בלאט 1 פון 2

ווייסע האר

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 10:01 am
דורך פריילאך
שטייענדיע אין ביהמ"ד לעצטענס זעה איך אסאך בליקן קוקן אויף מיין האר און פיאות, פרעג איך איינעם וואס זעהסטו דארט, זאגט ער גארנישט: איך האב מיך פארטראכט.

גייענדיג ווייטער שמועס איך מיט נאך איינעם זעה איך ווי ער באטראכט מיך אויך, (אדער רעד איך מיך איין), נישט קענענדיג זיך איינהאלטען גיי איך צו צום פאבליק טעלפאן, אבער איך זעה גארנישט פארדעכטיגט, ביז איך בין אריין אינעם אויטא, און גע'עפנט די שפיגל פון העכער מיין קאפ, און איך זעה: ... דאס אימדערווארטעטע איז אנגעקומען, צו ווייסע הארלעך האבן ארויסגעשפראצט, אוי רבונו של עולם, אוי איך בין דאך נאך יונג (אזוי האב איך געמיינט).

אינדערהיים האב איך עס נאך פראבירט צו באהאלטן, אבער רבש"ע עד מתי, איך בין זיכער די אידענע וועט שוין איינע פון די טעג זאגן, "די ווערסט שוין אלט"..

אלזא רבותי איך דארף א עצה, און ווי ווענדט זיך א איד אויב נישט צום חברי הקרעטשמע הנכבדים, וואס קען מען טוהן די טוישינג זאל סטאפע זאפארט, און נישט מיטשלעפן נאך שכנותדיגע הארלעך, אדער אפילו לאנג דיסטענס ביז צום בארד.

און אוודאי אויב מעגליך צוריק צושטעלן די קאליר פאר די געווארענע.

נ.ב. די העלט פוד סטאר האט מיר געזאגט נוץ די דריי ווייטעמיס פאר הונדערט און פופציג טאלער, און "אפשר" וועט עס העלפן. נישט דאס ברויך איך.

יישר כח למפרע.

א איד וואס וויל זיין פריילאך, אבער די נארעשקייטן שטערן...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 10:10 am
דורך ליסקא
זעט אויס אז דער בורא כל עולמים וויל אז מען זאל נוהג כבוד זיין אין דיר וועגן דעם מאכט ער עס זאל ארויסשפראצן ווייסע האר אזוי ווי די מעשה פון ר אלעזר בן עזרי' אלט געווען 18 יאר אין עס האט עם ארויס געוואקסן א ווייסע בארד

איך מיין זאלסט דיך אנהייבן זעצן אויבן אן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 10:56 am
דורך פריילאך
יישר כח ליסקא, אביסעל הומאר קען זיכער פארלאנגזאמען די גרוי ווערן.

אבער אן עצה ביטע.

ווייסע האר

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 10:11 am
דורך ביג טיים
סאיז אפשר שלא מן העניין, אבער וואס טוט מען צוריק צו האלטן דע האר פון ווייס ווערן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 11:40 am
דורך ליינער
אגב אז מען רעדט שוין פון האר פראבלעמען

איינער האט אן עצה פאר ווייסע האר?
ס'רעדט זיך פון א אינגערמאן אין די 20'ס וואס ער ווייסער פון וואך צו וואך.....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 9:59 am
דורך פריילאך
רבותי, עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, רבש"ע וואס וועט זיין דא?

ישר כח פאר די וואס האבן פארגעשלאגן וויטאמינען וואס עס נעמט עטליכע חדשים, ווייסט איינער פון א סגולה אדער עצה, וואס ארבייט שנעלער?


איר קענט איינקויפן מצות "והבאת שלום בין איש לאשתו"

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 11:05 am
דורך ליינער
ליינער האט געשריבן:אגב אז מען רעדט שוין פון האר פראבלעמען

איינער האט אן עצה פאר ווייסע האר?
ס'רעדט זיך פון א אינגערמאן אין די 20'ס וואס ער ווערט ווייסער פון וואך צו וואך.....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 11:10 am
דורך דארפסמאן
פריילאך : עמו אנכי בצרה, איך ווייס נישט וואס גייט פאר, מיין טאטע האט נאכנישט געהאט קיין ווייסע האר אין מיין עיטש, אין איך האב שוין א שיינע פאר

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 12:33 pm
דורך ברוך
דארפסמאן,
אפשר איז דיין לעצטע נאמען דארפסמאן, ווייל דיין טאטע האט אזוי געהייסן, אדער אפשר געווען,
אבער היינט מיט אלע א ייגן געמאכטע פראבלעמען, קומען שנעלער אן דאס (אומ)ערווארטעטע.

