בלאט 1 פון 3
וויאזוי שרייבט מען קוועריס אין SQL דעיטעבעס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:35 pm
דורך שוועמל
די דאטא בעיס פארמאגט אסך טעיבעלס, יעדע טעיבל פארמאגט אסך קאלומס.
ביי איין טעיבל וויל איך טוישן די וועליו פון איין קאלום, אבער נאר פאר די רייעס וואס פארמאגן לדוגמא דאס ווארט "BODY" אין זיך.
וויאזוי שרייב איך די סארט קווערי?
איך ווייז א בילד וויאזוי עס קוקט אויס אין עקסעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:45 pm
דורך פאטאקי08
עפן א קווערי אין סיקוועל וויו
און שרייב אזוי
- קאוד:
update table set column = 'New Value' where cloumn2 = 'BODY'
טויש די TABLE צי די ריכטיגע טעבל נאמען
און קאלום צי די ריכטיגע קאלומס נעמען
יעצט גיי צי דעזיין וויו און לערן דיך וויאזוי מען מאכט עס גרינגערהייט
ענדזשוי
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:54 pm
דורך שוועמל
וואו טויש איך די נעמען? און וואס איז שלעכט מיט די יעצטיגע נאמען.
איך קען נישט די אלף בית
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:03 pm
דורך שוועמל
ווען איך עפן אין דעזיין וויאו זאגט ער מיר אז מיין ווערסיע פון עקסעס איז א פריערדיגע ווערסיע פון די SQL סערווער און איך קען סייווי נישט מאכן קיין טשעינזשעס.
קען איך שרייבן קווערין אויך אין "מייקראסאפט מענעזשמענט סטודיא"?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 7:44 pm
דורך DONE
יא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 8:36 pm
דורך שוועמל
HOW וויאזוי?
איך וויל שרייבן די קוועריס אין די פראדוקטס טעיבל.
ביטע פונקטליכע אינסטרוקציעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 8:37 pm
דורך פאטאקי08
קענסט דארט ניצן די זעלבע סיקוועל שטעיטמענט איך האב געשריבן אויבן
טוישן מיין איך אזוי
אפדעיט "טעיבל" דא לייג די נאמען פון טעיבל

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 10:28 pm
דורך שוועמל
אפשר קען עס איינער מאכן ביי מיר אין קאמפיוטער דורך טיעם וויוער?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 11:23 pm
דורך שוועמל
אקעי איך מיין אז מיין פראבלעם איז ווען איך דרוק אויף 'קוועריס' טעב האב איך נישט די אפציע פון "קריעט קוועריס".
איך לייג א בילד
טא וויאזוי קען איך באקומען די אפציע?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 2:53 am
דורך שוועמל
א דאנק פאר 'לאז געמאכט' פארן מיר העלפן איבערקומען דעם ניסיון..
ער האט זיך אריינגעכאפט צו מיר און מסדר געווען אלעס, נישט נאר וואס כ'אב געדארפט נאר אפילו זאכן וואס כ'אב נישט געדארפט
יעצט איז מיין שאלה ווען די WHERE קיווארד איז נאר א פארט פונעם פיעלד וויאזוי שרייב איך עס.
למשל דער קאוד וועט נישט ארבייטן אפילו די פיעלדס פארמאגן אזא קיווארד, אבער ס'יז נאר א חלק. וויאזוי שרייבט איך א חלק פונעם פיעלד?
- קאוד:
UPDATE CMRC_Products
SET Active = 'Y'
WHERE (ModelName = 'Baldwin Hyannis')
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 4:44 am
דורך פאטאקי08
- קאוד:
UPDATE CMRC_Products
SET Active = 'Y'
WHERE (ModelName Like '%Baldwin Hyannis%')
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 4:46 am
דורך שוועמל
א גרויסן דאנק פאטאקי פאר די מיה!
INSERT INTO
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 13, 2011 3:37 am
דורך שוועמל
איך האב א SQL פראסיזשור וואס ברויך אריינשטעלן וועליוס אין די ריכטיגע קאלומס. וויל איך אבער אז איין וועליו זאל ער אריינשטעלן אין אן אנדערע טעיבל.
פארשטייט זיך אז די טעיבלס זענען פארבינדן מיט די איידענטיטי פון ORDERID
דאס איז מיין קאוד, אבער ער פארשטייט נישט אין וועלכע "קאלום" די וועליו ברויך אריינגיין אינעם צווייטן טעילב.
