בלאט 1 פון 1
פראסט בייט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 1:19 pm
דורך קרעמער
מיין לינקע אויער לאזט זיך שפירן אביסל ווייטאגליך, טאקע דארט אויבן ביים שפיץ, און איך בין כמעט זיכער אז דאס איז א רעזולטאט פון נישט אנהאבן דער אויער-שיצער בשעת די בייסיגע פרעסטן פון פארגאנגענע וואך.
איז דאס א זאך וואס וועט אוועקגיין מיט די צייט? דארף מען עפעס טוהן דערצו?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 1:31 pm
דורך שוועמל
א פראסטבייט וועט געווענליך איבערלאזן סימנים ווי אביסל געל, אויפגעבלאזן וכדומה.
אויב איז עס דאס דאן זוך א דאקטאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 1:33 pm
דורך farshlufen
קרעמער, פאךג מיך און טו אן א קוטשמע, וועסט נישט חרטה האבן...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 6:28 pm
דורך קרעמער
נאר זעהנדיג דיין ניק אלס לעצטער מגיב אינעם אשכול האב איך שוין געזען די ווערטער "טוה דיר אן א קוטשמע"...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 7:52 pm
דורך ברוך_שמו
farshlufen האט געשריבן:קרעמער, פאלג מיך און טו אן א קוטשמע, וועסט נישט חרטה האבן...
אויך שטיוול אויף דיינע פיס וועט נישט שאטן..
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 9:48 pm
דורך קריאת שמע
וואדקע איז אויך גוט עס ווארעמט אן
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 9:53 pm
דורך קרעמער
די אלע עצות זענען גוט בעפארן ביס, איך זוך עצות אויף יעצט.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 10:58 am
דורך ברוך_שמו
שטיוול אויף דיינע פיס אין די איצטיגע ווינטער פראסטן זענען זיכער גוט אפילו נאכן בייט!
וואס שייך דיינע אויערן קענעך דיר נישט העלפן אויפן מאמענט.