און (דאס לאז איך באמת איבער פאר די רבני הקרעטשמע) ווייס איך נישט להלכה אויב עס איז אויסגעהאלטן, ארויסקלויבן די ווייסע פון די שווארצע איז זיכער אסור מדינא, נישט ווייל איך פסק'ן, פשוט חומש רש"י.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 4:45 pm
דורך זיס
פאראן פיל יונגעלייט וואס מיט די שווארצע האר זעען זיי נישט אויס אזוי גוט, און איין מאל זיי באקומען ווייסע האר זענען זיי משנה צורה, זיי ווערן ליכטיגער און זייער געזוכט ווערט גוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 5:00 pm
דורך lebediger berel
די ערשטע זאך זאלסט זיך נישט עסן איבער די ווייסע האר ווייל אויב יא וועסטו האבן נאך א סיבה נאך מער ווייס צו ווערן, נעם עס אן מיט א שמייכל וועסטו בלייבן אינגער.
לגבי דיין אידענע, אז זי זאגט דו ווערסט אלט, וועסטו מער מעגן פארגעסן און ווייניגער דארפן אראפ שלעפן די גארבידזש זי וועט דאך נישט פייניגן איר אלטיטשקן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 5:03 pm
דורך דארפסמאן
בערל ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 5:39 pm
דורך lebediger berel
די וועלט זאגט א ווערטל אויף ווייסע האר,
"ס'איז א שיינע קאליר, ס'זאל נאר לאנג האלטן"
אויף דיר געזאגט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 8:26 pm
דורך ביג טיים
וועלכע ווייטאמינען איז גוט?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 11:49 pm
דורך שקר_הדייעט
דארפסט נישט זיין באזארגט, אלע דיינע "שווארצע" חברים וועלן דיר שנעל נאכטון... דאנט יו ווארי, א יאר ארויף, א יאר אראפ.

און דיין ווייב? זאג איר אז אויב עס אהרט איר זייער שטארק, קענסטו אויך אנטון א טיכל אדער שייטל, וד"ל ודו"ק והבן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 5:33 am
דורך יודל מענדלזאהן
1. א גוטע מולטי וויטאמין איז קריטיש וויכטיג פאר פריע גרוי ווערן, און דאס איז נוגע סיי יונגעלייט מיט ווייסע האר (די לעצטע מאדע), און אויך מידל עידזש.

2. דערצו א גוטע B-קאמפלעקס.

3. נוצן נאר א לייכטע שאמפו, בעסער א נאטורליכע אן קייןSLS (sodium lauryl sulfate). איר קענט עס גוגלען און זעהן ווי שעדליך עס איז.

4. שטעלט אייך אויפ'ן קאפ. דאס איז נישט קיין וויץ, עס ברענגט בלוט צירקולאציע צום קאפ, און דאס איז גוט פאר די האר. מען קען אויך מאסאזשירן די קאפ.

5. יש אומרים אז wheatgrass דזשוס באווייזט וואונדער אין די נושא.

6. אנטי-אקסידענט'ס, צו דורך א געוויסע מאכל אדער טיי, איז א גוטע אנטי-עידזשינג מיטל.

ועוד ועוד.

אונטערשטע שורה האט נאך קיינער נישט אויסגעטראפן דעם פונקטליך'ן בדוק ומנוסה מיטל, פונקט ווי מיט האר פארלוסט - hair loss - א ביליאן דאלער אינדוסטריע. טאמער וועט איינער אויסטרעפן א שאמפו וואס העלפט ביז א מאנאט אדער אפילו א יאר, אפילו נאר אין 80% פון די פעלער-קעיסעס, וועט ער זיין א ביליאנער.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 8:55 am
דורך lebediger berel
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:טאמער וועט איינער אויסטרעפן א שאמפו וואס העלפט ביז א מאנאט אדער אפילו א יאר, אפילו נאר אין 80% פון די פעלער-קעיסעס, וועט ער זיין א ביליאנער.


צו דיינע לעצטע פינף ווערטער בין איך שוין מסכים עלינו ועל כל בית ישראל אמן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 8:51 am
דורך פריילאך
ביג טיים האט געשריבן:וועלכע ווייטאמינען איז גוט?



איינער פון די חברי הקרעטשמע דא, האט רעקאמענדירט צו רופען דר. פארסטער, וואס האט גוטע וויטאמינען דערפאר 917-572-1030

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 9:17 am
דורך lebediger berel
און ער קאסט אויך אסאך געלט, בדוק ומנוסה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:18 am
דורך וויכטיג מאכער
בערל, וואס איז בדוק ומנוסה, אז ער קאסט געלט, אדער אז ער העלפט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:05 am
דורך lebediger berel
וויכטיג מאכער האט געשריבן:בערל, וואס איז בדוק ומנוסה, אז ער קאסט געלט, אדער אז ער העלפט?

אז ער קאסט אסאך געלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:38 pm
דורך וויכטיג מאכער
בנוגע העלפן, איך בין זייער צופרידן פון עם, איך וויל הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף עם.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 2:56 am
דורך גיי_ווייס
פרי באקימען ווייסע האר קען זיין א נעטשער
קיק ארים דיין משפחה. אדער קען זיין אז די
נעטשער האט זיך אנגעהויבן ביי דיר.

וואס פינקטליך איז די פרפלעם מיט ווייסע האר?
ינגער וועסטי נישט ווערן מיט ווייטעמינס.

שיין וועלן מיר אויסקיקען ווען מ'וועט נעמען ווייטעמינס
נישט ווייס צי ווערן. אין דע מןשב זקינים וועלן זיצען
עלטע יודן מיט שווארצע בערט.
נע צעפאסטניש

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 10:21 am
דורך אונגארישער
דורך גיי_ווייס
אום מיטוואך ינואר 06, 2010 3:56 am

קניינע הארע :roll:

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 10:52 am
דורך צוביילטער
באמערקענדיג דעם אשכול, איז אינטערסאנט אראפצוברענגן א שיין ווארט פון רבי ר' מאיר'ל פרעמישלאן'ער אויף די וואכעדיגע סדרה: תבן אין ניתן לעבדיך, ולבנים אומרים לנו עשו.

"תבן אין ניתן לעדיך" אויב דער שכל (תבונה) איז נישט מוערר א איד צו תשובה און מעשים טובים, דעמאלס "ולבנים עושים לנו עשו" ברויכן די ווייסע האר מעורר זיין צו תשובה.