וואקסינאציעס, איזעס א הילף? אדער גאר פארקערט ?

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובה דורך Flash light »

Chicken poks איז א עכטע קרענק ?
לעצט פארראכטן דורך Flash light אום מאנטאג מאי 02, 2016 11:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

עס איז עכט. אבער נישט אזוי שעדליך
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

תגובה דורך סמארט גאי »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
לויב און דאנק האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:עס איז באמת נישט צום פארשטיין וויאזוי מענטשן לאזן זיך פירן פון עטליכע (אום)מענטשן וואס ווייסן ניטאמאל וויאזוי מען ליינט אפ א מעדעצינישע סטאדי


איך האב אמאל געהערט פון א דיין א שארפע אויסדריק בנוגע די זעלבסט געקרוינטער דאקטורים בא אונזער ציבור וואס זיי האבן שוין געליינט עטליכע ארטיקלעך און זיי זאגן שוין דיעות איבער וואקסינען.
ווען די שלחן ערוך רעד פון א דאקטאר מיינט דאס איינער וואס האט MD לייסענס, במילא ווען א דאקטאר הייסט איינעם זאל עסן יום הקדוש ווייל אז נישט, איז ער אין א סכנה דארף מען פאלגן, אבער ווען א "זעלבסט געקרוינטער דאקטאר" הייסט עסן יום הקדוש און מ'האט געגעסן האט מען עובר געווען אויף א איסר כרת ר"ל...... די זעלבע איז בנוגע וואקסינען מיט וואפארא היתר און די וועלט קען א "זעלבסט געקרוינטער דאקטאר" זאגן פאר איינעם נישט צו געבן וואקסינן ווען אלע דאקטוירים מיט MD לייסענס זאגן אז מדארף יא געבן וואס די אלע זענען דאקטוירים מדיני שלחן ערוך וואס ווען זיי הייסן עסן יום הקדוש דארף מען זיי

זאג נאר וואס הודו מיט כוש ? וויא שטייט און די תורה צו און די פוסקים אז וואס א דאקטער זאגט איז קודש קדשים ואין להרהר ? ווען א דאקטער הייסט ח"ו אויספלאגן א מאשין פון א חולה ווייל א שאד די געלט , רוב מענטשן העלפט עס עניוועי נישט , סטאטיסטיקלי איז א שאד די געלט מען קען און די צייט גיין אויסהיילן יונגערע , איז דאס אויך די שולחן ערוך ווייל די דאקטער האט געזאגט ? גיין זאגן אז מען מוז צוהערן וואס א דאקטער זאגט און מען טאר זיך נישט נאכפרעגן, און איינער וואס פאלגט נישט איז א בעל עבירה און מאכט א חילול השם, איז פונקט אזוי משוגע ווי דער וואס זאגט אז סאיז א איסור צו געבן וואקסינען ווייל סאיז גורם אוטיזם ח"ו. ..

נאכן לייענען דיין תגובה וואונדערט מיר טאקע וואס האט הודו מיט כוש.

האסט אן אינטערסאנטע לאגיק
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

מיין לאגיק איז זייער פשוט , אז נישט די דאקטער און נישט די עפ די עי קערט פאר דיר , און אויב עפעס געשעהט חס ושלום פאר א יחיד איז עס נישט זייער ביזנעס עס לאנג סאיז נישט קיין געפאר פאר רוב מענטשן , ווידער איז דא יודישע מאמעס וואס האבן א אנדערע לאגיק ..און קיינער זאל נישט האקן קיין קאפ מיט שולחן ערוך -יום כיפור און כווייס וואס נאך
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובה דורך ווישוואש »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:מיין לאגיק איז זייער פשוט , אז נישט די דאקטער און נישט די עפ די עי קערט פאר דיר , און אויב עפעס געשעהט חס ושלום פאר א יחיד איז עס נישט זייער ביזנעס עס לאנג סאיז נישט קיין געפאר פאר רוב מענטשן , ווידער איז דא יודישע מאמעס וואס האבן א אנדערע לאגיק ..און קיינער זאל נישט האקן קיין קאפ מיט שולחן ערוך -יום כיפור און כווייס וואס נאך

וואו קומט אריין דא לאגיק?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

פון וואו ווייסט א אידישע מאמע וואס איז גוט פאר איר קינד?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס הייסט פון ווי?

National bus stop conference of pediatricians
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

שאינו יודע האט געשריבן:וואס הייסט פון ווי?

