וועלכע IDE, קאוד עדיטאר, וכדו' נוצט איר?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

וועלכע IDE, קאוד עדיטאר, וכדו' נוצט איר?

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג פאברואר 10, 2015 12:36 pm

אויב זענט איר א וועב דיזיינער נוצט איר מסתמא א גוטן סארס קאוד עדיטאר, אזויווי נאוטפעד ++ אדער Jedit. אז איר טוט פראגרעמינג נוצט איר מן הסתם א IDE ווי נעטביענס, עקליפס, אפטאנא. אויב טוט איר ביידע נוצט איר אפשר עפעס וואס איז גוט פאר ביידע, וויזשועל סטודיא, אדער קאמאדא. אויב טוט איר ענדרויד, נוצט איר אפשר אנדרויד סטודיא, און אויב טוט איר איי או עס נוצט איר מעגליך Xcode. מיין שאלה צו אייך איז: וועלכע נוצט איר און פאר וועלכע צרכים? וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות?

מ'האט שוין אפאר מאל ארומגעשמועסט איבער דעם נושא דא אין קרעטשמע אבער קיינמאל נישט אונטער איין אשכול, נאר זיער פה וזער שם. למשל יעך בין שוין גרויס האט אין 2011 געזאגט אז ער נוצט NetBeans פאר PHP און בלעקבערי פען האט געזאגט אז ער נוצט Eclipse אבער זאגט ער אז ביידע זענען די זעלבע גוט (זע ווייטער מיין הערה אויף די צוויי).

א יאר שפעטער אין 2012 האט בעלקבערי פען געואלט וויסן פאר א גוטער IDE פאר JAVA. תרוגם יונתן זאגט אז ECLIPSE איז די אפישעל IDE עדיטאר פאר JAVA אבער ער האט גראדע געמאכט א טעות - NetBeans איז אפיצעיל אפגעקויפט געווארן דורך SUN וועלכע האט געמאכט דזשאווא און ארעקל, די קאמפעני וועלכע פארמאגט היינט דזשאווא, איז אויך דער בעל הבית אויף נעטביענס, סוי מ'קען זאגן אז נעטביענס איז אפיציעל (און ס'טוט טאקע שנעלער סופפארטן נייערע דזשאווא ווערשאנס ווי עקליפס).

אין יענעם שמועס האט פאטאקי08 געזאגט אז פאר Jquery נוצט ער וויזשועל סטוידא מיט די פייערבאג פלאגין, אבער תרגום יונתן זאגט אז ער נוצט קראום.

דאס איז מער ווייניגער די תמצית השמעוסן איבער איי די איס און קאוד עדיטאר. אבער כ'וויל אביסל פארברייטערן. קודם וועגן איי די איס:

צווישן עקליפס און נעטביענס איז נעטביענס גאנץ זיכער א געווינער. נעטביענס איז סאך מער פלעקסיבל, מער פארשטענדליכע קיבאורד שארטקאטס, מער קאסטומייזעבל, און ווי כ'האב געשריבן אויבן, ס'איז אפיציעל פון ארעקל סוי סופפארט איז עטוואס בעסער. אבער עקליפס איז נישט אוועקצומאכן, און איינער וואס געוואוינט זיך צו צו עקליפס קען זיך שווער אפגעוואוינען דערפון. פערזענליל האב איך עס נישט ליב ווייל אויף א לעפטאפ - אפילו מיט א i5 פראסעסער, איז עקלפיס שטייטער און ס'קען אפילו קלאצן א סעקונדע צוויי.

אויב זענט איר אן אנדרויד דעוועלאפער נוצט איר מסתמא עקליפס מיט די ענדרויד עס די קעי, אבער אסאך האבן שוין אנגעהויבן נוצן גוגל'ס אייגענע אנדרויד סטודיע, וועלכע איז שנעלער, אבער וויעדאמאל איז דא די פראבלעם אז מענטש ןוועלכע זענען איינגעוויינט אין עקליפס ווילן זיך נישט אוועקרוקן דערפון.

פאר HTML און CSS, רוב מענטשן שרייבן אין נאוטפעד++. אבער נאוטפעד++ איז נישט די בעסטע אוועלעיבל כאטש ס'איז נישט אוועקצומאכן. צוויי געזונטע קאוד עדיטארס זענען סאבליים sublime וועלכע איז א מחיה פאר די וועלכע האבן ליב צו קענען טון אלעס מיט קיבאורד שארטקאטס, און פאר די וועלכע האבן ליב קאסטעמייזעשאן, אויסשטעלן גענוי וויאזוי מ'וויל. פאר ווער עס איז גרייט צו אינוועסטירן אביסל געדולד אויפצוסעטן סאבליים פון אנהייב, איז דאס דער סאמע בעסטער עדיטאר וואס מען קען זיך שאפן. א צווייטער גאר גוטער עדיטאר איז kemodo, וועלכע איז שטארק רעקאמענדירט פאר בעגינערס ווייל ס'האט אלע סודזשעדזשטאנס וועלכע קומן ארויף פון זיך אליין אזוי אז מען דארף זיך נישט איינחזרן אלע סעלעקטארס און עטריביוטס. קעמאדא האט אויך א גוטע פלאגין "זען עדיטינג" zen editing וועלכע לאזט שרייבן גאנצע פאראגראפ'ס פון קאוד מיט עטליכע שארטקאט ווערטער.

