Flash light האט געשריבן:די שאלה איז וואס הייסט פאקטן
וואס די ליינסט אויף גוגל
אדער וואס מזעט מיט די אייגענע אויגן
דער דאקטער וויל נישט פארלירן זיין לייסנס
ער דארף וואטשן וואס ער זאגט
די מציאות ווייזט אז צופיל האבן שוין
צאמגעליטן פין שאטס
אייביג מיט א גוטן תירוץ פינעם דאקטער
פאקטן איז ליידער דא איבער געניג ווילסט נישט גלייבן
לשטתך
ווייל סקען נישט זיין
גוט געפרעגט, אבער ווילסט זיכער אן ענטפער, טא לאמיר פראבירן.
פאקטן ווערן נישט געשטעלט דורך גוגל; מ'נוצט גוגל צו טרעפן גוגל. אע"כ, אז גוגל פירט דיך צו א קריוזער, קיינמאל-געהערטער סייט, מאכט מען זיך נישט וויסענדיג. אז זי פירט צו א וועלט-בארימטער מעדיקעל סייט ווי דאקטוירים זיצן און נאשן כסדר, נוצט מען עס איינמאל.
יעצט אביסל איבער דיינע אויגן. אין איין ווארט, זי איז א פאלנער שקרן! יא, אזוי ווי דו הערסט, דיין אויגן זאגט דיר שקר, טאג איין און טאג אויס. לא די וואס סייוואספארא דרעפיק דעזיינער (אפגערעדט פון א פראפעציאנאלער פרינטער) וועט דיר עדות זאגן אז אויגן פאנטאזירט במלוא מובן המילה, נאר ווען די אויג געהערט נאך צו א פארשוין שלא טעם טעם מעדיקעל עדיוקעשאן איז עאכו"כ אז ער זעהן שווארטץ פאר ווייס.
קומסטו דאן מיט די "דאקטוירין ווייסען דער [א.ג.] אמת, נאר זיי ווילן נישט פארלירן די לייסענס אדער באקומען גרויסע כאבאר פון די פארמאסודיקעל קאמפאניעס". וויפיהל פערדעריי שטעקן אין דעם אז דו מיינסט בכלל אז דו רעדסט דא איינעם עפעס איין. מיינסט אז מיט אביסל זאמד קען מען פארדרייען קעם? וואס האט נאר ר' אברהם געזאגט, יו קען פול סאם פיפעל... למען האמת - כדי זאלסט נישט באלד זאגן אז מ'האט דיר נישט געענטפערט, וועל איך דיר ענטפערן.
ווער וועט אים צונעמען די לייסענס? מ'קען נישט צונעמן די לייסענס פון א דאקטאר צוליב נישט ליעב האבן זיין מיינונג. דאס איז נישט עפעס א מוסד וואס ווארפט ארויס איינגעשטעלטע צוליב גיין צוו ווייסעכוועלעכע טיש... אז זענען פארהאן
פונקטליכע גיידליינס (באמערק צו וועלעכע סארט סייטס איך לינק...) ווען מ'קען צונעמען די לייסענס.
פארוואס איז נישט פארהאן קיין ערענסטע מיעוט דאקטוירים - כאטש 20%-40% - וואס האבן די קאראדזש צו זאגן די אמת? צו סתם פאר קריוזקייט אדער די איפכא מסתברא טיפ?
פארוואס איז נישט פארהאן קיין ערענסטע מיעוט דאקטוירים - כאטש 10%-20% - וואס זאל נישט ווערן איבערגענומען פון די שוחד? ווייסטו וויפיהל דאקטוירים זענען געשוואלענע מיליאנערן וואס קימערן זיך נישט אויף די פאר טויזענט דאלער א קאמפעני וויל זיי שמירן?
ווייסטו ווי פאפולער עס איז היינט צו ארויסקומען מיט א אויפדעקונג (וויסלבלאוער בלע"ז)? צענדליגע וואלט געזאלט - לשיטתך - זיך קלאמערן צו די טעלעוויזיע סטאנציעס מיט זייער אויפדעקונג איבער די סקאנדאל פון די מילעניום. אפילו אז עס איז ווען נישט אמת, נאר זיי קענען מאכן גענוג א קעיס פאר אביסל גרידער אהן זיך לייגן צו גע'נער, וואלט אפשר געוויסע ארויסגעקומען...
למעשה זענען רוב דאקטוירים נישט קיין ליידיגייער און קיין אייוועלט פארברענגער, נאר הויכע מאראלישע מענטשן מיט א שטארקע איבערגעגעבענע נאטור. (דאס איז אויסער די הויכע עדיוקעשאן וואס זיי פארמאגן; פון די העכסטע וואס איז נאר שייך.) . זיי זענען מענטשן וואס ראטעווען לעבנס טאג איין און טאג אויס. ויהי ערב ויהי בוקר מיט הצלת נפשות. זיי זענען "בעסערע מענטשן". יא, זיי זענען. כ'מיין דאס איז זין פון קלאסיש, כאטש וואס מ'קען די זעלבע אויך זאגן ליטעראל אויף רוב פון זיי.
צו דערקלערן אויף אזעלעכע פראפעשאנאלע פערסינאליטיס, אלס קרופטירט פון שוחד און גע'פרעשור'ד פון עפעס א שרעק, איז א ווילדע קאנספיראציע. און מיט די אף-די-גריד אנשויאינגען וואס דו מיט דיינע "עסקנים" גלייבן, וועסטו נאכאלץ קומען צו לויפן ווען די געזונט וועט עס פארלאנגען. פארוואס? ווייל שניתנה רשות לרופא לרפאות.
דאס איז אלעס דיר אפצוענטפערן. פאר מיינע נערווען, איז מיר גענוג צו פארשטיין אז ווען א וועלט מיט בחזקת-כשרות'דיגע דאקטוירים זאגן עפעס און איינער (אדער מיליאנען) ווילען איך זאל זיין קליגער, איז די עון (burden) אויף די אויבער-חכמים צו באווייזען זייער טעאריע.
נ.ב. די אלע טענה'רייען איז גוט פאר א נאכט-פארברענגעריי. אין די עכטע וועלט (real world) האב איך שוין מיטגעהאלט גרויסע אומגליקן וואס זענען ארויסגעקומען פון זעלבס-דערקלערטע דיעגנאסיס, וואס איז גענוג שווער און קאממפליצירט אפילו פאר עכטע דאקטוירים- ווי איך האב שוין
אויבן מסביר געווען באריכות. ווער רעדט נאך ווען דער יעניגער פאמיליע מיטגליד (לייען: הורג נפש!) קומט מיט זיינע נאטירליכע היילונג וואס האט שוין אויפגעלאכטן שטיבער. א שאד ס'לעבט נישט קיינען צו זאגן עדות...