בלאט 2 פון 10
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:01 am
דורך פיקח
לכבוד פאקטיש שליט"א, דאנקע שיינע פאר די קאוד עס האט מיר געקאסט א לאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:21 am
דורך זיידעניו
איך האב געראנט די קודס אין סקימט ארויף אן עראר
עראר #144
דער איז ע אווערפלוי אף יאר וויין פליז קאנטעקט יאר ליקוויאר סטאר פאר א ביגער קאפ
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:38 am
דורך לחיים ולברכה
חחחחחחחחח, אוי ביזטו גוט מיט דער פורים קוד.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:43 am
דורך פיקח
וואס זאגט עטס צו ביל געיטס טעק סאפארט
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:45 am
דורך פיקח
די צווייטע געיטס חכמה.......
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:45 am
דורך זיידעניו
חחחחחח
יעצט ווייס עך שוין ווער עס האט מיר געלייגט אויף האלד ביז יעצט
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:48 am
דורך פיקח
און די אלטע גירסה פון ווארד וואס און 07 האבן זיי שוין ענדליך פאראכטען דעם פראבלעם,
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 1:52 pm
דורך thefact
זיידעניו האט געשריבן:איך האב געראנט די קודס אין סקימט ארויף אן עראר
עראר #144
דער איז ע אווערפלוי אף יאר וויין פליז קאנטעקט יאר ליקוויאר סטאר פאר א ביגער קאפ
חחח...... א זיידע וואס פארשטייט צו די קליינע אותיות און צו א גלעזל משקה אויך
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 6:04 pm
דורך thefact
ווינדאוס
----------------------------------------------------
פון אן אלטן דיקשענערי
ווינדאוס - נארמאלע מענטשן קלאצן א גאנצן טאג דורך א גלאז אויף א שעות בעכערל (Hourglass)
----------------------------------------------------
פאר חסידי מעק
א קאמפיוטער איז ווי אן ערקאנדישן
ס'ארבייט נישט געהעריג ווען מ'עפנט ווינדאוס
----------------------------------------------------
טעק סאפארט: זאגט נאר האט איר געהעריג אפן ווינדאוס
קאסטומער: זענט איר נארמאל? ס'איז א פראסט אינדרויסן
----------------------------------------------------
פארוואס הייסט עס ווינדאוס?
פון ווי דען קריכן אלע באגס אריין?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 7:02 pm
דורך דארפסמאן
פיקח זאג מיר נישט אז ביי דיר איז אונגעשטעלט די אלע אפשענס אויבן פינעם סקריען
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 8:06 pm
דורך פיקח
דארפסמאן האט געשריבן:פיקח זאג מיר נישט אז ביי דיר איז אונגעשטעלט די אלע אפשענס אויבן פינעם סקריען
יא יא ביי מיר זעהט עס אזוי אויס, (נאר ווען איך ארבעט אויף גאר קאמפליצירטע פיילס).
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 3:38 pm
דורך thefact
שאלה: וויפיל פראגרעמערס דארף מען האבן צו טוישן א באלב?
תשובה: א פראגרעמער קען דיר קיין סאך נישט העלפען ס'איז הארדווער פראבלעם
=============================
סאיז דא 10 מינע מענטשן די וואס קענען ביינערי און די וואס קענען נישט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 4:31 pm
דורך דארפסמאן
פיקח האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:פיקח זאג מיר נישט אז ביי דיר איז אונגעשטעלט די אלע אפשענס אויבן פינעם סקריען
יא יא ביי מיר זעהט עס אזוי אויס, (נאר ווען איך ארבעט אויף גאר קאמפליצירטע פיילס).
פיקח איך שוין דיך אמת'דיג רויב זאכען איז דא א CTRL אדער SHIFT האט קי
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 11:15 pm
דורך thefact
שאלה: וואס טוסטו אז דו הארגעסט עפעס אפ אויפן קאמפיוטער אזוי אז אפילו א פראגראמער קען עס שוין נישט פיקסן
תשובה: איך רוף נאכאלס מיין פראגראמער,כ'מיז דאך האבן וועם צו בלעימען
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 11:34 pm
דורך thefact
קאסטומער: איר אפפערט אנליין בענקינג?
