וויאזוי צי רעכענען SQRT

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

וויאזוי צי רעכענען SQRT

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 12:35 pm

וויאזוי קען מען רעכענען SQRT מיט א קאלקולעיטאר וואס האט נישט די SQRT באטטאן?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » פרייטאג מאי 16, 2014 4:00 pm

פארוואס? האט געשריבן: 
איך האב געזעהן אין איי-וועלט אז איינער פרעגט ווי פאלגענד:
וויאזוי קען מען רעכענען SQRT מיט א קאלקולעיטאר וואס האט נישט די SQRT באטטאן?

איך האב אן ענטפער פאר איהם, אבער היות איך האב נישט קיין אקאונט דארטן, האב איך געמוזט האלטן די ענטפער אין מיין בויך, און פארשטענדליך באקומען שרעקליכע בויך-וויי דערפון, האב איך נישט קיין ברירה נאר צו אויסלאזן מיין ענטפער דא אין שטיבל. 
איז אזוי, קודם דער ענטפער איז זייער פשוט, כמעט יעדע קאלקעלעיטער האט א ״פאוער״ אפעראציע, געווענליך סימבאליזירט אלס ״^״, אויב אזוי קען מען זייער פשוט נוצן דעם פאוער פאר סקווער-רוט. אויב איך וויל וויסן די סקווער-רוט פון a, דארף מען אריינלייגן:

קאוד: וועל אויס אלע

a^(1/2)

למשל די סקווער רוט פון 4, לייגט מען אריין:

קאוד: וועל אויס אלע

4^(1/2)

זייער פשוט. 
אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר, דערפאר וועל איך מוזן ערקלערן פארוואס איז עס טאקע אזוי, וואס האט א שייכות די סקווער רוט מיט די פאוער פון האלב. 
איז אזוי:
איך האב שוין ערקלערט וואס איז דאס פאוער, ומשם תדרשנו, אזוי אויך האב איך דארטן געשריבן אז:

קאוד: וועל אויס אלע

a^b/a^c=a^(b-c)

ווען איך האב א נומער a וואס איך ווייס אז ווען ער ווערט צוטיילט אין אן אנדערע נומער b, באקומט ער ווידער b, מיינט עס אז b איז דער סקווער-רוט פון a, (ווייל b מאל b איז a).
קומט אויס אז עס ווערט אויסגעפירט אזוי:

קאוד: וועל אויס אלע

a^1/a^x=a^x

נישט וויסנדיג וואס x איז, דאן לאמיר נוצן די אויבנדערמאנטע טריק:

קאוד: וועל אויס אלע

a^(1-x)=a^x
1-x=x
1=x+x
1=2*x
x=1/2

איך קען עס נישט ערקלערן פון א געאמאטרישע שטאנדפונק, ואתכם הסליחה. 
(אפשר [tag]געפילטע פיש[/tag] קען). 
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מאי 21, 2014 2:52 pm

יישר כח שוטה


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט