אויפמערקונג, האסט געמאכט א טעות און האסט געשריבן CDD, איך האף אז דו ווייסט וויאזוי עס קומט עכט)
לעצט פארראכטן דורך תוספות אום דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

תוספות האט געשריבן:זייט ווען דארף מען ברענגען קראנטע מקורות?

דו האסט ערגעץ בכלל געברענגט א מקור דא אמאל צו איין ווארט וואס דו האסט געשריבן?

און ביי די וועי איך זע אז דו האסט נישטאמאל געזען די לינק וואס מצפים לישועה האט געברענגט פון יעיל.

און חוץ המעשה, ספיקא דאורייתא לחומרא און חמירא סכנתא מאיסורא. אויב איינער דארף ברענגען ראיות איז עס די פראו וועקס חברה.

וועלעכע לינק וואס איך האב געברענגט מיינסטו?
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”