בלאט 1 פון 1

געזונטהייט:פארלירן די האר

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 7:23 am
דורך ליסקא
איך האב לעצטענס געהאט א פראבלעם מיט א קינד וואס זיין האר האט אנגעהויבן ארויס צופאלן, אין ווי די דאקטוירים (וואס איך בין אלץ געווען) זאגן אז עס איז נישט דא קיין רפואה צו דעם אין עס האט אפילו א נאמען Alopecia Areata . נו פארשטייצעך אז דו ערשטע צו וועם איך טו זיך ווענדן איז לחבירנו בהקרעטשמע אולי האט איינער עפעס עקספיריענס איבער דעם אדער סיי וואס פאר א ידיעה וואס קען מיך עפעס ארויס העלפן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 10:36 am
דורך שוועמל
ליסקא, שוין געהערט פון אזא פאל.
א דעפישענסי אין B וויטאמינען, אפשר אויך D.

לויט ווי איין באטרעפענדער זאגט בשם זיין דאקטאר קען עס אין רוב פעלער אליינס אוועקגיין און די האר וואקסט צוריק בין א יאר צוויי.
אבער בכל אופן גיי זוך א גוטן דערמאטאלאגיסט ASAP.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 10, 2010 10:40 pm
דורך פארשריבן
רבים הצועקים על הענין של "ארויספאלן די האר פון די פיאות", וכבר דשו בה רבים.

אבער דאס האב איך געהערט פון עטליכע "מקוה אידן", אז דאס וואס מאנכע זאגן אז די כעמיקאלן וואס מ'לייגט אריין אינעם בור (ווי בליטש און קלאָרין) זענען שולדיג דערין, איז "פאלש און אומבאגרינדעט ביז גאר". כך מקובלני מהם.
אבל סתם ולא פירש, און בעיקר איז דאס אין מיין שולד, ווייל וויבאלד איך בין נישט קיין כעמיסט, און ביאלאגיע איז אויך נישט מיין עקספערטיז, האב איך נישט איבערגעפרעגט פשר הדברים.

נאך א טעאריע איז דא: אז אויב מען קעמט (מיט א קעמל\בארשט) רעגלמעסיג די האר, פאלט עס ווייניגער ארויס.
און די אורזאך גיבן זיי אן: אז ווען מ'קעמט עס נישט, ווערן דאדורך די ווארצלען פארפוילט, און דעריבער פאלט די האר ארויס אין די מאסן. ווידעראום ווען מ'קעמט יא, כאטש עס פאלט ארויס געציילטע האר בשעת מעשה, פרישט עס אבער אויף דארט אויבן ביי די ווארצלען, ממילא האלט עס צוריק די האָר פון א מאסיוון עוויקציע.
לויט דעם קומט אויס אז זיך אפהאלטן פון קעמען צוליב די פארכט אז עס קומט דערביי ארויס האר, איז אן אבסורד.

איך נעם נישט קיין אחריות אויף די טעאריע, וואס האט נישט צופיל הסבר, און עס איז גאר מעגליך אז עס איז בלויז אן אומבאגרינדעטע פאנטאזיע.
אבער דאס זעהט מען קלאר, אז אויב מען פירט זיך צו קעמען די פיאות בקביעות, רייסט זיך דערביי ארויס ווייניגער האר. וההיפך בהיפך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 1:20 am
דורך imzist
די לעצטע שטיק צייט איז אדווערטייזט א היימישער איד וואס פארקויפט (וואס דען אז נישט) "וואונדערבארע" טראפן צו היילן דעם פראבלעם. ער שרייבט מפורש אויף די עד אז עס העלפט וואונדערליך!

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 10:14 am
דורך imzist
יעצט געלעזט דעם וואכנשריפט פון די וואך, און ער האט דארט דעם עד הנ"ל.

די נומער איז:347-766-hair )4247(

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 2:44 pm
דורך קהת
דא האסטו די עד

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 4:28 pm
דורך ריק פערי
imzist האט געשריבן:יעצט געלעזט דעם וואכנשריפט פון די וואך, און ער האט דארט דעם עד הנ"ל.

די נומער איז:347-766-hair )4247(


איינער האט דאס פראבירט? וואס זענען די רעזאלטאטן?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 4:31 pm
דורך אור
האמיר שוין געוויסט אלע אז ריק פערי האט מיט די רוקן
אבער מיט די האר זעמיר יעצט געוואר גווארן...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:38 pm
דורך ריק פערי
איך פראביר צו העלפן זיידי פאול...

מיין פיאות ווערט דינער - יעזרו

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 5:20 pm
דורך מצב כללי
אין די לעצטע שטיק צייט ווערט מיין פיאות דינער עס פאלט אפט ארויס האר, אלזא ווער עס האט סיי וועלכע עצה/עקספיריענס זאל ביטע העלפן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 5:49 pm
דורך פלאטשיגער
גם אני בחלומי!
כ'האלט שוין אינמיטן ארויסבויען מיין שיעור פאה אויף די לענג און ברייט...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 6:01 pm
דורך מילכיגער
גם אני בהקיצי. וואס איז די פראבלעם דאמיט?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 6:05 pm
דורך שויתי'ניק
ס'קען קומען פון עטליכע אורזאכן:

די שאמפו קען זיין צו שארף, בעסער נוצן א נאטורליכע סארט

די מקוה מיט קלארין

דרייען די פיאות שטארק און אפט הארג'ט אפ די האר

אויך קען זייו עס פעלט א געוויסע ווייטעמין, פרעגט אין א העלט סטאר

בברכה,
שויתי'ניק

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 10, 2014 6:26 pm
דורך ידיד
דאס איז לעצטנס געווען אדווערטייזט אין די וויליאמסבורגע קלאסיפייד צעטלעך. כ'בין נישט באקאנט אויב עס איז טאקע ווירקזאם.