National bus stop conference of pediatricians

הא הא הא!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

תגובה דורך סעמס »

בן נון האט געשריבן:עס איז עכט. אבער נישט אזוי שעדליך


Chickenpox can be serious. Before there was a vaccine, chickenpox caused about 4 million people to get sick, more than 10,500 hospitalizations, and about 100 to 150 deaths each year. Most people who had severe chickenpox were healthy beforehand.
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

תגובה דורך סעמס »

מער מענטשן פלעגן שטארבן פון טשיקן פאקס פער יאר, ווי אלע טויט פעלער וואס די אנטי וואקסין מאוומענט לינקד צו וואקסינען קאמביינד פון אלע יארן ביינאזאם
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובה דורך Flash light »

ביז 25 יאר צוריק האבן עס רוב קינדער ביאקומן
אין סהאט קיינעם נישט געשאט
משע״כ ביי שאטס איז ליידר דא

סאיז דא קלארע באווייזן אז סהאט געשאט פאר די קושקע
מזעט עס אויף טעסט

בדוו מר סעפס פין ווי קומט דיין אינפא
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובה דורך Flash light »

אין פין ווי קומט די high carb diet
Hydrogenated fat
אז סאיז געזונט

האט זיך לעצטנס געטוישט
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

תגובה דורך סעמס »

before there was a vaccine, chickenpox caused about 4 million people to get sick, more than 10,500 hospitalizations, and about 100 to 150 deaths each year

http://www.cdc.gov/features/preventchickenpox/

איך האב געברענגט א סורס פאר מיין אינפארמאציע. אצינד ברענג פאר דיינע
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

תגובה דורך סעמס »

Flash light האט געשריבן:ביז 25 יאר צוריק האבן עס רוב קינדער ביאקומן
אין סהאט קיינעם נישט געשאט
משע״כ ביי שאטס איז ליידר דא

סאיז דא קלארע באווייזן אז סהאט געשאט פאר די קושקע
מזעט עס אויף טעסט

בדוו מר סעפס פין ווי קומט דיין אינפא


איך ווארט צו זעהן די ״קלארע״ באווייזן
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובה דורך Flash light »

דעס איז דאך די גאווערמענט אליין וואס הייסט נעמן שאטס

באווייזן?
מטשעקט די מעטעל לעוועל פין די בלוט
מנעמט א בלוט טעסט פאר די שאט אין נאכדעם

בדוו
סאיז דא א גרויסע מאוומענט איבעראל
אקעגן שאטס נישט נאר ביי אונז
אסאך גוים טיען האום סקאלינג ווייל זיי ווילן נישט נעמען
ספעציעל אין פלארידע ווייל דארט העלפט נישט קיין
ריליגע בריוו
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובה דורך קעלנער »

Flash light האט געשריבן:דעס איז דאך די גאווערמענט אליין וואס הייסט נעמן שאטס

באווייזן?
מטשעקט די מעטעל לעוועל פין די בלוט
מנעמט א בלוט טעסט פאר די שאט אין נאכדעם

בדוו
סאיז דא א גרויסע מאוומענט איבעראל
אקעגן שאטס נישט נאר ביי אונז
אסאך גוים טיען האום סקאלינג ווייל זיי ווילן נישט נעמען
ספעציעל אין פלארידע ווייל דארט העלפט נישט קיין
ריליגע בריוו

ביטע אויב מעגליך ברענג סמוכין לדבריך.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

קעלנער

איך האף אז דו שטייסט נישט ווען דו ווארטסט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

מעטל לעוול פון די בלוט?
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

ווייס איך נישט צו דער עולם ווייסט... אבער עס טוט זיך א איבערקערניש אין וויליאמסבורג... די דיבאטע ווערט מער און מער איבער וואקסינס...

די העלטה דעפארמענט באשולדיגט די טשיקען פאקס אויסברוך אין ווילי פארן נישט געבן שאטס.


די זאך איז אזוי...
אין די לעצטע שטיק צייט ווערט שטערקער און שטערקער די התנגדות אקעגן שאטס..
פון איין זייט ווערט עס אנגעפירט אדורך פרויען... ( וויאזוי האט נאר יענער געזאגט, אויב היללערי ווערט פרעזידענט און עס וועט זיך אריינכאפן א מייז אינעם ווייסען הויז וועט אמעריקע אינטערגיין.....)
פון די אנדערע זייט שרייען די מתנגדים אז עס איז דא קראנטע באווייזען אז עס איז 'דענזשרעס'... עס איז שוין דא א גאנצע גרופ און מען קען זיך אנהערן גאר גאר שרעקעדיגע מעשיות וואס זענען געקומען אלס א תוצאה פון געבן וואקסינס.

