בלאט 3 פון 10

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 6:02 pm
דורך ליפא
דא בלייבן, לאז_גאמאכט מיט דעם אשכול דא

פאר לאז_געמאכט קומט זיך אויך א שמייכל פון צייט צו צייט......

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 6:41 pm
דורך פיקח
לכאורה קען עס דא בלייבן, ווילאנג עס איז נישט דביק צום צום אהנהייב פונעם פעידש נאר עס פארט אראפ מיט אנדערע אשכולות.
און פאר די אלע וואס שרייבן דא אין דעם אשכול שכוח פאר מאכן שמייכלען אנדערע אידן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 9:20 pm
דורך thefact
יישר כח פאר
טריאו
אנדי פעטיט
דארפסמאן
קרעמער
ליפא
פיקח
פארן נעמען די מי און ענפערן

לאז געמאכט האט געשריבן:מיך שטערט עס ספעציעל ווייל ווען איך זע אז עס איז דא הודעת חדשות אין דעם אשכול פריי איך מיך אפשר העל איך קענען העלפן א איד אין זיין נויט אדער אפשר האט זיך איינער אויף מיר דערבארעמט.

דא איז אפשר די פלאץ זיך צו באדאנקן פאר "לאז געמאכט" וואס העלפט אזוי ווארעם און געניט ארויס דעם עולם בכל עת
און כמה פעמים האב איך שוין הנאה געהאט פון זיינע געוואלדיגע קענטעניסן (היינט אליינ'ס)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2008 5:39 pm
דורך לאז געמאכט
אקעי רבו עלי חבירי איך געב אויף.... עס איז אמת אז איך האב גוט הנאה געהאט פון די וויצן דא... אבער איך האב געקלערט אז עס וואלט בעסער אריין געפאסט אין אנדערע שטיבלעך אינערהאלב דעם קרעדטשמע אבער אז ס'רוב עולם פארשטייט אז ס'זאל דא בלייבן איז עס גוט דא אויך...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2008 11:04 pm
דורך איך_הער
איך האלט ווי לאז געמאכט. (השני.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2008 10:08 am
דורך שוועמל
כ'אב דעך געוויסט מעיקרא אז ער וועט לאזן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2008 11:11 am
דורך פאטאקי08
סקען דא בלייבען און לאז אז די ווילסט הילף גיי אריבער צו (די פאקט) וואטער קאמפיוטערס און וועסט דיך אויסלערענען אסאך גוטע זאכען

בדוק ומנוסה!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2008 7:28 pm
דורך thefact
שכח פאטאקי

=========================

איינער ווייסט ווי אזוי צוצוקומען אנצושטעלן די סעטטינגס?
ערגעץ איז זיכער אנגעשטעלט די סעטטינגס


בילד

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2008 12:27 pm
דורך אנדי פעטיט
באקומען א טעקסט מעסעדזש...


Air Conditioners are like computers! Both work fine until you open
Windows!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 1:07 pm
דורך thefact
אוי!!

כ'האב פארגעסן צו מאכן א בעק-אפ פון מיין מח....
איך האב פארגעסן אלעס וואס איך האב געלערנט דעם זמן...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2008 1:46 pm
דורך אלעקסיי
לאז געמאכט

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:29 pm
דורך thefact
Monticello האט געשריבן:עקסעל!!! כ'האב געמיינט ס'איז עקס העלל. דערוויילל איז עס נאכאלס העלל.

http://www.yiddishworld.com/forum/viewforum.php?f=26

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 4:33 pm
דורך thefact
איך האב געשריבן אפאר חשבונות אויף א פעיפער, איך האב געטרייט צו דריקן סעיוו... מיינט דאס אז איך נוץ דעם קאמפיוטער צו פיל?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 4:36 pm
דורך אוהב חכמה
קאוד:
'0' * '0' = 2304

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 4:54 pm
דורך ווינקל
חידה?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:13 pm
דורך אוהב חכמה
ס'איז טאקע מער חידה ווי ווערטל (אויב ס'איז א ווערטל בכלל), כ'האב פשוט געוואלט ארויפברענגן דער אשכול.

וזה פתרונה:
דער קאמפיוטער ארבעט דאך בלויז ארום מיט נומערן, וויאזוי קען עס שרייבן (און ליינען) אותיות? נוצנדיג Character encoding. אין מאמע לשון, יעדער אות האט א נומער מיט וועלכע ער ווערט רעפרעזענטירט, ווען דער קאמפיוטער באגעגנט דעם נומער (און מ'האלט אינמיטן האנדלן מיט text) ווייסט ער אז ער דארף שרייבן דעם אות. די צוויי מערסט באנוצטע character sets זענען Ascii און Unicode, ביי ביידע פון זיי איז 48 דער נומער וואס שטעלט פאר די אות 0.

אלזא:
קאוד:
0 * 0 = 0

אבער
קאוד:
'0' * '0' = 2304

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 5:25 pm
דורך ווינקל
שר'קויעך פארן ארטסקרול פירוש.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:39 am
דורך thefact
- וואס טוסטו פאר פרנסה?
"איך בין א פראגרעמער"
- וואס מיינט א פראגרעמער?
"א פראגראמער איז א טול וואס טוט קאנווערטן א קאווע צו קאוד..."

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:49 pm
דורך בחורהזעצער
יא יא וועגן דעם הייסט עס טאקע זשאווא...

עס דרייעט זיך ארום א לעגענדע אז די נאמען זשאווא איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס זשעימס גאסלינג - דער גרינדער פון די זשאווא פראגראמינג שפראך - איז ארויסגעגאנגען צו א קאפי שאפ אינמיטן ארבעטן צו זוכן א נאמען פאר די שפראך, נאכדעם וואס די ארגינעלע נאמען "אוק" איז אראפ פון טיש נאכן הערן אז עס איז שוין פארנומען, און דארט האט ער באשלאסן עס צו רופן "זשאווא".

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:21 pm
דורך תרגום יונתן
עס זענען דא 10 מינים מענטשן אויף דער וועלט: די וואס פארשטייען ביינערי און די וואס פארשטייען עס נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:42 pm
דורך נאר נייעס
I'm losing Control

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:00 pm
דורך ווער בין איך?
תרגום יונתן האט געשריבן:עס זענען דא 10 מינים מענטשן אויף דער וועלט: די וואס פארשטייען ביינערי און די וואס פארשטייען עס נישט.

;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:41 am
דורך קיקיון
און ווי אזוי שרייבט מען דעם נעקסטען חשבון בלשונינו דריי? 101? כ'מיין אז עס דא אזויפיל מינים
האסט פארגעסען די וואס האבען געוויסט און פארגעסען

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:31 pm
דורך thefact
קיקיון האט געשריבן:און ווי אזוי שרייבט מען דעם נעקסטען חשבון בלשונינו דריי? 101? כ'מיין אז עס דא אזויפיל מינים
האסט פארגעסען די וואס האבען געוויסט און פארגעסען

11

When was the last time u did a xp install ?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2012 9:45 am
דורך Moshe101
Do you remember this one ?