בלאט 1 פון 1

שטארקע קאפ וויי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 5:23 pm
דורך געלעגער
שוין א שטיק צייט וואס מיין יונגעל רעדט זיך אפ אויף קאפ וויי,
אונמוטן פון זיין קאפ טוט אום וויי,

די דאקטער זאגט אז ער זעהט גארנישט, ער האט קודם געמיינט אז דאס האט אז מ'האט אום צוריבן ביים זיך שערן, ער האט געגעבן א קריעם,
נאך א וואך בין איך צוריק געגאנגען צו אום אז דאס העלפט נישט,
ער זאגט אז ס'קען זיין די שעמפו וואס ער ניצט איז נישט גוט,
אבער איך זאל גיין מאכן א MRI

איינער האט שוין אמאל געהאט אזאנס?
אפשר איז דאס עפעס א קלייניקייט?

איך ווייס נישט פארוואס אבער MRI איז גאנץ א שרעקעדיג ווארט...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 5:28 pm
דורך שמערי בערי
טשעק עס אויס ווי שנעלער. זיכער צו מאכן אז ס'איז גארנישט בע"ה.

(ליידער רעד איך פון עקספיריענס, מ'טאר קיינמאל נישט אוועק מאכן אזאלכע זאכן, אדרבה, וואס פריער גיין צום דאקטאר געוואויר צו ווערן אז ס'איז גארנישט... אלס בעסער ווי ווארטן און זיך אליינס איינרעדן אז ס'איז גארנישט)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 6:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
MRI איז אפשר א שרעקעדיגע ווארט, און די פרעסידזשער קוקט אויס שרעקעדיגער, אבער צו זיין בע"ה 100 פראצענט רואיג אז ס'איז גארנישט, איז בעסער עס צו מאכן וואו שנעלער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 6:16 pm
דורך געלעגער
שמערי פונעם דאקטער'ס ווערטער האט אויסגעזען וואו מ'רעדט דא פון שטותים,
ער האט אויסגעפרעגט נאך קשיא'ס וואו למשל צו ער איז דיזי אדער שלעפעריג,
אויף אלעמען איז געווען די תירוץ ניין,

וועגן דעם שפיר איך נישט אנגעצויגן אז מ'רעדט דא פון ווער ווייסט וואס...

איך בין נאר נייגעריג צו נאך איינער האט שוין געהאט אן עקספיריענס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 7:19 pm
דורך טרעגער
געלעגער טייערע, עם אר איי, איז אביסל א שרעקעדיגע ווארט, נישט עמאראיי איז נאך שרעקעדיגער! דאס איז איינס.

גיי צו א גוטע ניוראלאדשיסט, פרעג אן עם אר עי, אדער עקאו פאר א גוטע, און געווענליך מיט אפאר קליינע ניוראפאטישע טעסטס ווי דאס גיין און שטיין פונעם קינד העט די דאקטר קענען מחליט זיין צו דאס קינד פארברויך א עם אר איי, און אויב באשליסט ער אז יא, זאלסטו חלילה נישט צעגערן. עס איז מסתמא גארניש, וויייל פון וואס דו פארכסט דיך אזוי, איז ווי האמערלעך און האקעלעך אין קאפ, און מען קען כמעט זיך נישט אזוי ארומדרייען אפאר וואכן.

"און אלע געזונטע זאלן בלייבן געזונט און שטארק. אמן סלה".

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:05 pm
דורך קרעמער
עס קען זיין א סיינוס, אויף דעם איז גענוג צו מאכן אן עקסרעי, פרעג דיך נאך ביי אן אויער-נאז-האלז דאקטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:24 pm
דורך קהת
ס'דא אזא זאך ווי א מייגרעין העד עיק אבער איך וויס נישט צו ס'קען אנהאלטען אזוי לאנג

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 20, 2010 12:59 pm
דורך מאנאגרעמס
ביי א "מייגרעין" קאפוויי קען מען געווענליך נישט קוקן אויף ליכטיגקייט, עס 'דרוקט', און עס קומט און גייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 6:21 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד


עס קען זיין די מערסטע אומשולדיגע זאך ווי מייגרעין, סטרעס, ווער ווייסט וואס אימער גארנישט מיט נישט.

אבער פאר'ן "אבער" דארף מען שטארק אכטונג געבן און מאכן שנעלע און גרונטליכע אונטערזיכונגען צו מאכן זיכער אז ס'איז נישט ערנסט.

איך רעד פון נאנטע ערפארונג. "עם. אר. איי." קען זיין א שרעקעדיגע ווארט, אפשר, אבער עס איז נישט שרעקעדיג בכלל. אדרבה, אויב מען מאכט עס פאר'ן קינד, מאך עס מיט "פאן." פארשטייסט?

*

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 10:26 pm
דורך salads
צומאל קען עס קומען פון א אלערדזשי ריעקשאן.

קוק, ווען ער גייט אריבער צו א אנדער פלאץ מיט אנדערע סארט עסן, צו ס'ווערט נישט בעסער.

איך האב מיטגעהאלטן ווען איינער האט געהאט שטארקע קאפ ווייטאג, און ס'איז געקומען פון דו סארט בוים וואס איז געוואקסן אינדרויסן פון זיין בעדרום פענסטער.

זאגן פרק שירה 40 טאג קען אויך העלפן