בלאט 1 פון 1
אפען סאורס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 3:34 pm
דורך פאטאקי08
אויב איך האב נישט קיין טעות איז גוגל מייסיקוועל פי עיטש פי אא"וו אפען סאורס
2 שאלות
1) וויאוי ארבייט דאס? יעדער ווער אימער קען אפדעיטן די קאוד און עס ווערט אפדעיטעד?
כשטעל זיך פאר אז מיט דעם איז א חילוק מייסיקוועל יא און גוגל נישט?
2) וויאזוי קען זיין אז גוגל איז נישט אונטערגעגאנגען דורך דעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 5:37 pm
דורך מייקראסאפט
איך פארשטיי נישט פינקטליך דיין קשיא ווען וואלטן זיי געדארפט אינטערגיין? ווי באוויסט איז אפען סארס דירעקט זייער פאערפאל טאקע ווייל יעדער קען מגיה זיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 6:42 pm
דורך היימישער איד
OpenSource איז א ברייטע פעלד ס'דא פארשידענע סארט לייסענס'ס. וואס מ'קען טאן מיט די קאוד וכדו'. ס'מיינט נישט אלעמאל אז ס'איז פריי פאר יעדן צו טאן דערמיט ככל העולה על רוחו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 10:30 pm
דורך תרגום יונתן
1) יא, געווענליך קען עס יעדער אפדעיטן. אבער דאס מיינט נאכנישט אז דיינע טשעינדזשעס ווערן אנגענומען, עס זענען דא אדמיניסטראטארן אויף יעדן פראיעקט וואס זענען אחראי דערויף.
2) וואו קומט דא גוגל אריין אין בילד? געוויסע סאפטוועיר פון זיי זענען טאקע אופן-סאורס, ווי למשל קראום, זייערע וועב-פרעימווארקס, אא"וו. אבער זייערע פארגעשריטענע אלגארידמס וואס שטייט אונטער זייער מאכטפולע סוירטש-ענדזשין איז באהאלטן אונטער שלאס-און-ריגל.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 14, 2012 8:39 am
דורך פאטאקי08
שכח תרגום
מיין שאלה איז פארוואס קען נישט מייקראסאפט ניצן די קאוד פון קראום פאר זייער אינטערנעט עקספלארער?
פארוואס איז אינטערנעט עקספלארער אזוי צוריק געשטאנען?
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 15, 2012 9:26 pm
דורך תרגום יונתן
IE איז שוין נישט אזוי צוריקגעשטאנען ווי אמאל.
ערשטנס ס'איז א קאמפליצירטע סוגיא צו ניצן אופן-סאורס קאוד אין א קאמערציאלע פראדוקט, ס'ווענדט זיך אין וועלכע לייסענס די אופן-סאורס פראיעקט ניצט, און דאס טוט אפעקטירן וויאזוי מען מעג דאס ניצן.
צווייטנס, IE דארף אנהאלטן backwards compatibility מיט הונדערטער טויזענטער סייטס, פלאג-אינס, פראגראמען אא"וו.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 9:49 pm
דורך לב טוב
איך פארשטיי נישט די שאלה.
דו האלסט טאקע אז מייקראסאפט וויל פארבעסערן IE נאר זייערע דעוועלאפערס ווייסן נישט וויאזוי דאס צו טון ???
ווען זיי וואלטן געווען אינטערסירט דאס צו אפגרעידן וואלטן זיי דאס שוין לאנג געטון אן דארפן צוקומען צו קראום'ס אפען סאורס כנלענ"ד.