וואס נוצט איר? לאזט אייך הערן
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג פאברואר 10, 2015 12:53 pm

און פון סי. שארף און וויזשועל סטודיא רעדט דער רבי בכלל נישט?

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » דינסטאג פאברואר 10, 2015 12:54 pm

Breckets פאר HTML & CSS איז נישט אוועקצומאכן
אייביג צום פינטל...

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג פאברואר 10, 2015 1:49 pm

viewtopic.php?p=982443#p982443
visual studio איז זייער א געשמאקע איי די אי און עס סאופארט מורידיג אסאך שפראכען האט אסאך פיטשערס
און אמאל איז דא עקסטענשענס וואס עדען סאופאורט פאר דער שפראך וואס דו ווילסט

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג פאברואר 10, 2015 1:56 pm

Thanks for writing

I'm not a developer
reviewing editing and debugging code at times
using Notepad++ or geany
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג פאברואר 10, 2015 2:23 pm

איך בין נישט קיין פול טיים פראגרעמער, אבער ווען כטוה פראגרעמינג

נוץ איך וויזשואל סטודיא, סיי פאר סי שארפ, און סיי פאר פשוטע html ccs
--
און סיקוואל מענעדשמענט סטודיא פאר סיקוועל

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג פאברואר 10, 2015 2:24 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:און פון סי. שארף און וויזשועל סטודיא רעדט דער רבי בכלל נישט?

משנה מקום האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=982443#p982443
visual studio איז זייער א געשמאקע איי די אי און עס סאופארט מורידיג אסאך שפראכען האט אסאך פיטשערס
און אמאל איז דא עקסטענשענס וואס עדען סאופאורט פאר דער שפראך וואס דו ווילסט


כ'האב גראדע דערמאנט וויזשועל סטודיא, אלץ עפעס וואס איז גוט פאר איינער וואס טוט סיי וועב (html, css, javascript) און מייקראסאפט פראגרעמינג. די חסרון פון וויזשועל סטודיא און די סיבה פארואוס כ'האב עס קיינמאל נישט גענוצט איז ווייל כ'האב קיינמאל זיך נישט געלערנט סי שארף, און די וועלכע איך נוץ ווי דזשאווא, פי עטש פי, און צומאל פייטאן זענען נישט סופפארטעד. און פאר וועב נוץ איך סובליים.

אדרבא, אלץ סי שארף דעוועלאפער, איז דא עפעס חוץ וויזשועל סטודיא וואס מען קען נוצן? אויב יא וואס זענען די מעלות ווערסוס די חסרונות?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג פאברואר 10, 2015 2:28 pm

פינטל האט געשריבן:Breckets פאר HTML & CSS איז נישט אוועקצומאכן

יא, פרובירט אמאל ברעקעטס און ס'געווען גאר געשמאק. בפרט זייער לייוו פריוויו פיטשור, און סתם אזוי האבן זיי כמעט אלעס וואס סובליים האט. אבער אז כ'האב זיך צוגעוואוינט צו סובליים בין איך געבליבן דערמיט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג פאברואר 10, 2015 2:28 pm

פאר דעם האב איך געזאגט אז עס איז דא עקסטענטשענס פאר וויזועל סטודיאו פאר php וכו'

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג פאברואר 10, 2015 6:10 pm

איינער דא האט מיר פארשאפט א וויזועל סטודיא 2012 פרא לייסענס (תשואות חן לו) און דאס קאווערט שוין היינט צוטאגס רעזאר JS MVC און ASPX און XML מיט HTML און שטייצעך די אלע דאט נעט שפראכן ווי vb.net און CS
פאר וועב דעבאגינג ניץ איך שוין כמעט נישט פייערפוקס נאר איי אי (שריי נישט!) און בעיקר קראום (די מאוביל וויוא פלאגין פון קראום איז נישט שלעכט)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג פאברואר 10, 2015 6:15 pm

אז מען רעדט שוין איך זוך א פלאגין פאר וו"ס צו גרופן אוטומאטיקלי collapse and expand "קאוד בלאקס" אזוי ווי עס איז דא פאר מעטהאדס קלעסעס נעימספעיסעס אדער אייגענע ריג'יענס
ביי סי שארפ קען מען משוגע ווערן מיט די קורלי ברעיסעס ביי JS און CSS איז עטוואס בעסער אין די נושא

