אלעס איבער Node.js

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:40 pm

ממש א מחיה צו זען וויאזוי אידישע פראגראמערס רעדן געשמאק.
איך האלט שוין לאנג מען דארף מאכן א היימישן ווינקל פאר היימישע פראגראמעס, אויף א שטייגער ווי א חסידישע ווערסיע פונעם סטעק-אווערפלאו
עניוועי.
איך ווארף סתם אריין א פראגע וואס האט באמת גארנישט מיט די גאנצע דיסקוסיע. אפשר קען מיר עמיצער ראטן איבערדעם, עס איז א יסודות'דיגע אינפראסטרוקטור פראגע.
עמיצער האט מיך געבעטן א אינווענטארי פראגראם, עס האט אייטעמס און סוב-אייטעמס, און די סוב-אייטעמס דארפן נאכמאכן דעם ביהעיוויאר פון די אייטעמס זעלבסט, סיי בנוגע דעם סטאק לעוול, און איבער אלערליי אינווענטארי באוועגונגען. נישט אויף א 1-1 באזיס, נאר געוואנדן לויט וויפיל פונעם סוב-אייטעם שטעלט צוזאם א גאנצער אייטעם.
איך האב פרובירט זיך צוזאמצוקראצן סאלושענס געשריבן אסאך ספוגעטי קאוד ווי מען זאגט.
מיין פראגע איז, איז עפעס דא אין סיקוועל סערווער, א יסודות'דיגער וועג וויאזוי צו באהאנדלען אזא סארט פראבלעם. ביטע שיין. ענטפערן. שכוח

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10923
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:57 pm

לאמיר נאר רעדן פון QTY יעצט
וואס מיינסטו מיט

קאוד: וועל אויס אלע

די סוב-אייטעמס דארפן נאכמאכן דעם ביהעיוויאר פון די אייטעמס זעלבס

קענסט מיר ענטפערן אויף די פאר פראגעס?
איין אייטעם
וואס דאס איז? און וואס/פארוואס ער האט סוב אייטעמס? און וויפיל סוב אייטעמס האט עס?
וויפיל איז אדער ווילסטו זאל זיין די QTY וואס איז יעצט אויף די אייטעם? און וויפיל ווילסטו/איז די QTY פון די סוב אייטעמס?

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:18 am

עין טובה האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:
קאלבעק פאנקשענס זענען היינט אוועילעבל אין רוב מאדערנע שפראכן אונטער פארשידענע נעמען און פארמען א שטייגער ווי אנינאמעס פאנקשענס, לעמבדעס, ועוד.


אנאנימאס פאנקשען האט גארנישט מיט א קאלבעק פאנקשען

קארעקט מי איף איים ראנג

אין דזשאוואסקריפט, ריכטיג.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10923
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:37 am

וואט אבאוט אין סי שארפ?
אנאנימאס פונקשענס און לעמבעדס דארף מען נישט דעקלערן
דעלעגאטן (וואס דו זאגסט איז די זעלבע אין סי שארפ) דארף מען יא דעקלערן

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 9:14 am

milech fried האט געשריבן:מיין שאלה איז געווען צו די ווארט callback איז א Reserved_word
וואס לכאורה זעהט אויס פון אייערע ענטפערס אז נישט



ניין, ס'איז נישט. ס'איז בלויז דער מיינונג פון די זאך וואס ס'טוט.

נ.ב. איך וואלט געוואלט אז שומע זאל שרייבן אין א באזונדערע אשכול, וואו ס'זאל נישט זיין קיין שמועסן און אלע שמוועסן זאלן דא פארקומען למען ירוץ הקורא סיי יעצט, און סיי להבא ווען איינער גייט ווילן לייענען אלעס אויף איינמאל זאל ער נישט ווערן סטאק...
(כנלע"ד)

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:43 pm

איר קענט מיר גיבן א ריעל ווארלד שטיקל פונקשען וואס מען וואלט נישט געקענט טוהן נאר דורך א קאללבעק פונקשען?
למשל די אויבענדערמאנטע קאוד קען איך שרייבן גלייך

קאוד: וועל אויס אלע

console.log("Hello World!");

ישר כח

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:04 pm

איך ווארט נאך אלץ א תשובה אויפן אויבערשטן תגובה
אבער לאמיר זעהן
איך מיין איך פארשטיי שוין
די create server גיט דיר צוויי זאכן request און response
דאס מיינט ווען Node גייט קריעיטן די סערווער גייט ער אויך טוהן מיט די ריקוועסט וואס דו הייסט אים און אויך מיט די ריספאנס
דאס מיינט אז די create server האט א פאראמעטער וואס איז א callback function type און די פונקשען מוז מען דעקלערן מיט די צוויי פראמעטערס ריקוועסט און ריספאנס
מען קען אפשר שרייבן req און rsp אבער זה הוא
דער פראגרעמער דארף פארשטייצעך וויסן דערפון פון פאראויס
ביי סי שארפ איז דאך געווענליך דא דאקומעטעישאן מיט א סינטעקס און סאיז static typing אבער JS נישט און דאס מאכט דאך געפערליך שווער פאר א פראגרעמער

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:17 am

?

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מאנטאג יולי 10, 2017 10:37 pm

נייגעריג צו איינער דא האט שוין סאקסעפול דעליווערד עפעס מיט NodeJS ?

דרך אגב מיילך פריד: Visual Studio Code האט פיינע Intellisene פאר דעם (שטייצעך Visual Studio אויכעט)
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט