בלאט 1 פון 1

יסורים אויף די אויבערשטע חלק פון די פיס גלייך אונטערן רוקן

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 12:21 am
דורך גרוש
איך האב שוין בערך 60 שעה אויפן זייגער טעריבעל יסורים אונטער מיין רוקן אויפן רעכטן זייט ביי די אויבערשטע חלק פון די פיס, קען מיר איינער זאגן וואס אזא זאך קען מיינען? און וואס איך דארף טוהן אזא צייט? עס איז יעצט 3:25 AM און איך קען שוין די לעצטע צוויי שעה נישט שלאפן פאר יסורים, נאך א מזל איך האב א אפיס, אזוי קען איך יעצט ארבעטן אביסל,
הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 12:44 am
דורך שקר_הדייעט
גיי צו אן ארטאפידיק דאקטאר.

אויב עס טוט דיר זייער וויי, גיי אין עמערדזשענסי רום אין דזשוינט דיזיס אדער האספיטאל פאר ספעשל סוירדזשערי.

אינצווישן, נעם איין נישט ווייניגער ווי 1,000 טיילענאל.

רפואה שלימה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 6:51 am
דורך קאמענטאטאר
יסורים אויפן רוקן הארט העכערן געדיכט קען באדייטן גאל שטיינער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 7:30 am
דורך קבל את האמת
דער אייבערשטער זאל אייך שענקען א רפואה שלימה

מיין ערפארונג ניט מער געדאכט מיט לויער בעק ווייטאג איז געווען אז די ערשטע זאך אויף די מנוט צו פארלייכטערן איז אזא ריקן פאסיק מקען עס האבן און לומבער אדער דראק סטאר.

נעקסט סטעפ זיך שטעלן אינטער א הייסן שויער

נאכדעם איז ביי מיר געווען דער גיטער שליח

דר קאסטען לעבן וויליאמסבורג
1718 384-0056

סיבות וואס קענען גורם זיין וואס מזאגט
ווייכע בענקלעך
אויף הייבען שווערע זאכן אפילו אפאר טעג צוריק
דאגה'ס
מאדראטץ

א רפאוה שלימה בקרוב

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:36 am
דורך וויכטיג מאכער
ביסטו זיכער אז ס'איז א "ביין" וואס טוט דיר וויי? אפשר איזעס א "פעלענייטעל סיסט"?

אויב ס'איז יא ביין/מוסקל ווייטאג, גיי צו א קייראפרעקטער.

דר. קימל אויף ראסס סט. איז פיין, דאכצעך אז "פארקעיר" האט אויך א פיינעם קייראפרעקטער, אבער דער איז שוין אביסל טייער.

אויב ביסטו אין די גיסטע צו גיין צו גאר א גוטן קייראפרעקטער, (רעקאמענדעד אויב די לאקאלע קייראפרעקטער'ס העלפן נישט) גיי צו דר. פארסטער. 917-572-1030.

אבער וואו געזאגט, קודם גיי לאקאל, ביי די גרויסע חברה קענסטו נישט האבן קיין אפוינטמעט אזוי שנעל.

רפואה שלימה.