לערנט אייך דעם קאלקולעיטאר
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 21, 2009 3:32 pm
אזוי ווי רוב פון אונזערע אשכולות האבן צוטוען מיט רעכענען, און עפ"י רוב מיט אנדערע אופנים ווי פון 1 ביז 10, ווי אויך מיט פארשידענע אומפארשטענדליכע ווערטער, עפענען מיר דא אן אשכול וואס וועט ווערן דער צענטראלער פלאץ זיך אויסצולערנען די אלע עניינים וואס האט שייכות מיט רעכענען, און אויף די אנדערע פלעצער וועט דאס נאר צוגעברענג ווערן בדרך אגב
אי"ה גייען מיר אנהייבן פון גאר פשוט מאמע לשון אז 1+1=2 ווייל ווען מען נעמט צוויי מאל א סאדע פלאש איינס אין די רעכטע הענט און איינס אין די לינקע האט מען צוויי דאס מיינט אז איינס מיט נאך איינס איז צוויי
און אי"ה פון דא וועלן מיר גיין ווייטער, איי עס זעהט אייך אויס אזוי פשוט אבער ווען איר וועט ליינען ווייטער וועט איר געוואויר ווערן אז עס קען גאר זיין אנדערע וועגן פון טראכטן אויך, אבער ווי פארשטענדליך וועט דאס נאך נעמען אביסל צייט
יעצט 1+1+1 איז 3 והא ראי' אז ווען מען נעמט א דריטן פלאש איז דא אין די הענט 3, אפשר יא און אפשר נישט, עס קען גאר זיין א וועג פון טראכטן אז איר האט
11 פלעשער אין די הענט, וויאזוי קען דאס זיין אז מען ציילט נישט ביז צען, נאר ביז איינס, נו אויב ווילט איר אלעס פארשטיין אין איין מינוט איז דאס דער ביינערי סיסטעם אז יעדער נומער פארדאפלט דעם פריערדיגן יעצט קומט אז אז מען נעמט איין פלאש מיט נאך א פלאש מיט נאך א פלאש האט מען אין די הענט 11 אבער דער עלעף איז אויף מאמע לשון דריי, און טאמער ווילט איר דאס נישט אננעמען, זאלט איר וויסן אז די גאנצע וועלט נוצט דעם סיסטעם פון רעכענען והא ראי' אז מען נוצט קאמפיוטער'ס, און דאס איז דער וועג וויאזוי א א קמפיוטער רעכנט
דאס איז אונזער הקדמה כדי איר זאלט פארשטיין פארוואס דער אשכול איז געעפנט געווארן, און אז מיר גייען אזוי שטאט ווייל טאמער נישט שרייט מען אויף מיר אז איך דארף מסביר זיין מיין הסבר, אשר על כן, נעמט אייך אן עקסטערן "דאזע געדולד" ווען איר הייבט אן אריין צו קריכן דערין, און טאמער קענט איר דאס נישט באווייזן, דאן איז מעגליך אז איר דארפט זיך גיין זוכן א צווייטער פרנסה, מעגליך א "שרייבער וואס דארף שוין היינט אויך קענען רוב פון די זאכן" והא ראי' אז דאס איז מיין פאך, און פון דארטן האב איך זיך אויסגעלערנט אז מען דארף נישט אוועקצאלן קיין טויזנטערס פאר טעקנישנס נאר מיט אביסל קאפ קען מען אלעס אליינס, אבער עס איז באמת נישט אזוי, נאר איך טוה דאס, אבער באמת איז יעדע זאך א וועלט פאר זיך און מען זיך דערויף לערנען און לערנען יארן און יארן, און אזוי איז אויך רעכענען, און מיר וואלטן דאס אינגאנצן אויסגעזאלט פון אונזער סעריע ארטיקלען, נאר וואס זאל איך טוהן אז מען קען נישט גיין אן דעם, דאן זייט'שע מוחל און גארטלט אייך אויך אן מיט געדולד, וועט איר אי"ה צעביסלעך אויך אנקומען
המשך יבא אי"ה