בלאט 1 פון 1
סי שארפ: עקזיטן א מעטאד אן צוריקגעבן א וואליו
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:21 pm
דורך בחורהזעצער
ווייסט איינער וויאזוי איך קען מאכן אז אויב א געוויסע קאנדישאן איז TRUE, זאל ער קאלן אן אנדערע מעטאד, און ארויסגיין פון דעם מעטאד, און בכלל נישט צוריקקומען ווען ער ענדיגט עקסעיוטען יענע מעטאד, RETURN קען איך נישט נוצן ווייל די מעטאד איז נישט קיין VOID, און RETURN NULL, ברענגט אים צוריק צום זעלבען מעטאד.
איך רעד פון C#.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:25 pm
דורך בלעקבערי פען
פארווס קענסטו נישט מאכען
retun false
?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:35 pm
דורך בחורהזעצער
וועגן ער קען נישט קאנווערטן BOOL צו א ARRAY.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:42 pm
דורך היימישער איד
ס'גייט נישט אזוי... אין סי-שארפ.נעט מוז די פאנקשען ריטארענן עפעס סיידן ס'איז וויאד. (ביי וויבי.נעט קען מען יא רופן עקזיט פאנקשען און פערטיג)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:51 pm
דורך בחורהזעצער
"אזוי" גייט עס נישט, אקעי איך הער, אבער וויאזוי גייט עס יא, איז נישטא קיין שום אויסוועג פאר דעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 12:57 pm
דורך היימישער איד
שיק צוריק א וועליו. זאג אונז וואס די טייפ איז.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 1:02 pm
דורך לב טוב
break ארבעט נישט ?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 1:04 pm
דורך בחורהזעצער
עס איז נישט קיין LOOP.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 1:12 pm
דורך לב טוב
אפשר שרייב דאס אלעס אריין אין די זעלבע מעטאד, אויב די קאנדישאן איז אמת דעמאלטס טו אזוי און אזוי (וואס דו רופסט מעטאד) און אויב נישט זאל ער ווייטער טון עפעס אנדערש.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 1:29 pm
דורך בחורהזעצער
אקעי איך וועל דאס מסביר זיין מיט א משל, אויף די פראגראם איז דא א באטען, וואס ווען די יוזער קליקט עס דארף זיך עס קאנעקטן צו א דעיטעבעיס און ברענגן פון דארט געוויסע אינפארמעישאן, און דער דעטעבעיס איז א פארט פון די פראגראם, עס קומט צוזאמען מיט דעם.
יעצט, כדי דער יוזער זאל נישט דארפן אינסטאלן א סיקוועל סערווער, האב איך מיטגעלייגט LocalDB וואס אינסטאלט זיך צוזאמען מיט דעם פראגראם, אבער מען דארף דארך אטעטשען א דעטעבעיס פייל צו דעם, צוליב דעם האב איך געמאכט א IF סטעיטמענט אז אויב געשעהט א סיקוועל עקסעפשאן וואס איז איקוועלס צו א געוויסע נאמבער, מיינט עס אז די דעטעבעיס איז נאכנישט אינסטאלט, דעמאלטס זאלסטו מאכן א צווייטע קאנעקשאן סטרינג וואס זאל אטעטשען די פייל צו די דעטעבעיס, און שפעטער קאלט ער נאכאמאל די באטען און אלעס זאל זיך אנהייבן פון פריש, אבער די פראבלעם איז אז נאכן ענדיגן מאכן אלעס פון די באטען-מעטאד, גייט ער צוריק ווי ער האט געהאלטן - ווי מען האט געכאפט די סיקוועל ערראר, און ער ראנט ווייטער ער ברענגט צוריק רעזאלטס וכו' וכו', וויאזוי קען איך דאס אפשטעלן?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 1:45 pm
דורך בחורהזעצער
איך האב מיך אנעייצע געגעבן און געטוהן ווי לב טוב מיטן מאכן א BOOL וועריעבעל און די מעטאד זאל נאר ראנען אויב עס איז TRUE, איך האב פשוט געמיינט אז עס איז דא א גרינגערע און שנעלערע וועג.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 6:16 pm
דורך תרגום יונתן
איך גלייב נישט אז ס'וועט דיר אסאך העלפן, אבער די איינציגסטע וועג אין .נעט ארויסצוגיין פון א פאנקשן, אן צוריקגיין צו דעם פאריגן, איז צו אבארטן דעם טרעד. (אין ASP.NET קומט עס צומאל צוניץ).
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 8:15 pm
דורך thefact