יעצט איז אזוי... איך וועל זאגען דעתי העני... (ליגעל דיסקלעימער... איך האב עס נישט דורך געטוהן בכובד ראש.. נאר אויבן אויף...)

ביידע זענען גערעכט!

עס איז דא א געוויסע פראצענט שאטס וואס איז באמת וויכטיג פאר די קינדער, יעצט די גאווערמענט האט געזעהן א לאך ווי מען קען מאכן אפאר טאללער... האבן זיי צוגעלייגט א גאנצע ליסטע פון אומנויטיגע שאטס וואס נישט נאר עס העלפט נאר -לויט מאנכע- קען עס ח''ו מאכן פראבלעמען.

סא... הלכה למעשה... איז נישט דא קיין ענטפער... ווייל ביידע זייטען האבן ראיות... און מען קען זיך נישט אויסוועלן וועלכע וואקסין מען וויל יא און וועלכע נישט...
אדער געבט מען א עקסעמשען אז מען וויל גארנישט, אדער דארף מען נעמען אלע...

נאכאמאל... איך האב עס נישט אדורך געטוהן בכובד ראש...
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום פרייטאג מאי 20, 2016 4:13 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

איך בין טאקע נייגעריג צו די יעצטיגע אויסברוך איז געקומען ווייל קינדער זענען נישט וואקסענירט.

און אויב יא, דאן פארוואס כאפן עס אויך קינדער וואס האבן יא באקומען די שאטס?

און פארוואס בכלל צווינגען צו געבן טשיקן פאקס שאטס? עס איז אומבאקוועם, אבער נישט קיין סכנה.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

בן נון האט געשריבן:איך בין טאקע נייגעריג צו די יעצטיגע אויסברוך איז געקומען ווייל קינדער זענען נישט וואקסענירט.

און אויב יא, דאן פארוואס כאפן עס אויך קינדער וואס האבן יא באקומען די שאטס?

און פארוואס בכלל צווינגען צו געבן טשיקן פאקס שאטס? עס איז אומבאקוועם, אבער נישט קיין סכנה.


ביי מיר האבען צוויי קינדער באקומען טשיקען פאקס

איינער איז וואקסענירט און האט עס געהאט אויף גאר א מילדער אויפן, דער צווייטער איז נישט וואקסענירט און ער האט עס אויף א שטארקע פארנעם .
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

א. טראכטער האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך בין טאקע נייגעריג צו די יעצטיגע אויסברוך איז געקומען ווייל קינדער זענען נישט וואקסענירט.

און אויב יא, דאן פארוואס כאפן עס אויך קינדער וואס האבן יא באקומען די שאטס?

און פארוואס בכלל צווינגען צו געבן טשיקן פאקס שאטס? עס איז אומבאקוועם, אבער נישט קיין סכנה.


ביי מיר האבען צוויי קינדער באקומען טשיקען פאקס

איינער איז וואקסענירט און האט עס געהאט אויף גאר א מילדער אויפן, דער צווייטער איז נישט וואקסענירט און ער האט עס אויף א שטארקע פארנעם .


די מוסדות לאזן דען אריין אן די פארלאנגעט שאטס?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

ווענדט זיך וועלכע..
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

נא_שכל האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך בין טאקע נייגעריג צו די יעצטיגע אויסברוך איז געקומען ווייל קינדער זענען נישט וואקסענירט.

און אויב יא, דאן פארוואס כאפן עס אויך קינדער וואס האבן יא באקומען די שאטס?

און פארוואס בכלל צווינגען צו געבן טשיקן פאקס שאטס? עס איז אומבאקוועם, אבער נישט קיין סכנה.


ביי מיר האבען צוויי קינדער באקומען טשיקען פאקס

איינער איז וואקסענירט און האט עס געהאט אויף גאר א מילדער אויפן, דער צווייטער איז נישט וואקסענירט און ער האט עס אויף א שטארקע פארנעם .


די מוסדות לאזן דען אריין אן די פארלאנגעט שאטס?

זיי זאגן און די נייעס אז 75 פראצענט קינדער און וויליאמסבורג זענען נישט וואקסענירט
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

מיר האט א אדמיניסטרעיטער פון א מוסדות און וויליאמסבורג ( א רעלעטיוו קליינע ) געזאגט אז ביי אום און די מוסדות זענען רובא דרובא קינדער נישט וואקסענירט .
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”