בלאט 1 פון 1

קאמענטארן איבער HTML advanced

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:40 pm
דורך להאיר
דא זענט איר אנגעקומען צו דעם אשכול "קאמענטארן איבער HTML advanced", וואס איז בשייכות צו דעם אשכול
HTML advanced

ווי איר קענט פאוסטן, אלע אייערע קאמענטארן, און ספיקות, וכו' וכו', און ביטע נישט פארדרייען דעם סדר פון דעם אויבנדערמאנטן אשכול, נאר דאס ליבערשט אראפברענגען דא און מיר וועלן בל"נ אי"ה קאמענטירן, און/אדער ענטפערן פארשטיין געבן וואס איר ווילט אויב מיר וועלן זיין ביכולת (נעמט אינאכט אז עס קען ווערן קאמפליצירט איבער די מאס נאכדערצו ווען מען דארף HTML נאך אויף זיך צום אויס'משל'ן ד.ה. מען נוצט א דיינעמיק שפראך, צ.ב.ש. ASP, און מען זעהט נישט אקטואל דעם HTML קאוד

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 06, 2009 10:37 am
דורך וויכטיג מאכער
ערעב להאיר, איך בין א גרינער ווען ס'קומט צו קאמפיוטער'ס, אבער איך בין דורכגעגאנגען דיינע אשכולות, איך מוז אייך קאמפלימענטירן, אזוי גוט אראפצוגעבן א זאך, און נאכדערצו שלא ע"מ לקבל פרס.. סתם א טובה טוהן פאר יודן.. געוואלדיג, גיי אן.. מיר שעצן אייער ארבייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 11:13 am
דורך פאטאקי08
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ערעב להאיר, איך בין דורכגעגאנגען דיינע אשכולות, איך מוז אייך קאמפלימענטירן, אזוי גוט אראפצוגעבן א זאך, און נאכדערצו שלא ע"מ לקבל פרס.. סתם א טובה טוהן פאר יודן.. געוואלדיג, גיי אן.. מיר שעצן אייער ארבייט.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 06, 2009 10:02 am
דורך שאינו יודע לשאול
אלל רייט איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאץ צו פרעגן מיין שאלה?

איך וואלט זייער געוואלט הערן פינקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי מ'מאכט אזא סארט זאך איך ווייס אפילו נישט ווי אזוי מ'רופט עס אן אפשר MOUSE OVER ANIMATION אויב נישט ביטע זאגט מיר דעם נאמען

http://mystoryhub.com/new

אינטער די ווידעאו די 4 באקסעס וואס פאפן אויף דארט ווען מרירט אן מיט די מייזל אין ס'קומט מיט, א זא שיינע שעדא\שאטען וואס ווערט שטערקער ווען סאיז נענטער אין בשעת ווען איין באקס קומט ארויס גייען אריין די אנדערע באקסעס אין סווערט בלארי גיב א קוק איך מיין אז סאיז זייער א שיינע אין פראפעסיניעל ניצבארע פיטשער פאר א וועבסייט.

אויב סאיז נישט שווער שרייב מיר סיי וויאזוי מען מאכט דאס מהחל ועד כלה אין אויך איך זאל פארשטיין וואס סגייט פאר וואס טוט וואס אין פארוואס געשעהט וואס נישט סתם קפיען אין פעסטען ווי א גולם נאר אויב סאיז נישט שווער

אין אויך די הטמל קאוד וואס איר פארשטייט אז מדארף מאכען אין עס אריינלייגען אין די סארס פעיג פאר א משל איך זאל קענען זען א גאנצע בילד פאר די אויגן אין גיט פארשטיין

ישר כח איך בכלל זייער הנאה פון די גאנצע רעיון מקען ווערן א פראפסיניאל מדארף נאר זיין א מעמבער אין די אידישע וועלט!!!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 08, 2009 8:27 pm
דורך להאיר
דער נאמען דערפון איז א Flash, און מען מאכט דאס געווענליך (צ.ב.ש. דער סייט וואס איר האט אנגעגעבן שטייט דארטן אז עס איז געמאכט) מיט

Adobe Flash

וואס קומט געווענליך מיט

Adobe Creative Suite (cs) Professional

און דערנאך ברענגט מען דאס אריין אלס אן Object דורך HTML

אפשר מיט דער צייט וועלן מיר אנקומען דערצו אבער דערווייל האלטן מיר נאך זייער ווייט דערפון מיר האלטן נאך בכלל פארן מסביר זיין וואס עס מיינט אן Object, און וואס עס איז אן Embed, וכו' וכו' וכו', אבער בקיצור דארף מען זיך לערנען דעם אויבנדערמאנטן פראגראם (עדאובי פלעש) און דאס אריינברענגען אלס אן אבזשעקט