וואקסינאציעס, איזעס א הילף? אדער גאר פארקערט ?

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

די באריכטן זענען זיכער שקר!
אין די גרעסטע מוסד/ות אין ווילאמסבורג קען מען נישט איישרייבן קיין קינדער אנהייב יאר נאר אויב מען האט פארפילט די פליכטן פון די רעגירונג, און די מוסדות זענען זייער שטערענג דערמיט. יעצט 75% קינדער פון ווילאמסבורג לערנען אין די מוסדות, ממילא זענען רוב קינדער יא וואקסינירט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

די 75% איז נישט אמת

זיי האבן געשריבן אז די קינדער וואס האבן באקומען יעצט טשיקען פאקס זענען פון די 75% נישט וואקסינירט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

איך הער יעצט אז מען האט אהיימגעשיקט קינדער וואס זענען נישט וואקסינירט פון די מוסדות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:מיר האט א אדמיניסטרעיטער פון א מוסדות און וויליאמסבורג ( א רעלעטיוו קליינע ) געזאגט אז ביי אום און די מוסדות זענען רובא דרובא קינדער נישט וואקסענירט .

איך האב אמאל געארבעט אין א קליינע מוסד.

רוב קינדער זענען יא וואקסענירט.

און די וואס זענען נישט, איז עס רוב מאל נאר פון נאכגעלאזטקייט.

די וואס גיבן נישט קיין שאטס בשיטה איז א זייער קליינע פראצענט, כאטש זיי מאכן א גרויסע ווינט.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

קען זיין , כבין עס פארשטייט זיך נישט נאכגעגאנגן , יעצט וואס מאכט מיר ווינדערן אויב אז רוב יודישע קינדער זענען וואקסענירט וואלט איך געוואלט פארשטיין פארוואס געוויסע קערן איבער דא , אויב סאיז נאר א קליינע פראצענט וואס און די וועלט פארפירט מען דא , חילול השם & חשש עבודה זרה וכ"ו ?
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אינדערהיים אין אייראפע אדער א"י און אפי' אין אמעריקא יארן צוריק, זענען נישט געווען קיינע וואקסינען, און דער עולם איז טאקע געשטארבן (אדער פרקריפלט געווארן, ווער געדענקט פאליא?) אין גרויסן אינגערהייט פין פארשידענע קרענק וואס מ'הערט ב"ה שוין כמעט נישט "נאר" א דאנק וואקסינען. אלא וואדען, מ'זיצט על סיר הבשר אינעם גאלדענע מדינה, איז א בחינה פין וישמן ישורון ויבעט, מ'האט ב"ה נישט מער וואס צו טון, נאר פראבירן זיין אויבער-חכמים, ווייל צו איינזען ווי די רוב אידאך נישט אינטערעסאנט עי' ערך #וועט-פעינט

דער אמת, ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול, בין איך בכלל נישט קיין אדוואקאט פאר די דאקטורים, אין איך האלט אז א מענטש דארף מאכן א אינטעלידזשענט דעסיזשען, נישט סתם אפקויפן יעדע'ס ווארט פינעם דאקטער פאר גוט געלט, אבער פין דארט ביז די וואקסינאציע קאנספיראציע'ס, איז א ווייטער מהלך.

די נושא איז שוין געווארן דא אויסגעדראשן כמה פעמים אויף כמה אופנים, די באטטעם ליין איז, אז ווילאנג האמיאפעטיק מאכט נאך געלט, זענען נאך דא מענטשן וואס קויפן יעדע איינרעדעניש און קאנספיראציע פאר גוט געלט... און ווען א איד עקש'נט זיך איין, איז זייער שווער אים צו טוישן #עם קשה עורף.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

איך וואלט פארראכטן די לעצטע סטעיטמענט , אז די באדעם ליין איז אז ווילאנג די ביג פארמאסטוקעלס מאכן געלט קויפט די עולם אפ וואס זיי פארקויפן !!! # טרענס פעט, & סעטרויטעט פעטענס , עיין ערך קאנפארמעישאן בייעס ❗ ( אנטשולדיגט אבער בערך אזוי האט אויסגעזעהן אייער תגובה )
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האלט אינמיטן טראכטן צו דו ווייסט טאקע נישט די חילוק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

.
אטעטשמענטס
IMG_20160522_160252.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:איך וואלט פארראכטן די לעצטע סטעיטמענט , אז די באדעם ליין איז אז ווילאנג די ביג פארמאסטוקעלס מאכן געלט קויפט די עולם אפ וואס זיי פארקויפן !!! # טרענס פעט, & סעטרויטעט פעטענס , עיין ערך קאנפארמעישאן בייעס ❗ ( אנטשולדיגט אבער בערך אזוי האט אויסגעזעהן אייער תגובה )

אפשר ענטפערט איר אויף די פאקטן פון יענע תגובה?

פאר בערך 100 יאר צוריק זענען געווען מחלות וואס מענטשן זענען געשטארבן אדער פארקריפלט געווארן און די מאסן. א דאנק וואקסינאציעס זענען רוב פון די מחלות ב"ה אדער אויסגעריסן געווארן אדער זייער שוואך געווארן.

ווי קענען עלטערן נעמען אויף זייער אחריות צו אויסשטעלן קינדער צו די אלע קרענק?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

דאס איז וואקסינס איז גרויס פראפיט איז אויך א זאך אויף וואס די אנטי וואקסין קולט האט זיך אהנגעכאפט.