- קאוד:
ALTER Procedure [dbo].[CMRC_SP_DataAdd]
(
@CustomerID int,
@PhoneNumber varchar(50),
@Status bit,
@Discount money,
@Price money,
@Notes varchar(200),
@OrderID int OUTPUT
)
BEGIN Tran AddData
INSERT INTO CMRC_Table1
(
CustomerID int,
PhoneNumber varchar(50),
Status bit,
Discount money,
Price money
)
values
(
@CustomerID int,
@PhoneNumber varchar(50),
@Status bit,
@Discount money,
@Price money
)
און די וועליו NOTES דארף גיין צו א צווייטע טעיבל
- קאוד:
SELECT
@OrderID = @@Identity
INSERT INTO CMRC_Table2
(
Notes
)
values
(
@Notes
)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 13, 2011 10:46 am
דורך פאטאקי08
- קאוד:
INSERT INTO CMRC_Table2
(
OrderID, Notes
)
values
(
@OrderID, @Notes
)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 13, 2011 9:24 pm
דורך שוועמל
ניין ארבעט נישט.
די OrderID דארף ער נישט אינסערטן, דאס שטייט שוין אין טעיבל2.
ער דארף נאר אינסערטן די Notes אין טעיבל2 אויב די צוויי OrderID מעטשן.
דאנקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 13, 2011 10:24 pm
דורך פאטאקי08
דאן איז נישט אינסערט אינטו נאר אפדעיט
אינסערט אינטו מאכעט א נייע רייע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 13, 2011 11:34 pm
דורך שוועמל
ניין נישט אפדעיט.
די דעטע איז "דעטע אן די פליי" עס ווערט יעצט באשאפן פון א וועב פארם און עס ברויך אריינגיין אין די טעיבלס.
רוב דעטע גייט אין טעיבל1 און א חלק דעטע גייט אין טעיבל2.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 9:57 pm
דורך שוועמל
קען מיר עמיצער העלפן?
כ'וויל אפדעיטן איין טעיבל נאר אויב איינע פון די קאלומס איז א געוויסע וועליו אין אן אנדערן טעיבל, עס איז א דעפענסי קאלום, אבער נישט יענע קאלום זעלבסט וויל איך אפדעיטן.
קיצור איך מיין ס'יז איננער זשוין.
גוט וואלט געווען ווען איר קענט לינקן צו א לייכטע וועבסייט וואס איז קלאר און מסודר, די אלע ארויס דארט רעדן נישט צו מיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 10:00 pm
דורך פאטאקי08
זיי ביטע בעסער מסביר
וואס איז דאס דעפענסי קאלום?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 10:57 pm
דורך שוועמל
Dependency
וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי, לדוגמא
טעיבל 1
> 5 קאלום'ס: נאמען, סוב_איידי, פערענט_איידי, אייטעם_איידי, סטעטוס.
טעיבל 2
> 5 קאלום'ס: מאדעל, ברענד_איידי, אייטעם_איידי, סטעטוס, פרייז.
(אייטעם_איידי איז א דעפענדענסי קאלום וואס פארבינדט די צוויי טעיבלס.)
יעצט וויל איך אפדעיטן פון טעיבל 1 די סטעטוס, אבער נאר דארט וואו די אייטעם_איידי מעטשט די אייטעם_איידי פון טעיבל 2 - רגע נאכנישט פארטיג, און נאר דארט וואו די ברענד_איידי פון טעיבל-2 איז וועליו 45.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 11:14 pm
דורך פאטאקי08
update table1 inner join table2 on table2.itemid = table1.itemid set table1.status = table2.status where table2.brandid = 45
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 11:16 pm
דורך פאטאקי08
דיסקלעימר
איך נעם נישט קיין אחריות אויף עני מעסס וואס סקען געשען אפשר פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט פונקט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 11:30 pm
דורך שוועמל
פאטאקי08 האט געשריבן:דיסקלעימר
איך נעם נישט קיין אחריות אויף עני מעסס וואס סקען געשען אפשר פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט פונקט
פון דעם האב איך זייער מורא געהאט...
אפשר געסטו מיר א ריקאווערי קווערי איך זאל אלעס קענען ריווערטן..?
כ'על מיך בעסער מסביר זיין, די WHERE עלעמענט איז א וועליו פון א אנדער טעיבל, דאס איז די גאנצע שוועריקייט דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 23, 2011 12:44 am
דורך שוועמל
שוין ב"ה אן עצה געגעבן, מען ברויך נישט קיין אינער-זשוין דא.
(אויב איך דענק גוט איז איננער זשוין טאקע בלויז פאר פראסיזשור און נישט פאר קוועריס. )
אט איז די קאוד
- קאוד:
UPDATE table1 SET status = 'false'
FROM table2
WHERE table1.subid = '391' AND table2.brandid = '45'
AND table1.itemid = table2.itemid
דאנקע פאטאקי דו ביסט געווען דער מתחיל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 4:31 am
דורך שוועמל
איז דא א מהלך צו מאכן UNDO נאך א אפדעיט קווערי?
דאס איז געווען מיין קווערי, כ'אב נעבעך בטעות פארטוישט 'סעט' מיט 'ווער'...
- קאוד:
UPDATE category
SET itemID = '125'
WHERE catID = '10'