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג פאברואר 10, 2015 7:02 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:פאר וועב דעבאגינג ניץ איך שוין כמעט נישט פייערפוקס נאר איי אי (שריי נישט!) און בעיקר קראום (די מאוביל וויוא פלאגין פון קראום איז נישט שלעכט)

איך שריי יא! איי אי?! פאר דיבאגינג? זיי מסביר פארוואס!
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג פאברואר 10, 2015 7:09 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:איינער דא האט מיר פארשאפט א וויזועל סטודיא 2012 פרא לייסענס (תשואות חן לו) און דאס קאווערט שוין היינט צוטאגס רעזאר JS MVC און ASPX און XML מיט HTML און שטייצעך די אלע דאט נעט שפראכן ווי vb.net און CS
פאר וועב דעבאגינג ניץ איך שוין כמעט נישט פייערפוקס נאר איי אי (שריי נישט!) און בעיקר קראום (די מאוביל וויוא פלאגין פון קראום איז נישט שלעכט)

אויבען האב איך געברענגט א לינק אז מייקראסאפט געט היינט ממש די זעלבע ווערזשען ווי פרא בחנם נישט עקספרעס
יעצט דו קענסט האבען די לעטעסט און די גרעיטעסט בחנם

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג פאברואר 10, 2015 10:32 pm

יישר כח ירוחם פארן עפענען דעם אשכול, און פארן אנפאנגען מיט אזא רייכע פתיחה.

יעצט מיינע צוויי צענט, visual studio איז טאקע פון די בעסטע איי די עי'ס, אבער עס איז נאר גוט פאר דאט נעט. אפילו עס מאכט זיך א פלאגין פאר אנדערע שפראכן, קומט עס געווענליך מיט צופיל קאפוויי, און מען האט נישט די זעלבע עקפיריענס ווי די נאטיווע. איך האב נישט פרובירט php, איך האב נאר פרובירט java.
און די זעלבע מיט eclipse, עס איז דא א .net plugin, אבער דאס צו מאכן ארבעטן קען מען דורך גיין שבעה מדורי גהינום.

צו נוצן פאר זשאווא דעוועלאפמענט, עס איז אינטערעסאנט קיינער האט נישט געשריבן פון intellij, לויט ווי עס הייסט אין די גאס איז עס די בעסטע פאר זשאווא (און אלע jvm שפראכן, ווי סקאלא, קלאזשור און גראאווי), איך בין נאכנישט אנגעקומען עס אויסצוטרייען, אבער עס איז נאך און פלאן. בידערווייל נוץ איך eclipse, כ'האב שוין אסאך צייט געספענדט צו אויספיגערען אישוס וואס כ'האב געהאט, אבער overall טוט ער זיין זשאב, האט זייער גוטע plugins.

די קאמפאני "זשעטברעין" די וואס האבן געמאכט intellij, האבן נאך א גאנצע ליסטע מיט IDEs פאר עטליכע לענגוויטשעס, צווישן די באקאנטע ציילט זיך "רישארפער", וואס ווערט פאררעכנט אלס א (שטיקל?) קאמפאטישאן פאר וויזועל סטודיא, און אויך פאר python, ruby און php.

און עס וועט נישט זיין קיין סוד פאר אייך, אז עס איז נאך דא אסאך דעוועלאפערס - בפרט פון די עלטערע דור - וואס נוצן נאך vim אדער emacs, איך פערזענליך נוץ vim ווען איך בין נישט אויף א ווינדאויס מאשין, אדער ווען מיין eclipse איז פארפרוירן, איך וואלט עס מן הסתם גענוצט מער אויב וואלט איך געדענקט אלע קאמענדס אויסנווייניג.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג יוני 18, 2015 1:40 pm

היינט געטראפן די סייט, זעהט אויס פיין.
http://www.tutorialspoint.com/codingground.htm

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » דאנארשטאג יוני 18, 2015 1:43 pm

דוד משה האט געשריבן:היינט געטראפן די סייט, זעהט אויס פיין.
http://www.tutorialspoint.com/codingground.htm

שכוח, געבוקמארקט
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מיטוואך יוני 24, 2015 11:53 pm

Wow
זיי סופארטען זייער אסאך שפראכן

שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

תגובהדורך שומע כעונה » דאנארשטאג יולי 28, 2016 6:11 pm

Sublime text 3 דערמאנט קיינער נישט?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג יולי 28, 2016 6:31 pm

שומע כעונה האט געשריבן:Sublime text 3 דערמאנט קיינער נישט?

איך בין נאך א בעגינער איך האלט יעצט ביי PHP ביז יעצט האב איך גענוצט ברעקקעטס און זייער הנאה געהאט, אבער פאר PHP זענען זיי גארנישט ווערדץ נוץ איך סאבליים טעקסט , חוץ דעם וואס זיי האלטן מיר אין איין דערמאנען אז איך האב עס נישט רעדזשיסטערד, האב איך זייער הנאה דדערפון

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:13 pm

פראביר Atom און לאז וויסן וויאזוי עס געפעלט דיר


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט