בלאט 1 פון 1

פעדעראלע רעגירונג נעמט שריט אנטקעגן דזשאנק פוד אין שולעס

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 7:47 am
דורך farshlufen
די הויכגעשעצטע אבאמא אדמינעסטראציע וועט די וואך אנהויב א קאמפיין ארויסצוטראגן, זיסע געטראנקען און סאדעס, פרענטש פריי, איבערגענעכטיגטע קארטאפל קוגלען, דזשעלאו, און זיסע נאשן, פון די שולעס איבערן לאנד, מיטן ציל און האפענונג אזוי ארום צו רעדוצירן די קינדער וואס ווערן איבערוואגיג פון עסן אין די שולעס.

א געזעץ וועט פארגעשלאגן ווערן וואס וועט פארבאטן צוקערדיגע מאכלים און משקאות פון ווערן סערווירט אין שולעס, בנוסף וועלן די שולעס וואס זענען אונטער די פעדעראלע מיטאג פראגראמען ווערן בעאויפטראגט צו סערווירן מער נארהאפטיגע און געזונטערע מאכלים און געטראנקען.

ווי עס זעט אויס איז דאס א חלק פון אן אויפקלערונג אוונטערנעמונג וואס די רעבעצין אבאמא האט זיך פערזענדליך אונטערגענומען אנצופירן, אז די אמעריקאנע יונגווארג זאל נישט אזוי פארגרעבט.

אבגעזען פון וויפל עס וועט געזעצליך מחייב זיין די מוסדות התורה והחינוך וואו אונזערע קינדער ווערן ערצויגן און ערנערט דאס רוב פון זייערע טעגליכע מאלצייטן, קוקן מיר עלטערן ארויס בכליון עינים אז די הנהלות גשמיות און פאשידענע קאמיטעען בכל מקומות שהם, כבודם במקומם מונח, זאלן זיך אויפעפענען די אויגן און אויפהערן צו פיטערן נהמא בנהמא ברויט מיט סיריעל, דזשעלאו מיט קאלעי וואסער, קארטאפל קוגל מיט פערפל, און אנדערע קארבס אמגעהויפענטע מאכלים, פאר אונזערע טייערע לעכטיגע קינדער די צאן קדשים, וואס אויף זיי שטייט די וועלט, און זיי ערמעגליכן צו לערנען תורה ויראת שמים מיט קלארע און געזונטע מוחות.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 12:09 pm
דורך שוועמל
איז דאס מחייב נאר די וואס געניסן פון לאנטש פראגראמען צי אלע סקולס?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 2:54 pm
דורך קרעמער
30 יאר צו שפעט, פאר מיר.

אויב ווילן זיי טאן תשובת המשקל זאלן זיי מיר באצאלן דעם דייעטישן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 3:12 pm
דורך יהיה כן
קרעמער
זיי נישט געפאלן, און דרייסיג יאר ארום וועט מען צוריק טוישן....... :lol: :lol:

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 3:25 pm
דורך farshlufen
קרעמער האט געשריבן:30 יאר צו שפעט, פאר מיר.

אויב ווילן זיי טאן תשובת המשקל זאלן זיי מיר באצאלן דעם דייעטישן.

פאר מיר איז דאס אויך היבש שפעט, דערפאר וואס אלס קינד און צענערלינג פלעג איך מיך שטאפן מיט פיל קארבס, איך האב טאקע נישט צוגענומען קיין וואג אבער איך פלעג זייער מיד זיין ביים שיעור, נישט וויסענדיג פון וואס עס נעמט זיך.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 3:34 pm
דורך יהיה כן
קרעמער האט געשריבן:30 יאר צו שפעט, פאר מיר.

אויב ווילן זיי טאן תשובת המשקל זאלן זיי מיר באצאלן דעם דייעטישן.


ווי האט בעלזער רב זי"ע געזאגט פאר ר' אהרן יושע גבאי: וואס ארט אייך נאך א שטיקל יוד?!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 7:25 am
דורך שוועמל
farshlufen האט געשריבן:פאר מיר איז דאס אויך היבש שפעט, דערפאר וואס אלס קינד און צענערלינג פלעג איך מיך שטאפן מיט פיל קארבס, איך האב טאקע נישט צוגענומען קיין וואג אבער איך פלעג זייער מיד זיין ביים שיעור, נישט וויסענדיג פון וואס עס נעמט זיך.

הייסט די נייע פראגראם איז בלויז גזל שינה?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 8:09 am
דורך farshlufen
שוועמל, פארשלאפן, בין איך סיי ווי געבליבן...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 8:42 am
דורך שוועמל
ערענסט, זייט ווען איז קארב זשאנק פוד? איך גלייב שווער אז דער פראגראם גייט ארויספירן קארבס פון די סקולס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 9:07 am
דורך סתם_אזוי
קארב איז צוקער.
צוקער איז דשאנק.
איך גלייב אויך שווער אז זיי וועלן ארויספירן אלע קארבס פון די סקולס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 12:59 pm
דורך DONE
וואס קען מען עסען אויב מען עסט נישט קיין קארבס?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 09, 2010 6:43 pm
דורך שוועמל
כאב מורא אז פרוי אבאמא הערט לעצטענס הערשל מייזליש אויף קול מבשר