בלאט 1 פון 1
וועב בראוזער קאנראל סי שארפ
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2012 12:56 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 7:03 am
דורך תרגום יונתן
ווינדאוס פארמס קאנטראלס קענען נישט געניצט ווערן אין א צווייטע טרעד. אויב געדענק איך גוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 12:33 pm
דורך פאטאקי08
תרגום יונתן האט געשריבן:ווינדאוס פארמס קאנטראלס קענען נישט געניצט ווערן אין א צווייטע טרעד. אויב געדענק איך גוט.
א גרויסן ישר כח אייך
יעצט וואס איז די עצה
איך וויל נעוויגעיטן צי אפאר בלעטער און טוהן עפעס ביי יעדע בלאט און אלעס זאל געטוהן ווערן מיט איין מאל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 1:55 pm
דורך תרגום יונתן
קענסט ניצן עטליכע בראוזער קאנטראלס. (און זיי אפילו קריעטן דיינעמיקלי אויב ווייסטו נישט פון פאראויס וויפיל דו וועסט דארפן).
אויב ווילסטו דוקא ניצן באזונדערע טרעדס כדי די פעידזשעס זאלן זיך לאודן אויפאמאל (אויף א מולטי-קאור פראסעסאר, און א שנעלע קאנעקשאן) מיין איך אז דו מוזט קריעטן די קאנטראל אין דעם אנדערן טרעד. ווינדאוס פארמס קאנטראלס קען מען נאר ניצן אין איין טרעד אויפאמאל, און נאר אין דעם טרעד וואו מען האט עס קריעטעד.
איך כ'האב שוין גאר לאנג נישט געארבעט מיט ווינדאוס פארמס קאנטראלס, איז מעגליך אז איך שרייב שטותים.
(אגב, אויב דו דארפסט פשוט דאונלאודן א וועב-פעידזש צו באקומען דעם אינהאלט פונעם פעידזש, קענסטו אייביג ניצן דעם WebClient קלאס).
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 2:38 pm
דורך פאטאקי08
אקעי שטייטעלעך
לאמיר נעמען א משל פון אייוועלט
איך וויל דאונלאודן אלע תגובות פון די פרעזידענט אשכול
אבער לאמיר זאגן אז כדאי דאס צי טוהן מוז איך זיין ארייגעסיינט און איך מוז פאר דעם אויספילן א פעידזש נאכן אריינסיינען
דארף איך נעוויגעיטן צי די אריינסיינען פעידזש נאכדעם וואס די פעידזש איז געלאודט דארף איך אריינלייגן די יוזערנעים און פאססוארד און דריקן סובמיט
דאס וועט מיך נעמען צון נעקסטן פיעדזש ווי איך דארף אויספילן אלע אנדערע אינפארמאציע און דריקן סובמיט דערנאך קען איך נעוויגעיטן צי די פרעזידענט אשכול און דאולאודן די ערשטע פעידזש נעוויגעיטן צי די צווייטע פעידזש און ווייטער דאונלאודן און אזוי ווייטער גיין צי די נעקסטע פעידזשעיס
יעצט איך האב אלעס געמאכט מיט איין וועב בראוזער קאנטראל אויפן פארם און געהאט 6 באטטאנס פאר יעדע נעוויגעיט
דהיינו
באטטאן 1 האט נעוויגעיטעד צי אייוועלט.קאם
באטטאן 2 האט אריינגעלייגט די יוזער און פאסס און גדריקט שלח
באטטאן 3 האט אויסגעפילט און אזוי ווייטער יעצט וויל איך די גאנצע שקלא ותריא און איין באטטאן
איך האב מורא מיין איינציגסטע עצה וועט זיין צוריק צי גיין צי עקסעס...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 5:54 pm
דורך תרגום יונתן
דאן פארוואס דארף אלעס געטון ווערן אויפאיינמאל?
(למען האמת איז דאס נישט דער ריכטיגער וועג צו דאונלאודן וועב-פעידזשעס. דו קענסט אליין קאמיוניקירן מיט'ן וועבסייט אן ניצן דעם וועב בראוזער קאנטראל. נאר עס איז שווערער און מער קאמפליצירט צו מאכן ארבעטן. כ'יאג מיך יעצט, אפשר שפעטער וועל איך לייגן אן עקזעמפל).
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 12:15 pm
דורך פאטאקי08
א דאנק פון פאראויס!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2012 8:41 am
דורך תרגום יונתן
כמעט פארגעסן.
די פאלגענדע קאוד וועט אריינלאגן א יוזער צו אייוועלט, איינמאל מען איז אריינגעלאגד קען מען צוקומען צו פריוואטע פעידזשעס. דער קונץ איז צו סעיווען די סעשאן איי די וואס דער סערווער שיקט צוריק ביים אריינלאגן און עס איבערניצן ביים קומענדיגן ריקוועסט.
די פעידזש ווערט געדאונלאודט אלס א סטרינג וואס מען מוז אליינס פארסן ארויסצונעמען די ווערדפולע אינפארמאציע. ס'איז קאמפליצירט אבער מיט אביסל ארבעט איז עס מעגליך. די
Html Agility Pack איז פאר דעם געמאכט. מיט
Regular Expressions איז עס אויך מעגליך אבער
נישט רעקאמענדירט.
פארגעס נישט אריינצופילן דיין יוזערנעים און פעסווארד.
- קאוד:
void Main()
{
// Uri for cookie conversion
var cookieUri = new Uri("http://www.ivelt.com");
// URL to login a user and create a session
var loginUrl = "http://www.ivelt.com/forum/ucp.php?mode=login";
// URL for private posts, will only work once logged in
var privateUrl = "http://www.ivelt.com/forum/search.php?search_id=egosearch";
var username = "";
var password = "";
// Create WebClient with correct encoding and content type
var web = new WebClient { Encoding = Encoding.UTF8, Headers = { { "Content-Type", "application/x-www-form-urlencoded" } } };
// Make an HTTP POST to login URL with supplied username and password
web.UploadString(loginUrl, string.Format("username={0}&password={1}&login=", username, password));
// Convert response cookie (with session ID) to request cookie for future requests
web.Headers["Cookie"] = GetCookieHeader(cookieUri, web.ResponseHeaders["Set-Cookie"]);
// Access private URL
var privatePosts = web.DownloadString(privateUrl);
Console.WriteLine(privatePosts);
}
// Convert an HTTP Set-Cookie Response Header to an HTTP Cookie Reqeust Header
string GetCookieHeader(Uri domain, string cookieResponse) {
var cc = new CookieContainer();
cc.SetCookies(domain, cookieResponse);
return cc.GetCookieHeader(domain);
}
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2012 9:45 am
דורך פאטאקי08
ישר כח אייך צדיק!!!!!!!!!!!!!!!!
גייימער זיך נעמען צי דער ארבעט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2012 6:44 pm
דורך פאטאקי08
קענסט מיר אפשר געבן אלע נעימספעיסעס איך דארף יוזן פאר די אראפגברענגטע קאוד?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2012 9:44 am
דורך בלעקבערי פען
וויזואל סטודיא העלפט געווענטליך צו אריינברענגען די אלע נעמספעסעס