בלאט 1 פון 1

Command Prompt

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 4:49 pm
דורך להאיר
ווי מיר האבן שוין בארירט און אן אנדער ארטיקל איז דא אזא זאך ווי GUI וואס איז ראשי תיבות Graphical User Interface, און עס איז דא קאמענד ליינס

לאמיר מאכן א שטיקל הקדמה ווי מיר וועלן אי"ה שרייבן און אן אנדערן ארטיקל, א חלק דערפון ווערט בארירט און דעם פאנטס ארטיקל איבער דעם סיסטעם וויאזוי קאמפיוטערס ארבעטן אז אלעס איז א חשבון, און דער סקרין איז בלויז א דמיון וויאזוי עס וועט אויסקוקן דער חשבון ווען דער קאמפיוטער וועט אויספירן זיין Binary פונקציע

יעצט לאמיר אין נעקסטן תגובה בהמשך הימים הבעל"ט מסביר זיין אביסל וואס עס איז קאמענד ליינס, און נאכדעם וועלן מיר פארשטיין וואס עס איז GUI און אזוי וועט איר פארשטיין וואס עס געשעהט ביי ספליט סקרינס, צ.ב.ש. Adobe Dreamweaver, וואס דארטן איז דאס אנמערקבאר אז מען מאכט א ספליט סקרין און מען טייפט אויבן און מען מאכט ריפרעש טוישט זיך דאס אונטן, די זעלבע זאך אז מען מאכט מיטן מייזן אונטן און מען מאכט ריפרעש טוישט זיך דער קאוד אויבן

ביטע אויב איר האט קאמענטארן רופן זיך אן אין דעם "קאמענטארן איבער Commands" אשכול, כדי נישט צו צעמישן די וואס האלטן דא מיט

המשך יבא אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 6:18 pm
דורך להאיר
נעמט אין אכט אז דא וועלן מיר נאר רעדן פון דעם עצם סיסטעם פון קאמענד ליינס (אמת'דיגער געזאגט וויאזוי אויף א געוויסער פראצענט וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט) פאר "קאמענד ליינס" וועלן מיר אי"ה עפענען אן עקסטערן אשכול, ווי אויך פאר "קאמענד ליין שארט-קאט'ס" וועלן מיר אי"ה עפענן נאך א באזונדערן אשכול, ווי אויך אן אשכול "קאמענטארן איבער Command prompt/line"

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 16, 2009 6:53 am
דורך להאיר
פאר א ביישפיל ווען איר טייפט אריין אין דעם URL (אדער אויף אידיש אדרעס באר) איז דאס פונקט אזוי ווי איר זאלט גיין אין דעם Command Prompt און אריין טייפן ping

צ.ב.ש. http://www.ivelt.com מיינט באמת c:>ping http://www.ivelt.com און איר וועט באקומען פיר ריפלייס

יעצט נאר אזוי ווי איר נוצט א Protocol ווי שוין ערגעץ און אונזערע ארטיקלען ערווענט אז די ר"ת פון HTTP איז הייפער טעקסט טרענספער פראטאקאל, וואס דאס ארבעט מער ווייניגער (עס איז נישט פונקטליך אזוי) מיט דעם GUI סיסטעם דארפט איר דערפאר טייפן אדער קליקן אויף  http://www.ivelt.com

דאס איז נאר פאר א ביישפיל אבער באמת דער PIng ליין קומט אין דעם אנדערן אשכול פון קאממענד ליינס

ווי אויך נעמט אין אכט אז איר פרובירט אלעס אויף די אייגענע אחריות!!

המשך יבא אי"ה

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 01, 2009 2:44 pm
דורך להאיר
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אז דער (נישט בארעכטיגטער) אנגענומענער וועג פון קליקן אויפן רויטן עקס ווען מען וויל ארויסגיין פון דעם קאממענד פראמפט איז נישט אויסגעהאלטן און עס איז פונקט אזוי ווי אויסלעשן דעם קאמפיוטער דורכן אויספלאגן פון וואנט נאר דער בעסערער וועג איז צו טייפן
Exit
און אפילו עטליכע מאל, אויב מען האלט צ.ב.ש. אינמיטן א MySql סעשאן (Session) וואס דעמאלט'ס וועט ער קודם ארויסגיין פון דעם סעשאן און דערנאך ערשט זיך צומאכן