בלאט 1 פון 1
פילן צו וואקסן אין די הייעך?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 9:39 am
דורך האניג
רופט מיר אן א חבר (אקעי, ס'לסבר את האוזן, ער האט מיר געשיקט אין טאלק) און ער בעט מיר בדמעות רביעית (אויך לסבר את האוזן, מ'קען נישט וויינען אויף טאלק) און זאגט מיר אז חברו חברא אית לי', און זיינס א חבר'ס חבר (וואנס רימאווד) האט אים געבעטן ער זאל בעטן א חבר (נו, מ'קען שוין אפשר צוקומען צום פונקט?!) צו שרייבן אויף קרעטשמע אונטער זיין צווייטע ניק (...) אזוי:
(עד כאן לספרדים, מכאן ואילך לאשכנזים)
"דער שטערן" האט אמאל געהאט א באשרייבונג בנוגע פילן וואס העלפן צום וואוקס פון א מענטש אין די הייעך, און ווי אויך איז דארט געשטאנען א פאון נאמבער וואו מ'קען קאנטעקטן א פרא וואס פארקויפט עס. געדענק איינער אפשר די אינפערמאציע? (יא, כ'מיין סליגט אינ'ם פארמעסי אייל נומבער דריי, אויפ'ן העכסטן שעלף. כ'שטעל מיר נאר פאר...)
ער שיקט א שכוח! (דאס איז שוין נישט לסבר את האוזן)
------------------
קיינער האקט נישט אריין, אבער דער תגובה איז צו קורץ האב איך געדארפט צולייגן עפעס א שורה פון אנוטען. ואתכם הסליחה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 9:45 am
דורך סתם_אזוי
פילן צו וואקסן אין די ברייט האט ער שוין?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:09 am
דורך ווער בין איך?
האניג, לויט ווי איך קען דיר, איז עס טאקע נישט פאר דיר! דו ביסט זיך שוין צו וואקסן אויף אלע זייטן נאך מיט יארן צוריק...! חחחח
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:19 am
דורך farshlufen
הרב האניג, זאגט און שכל וואקסט מיט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:27 am
דורך האניג
שכל ווייסעך נישט, אבער תגובות זיכער...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:49 am
דורך רודף נישט
אין דעם לינק איז דא גוטע עצות. מוזט נישט פרובירן אלע, ווייל זיי האבן א באנטש, אבער א חלק דערפון וועט נישט שאטן.
http://www.wikihow.com/Grow-Taller
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:50 am
דורך שוועמל
האניג;
סא דעמאלטס הייס אים נעמען די פילן פאר תגובות וועט אוטאמאטיש מיטוואקסן די הייעך..
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:57 am
דורך רודף נישט
דער אגרא דצבי זאגט,
"נודע בסגולה למי שאינו בעל קומה, שירגילהו מקטנותו לפשוט עצמו בכל יום בקומו ממטתו בקומה שלימה, ועל ידי זה נעשה גדול בקומה כידוע."
אינטערסאנט איז אז דער וויקי וואס כ'האב געברענגט זאגט די זעלבע זאך:
Stretch. Stretching is the most effective form of exercising when it comes to height increase. Doing intense stretching exercises can add a few extra inches to your height, even short after your growth has stopped. For best results, you should do these exercises two times a day, after you wake up and before you go to bed. Start with easy exercises, then gradually move on to more difficult ones. Here is a list of stretching exercises, divided in three categories, from the easiest to the most difficult:
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 11:02 am
דורך רודף נישט
סטרעטשן איז טאקע זייער וויכטיג, אבער נישט פארגעסן וויטאמינען.
מענטשן וואס וואקסן נישט קומט עס צומאל צוליב א מאנגל אין וויטאמינען.
איך קום פון א משפחה פון נידעריגע. פאר די יונגערע קינדער האט מיין מאמע שוין געגעבן פארשידענע וויטאמינען און מיר זענען זיך צואוואקסן אין די הייך אז ס'איז א מחיה.
(ס'איז באמת א מחיה צו קוקן אויף מענטשן פון אויבן אראפ...)
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 5:28 pm
דורך רודף נישט
מאור אינפארמעישאן.
דער שטערן האט געהאט געשריבן אז זינק העלפט. (ווערט אויך געברענגט דא אין וויקי.)
מיין מאמע האט אונז געגעבן זינק און זי האט זיך געשוואוירן אז דאס איז געווען וואס ס'האט געמאכט די יונגערע קינדער וואקסן, בשעת די עלטערע וואס האבן נישט גענומען וויטאמינען זענען געבליבן נידריג.
כ'האב אפילו געהאט א ברודער וואס איז געווען גאר נידריג ביז צו די אכצן און דאן איז ער געוואקסן און אנגעקומען צו א דיסענט הויכקייט.