בלאט 1 פון 1

וועלכע אפערעיטינג סיסטעם איז די בעסטע פאר דעוועלאפמענט?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 8:38 pm
דורך ירוחם
פראגרעמערס און דעוועלאפערס: וועלכע אפערעיטניג סיסטעם נוצט איר איז די בעסטע פאר דעוועלאפמענט? פארוואס?

מיין ערשטע קאמפיוטער איז געלאפן ווינדאוס 95 (אוי, די אלטע גוטע צייטן...) פארוואס? ווייל כ'האב נישט געוואוסט פון עפעס אנדערש/בעסערס.

ווען כ'האב זיך געלערנט פראגראמינג (גראדע אין דזשאווא) האב איך זיך דאס געלערנט אויף ווינדאוס. ווען כ'בין אריבער צו PHP זעמער געבליבן אין ווינדאוס. ביז כ'האב פאר א צייט געדארפט זיין א סיסעדמין און כ'האב זיך געלערנט לינוקס (בעש). נו, אז כ'בין געקומען צום טעם, בין איך שוין געבליבן מיט לינוקס. פאר פריוואטע באנוץ, נוץ איך נאך אלץ ##########, אבער פאר מיינע דעוועלאפמענט נוץ איך אויסשליסליך לינוקס אחוץ ווען מ'דארף עפעס טון אין דאט נעט.

מיין פראגע צו אייך איז: וועלכע אפערעיטניג סיסטעם נוצט איר איז דאס בעסטע פאר דעוועלאפן? און פארוואס?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:30 pm
דורך ירוחם
מגיה געווען צוליב דיין תגובה. ישר כוח.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:51 pm
דורך אינטעגרעישען
איך בין א פראגרמער אין קען זיך דערווייל נאר אויס אין מייקראסאפט פראדאקס.

צו פרעגן וועלעכע איז גוט איז זייער א ברייטע שאלה, ווייל אין מייקראסאפט אליין איז דא אסאך פלעטפרמ'ס, אריינגערעכט ASP פאר Web וואס אין דעם אליין איז דא די נייע asp.net core אין די אלטע classic asp.net mvc-forms-pages אין אוים אלע desktop פלאטפארמעס, וואס וועגן דעם איז מק"ס א גיטע אפציע, אין בפרט וואס לעצטענס ווערן זיי מער אין מער open source אין עס ארבעט אויף mac and linux.

זיי האבן אוים זייער גוטע Documentation אין א גוטע IDE Visual-Studio וואס געט אוים זייער אסאך צו, אין אויך פרייע טרעינינג.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:48 am
דורך לומד מכל
פאר געוויסע שפראכען איז זייער שווער צו ניצען א windows machine למשל Ruby און אנדערע open source שפראכען. אויב איר שרייבט אין די שפרייכען איז ריקאמענדירט צו ניצען א unix based OS, ווי mac osx אדער linux. אבער דעס יא, איינמאל מען געוויינט זיך צו, צו דו command line איז זיך שווער צו באגיין אן דעם.