וואקסינס איז פין די קלענסטע פראפיט פאר פארמיסוטיקעל קאמפאניס. און זיי שטופען עס נישט. עס איז מער די סי.די.סי. און דאקטורים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

Kosher Travel האט געשריבן:

גערעכט !
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

בן נון האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:איך וואלט פארראכטן די לעצטע סטעיטמענט , אז די באדעם ליין איז אז ווילאנג די ביג פארמאסטוקעלס מאכן געלט קויפט די עולם אפ וואס זיי פארקויפן !!! # טרענס פעט, & סעטרויטעט פעטענס , עיין ערך קאנפארמעישאן בייעס ❗ ( אנטשולדיגט אבער בערך אזוי האט אויסגעזעהן אייער תגובה )

אפשר ענטפערט איר אויף די פאקטן פון יענע תגובה?

פאר בערך 100 יאר צוריק זענען געווען מחלות וואס מענטשן זענען געשטארבן אדער פארקריפלט געווארן און די מאסן. א דאנק וואקסינאציעס זענען רוב פון די מחלות ב"ה אדער אויסגעריסן געווארן אדער זייער שוואך געווארן.

ווי קענען עלטערן נעמען אויף זייער אחריות צו אויסשטעלן קינדער צו די אלע קרענק?

די ערשטע העלפט ענטפערט דיין קושיא, די קרענק עקסעסטירט שוין נישט א דאנק די וואקסינען .
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובה דורך Iphone »

שעמען זאל זיך די ארגאניזאציע וואס האט אַרום געשיקט אין קרית יואל די וואך א צעטיל קעגן וואקסינען. אן קיין שום פרוף
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

מיר געפעלט נאר ווי זיי בעטן אז מען זאל זיי אריינשיקן א נדבה'לע.
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובה דורך Flash light »

וואס עפעס זיך שעמען
אדרבה לייג עס ארויף
זייט מהנה דעם עולם
נאזי באדי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:19 pm

תגובה דורך נאזי באדי »

איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז בכלל א דאקטער אמאל ארויס געקומען אן קעגען שאטס?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובה דורך shalsheles »

איז ווידער אמאל אנגעקומען במשך יו״ט א בראשור פון די אנטי וואקסינאציע קולט, מיט חתימות פון ליטווישע רבנים אז מען טאר נישט צווינגען עלטערן צו געבן וואקסינען.
א אינטערסאנטער קארטון איז דא אויפן אונטערשטן בלאט, וואס דארף לכאורה א ענטפער, עס ווייזט אן אויף די איבערפלוס פון Urgent care centers and Therepy centers אלס א סימן אז די וואקסינען ברענגן נאר מער קרענק....
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובה דורך יענקעלע »

ווי אויך זייט מ'האט אנגעהויבן זיך צו באנוצן מיט קאר'ס קומט ארויס אלס מער און מער אומגעזונטע נאשערייען וואס דאס איז א קלארע איבערווייז אז אריינאטעמען פעלושען ברענגט אז מען זאל זוכען צו עסן אומגעזונטע עסנווארג
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

יענקעלע האט געשריבן:ווי אויך זייט מ'האט אנגעהויבן זיך צו באנוצן מיט קאר'ס קומט ארויס אלס מער און מער אומגעזונטע נאשערייען וואס דאס איז א קלארע איבערווייז אז אריינאטעמען פעלושען ברענגט אז מען זאל זוכען צו עסן אומגעזונטע עסנווארג

;l;p- ;l;p- :grin: :grin:
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

shalsheles האט געשריבן:איז ווידער אמאל אנגעקומען במשך יו״ט א בראשור פון די אנטי וואקסינאציע קולט, מיט חתימות פון ליטווישע רבנים אז מען טאר נישט צווינגען עלטערן צו געבן וואקסינען.
א אינטערסאנטער קארטון איז דא אויפן אונטערשטן בלאט, וואס דארף לכאורה א ענטפער, עס ווייזט אן אויף די איבערפלוס פון Urgent care centers and Therepy centers אלס א סימן אז די וואקסינען ברענגן נאר מער קרענק....

אין לעיקוואד, ווי עס איז ארויסגעקומען די חתימות, האבן אלע פרומע היימישע דאקטורים ארויסגעקומען מיט א בריוו אז זיי וועלען מער נישט זעהן קינדער וואס זענען נישט וואקסינעיטעדט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

א שטויס מיט שטותים אינעם אינטערוויו וואס איז אנגעקומען צו די פאסט-קעסטלעך דעם יו"ט פון די אנטי-וואקסין עלעמענטן. סטאטיסטיקס נומערן אן קיין שום באווייזן אדער מראה מקום, דער עיקר איז אז טויזנטער זענען שוין געשטארבן אדער ליידן פון געפערליכע קרענק פון וואקסינאציע, אבער מיזעלס, מומפס, וכו' זענען בכלל נישט קיין געפאר. אלע קינדער מיט אוטיזם איז דירעקט פארבינדן מיט וואקסינאציע, ווידעראום די לייבן-קעפ בדורינו זענען זייערע קינדער...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

Come on guys...

קען איינער פאוסטען פון וואס מען רעדט דא??? נאך א PEACH מאגאזין?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

Kosher Travel האט געשריבן:Come on guys...

קען איינער פאוסטען פון וואס מען רעדט דא??? נאך א PEACH מאגאזין?

דוכט זיך אזוי פאררופן זיי זיך.
מאגאזין? עטליכע בלעטער מיט ווייניג אינהאלט, באשטייט בעיקר פון אן אינטערוויו וואס איז אמאל געשטאנען אין זמן מאגאזין.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

לא לנו האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:Come on guys...

קען איינער פאוסטען פון וואס מען רעדט דא??? נאך א PEACH מאגאזין?

דוכט זיך אזוי פאררופן זיי זיך.
מאגאזין? עטליכע בלעטער מיט ווייניג אינהאלט, באשטייט בעיקר פון אן אינטערוויו וואס איז אמאל געשטאנען אין זמן מאגאזין.

און אפשר פאוסטען?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”