באנק מענעדזשער: נו וודאי, עס ארבייט זייער פשוט גיי צו אונזער וועבסייט קליק אויף

און פאלג די אינסטראקשענס
קאסטומער: כ'פארשטיי! אבער פון ווי קומט ארויס די געלט?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 12:30 am
דורך מאשקע
חחחח, גוט גוט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 12:45 pm
דורך אנדי פעטיט
Memory was something you lost with age
An application was for employment
A program was a TV show
A cursor used profanity
A keyboard was a piano
A web was a spider's home
A virus was the flu
A CD was a bank account
A hard drive was a long trip on the road
A mouse pad was where a mouse lived
(גענועמן פון ח"א אויף ה"פ)
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 2:18 pm
דורך לאז געמאכט
איך מיייין אז די גאנצע אשכול דארף ארויס פליען פון דא
צו איינע פון די אנדערע פלעצער איך ווייס נישט ווי פונקטליך
די סיבה דערצו איז לכוארה זיייער פשוט ווייל די פארום איז פאר הילף אין קאמפיוטער זאכן וכדו' וויצן איז זייער פיין אבער נישט דא..
כנלע"ד
מיך שטערט עס ספעציעל ווייל ווען איך זע אז עס איז דא הודעת חדשות אין דעם אשכול פריי איך מיך אפשר העל איך קענען העלפן א איד אין זיין נויט אדער אפשר האט זיך איינער אויף מיר דערבארעמט..
לעצטעטס ווער איך זייער אסאך מאל אנטוישט ווען איך זע אז סך הכל האט איינער צוגלייגט א וויץ...
איך האפ אז איך אנטויש קיינעם נישט מיטן לייגן די תגובה אבער ההכרח לא יגונה.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 2:44 pm
דורך thefact
דער ציל פון דעם אשכול איז: (און אנדערע בדוגמא זו)
צוצוציען אנדערע שרייבער וואס וועלן קומען ליינען א וויץ
און אגב זעהן אז זיי האבן א ידיעה אין א שכינות'דיגע הילף פראגע און ער וועט זיך נעמען די מי און ענטפערן
ס'ארבייט ריזיג (בדוק ומנוסה)
ויש עוד טעמים כמוסים עיין ערך הודעה פרטית
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 2:50 pm
דורך thefact
און יעצט אפאר וויצלעך...
מפי פראגרעמער אחד:
-----------------------------
אז די פראגרעם געלונגט נישט; רוף עס VERSION 1.0
-----------------------------
כבין נישט קיין שווערער מענטש בעצם, איך בין פשוט נישט אזוי יוזער פרענדלי
-----------------------------
איך וויל ווען טוישן די וועלט, כ'קען נאר פשוט נישט פארשאפן די סאורס קאוד
-----------------------------
יעדע מאל איך ריר צו מיין קאוד ווערן געבוירן נאך זעקס באג'ס (ששה בכרס אחד)
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 3:31 pm
דורך thefact
לאז געמאכט האט געשריבן:איך מיייין אז די גאנצע אשכול דארף ארויס פליען פון דא
צו איינע פון די אנדערע פלעצער איך ווייס נישט ווי פונקטליך
די סיבה דערצו איז לכוארה זיייער פשוט ווייל די פארום איז פאר הילף אין קאמפיוטער זאכן וכדו' וויצן איז זייער פיין אבער נישט דא..
כנלע"ד
מיך שטערט עס ספעציעל ווייל ווען איך זע אז עס איז דא הודעת חדשות אין דעם אשכול פריי איך מיך אפשר העל איך קענען העלפן א איד אין זיין נויט אדער אפשר האט זיך איינער אויף מיר דערבארעמט..
לעצטעטס ווער איך זייער אסאך מאל אנטוישט ווען איך זע אז סך הכל האט איינער צוגלייגט א וויץ...
איך האפ אז איך אנטויש קיינעם נישט מיטן לייגן די תגובה אבער ההכרח לא יגונה.
thefact האט געשריבן:דער ציל פון דעם אשכול איז: (און אנדערע בדוגמא זו)
צוצוציען אנדערע שרייבער וואס וועלן קומען ליינען א וויץ
און אגב זעהן אז זיי האבן א ידיעה אין א שכינות'דיגע הילף פראגע און ער וועט זיך נעמען די מי און ענטפערן
ס'ארבייט ריזיג (בדוק ומנוסה)
ויש עוד טעמים כמוסים עיין ערך הודעה פרטית
וואס האלט דער עולם?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 3:41 pm
דורך 3x0
אז ס'קען דא בלייבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 3:45 pm
דורך אנדי פעטיט
thefact האט געשריבן:דער ציל פון דעם אשכול איז: (און אנדערע בדוגמא זו)
צוצוציען אנדערע שרייבער וואס וועלן קומען ליינען א וויץ
און אגב זעהן אז זיי האבן א ידיעה אין א שכינות'דיגע הילף פראגע און ער וועט זיך נעמען די מי און ענטפערן
ס'ארבייט ריזיג (בדוק ומנוסה)
אמת ויציב.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 4:24 pm
דורך דארפסמאן
אז עס קען דא בלייבען
-
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2008 4:33 pm
דורך קרעמער
דא בלייבן.