בלאט 1 פון 1

וואס באדייט די יסורים

פארעפענטליכט: שבת מרץ 13, 2010 11:00 pm
דורך Yes_or_no
איך בין געזיצן איינגעבויגן אפאר מינוט
אין ווען איך האב מיר אויפגעשטעלט האב איך געפילט ווי עס צורייסט זיך א פאדים וואס ציעט פון אינמיטן פון די בויך ביז אראפ. עס איז געפערליכע יסורים. מיין ווייב זאגט אז זי מיינט אז עס הייסט א סוויטש,

איינער ווייסט אפשר וואס דאס איז???

פארעפענטליכט: שבת מרץ 13, 2010 11:37 pm
דורך ריח_ניחוח
גיי זעה א דוקטאר ווי אמשנעלסטן.

וויכטיג מאכער וועט מער וויסן, ער איז א הצלה.

פארעפענטליכט: שבת מרץ 13, 2010 11:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך בין נישט קיין הצלה...

נעם א טיפן אטעם... אריין, שטייטעלעך, ארויס... און בארואיג דיך, אויב גייט די פעין נישט אוועק, גיי צום דאקטער...

ס'איז נישט מעגליך אז איינער זאל דיר העלפן אן דיך זעהן...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 3:50 pm
דורך קרעמער
נישט א 'בראָך'?

מיר ווארטן צו הערן פון דיר.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 3:55 pm
דורך קהת
אפשר א APPENDIX

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 4:17 pm
דורך צום זאך
כ'בין נישט קיין וויכטיג מאכער...
אבער איך האב אמאל געליטן פון עפעס ענדליכ'ס פון וויאזוי דו לייגסט אראפ דא, ד"ה כ'האב מיך שטארק אראפגעבויגן און כ'האב געשפירט גאר שטארקע יסורים. כאילו עפעס איז ארויס פון פלאץ. למעשה איז שוין דורך א שיינע פאר יאר (איבער 10 פאר די רעקארד) און כ'האב נאך גארנישט צוריקגעהערט פון זיי ב"ה.

ווייסעך נישט צו דאס איז די קעיס ביי אייך אויך.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 6:56 pm
דורך מאנאגרעמס
מעגליך אז דו האסט גע'פינטש'ט א נערוו. אדער גאר א דיסק ארויסגעריקט פון פלאץ.
אלענפאלס, אז די יסורים האלטן אן, לוינט זיך צו גיין זיך אונטערזוכן.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 9:00 pm
דורך געלעגער
קרעמער א בראך איז נישט אויפן בויך.
מאנא, א דיסק איז און די זייט אדער אויפן רוקן, נישט אויפן בויך.
פענדיקס קומט נישט פון זיך בייגן.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 9:58 pm
דורך לוסטיג
אפשר האט זיך דיין גאן בטעות אויסגעדרייט צו דיין ריכטונג?!

לייג אראפ דעם גאן, עס איז נישט קיין קינדער שפיל..

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:16 am
דורך קהת
Yes_or_no האט געשריבן:איך בין געזיצן איינגעבויגן אפאר מינוט
אין ווען איך האב מיר אויפגעשטעלט האב איך געפילט ווי עס צורייסט זיך א פאדים וואס ציעט פון אינמיטן פון די בויך ביז אראפ. עס איז געפערליכע יסורים. מיין ווייב זאגט אז זי מיינט אז עס הייסט א סוויטש,

איינער ווייסט אפשר וואס דאס איז???


זאגמיר ר' יא אדער ניין: איך בין זייער נייגעריג נאך די אלע הערות וואס די עולם האט געשריבען, וואס זענען געוועהן דיין יסורים?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:26 am
דורך Yes_or_no
די דאקטאר האט מיר געזאגט אז לכאורה איז עס די מאסעלס. אבער איך ווייס נאך נישט וואס עס איז געווען. איך האב עס געהאט אפאר מאל. אבער אייביג נאר נאכן זיצן איינגעבויגן

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:43 am
דורך your friend
האט דער דאקטער געמאכט אנעקסערעי?