וויזוי האסטו אנגעהויבן?...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 01, 2009 10:21 pm
דעס איז א קשיא וואס קומט גאנץ אפט צו מיין ריכטונג,
היות איך בין פון פאך אויס א פראגראמער, לאמיר פרובירן אויפן שפיץ גאפעל אראפשרייבן וויזוי זאכן זענן צוגעגאנגן, אפשר וועלן אנדערע הנאה האבן דערפון והי' שכרי, וזה החלי בס"ד.
גאנץ אנהויב ווען איך האב גארנישט געקענט (א מעשה פון בערך 6 יאר צוריק) האביך מיך ארום געשפילט מיט מייקראסאפט עקסעס, געקוקט אביסל זייערע מעקרא'ס, געמאכט קווערי'ס וכדו', דאן איז עס נישט געווען א באצאלטע שטעלע נאר איך האב פרובירט ארויסצוהעלפן לשם מצוה א מוסד צו סתם אידן.
שפעטער האביך אנגענומען א שטעלע אונגאנצן נישט פראגראמינג, אבער די קענטעניסן פון די פריערדיגע יארן זענען מיר ב"ה זייער שטארק צוניץ געקומען, (אין כמעט יעדע אפיס קומט גאר שטארק צוניץ איינער וואס קען אביסל קאמפיוטער, (חוץ גרויסע פירמע'ס וואס האבן א ספעציליסט אויפן פלאץ)) שטייצעך אז אויסערדעם האביך אויף די שטעלע אויך געקראגן עקספירינס אין פארשידענע קאמפיוטער געביטן.
נאך א שטיק צייט האביך באשלאסן אריינצוגיין אין "קאמפיוטער פראגראמינג",
דאן האב איך אנגעהויבן קוקן אין עקסעס קאוד "ווי בי עי" אין געליינט אביסל 'אנליין' וועגן דעם, געקוקט די 'העלפ' פון מייקראסאפט אביסל, און אזוי ווייטער,
די אלע זאכן זענען זייער פיין געווען אבער ס'האט נישט געברענגט צופיל סיפוק און ס'איז געווארן זייער פארנאכלעסיקט, כ'האב ווייניג וואס קונה געווען.
בערך אנדערטהאלבן יאר צוריק האט מיך עמיציר געפרעגט צו איך קען אים העלפן מיט עקסעל, ער האט אסאך פייל'ס פאר יעדע חודש א אנדערע טעב און פאר יעדע אקאנט א אנדערע שיעט, און מ'קאפיט און מ'פעיסט וכו'... (ווער ס'פירט א גאנצע ביזנעס אויף עקסעל ווייסט וואס כ'מיין) האט ער געוואלט וויסן צו כ'קען אים העלפן מסדר זיין די זאך באופן הרצוי והמשובח, ווייל ער ארבעט דאפעלט און טריפעלט און ער האט נישט די ריכטיגע רעזאלט'ס נאכאלעם (כידוע).
האביך געזאגט אז די בעסטע וואלט געווען צו נוצן 'עקסעס', (אגב: רוב מאל ווען מענטשן פרעגן מיך קאמפלעצירטע זאכן, עצה'יך עס צו מאכן אין עקסעס, נישט ווייל עקסעל איניש אזוי טויגליך, נאר פשוט עקסעס איז גרינגער), הכלל זאל זיין עקסעס אבער ער האט נישט קיין אנונג וויזוי מען נוצט אט דעם פראגראם.
דאן איז עס געשען....
איך האב אנגענומען די זאך זייער ערענסט און זיך גענומען דיזיינען די פראגראם, (דא איז מיר שטארק געקומען צו הילפ ר' משה אהרן זז"ג, אזוי אויך פאטאקי יר"ה, און אנדערע חשובע מיטגלידער) מיט אסאך סייעתא דשמיא און אסאך עקשינות האביך נאך א קורצע צייט ערצייגט די ערשטע ווערסיע פון די פראגראם, ב"ה היינט צו טאג'ס איז עס גאר א פראפעשאנאלע פראגראם.
איך האב אריינגעלייגט אסאך צייט אינדעם, און אויך זיך אסאך געמוטשעט, אבער ב"ה מ'האלט שוין דא, אימפראוומענטס מאך איך נאך עד היום, אזוי ווי אלע פראגראמס, אבער ב"ה עראר'ס איז שוין בבל יראה ובל ימצא.
אביסל שפעטער האביך גערעדט (גע'טאלק'ט) מיט א קרעטשמעריסט איבער זיין סייט, אז ער וויל מאכן פארשידענע שינוים, גרויסע אין קליינע, איך האב אביסל שטארק מורא געהאט עס אונטערצונעמען ווייל איך האב קיינמאל פריער נישט געארבעט מיט וועב סייט'ס געהעריג, אבער פאר אונטערסאנטקייט האביך יא געקענט באשטיין צו קוקן אויף די קאוד און זעהן וויזוי עס ארבעט.
למעשה נאכדעם וואס דער ידיד האט געהאט אביסל געדולט האביך בס"ד צוביסלך געכאפט וויזוי עס ארבעט, און זוך גענומען פעסט צו דער עבודה, ב"ה גאר גרויסע חלקים (רוב) פון די פרוקייט איז שוין פערטיג כן יעזור ד' גם הלאה.
היוצא לנו מכל הנ"ל...
1. די בעסטע אויב מ'ארבעט אויף א 'עכטע' פרוייקט, נאך בעסער אויב יענער דרוקט אביסל (נישט יותר מדאי...)
2. מ'דארף נישט קיין לאנגע קורס'ן.
3. ס'פעלט נישט אויס אלעס צו קענען צו זיין סוקסעספול. (עקספירינס אין עקסעס און אין סי שארפ האט מיר געגעבן בס"ד די מעגליכקייט אין נאו טיים צו ארבעטן מיט א וועב סייט).
4. שטייצעך אסאך סייעתא דשמיא אן דעם גייט גארנישט.
איך האב מסתם אסאך פרטים אויסגעלאזט, ווי נעמט מען קרעמער'ס זכרון... אבער כ'האפ אז ס'וועט פארענטפערן דעס וואס אסאך פרעגן און ווילן באקומען א שטיקל איבערבליק וויזוי א יונגערמאן האט אנגעהויבן זיין פראגראמינג פאך.
ווער עס וויל מער אינפארמאציע זאל אנפרעגן (בעסער דא אויפן פארום, זאלן נאך אידן הנאה האבן) איך וועל פרובירן בס"ד צו ענטפערן וויפיל איך קען/וויל...
איך וואונטש ענק אלע אסאך הצלחה וברכה און סיי וואס איר טוט, און איך בעט א תפילה עד הנה עזרנו רחמיך, כן יעזר ד' גם הלאה.
וברכתיך בכל אשר תעשה