וועלכע אפערעיטינג סיסטעם איז די בעסטע פאר דעוועלאפמענט?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

וועלכע אפערעיטינג סיסטעם איז די בעסטע פאר דעוועלאפמענט?

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 8:38 pm

פראגרעמערס און דעוועלאפערס: וועלכע אפערעיטניג סיסטעם נוצט איר איז די בעסטע פאר דעוועלאפמענט? פארוואס?

מיין ערשטע קאמפיוטער איז געלאפן ווינדאוס 95 (אוי, די אלטע גוטע צייטן...) פארוואס? ווייל כ'האב נישט געוואוסט פון עפעס אנדערש/בעסערס.

ווען כ'האב זיך געלערנט פראגראמינג (גראדע אין דזשאווא) האב איך זיך דאס געלערנט אויף ווינדאוס. ווען כ'בין אריבער צו PHP זעמער געבליבן אין ווינדאוס. ביז כ'האב פאר א צייט געדארפט זיין א סיסעדמין און כ'האב זיך געלערנט לינוקס (בעש). נו, אז כ'בין געקומען צום טעם, בין איך שוין געבליבן מיט לינוקס. פאר פריוואטע באנוץ, נוץ איך נאך אלץ ##########, אבער פאר מיינע דעוועלאפמענט נוץ איך אויסשליסליך לינוקס אחוץ ווען מ'דארף עפעס טון אין דאט נעט.

מיין פראגע צו אייך איז: וועלכע אפערעיטניג סיסטעם נוצט איר איז דאס בעסטע פאר דעוועלאפן? און פארוואס?
לעצט פאראכטן דורך ירוחם אום מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:44 am

כ'ווייס נישט צו איר ווייסט, אבער לעני"ד גיבט מען נישט ארויס די סודות, נאכדערצו אין פאבליק.

פרעג בעסער וועלכע אפערעיטינג סיסטעם איז די בעסטע פאר דעוועלעפמענט

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:30 pm

מגיה געווען צוליב דיין תגובה. ישר כוח.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:15 pm

איך ווייס נישט וויפיל דעוועלפערס עס דרייען זיך דא, אבער פאר פלעין וועב דיזיין מאכט נישט אויס וועלכע פלעטפארם.

אינטעגרעישען
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 04, 2016 12:43 am

תגובהדורך אינטעגרעישען » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:51 pm

איך בין א פראגרמער אין קען זיך דערווייל נאר אויס אין מייקראסאפט פראדאקס.

צו פרעגן וועלעכע איז גוט איז זייער א ברייטע שאלה, ווייל אין מייקראסאפט אליין איז דא אסאך פלעטפרמ'ס, אריינגערעכט ASP פאר Web וואס אין דעם אליין איז דא די נייע asp.net core אין די אלטע classic asp.net mvc-forms-pages אין אוים אלע desktop פלאטפארמעס, וואס וועגן דעם איז מק"ס א גיטע אפציע, אין בפרט וואס לעצטענס ווערן זיי מער אין מער open source אין עס ארבעט אויף mac and linux.

זיי האבן אוים זייער גוטע Documentation אין א גוטע IDE Visual-Studio וואס געט אוים זייער אסאך צו, אין אויך פרייע טרעינינג.

לומד מכל
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:19 am

תגובהדורך לומד מכל » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:48 am

פאר געוויסע שפראכען איז זייער שווער צו ניצען א windows machine למשל Ruby און אנדערע open source שפראכען. אויב איר שרייבט אין די שפרייכען איז ריקאמענדירט צו ניצען א unix based OS, ווי mac osx אדער linux. אבער דעס יא, איינמאל מען געוויינט זיך צו, צו דו command line איז זיך שווער צו באגיין אן דעם.


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט